Skip to main content

Full text of "Bronzṿil roman ; un Dramaṭishe shpiln"

See other formats


צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ 


7 .סא 


1ש,/א0טגאט 


/1276-ז6טגח ) 


{וט 0851016טן 11846 1008 016סט 1/118 {ס װס0011ז086זט 1חוסחזםוווזסת 
1ט14060 1606006 שש זשאסוזכן /ז0ג) 
{ס זסוזסג/ 1 
ז00/6ז12 סווחוכ1 62 1018 


מצטדא מעזזז גנפזפפנצ עס א0ס1זדשסע 6011 מ/8ת660 מגזז1 תסע סאנפאטע 
מת84מז זאצסטע 1א/ טס 4 צטם דתא,ע אז /0595181? ממתזא פא,טעץ 
אסזנזאמאטס?ע את8214968440 .ם /2,,/מ3/)2 סאג, מזטאעם 


א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו 


9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


כאַווער-פּֿאַווער 


נראַנזוױל 


(ראָמאַן) 
--און-- 


דראַנאַטישע שפּילן 


: 


אַרױסגעגעבן פון 
כאַווער-פּאַװער בןד-קאַמיטעםי 
לאָס אַנדזשעלעס, קאַליפאָרויע 
176 


46 0 


ת,}11/+5א שס8םט 


( זתשסא 4) 
--206-- 
5 צא,{ןס 7ד6/.-ע אס 


צם 
תממטא?- ממשא וס 


צם 6סמפעסות 
מטידידזזאזאסס אססם תטט,ם-תםשא גוס 


1 08 402616,,),ׂ,ׂ324 


,1/,5.,4 מז 2110466 


כאַװעריפאַװער 


רעדאַקציע-קאָלעגיע: 
י. אַשפּין . 9 טשערנער . א ראָנטש 
פּאַראַנטװאָרטלעכער רעדאַקטאָר: פ. טשערנער 


דאָנק: 


ווען כאַווער-פּאַווער װאָלט געלעבט, װאָלט ער געששריבן 
דעם דאַנק צו דעם בוך-קאָמיטעט --- איז ער דאָך אָבער --- 
צו אונדזער גרויסן ויטיק --- מער ניטאָ מיט אונדז -- 
װעל איך, וי זיין נאַענסטער חבר און װי דער רעדאַקטאָר 
פון דעם בוך, --- זיך נעמען די פּריווילעגיע צו באַדאַנקען 
דעם בוך-קאָמישעט, װאָס האָט מיט אַ סך ליבשאַפּט און 
פאַרערונג צו כאַװער-פּאַווערן --- זיך באַמיט און געהאָלפן 
אַרױסגעבן די צוויי ביכער: ,קלינטאָן סטריט* אויף ענגליש 
און דעם בוך , בראָנזוֹױל* אױף יידיש. 
איך ול דאָ מיט באַזונדערער לויב פאַרצייכענען די נע- 
מען: צירל, די אַלמנה פון כאַװער-פּאַווער; אהרן קױירטמאַן, 
סעקרעטאַר און יעקב אַשפּי, פאָרזיצער פון דעם בוך- 
קאָמיטעט, פּאַר זייער באַזונדערן גרויסן בײיטראָג צו דער 
גאָר מיזאַמער אַרבעט אַרױסצוגעבן די צויי ביכער, צו 
פּאַראײיביקן דעם ליכטיקן אָנדענק פון אונדזער וואונדער- 
לעכן, אומפאַרגעסלעכן פּאָלקס-שרייבער --- כאַווער-פאַ- 
ווער (גרשון איינבינדער). 
פוליע טשערנער 


כאַװער-פאַרעריש 
(א װאָרט וועגן , בראַנזװיל") 


אַזאַ כח פאַרמאָגט אין זיך דאָס װאָרט פון כאַװער-פּאַװער, אַז װאָס 
און ווען איר זאָלט ניט לייענען פון אים, װוערט איר תיכף-ומיד פאַר- 
כאַפּט פון זיין סטיל און ריטעם. 
מיט װאָס דערקלערט זיך דאָס? 
מיט זיין װאַרעמען אָטעם װאָס באַהױכט אייך; מיט דער ליבשאַפט װאָס 
דערנענטערט צו אים: מיט דער אַטראַקציע פון זיין אינהאַלט, 
די דראַמאַטישע האַנדלונגען זיינען ביי אים ניט דער עיקר, ס'איז 
אָבער פאַראַן טיף-דראַמאַטישעס אין זיין אויפן פון דערציילן. איר באַ- 
גלויבט אים, איר ווערט אַרײנגעצױיגן, װוי אַ חבר, אין זיין אינטימקייט, 
כאַװוער-פּאַװוער איז קיינמאָל ניט לאַנגװײליק, מחמת ער דרינגט 
אַריין אין דער נשמה פון זיינע טיפּן און העלדן און ער באַהעפט זיך 
מיט זי וי אַן אייגענער. דאָס גרויסע קינד אין אים דערזעט די אמתן, 
וי קליינע קינדער דערפילן זיי אינטואיטיו. 
און ווען אַ שרייבער געװוינט דעם צוטרוי פון זיינע קינדער-לייענער, 
דאַן איז דאָס אַ סימן-מובהק, אַז ער איז עכט, אַז זיין שרייבן קומט 
אַרױס פון אינװייניק, פון נשמת-חיים, 
אַלץ װאָס כאַװער-פּאַװוער האָט אַרױסגעגעבן ביים לעבן איז געווען 
פּאָפּולער. צו װאָס פאַר אַ סוזשעט ער האָט זיך צוגערירט, האָט מען 
דערפילט, אַז ער האָט מיטגעלעבט, מיטגעליטן, זיך מיטגעפרייט, 
זיין וועכנטלעכער בײטראָג אין אַ טעגלעכער צייטונג האָט אים ניט 
באַוואויגן צו װוערן זשורנאַליסטיש. זיינע געריכט-בילדער, װאָס זיינען 
געווען צייטונג-מאַטעריאַל, זיינען אין זיינע הענט געװאָרן קונסט- מי" 
ניאַטורן, 
;קלינטאָן סטריט", װאָס איז דראַמאַטיזירט געװאָרן און געגאַנגען 
אויף דער ראַדיאָ, איז געווען דער אָנזאָג פון אַ נייעם נוסח, פון גרויס- 
שטאָטישקײיט, פון רעאַליזם אויף דער יידישער גאַס, פון דער ניו יאָר- 
קער איסט סייד. בולט איז אַרױסגעבראַכט געװאָרן דער קאָנפליקט 
צווישן צוויי דורות, ווי; 
;איטשע-מאיר האָט געװאָלט, אַז זיין. זון מאַיק זאָל אויך גיין 
אין די וועגן פון זיין גאָט, איז אָבער די אַמעריקאַנער גאָס מעכ" 


טיקער פון דעם גאָט פון זיינע עלטערן. מעכטיק איז די אָרעמקײט 
פון קלינטאַן סטריט, מיט אירע אייגענע געשאַפענע געזעצן, מיט 
די פּאָליטישנס, גענגסטערס, הולטאַיעס און אויסוואורפן, מיט 
דער גאַנצער פאַרדאָרבענער אָרדענונג,? (ז. 25). 
װוי איז צו אַזאַ צאַרט, איבערגעשראָקן קינד, וי פּאַװער, געקומען 
אַ סיפּור המעשה וועגן גענגסטערס? וי איז צו אים געקומען די גרויזאַמ- 
קייט פון ,,גיבורים פון דער נאַכט"? 
אויף דעם קאָן מען ענטפערן מיט אַ פראַגע: װי קומט צו אים אַזאַ 
דערװאַקסענער אינטערעס צו די טראַגעדיעס, מערסטנס, פון די גע" 
ריכט-סצענעס? 
דער ענטפער איז באַשײנפּערלעך קלאָר, אַלץ װאָס איז מענטשלעך 
האָט צוגעצויגן דעם קינסטלערישן אויפמערק פון כאַװער-פּאַװערן 
דער מענטש איז ביי אים געווען דאָס דראַמאַטישסטע, אָפּגעזען פון דער 
פּאַבולע. איין קוק אויפן מענטשן און ער האָט שוין געקאָנט זיך דער" 
גריבלען אין זיין נשמה און אַרוסקריגן פון דאָרט מאַטעריאַל פאַר 
זיין אינטערעס, פּאַװוער האָט ניט געדאַרפט זוכן קיין טעמעס. יעדער 
מענטש איז פאַר אים געווען אַן אינטערעסאַנטער אינהאַלט. 
;די צען לאַנדסלײט* (1942) איז אַ שטיק יידיש אַמעריקע פון אימי- 
גראַנטן-דור, ניט די צאָל איז דאָ געמיינט געװאָרן, נאָר די טיפּן װאָס 
מען האָט געקאָנט ציילן אין די טויזנטער, 
די הויפּט-זאַך: דער אינטימער טאָן, װאָס קלינגט אָפּ אין אַלע זיינע 
ווערק, איז אַן אָפּשפּיגל פון אים גופא. אין יעדן העלד זיינעם װעט איר 
געפינען עפּעס פון פּאַװערן אַלין. ער מעסט אָן די טיפּן אויף זיך. 
דערפאַר װאָס ער קאָן קיין בלוט ניט זען, פאַרמאַכט ער די אויגן אויף 
װוייטיקן און פּיין. 
ס'איז ניט געווען קיין צופאַל װאָס איינע פזן זיינע ערשטע גרעסערע 
אַרבעטן זאָל דערשיינען איצט, נאָך זיין טויט. דער ראָמאַן ;בראָנזוויל" 
איז געגאַנגען אין דער ,פרייהייט" אין יאָר 1920, יונג איז ער געווען. 
פּאַװוער, און פול מיט אייפער און מיטן דראַנג צו װעלן איינזאַפּן אין 
זיך די אַטמאָספערע, אין וועלכער ער האָט געלעבט טאָג-טעגלעך. 
;בראָנזװויל* איז אַריין אין בלוט פון אַ יונגן אימיגראַנטן דור. איר 
באַגעגענט זיך היינט-צו-טאָג מיט עלטערע לייענער, װאָס אַז מען דער- 
מאָנט זיי אין צויבער-װאָרט ,בראָנזוויל", לייכטן אויף זייערע מידע 
אויגן און די יוגנטלעכקייט דערװואַכט צוריק, 


כאַװוער-פּאַװוערן איז געלונגען אויפצוכאַפּן דעם ריטעם און ריח, 
דעם פּולס און פּילדער פון פּיטקין עוועניו און ,קיצל פּאַרק*, פון דער 
סאָבוויי און ,טאַנץ-קאַלעדזש*, פון די יוגנט-יאָרן פון אימיגראַנט. ער 
איז אַליין געווען איינער פון אים, 

היפּערט איבער די סיטואַציעס און ס'באַקומט זיך אַ קאַלײדאָסקאָטּ, 
װאָס באַפרישט אונדז און מיר זיינען דאַנקבאַר, װאָס אים איז געלונגען 
איבערצולאָזן אַ חותם פון יענער עפּאָכע. 

װועט דער היינט-צייטיקער ליענער פאַראינטריגירט ווערן ניט בלויז 
מיט די טיפּן, נאָר מיט דעם װאָס איז געווען און װאָס איז ניטאָ מער. 

די בילדלעכקייט איז געבליבן און זי רעדט מער וי ווערטער. אַ פּאָר 
בײישפּילן; 

;אין בראָנזוויל, אַז מען גייט צו דער אַרבעט אין די פינצטערע 
פאַרטאָגן, קוקט דאָס אויס, װוי גרויסע טשערדעס שאָף מיט אַראָפּ- 
געלאָזטע קעפּ." 
וועגן דער געפּאַקטער סאָבװיי; 
;די װאָס שטייען אָנגעפּאַקט איינער איבערן אַנדערן, ווייל זיי 
האָבן שוין ניט קיין פּלאַץ, מוזן טאַנצן, די שווערע רעדער זיינען 
די קלעזמער און זיי קלאַפּן אויס דעם ניגון פון טאַנץ," 

ווער זיינען די העלדן פון , בראָנזוויל"? 

ניט דער מענטש, נאָר די סביבה, דער אַנדערשדיקער לעבנס-שטיי" 
גער פאַר דעם נייעם אימיגראַנט. פון היימישן שטעטל אַריין אין װוירװואַר 
פון שטאָל און צעמענט, 

ס'איז ניט געווען צופעליק װאָס פּאַװער האָט אויסגעקליבן די ניט- 
טיפּישע פּרנסה פּאַר אליעזרן --- פאַרשפּאַרט אין אַ סאָבוויי בודקעלע, 
וואו ער בייט אויס מטבעות אויף ניקלס. און ס'איז געווען אליעזר, װאָס 
איז באָפּאַלן געװאָרן פון רויבערס אין סאָבװײי, וי אַן אָנדייט אויף דעם 
װאָס פּאַסירט טאָג-טעגלעך אין דער ניו יאָרקער סאָבוויי היינט-צו-טאָג, 

דאָס לעבן איז דאָ געװאָרן מער דרויסנדיק און דערפאַר באַשרײיבט 
דער מחבר מער די סאָבוויי, די גאַס, דעם פּאַרק, קאָני אײילאַנד, 

די װיקטראָלע שפּילט דאָ אַן אָפטע ראָל װוי; 

;ס'איז שוין געווען פאַרנאַכט און אַלע פענצטער זיינען גע- 
שטאַנען אָפענע צו דער גאַס. אומעטום האָבן געשפּילט װיקטראָ- 
לעס און אומעטום האָט מען געקאָנט הערן וי לודוויג זאַץ פּעש- 
טשעט זיך אויפן רעקאָרד: ,איך וויל ניט גיין אין חדר". אָדער 


מאַלי פּיקאָן חנדלט זיך: ,ס'פעלט איר די ראָזשינקע". 
נתן, דער נייער אימיגראַנט, איז געװאָרן אַ פּרעסער פון קליידער. 
פּאַווער באַשרײיבט דער שאַפּ אויף זיין אייגנאַרטיק אופן: 
;צוועלף סענט פאַר אַ קליידל נעמט ער און טראָגן װעט זי אַ 
ניו יאָרקער טאָכטער צו אַ גרויסן באַל... ער האָט שוין אויס" 
געפּרעסט אַזויפיל קליידלעך און ער הענגט זיי אויף דער װאַנט +-.. 
זיי הענגען װי לעבעדיקע מיידלעך, אָבער אָן קעפּ און אָן פיס.* 
;אַ נעגערטע שטייט אויך לעבן נתנס טיש און פּרעסט מיטן 
שווערן אייזן. ביי יעדן גלעט צעוויגט זי איר קערפּער מיט גרויס 
כח," 
בראָנזװיל איז די היים. ניו יאָרק איז דער שאַפּ און ווען מען װוערט 
פּטור פון אים איבער נאַכט, איילט מען זיך אַהיים קיין בראָנזװיל און --- 
,לויפן מיט די טרעפּ אַראָפּ טויזנטער טאַטעס, מאַמעס, ברידער 
און שוועסטער. לויפן זיי גיך און איילנדיק, כדי װאָס שנעלער 
אַרױף אויף די גאַסן, וואו בראָנזװיל װועט זיי באַגעגענען אַ רואיקע, 
אַ שטילע און די לופט וועט פאַרשמעקן מיט געקאָכטער וועטשערע 
און זיי קיצלען די נעזער מיט די ריחות פון געבראָטן פלייש, פעטע 
זופּן און באָרשטש," 
שוין אין זיין צייט האָט פּאַװער דערזען, אַז בראָנזװיל ווערט אויס 
בראָנזװיל. ערשטנס, איז מען געװאָרן אומצופרידן מיט אַמעריקע און 
,משה דער משוגענער" איז ,געקומען סטראַשען אליעזרן, אַז אַמעריקע 
טוג ניט און אַז מאָרגן פאָרט ער קיין פילאַדעלפיע, ווייל דאָרטן איז 
בעסער." 
צווייטנס, האָט מען גענומען בויען ;נאָך אַ שטיק בראָנזויל?. 
,ס'זיינען אָנגעפאָרן די ריזיקע גראָב-מאַשינען, האָט שיינע-רחל 
באַלד געכאַפּט די ציג און זי צוגעבונדן צום גאַניק,* | 
און אַזױ בייט זיך די אידיליע פון אימיגראַנט און ס'וואַקסט אויס 
אַ .פּרייז-פאַיט* פון אייגן בלוט, כאָטש עס ציט זיך נאָך אַ פּראָצעסיע 
מיט אַ ספר-תורה איבער בראָנזװילער גאַסן, א. א, 
כאַװוער-פּאַװערס ,בראָנזװיל?, וי זיינע דראַמעס, אײינאַקטערס און 
שפּילן, װעלן בלייבן אַ לעבעדיקער מאָנומענט פאַר דור דורות. ניטאָ 
מער די אַמאָליקע בראָנזװיל, װי ס'זיינען פאַרשוואונדן די כאַראַקטערן 
אין זיינע שפּילן, 
נאָר פּאַװוער איז דאָ אין זיי און ער װעט בלייבן, | 
| יצחק אלחנן ראַנטש 


בראָנזווי? 


נתן קומט צופאָרן אין בראַנזויל 


בראָנזװויל איז אַ גרויסע שטאָט אין אַמעריקע. דאָרטן פאַרקויפט 
מען אַלע פרייטיק פיש לכבוד שבת, עס זיינען דאָרט פאַראַן כשרע 
מקוות פאַר יידישע טעכטער אויף אַלע גאַסן, שולן און שולעכלעך 
מיט פאַרצייטיקע קיילעכדיקע פענצטערלעך, תלמוד תורות, חדרים 
און מוהלים, און אויף לבנון סטריט הענגט אַ שװאַרצער שטאָלענער 
בריק איבער אַלע הייזער אין דער לופטן. טראָגן זיך איבער אים 
באַנען מיט אַ געפּילדער און טומל, לויפן גיך, גיך, כדי צו ווערן 
איינגעשלונגען מיט אַלע װאַגאָנען פון אַ גרויסן אָפּענעם שװאַרצן 
מויל, װאָס פירט טיף אונטער דער ערד איבער גאַסן און טונעלן פון 
אײיביקער נאַכט, 
| געקומען איז נתן קיין בראָנזװיל צו זיין שװעסטער פריידע, אַן 
עלטערע מיידל פון אַ יאָר עטלעכע און דרייסיק, אין אַ װאַטאָוץ 
לייבל און מיט אַ שווערן קאַסטן אָנגעפּאַקט מיט זיינע שבתדיקע 
קליידער און א טוצן העמדער און גאַטיעס, װאָס די מאַמע האָט מיט 
אַזױ פיל זאָרג אים צוגעגרייט נאָך ביי איר לעבן, 

די שוועסטער פריידע האָט זיך צעויינט, ווען זי האָט אים דערזען, 
און שוין אַזױ גיך ניט געװאָלט אויפהערן. ס'איז געווען זייער אַנגע- 
נעם צו וויינען. שוין יאָרן און יאָרן ניט געפילט אַזאַ גוטסקייט פון 
וויינען,. װי איצטיק מאָל, נאָכדעם וי ס'איז איר לייכטער געװאָרן 
אויפן האַרצן און ס'איז איר געװאָרן זייער גוט פון דעם, האָט זי אוים- 
געהערט וויינען און איינגעגעבן דעם ברודער ביטער-זאַלץ, 

--- ביטער-זאַלץ, נתן, --- האָט זי אַ זאָג געטאָן מאַמיש, --- נעמט 
אַיין יעדער איינער, װאָס שטעלט נאָר אַ פוס אויף דער אַמעריקאַנער 
ערד. אַמעריקע איז טאַקע אֶלרייט, אָבער אַלע מענטשן ליידן דאָ 
שטאַרק פון די מאָגנס. שוין צען יאָר, אַז דער מאָגן איז ביי מיר 
אויך ניט אַזױ אַיי, אֵיי. ס'איז טאַקע ביטער, אָבער נעם דאָס אֵיין, 
װועסטו דאָס איבערקומען און ק'וועט דיר דערנאָכדעם זיין גוט, 

נתן האָט אַיינגענומען און זיך געלייגט שלאָפן. די שװועסטער האָט 
אָנגעצונדן ס'גאַז אייוועלע, ס'זאָל אים זיין װאַרעם דעם ברודער 
און אַליין זיך אַנידערגעזעצט אויפן בעט. זי האָט זיך דערמאָנט, 
אַז די מאַמע האָט אים זייער ליב געהאַט און פלעגט אים רופן נתניו 
און אײינמאָל האָט זי אים געקויפט אַ גראָ קוטשמעלע מיט אַ גרין 


111 


קוטאַסל, דערפאַר, װאָס די מאַמע האָט אים איינמאָל געקויפט אַ גראָ 
קוטשמעלע מיט אַ גרין קוטאַסל, האָט זיך ביי איר אין האַרצן אויפ" 
געוועקט זייער װאַרעמע געפילן צו איר ברודער און זי האָט זיך 
אָנגעבויגן און אים אַ לייכטן קוש געטאָן. 

פריידע האָט אַפילן אויף קיין איין מינוט ניט אַ קלער געטאָן 
אַז דאָס שלאָפט איר חתן אין בעט. זי האָט גוט געוואוסט, אַז דאָס 
איז איר ברודער נתן. אָבער אויסגעקומען איז שוין, אַז עס איז היינט 
ביי איר אַ גרויסער יום טוב. 


נתן מיט דער שװעסטער גײען שפּאַצירן 
אין קיצקיל פאַרק 


נתן מיט דער שװעסטער זיינען געגאַנגען שפּאַצירן, זי האָט אים 
געקויפט אַ ברוינעם מאַנטל, אַ געלע שליאַפּע און אים פאַרפּוצט 
אין די שיינע בגדים װי אַ מלכות. דעם ראָק האָט זי אים געהייסן 
פאַרשפּיליען אויף אַלע קנעפּ, דעם קאָלנער האָט זי פון אונטן אויס- 
געצויגן, ס'זאָל אויסקוקן לייטיש, דעם געלן הוט האָט זי אַרױפגעטאָן 
אויף זיין קאָפּ זייער פאָרזיכטיק, כדי דער קנייטש אינמיטן זאָל ניט 
קאַליע װערן און זיי זיינען ביידע אַװעק איבער פּיטקין עוועניהי 

נתן מיט ביידע הענט אין די קעשעניעס האָט געשפּאַנט גלייך און 
אויסגעצויגן און די שװועסטער זיינע האָט זיך געװויגט אין ביידע 
זייטן, 

די שװועסטער פריידע האָט אָנגעהױבן שװער צו סאָפּען; אַז זי 
גייט, זאָגט זי, אַ סך, איז איר שווער צו אָטעמעף 

--- לאָמיר גיין אין ,קיצל פּאַרק* וועלן מיר זיך זעצן אויף אַ באַנק 
און קוקן, װי די קינדער שפּילן זיך דאָרטן. 

--- יאָ, פריידע, --- מאַכט נתן --- לאָמיר גיין אין פּאַרק, זיך אַנידער- 
זעצן אויף אַ באַנק און קוקן, װי קינדער שפּילן זיך דאָרטן. 

אויף אַ באַנק אין קיצקיל פּאַרק האָט פריידע צעשפּרײט די פיס. 
און פאַרװאָרפן דעם קאָפּ אויפן ווענטל. איר פּנים איז געווען רוט 
און אירע ברילן האָבן געגלאַנצט פון דער זון. 

דער האַרבסט טאָג איז שוין געווען נאָענט צו נאַכט און אַ װינט 
האָט זיך אַרזמגעטראָגן מיט אַ צייטונג. ער איז געלאָפן מיט איר 
איבער אַלע אַלײען ביז װאַנען ער האָט זי אויפגעהאַנגען אויף אַ 


}1({ 


צווייג, זי דאָרטן איבערגעלאָזט און אַליין זיך אַװעק ערגעץ אַנדערש. 

נתן האָט אַראָפּגענומען זיין געלע שליאַפּע, זי אַרויפגעלײיגט אויף 
אַ קני און אויך פאַרװואָרפן דעם קאָפּ. ער האָט זיך דערמאָנט, וי די 
שוועסטער פריידע איז געשטאַנען לעבן פּאַיעזד אין אַ שטרויען 
היטעלע און אין ברוינע הענטשעקעס און האָט געשמיכלט. דאָס 
שטרויען היטעלע איז געווען באַצירט מיט רויטע וויינשעלעך, צווישן 
גרינע בלעטער. דער טאַטע מיט דער מאַמען זיינען געשטאַנען לעבן 
איר און געוויינט. זי האָט קיינמאָל ביז איר אָפּפאָרן ניט געטראָגן 
קיין שטרויען היטעלע מיט ברוינע הענטשעקעס. נאָר אַז מען שיקט 
אַ טאָכטער קיין אַמעריקע, קען מען זי דאָך ניט אָפּלאָזץ אַזױ אָ, 
לייטן אויף חוזק. האָט מען זי פאַרפּוצט און זי האָט אויסגעקוקט 
פונקט װי אַ פּריצטע. װען דער גלאָק האָט אַ קלונג געטאָן און די 
מאַמע האָט זי געװאָלט אַרומנעמען, האָט פריידע זיך אַ ריס געטאָן 
און אויסגעשריען מיט דערשרעק: 

--- פּאַװאָליע, מאַמע, וועסט נאָך צעקנייטשן מיין שטרויען היטעלע. 

--- נאַריש קינד װאָס דו ביסט, -- האָט די מאַמע געזאָגט, --- 
איך װעל דיך אפשר אין מיין לעבן מער ניט אָנזען און די ציטערסט 
איבער דיין היטעלע, 

פריידע האָט זיך פאַרשעמט און אָנגעהויבן צו כליפּען און וען 
די באַן האָט זיך גערירט, איז זי געשטאַנען ביים פענצטער און 
האָט נאָך אַלץ געויינט אַ פאַרפּוצטע אין די ברוינע הענטשעקעס 
און שטרויען היטעלע מיט די רויטע ויינשעלעך צװישן די גרינע 
בלעטער. 

אָבער ניט נאָר דאָס האָט זיך נתן געװאָלט דערמאָנען. ער האָט 
זיך געװאָלט דערמאָנען, אַז זי האָט ליב געהאַט אַחרון דעם משורר. 

--- זע נאָר, פריידע, --- האָט ער זיך אָנגערופן פאַרחידושט, --- 
פאַרװאָס פרעגסטו מיך ניט, װאָס ס'מאַכט אַהרון דער משורר? 

האַ, אַהרון דער משורר, יאָ טאַקע, -- האָט די שװעסטער זיך 
פאַרשעמט, --- װאָס מאַכט ער? 

אַהרון דער משורר האָט געהאַט אַ סאָפּראַנאָ און געזונגען אַ סאָלאָ 
מיט אַ ציטערדיק קולכל פאַר אַן עולם יידן אין שול אַלע שבת ראש 
חודש און פריידע פלעגט אַרױסקוקן פון די פענצטערלעך, װאָס אין 
דער ווייבערשער שול און געזען, װי אַהרון דער משורר אין אַ קליין 
יאַרמולקעלע שעמט זיך ניט און זינגט אַ סאָלאָ 


31}ן 


איינמאָל אַ שבת נאָכן עסן זיינען זיי ביידע געגאַנגען שפּאַצירן 
הינטער דער שטאָט און זיי האָבן זיך פאַרזאַמט ביז מעריב. פריידע 
איז געקומען אַהיים אַ פאַרפלאַמטע און אַ דערשראָקענע און די מאַמע 
האָט זי ניט געקנײפּט, װי איר שטייגער איז געווען, בלױיז אַנידער- 
געזעצט לעבן זיך און איר אָנגעהויבן צו זאָגן מוסר. די שטראָף- 
רייד זיינען געווען ערגער, װי געשלאָגן, און דאָס מיידל האָט געוויינט 
און זיך שטאַרק גענומען צום האַרצן. 

ס'איז געװאָרן קיל און זיי זיינען אַרוױפגעקראָכן אויפן באַרג, כדי 
זיך צו לאָזן אַהײם, אָבער אויבן האָט זיך נתן אָפּגעשטעלט, כדי צו 
באַטראַכטן דעם פּאַרק אין טאָל, זיינען שוין אַלע ביימער און גראָזן 
דאָרטן אונטן געווען שװאַרץ, נאָר די ליידיקע בענקלעך האָבן נאָך 
געגלאַנצט מיט אַביסל זון, אַביסל ווייטער האָט זיך געצויגן דער שװאַר- 
צער שטאָלענער בריק און איבער אים זיינען געלאָפן צוויי באַנען 
איינע אַנטקעגן דער אַנדערער מיט אָנגעצונדענע פענצטער. אַז 
זי האָבן זיך באַגעגנט, האָט די, װאָס האָט געדאַרפט אַריין אין טונעל 
אַ קוויטשע געטאָן, די צווייטע, װאָס איז ערשט געקומען פון דאָרטן 
האָט ניט אָפּגעענטפערט נאָר זיך אַ לאָז געטאָן מיט פרייד באַרג- 
אַרױף אַ פרייע און אַ דערלייכטערטע פון דער שווערער פינצטערניש, 
װאָס האָט זי געשטיקט אין דער אונטערערדישער גאַס. 

--- נתן, קום, --- האָט פריידע אים אַ צי געטאָן ביים אַרבל. דער 
ברודער האָט ניט געענטפערט און איז געווען, װי אין אַ חלום. האָט 
שוין פריידע אויך געמוזט בלייבן. זיי זיינען ביידע אַזױ געשטאַנען 
דער גרינער ברודער מיט זיין שװועסטער אין די גאָלדעגע ברילן 
אין דעם לאַנד אַמעריקע, אין דער שטאָט בראָנזװויל און געקוקט, 
וי דער פּאַרק אונטן איז געװאָרן חושך, אַפּילו די בענקלעך האָבן 
זיך שוין אויך אױסגעלאָשן, ווייט אַרום האָבן זיך געצויגן שװאַרצע 
פּוסטע פעלדער און וואו ניט וואו האָבן זיך געהויבן װי די שאָטנס 
הויכע, ברייטע, ניט פאַרענדיקטע הייזער, װאָס האָבן זיך געהאַלטן 
אין בויען. 


} 141 


אליעזר דער נאַכט-קאָסירער 


יעדע באַן-סטאַנציע האָט זיך אַ בודקעלע און אין יעדן בודקעלע 
פאַרשפּאַרט מען אַ מענטשן אויף לאַנגע שעהן, ער זאָל זיצן און בייטן 
גרויסע מטבעות אויף ניקלס, 

אליעזרן האָט מען אויך פאַרשפּאַרט אין אַזאַ בודקעלע פון 
אָנהױב נאַכט ביז העט פאַרטאָג. און די װענט פון דער סטאַנציע 
זיינען ליידיקע און גרויע און די דריי גולמס מיט די שפּיציקדיקע 
דישלס האָבן דווקא יאָ ליכטיקע אויגן, קוקן אָבער פון דאָרטן שטעגדיק 
אַרױס טאַמעװאַטע גרויסע ניקלס, 

אַלע אברים פון אליעזרס קערפּער מעגן אַיינשלאָפן, אָבער זיינע 
פינגער װועלן שטענדיק בלייבן װאַך. לעבעדיקע מידע פינגער, װאָס 
דאַרפן שוין ניט האָבן אליעזרס מח. זיי זיינען באַלעבאַטים פאַר 
זיך אַליין און בייטן גרויסע מטבעות אויף ניקלס גיך, גיך און מאַכן 
קיינמאָל ניט קיין טעות. אַ לעבן אויף זיינע פינגער; ווייל שפּעט אין 
דער נאַכט נאָגן די ליידיקע וװענט פון דער סטאַנציע אויס דאָס חיות 
און אַן אומעטיקייט פון דער גאָס אַזאַ מין דינע און מעטאַלענע 
פּונקט װי עמיצער װאָלט געאָטעמט איבער אַ בלעך, דרימלט אליעזר 
מיט גרויס רחמנות צו זיך אַלין און די פינגער זיינע טוען שוין 
פאַר אים די אַרבעט זעלבסטשטענדיקע און פּינקטלעכע, 

- אליעזרן װאָלט שוין געווען גוט, ווען ניט די אומגעבעטענע געסט, 
װאָס ציען זיך צו דער ליכטיקער סטאַנציע פון אַלע גאַסן אָפּגערי- 
סענע, אָפּגעשליסענע, מיט באַװאַקסענע פּנימער. 

אליעזר האָט מורא פאַר זיי, ווייל מענטשן, װאָס פאַרמאָגן מער 
ניט, װי די שמאַטעס אויף זייערע לייבער, זיינען הפקר צו דער גאַנצער 
וועלט און זיי קענען אים נאָך אָנכאַפּן ביים גאָרגל, דערװאַרגן און 
צונעמען ס'גאַנצע מינץ, װאָס ער האָט אָפּגעלײזט פאַר דער נאַכט. 

אין מענערשן ואַשצימער הייצט זיך אַ גאַנצע נאַכט אַ גרויסער 
אייזערנער אויוון. צעציען זיי זיך דאָרטן אויף די בענק און כראָפּען 
װאָלט אליעזר ניט מורא געהאָט פאַר זיי, װאָלט ער זיי געבראַכט 
קאָלדרעס און קישנס, ער װאָלט זיי אויסגעבעט וייכע געלעגערס 
און זיי געזאָגט: שלאָפּט טרעמפּעלעך, שלאָפט אָפּגעריסענע און לאָזן 
זיך אייך חלומן גוטע חלומות... 

צוריק מיט אַ פּאָר יאָר, האָט אים אַן אַלטיטשקער בעטלער גע- 


{15ן 


װאָרגן און ס'האָט געהאַט אַזױ פיל כוח אין די איסגעדייווערטע 
הענטלעך. ס'האָט געשנייט און ער איז אַריינגעקומען אין סטאַנציע 
אינגאַנצן אַ ווייסער און האָט ניט געהאַט קיין ניקל צו באַצאָלן. איז 
ער זיך געשטאַנען אין אַ זייט, געקוקט צום פענצטערל און געשמייכלט, 
דער שניי איז זיך צעגאַנגען, זיינע קליידער זיינען געװאָרן נאַס, אָמער 
אים האָט דאָס ניט געאַרט און ער האָט נאָך אַלץ געשמייכלט. ווען 
אליעזר איז אַרױסגעגאַנגען אָנואַרפן קוילן אין אויוון, איז דער 
אַלטיטשקער אָנגעפאַלן אויף אים פון הינטען אַרומעט און אים גע- 
נומען װאַרגן, 

פון װאַנעט האָט דער פּאָליסמאַן זיך דערוואוסט, אַז אליעזר איז 
אין אַ גרויסער צרה און אַז אָט באַלד קומט דער סוף זיינער? --- אָבער 
ער איז דערשינען אַ ווייסער, אַ הויכער, וי עוג מלך הבשן, מיט 
אַ פולן מאַנטל שניי און ער האָט דאָס געבראָכן די ביינער דעם אַל-י 
טיטשקן, אַז אליעזר האָט דאָס אַזש ניט געקאָנט צוזען און ער האָט 
זיך אָנגעהויבן בעטן ביי אים:; 
--- נו, גענוג שוין, גענוג שוין, װעסט דאָך אים אָט אַזױ נאָך דער- 
האַרגענען. 


שיינע רחל און בתיה די ציג 


אליעזר פאַרמאָגט אַן אייגענע כאַטע מיט אַ צעבראָכענעם גאַניק. 
דער רעגן האָט אויסגעזויגן די פאַרב פון די הילצערנע װענט; די 
ווינטן האָבן אָנגעלײיגט הויפנס שטויב אויף די שינדלען פון דאך 
און די ציג בראָדיעט אַרום אויף די פעלדער און האָט ניט װאָס צו 
עסן, ווייל אַלע גראָזן זיינען הויכע און ביטערע. 

! ווען בראָנזװיל האָט זיך ערשט אָנגעהויבן בויען האָט אליעזר 
אָפּגעקויפט די כאַטע פון אַן אײירישמאַן, אָבער אַלע גאָסן זיינען 
אויסגעלייגט געװאָרן ווייט אַרױף און דאָס הויז איז געבליבן שטיין 
איינע אַלײן צװישן די פּוסטע לאַטס, מיט דער ווייסער ציג און מיטן 
קוימען, װאָס האָט געלאָזט רויך גאַנץ פרי און פאַרנאַכט. 

מען האָט לעצטנס דאָרט אויסגעבויט אַ שיינעם שפּיטאָל פאַר געווי" 
נערינס מיט אַ רויטער הויכער װאַנט און אַ סך פענצטער. קוקן פון 
די פענצטער אַרױס ווייסע בעטן און אויף די בעטן ליגן פאַרחלשט 
די יידישע מאַמעס, די בענעלעך, סעמעלעך, סאַפיעס און סילוויעס 


61 


האָבן ניט קיין צייט און רייסן זיך שוין מיט אומגעדולד איף דער 
ווייסער וועלט, ווייל זיי קאָנען נאָך פאַרשפּעטיקן שפּילן באָל צו- 
זאַמען מיט אַלע קינדער אויף די בראָנזווילער גאַסן און שרייען 
נאָך העכער פון די רעדער פון דער באַן, װאָס לויפט אויפן שװאַרצן 
שטאָלענעם בריק איבער לבנון גאַס מיט גרויס אימפּעט. 

אליעזר שלאָפט בײטאָג און די ווייב זיינע, שיינע רחל, איז אַ טויבע, 
זיצט זי זיך גאַנצע טעג אויפן גאַניק, שמייכלט און בורטשעט זיך 
אונטער וי אַ קאַץ און קוקט אויפן ברייטן ווייסן וועג, װאָס שניידט 
דורך די פעלדער. באַװאַקסענע מיט בוריאַן און פּוסטע גראָזן. אויפן 
ברייטן וועג איז אַלע מאָל דאָ עפּעס צו זען. מאַשינען יאָגן און אַ 
ייד אַ פּעדלער שלעפּט זיך מיט זיין פּעקל. אַ גרינער טראַמװײ מיט 
אַ הויכן שטאַנג אויפן דאַך פירט בראָנזוילער קיין פלעטבוש און 
צוריק. פון די דראָטן שפּריצן פונקען פייער און אין די פענצטער קעפּ 
פון מענטשן, 

די ציג, די ממזרת, דערגייט איר אָבער רי יאָרן זי האָט ליב 
צו פאַרקריכן דער רוח וייסט וואו און שיינע רחל דאַרף נעבעך 
לויפן מיט אירע אַלטע פיס און שרייען 

--- בתיה, בתיה, וואו ביסטו, אַ שלאַק זאָל דיך טרעפן, 

די ציג הייסט בתיה. און קיינער ווייסט ניט װער ס'האָט איר אַזױ 
אַ נאָמען געגעבן 

פאַרנאַכט צינדט זיך אָן גאַנץ בראָנזװיל און שטעכט די פינצטערע 
פעלדער מיט מיליאָנען קליינינקע ליכטיקע שפּיזעלעך. די פענצטער 
פון שפּיטאָל זיינען צעעפנט און שװאַרץ. אַז די צייט קומט אָן און 
דאָס בענעלע אָדער סילוויעלש גיס זיך אַ ריס, הויבט אָן די מאַמע 
צו שרייען מיט גרויס צער און די ציג, װאָס שטייט און מעלקט זיך, 
דרייט אויס דעם קאָפּ אַהין פון װאַנען די געשרייען קומען און וואונ- 
דערט זיך: נאַרישע מענטשן, װאָס שרייען זיי, װאָס? 

אליעזר, אַז ער שטייט אויף פון שלאָף, דערלאַנגט אים באַלד זיין 
ווייב שיינע רחל אַ גלאָז װאַרעמע מילך, נאָר װאָס פון מילך-שעפעלע. 
זופּט ער טראָפּנװײיז מיט איין אייגל אַ פאַרמאַכטס און האָט הנאה, 
װאָס אַפילן אין אַמעריקע קען ער אויספירן צו האָבן אַ ציג ביי דער 
הויז, 


}171 


שימעלע דער אָפּערײטאָר 


שימעלע דער אָפּערײטאָר ביי קינדער-הייזקעס איז דאָס געװען 
אליעזרס חבר. ביידע זיינען געווען לאַנדסלײט פון איין שטאָט. ער, 
שימעלע, איז געווען אַ קליין"וואוקסיקער, מיט אַ גרויסן קאַפּעליוש, 
און אַלע אַרום אים זיינען געווען אַזױנע געזונטע און ברייטע. זיינע 
צוויי בנים, בילי און ווילי, זיינען געווען װי די ריזן. איינער האָט 
זיך געלערנט פאַר אַ לויפער און דער צווייטער --- פאַר אַ שלעגער. 
די טאָכטער זיינע, איוואַ, מיט ליכטיקע האָר און גרויסע, בלויע אויגן, 
איז געווען אַ הויכע און אַ שטאַלטנע. די יידענע זיינע, רבקה,, אויך 
אַ שווערע און אַ ברייטע, נאָר ער, שימעלע, איז געווען קליין און 
מאָגער. 

און װאָס האָט מען דאָרט אין הויז געהאַט צו אים! אַז די שכירות 
פון דער װאָך האָט ער ביז אַ פּעני אַװעקגעגעבן דער וייב זיינערי 
רבקהן. אַ שווייגנדיקער איז ער אויך געווען און געזעסן איז ער גאָר 
תמיד נאָך וועטשערע אין פינצטערן שלאָף-צימער פאַרן פענצטער, און 
געדרעמלט, 

געדאַנקען האָט ער געהאַט אַ סך, און אַפּילו ווען ער האָט אָנגע- 
הויבן דרימלען אַזױ זיצנדיק, האָבן זיי אויך ניט אויפגעהערט 
קומען און זיך אָנהױיבן וויגן צוזאַמען מיט דעם הויז אַנטקעגן, מיט 
אַלע דעכער און ער, שימעלע, אין מיטן, װי אין אַ גרויס בעט. 

אַז רבקה האָט זיך באַדאַרפט מיט אים קריגן, פלעגט זי שוין אים 
אָפּזוכן אין פינצטערן שלאָף-צימער, וואו ער איז געזעסן פאַרן פענצ" 
טער. די צוויי בנים, אַז זיי זיינען געווען אין הויז, האָבן אויך אונטער" 
געהאָלפן דער מאַמען, די טאָכטער איװאַ אָבער האָט ניט געקענט 
פאַרליידן און מיט אַ פאַרהאַלטענעם אָטעם פלעגט זי שטיין אין אַ 
ווינקעלע און איר פּנים האָט געפלאַמט פאַר חרפּה און בושה. דער 
טאַטע אַלין פלעגט בלייבן זיצן אויף זיין פּלאַץ מיט פאַרמאַכטע 
אויגן, געשוויגן און זיך צוגעהערט מיט גרויס חידוש צו יעדער קללה, 
װאָס איז געפאַלן אויף זיין קאָפּ, 

שימעלע איז זעלטן אַרױס פון די כלים, אָבער אַז דאָס ווייב זיינס 
האָט אים שוין גוט דערליגעט די ביינער, פלעגט ער זיך אויפהויבן 
מיט אַמאָל אַזױ טראָציק, פאַרשפּיליען דאָס מאַנטעלע אויף אַלע קנעפּ 
און אַװעק מיט אַזאַ מינע, באַגלייך װוֹי ער האָט דאָס מאָל אויף אַן 


1 


אמתן באַשלאָסן, אַז שוין, אויס. מערער טרעט שוין זיין פוס ניט 
אַרײין אין הויז. 

און וואוהין איז ער אַװעק! צום לאַנדסמאַן און חבר זיינעם, צו 
אליעזרן, אויף דער סטאַנציע, מיט אַ פּאָר בלאָק ווייטער, 

די חברים האָבן שוין װוינציק װאָס געהאַט װאָס צו ריידן צווישן 
זיך. איז שימעלע געזעסן אַן אַיינגעהױקערטער אין ענגן בודקעלע 
און אליעזרס פינגער האָבן געביטן ניקלס שנעל און פלינק, 

אַז דער אָװונט הויבט זיך אָן אין בראָנזװויל, לויפן די בחורים 
און מיידלעך קיין ניו יאָרק. אַ טייל אין די קאַלעדזשעס, וואו מען 
לערנט ביינאַכט, אַ טייל אין די מואוויס, טעאַטערן און טאַנץ-זאַלן, 
באַנען יאָגן זיך דעמאָלט זייער אָפט. לויפן זיי אַזױנע שװוערע איבער 
שימעלעס און אליעזרס קעפּ און ס'איז אַ חידוש, װאָס די סטעליע 
פאַלט ניט אֵיין און דאָס בודקעלע קערט זיך ניט איבער, 

אַז דער אָװנט הויבט זיך אָן אין בראָנזװיל, קומט אויך אָן אויף 
דער סטאַנציע דער שטענדיק-געקריוודעטער מאַן מיט זיין יונג ווייבל, 
װאָס האָט זיך פאַרלײיגט צו זיין אַן אַקטריסע און דערפאַר פאָרט 
זי אַלע אויפדערנאַכט קיין ניו יאָרק אין דער סטודיאָ, וואו מען לערנט 
זי צו זיין אַן אַקטריסע. 

דער מאַן װיל עס קײינמאָל ניט ליידן, און דערפאַר גייט ער איר 
נאָך אַזש פון הויז, טענהט צו איר, בעט זיך ביי איר רחמים. זי איז 
אַ נערוועזע, די דינע פרוי זיינע, און אַ כעסניצע אַ גרויסע. ער איז 
אַ װאָגיקער, מיט גרויסע לאַפּעס. ער איז זייער פאָרזיכטיק בשעת ער 
טענהט צו איר. און קומען קומט אים שטענדיק אויס ריידן צו אירע 
פּלייצעס, ווייל זי איז גיך אױף די פיס און לויפט פאָראויס. 
ער איז אַ שווערלעכער, קען ער זי קוים כאַפּן 

אַזױ אַלע נעכט. און קיינמאָל האָט ער זי טאַקע ניט אָפּגערעדט. 
זי װאַרפט אַרײן אַ ניקל מיט אַזאַ כעס און גיט אַ לויף איבער די 
טרעפּ אַזױ שנעל, אַז ער האָט אַפילו קיין צייט ניט פאַרענדיקן זיינע 
רייד. בלייבט ער אינמיטן דערינען מיט צענומענע הענט און עס איז 
אויף אים אַ גרויס רחמנות. 

אַז דער אָװנט הויבט זיך אָן אין בראָנזוויל, װערט די סטאַנציע 
אויך אַ פּונקט פון טרעפעניש פאַר די יונגע פּאָרלעך, װאָס ,גייען 
אויס". אַז די אַנדערע העלפט האָט זיך פאַרשפּעטיקט און קומט ניט 
אַזױ גיך, שטייט מען און מען װאַרט און די אויגן פאָרשן און זוכן. 


1ן 


פּונקט װי די אַמאָליקע שטאָט-פאָנאַרן, װאָס װאַרטן פאַרלאָשענע 
אויפן לאָמפּן-צינדער, אַז ער זאָל שוין קומען מיט זיין ברענענדיקן 
שטורקאַטש, אַזױ װאַרטן זיי אויף זייערע געליבטע. און אַז ער קומט, 
צינדן זיך אָן די לאָמפּן אין די אויגן און עס גייט אויף אַ פריידיקע 
ליכט. געאָרעמט לאָזט מען זיך גליקלעכע צו דער פּלאַטפאָרמע, וואו 
באַנען יאָגן פון בראָנזװיל קיין ניו יאָרק און נאָך ווייטער. 

באַנען יאָגן זיך פון בראָנזװיל קיין ניו יאָרק און שימעלעס הענט 
און פיס זיינען געפּענטעט. וואוהין װעט ער גיין, אַז ער האָט קיינעם 
ניט אויף דער װעלט?... זיצט ער אינגעהויקערט און די אױגן 
קלעפּן זיך ביי אים,. אליעזר דרימלט שוין אויך און זיינע בלייכע 
פינגער בייטן ניקלס און מאַכן קיינמאָל ניט קיין טעות, 

אַז ס'ווערט שפּעט אין דער נאַכט, קומט נאָך אַמאָל אויף דער 
סטאַנציע דער געקריוודעטער מאַן, שפּאַרט זיך אָן אין דער װאַנט 
מיט גרויס געדולד, אַז אַ באַן קומט אָן מיט אַ גערודעריי, כאַפּן זיך 
אַלע דריי אויף. אַ גרויסער עולם לויפט פון דער פּלאַטפאָרמע. דאָס 
פירן אָפּ די באַנען פון ניו יאָרק צוריק אַהיים די בראָנזװילער מענטשן 
פון די קאַלעדזשעס, פון די טעאַטערס, מואוויס און טאַנץ"פּלעצער. 

דער באַעולהטער מאַן האָט געדולד. אַלע באַנען װאַרט ער איבער, 
און אַז זי קומט, פאַרגעסט ער אַלע עוולות און ער גיט זיך אַ לאָז 
אַנטקעגן איר אַזאַ אויפגעלעבטער. אַ שאַל האָט ער איר אױך גע" 
בראַכט זי זאָל זיך פאַרװיקלען, ווייל די לופט איז געװאָרן קיל, זי 
איז בלייך, אויסגעמאַטערט און באַלײידיקט, דאָס יונגע ווייבל זיינס. 
אָבער ער האָט שוין אַלצדינג צוגעגרייט אין הויז. צעואַשן דאָס געשיר, 
דאָס בעט געמאַכט, װעט ער זי ברענגען אַ היים מיט גרויס ליבשאַפט, 
פּויען זי מיט הייסע טיי, איר העלפן זיך אױסטאָן, זיך לייגן מיט איר 
אין בעט און פאַרגעסן אויף אַ ווייל, אַז ער װיל ניט ליידן, װאָס זי 
לויפט אַלע אָװנט קיין ניו יאָרק אין דער סטודיאָ און װער װייסט 
מיט וועמען זי טרעפט זיך דאָרטן 

שימעלע בלייבט ניט נעכטיקן אויף דער סטאַנציע. זיין טאָכטער 
איוואַ קומט אים אָפּנעמען. צום אַלעם ערשטן מאַכט ער זיך, אַז ער 
װויל טאַקע ניט אומקערן זיך אַהיים, אָבער ער קערט זיך אום, טוט 
זיך אויס אין דער פינצטער און לייגט זיך אַ שטילינקער לעבן זיין 
ווייב רבקהן, װאָס שנאָרכעט זייער ערנסט אַ פאַרטיפטע אין אַ 
געשמאַקן שלאָף. 


01 


שימעלעס שאַבּ 


דריי זיינען זיי דאָרטן געווען, װאָס האָבן צװאַנציק יאָר געאַרבעט 
צוזאַמען און זיך קיינמאָל ניט באַמערקט, 

דעם באַלעבאָס װאָלט אויסגעקומען מאָדנע צו טראַכטן זע נאָר, 
איך באַמערק גאָר קיינמאָל ניט שימעלען דעם אָפּערײטאָר, אַקוראַט, 
וי ער װאָלט יאָ געווען און ניט געווען. דאָס זעלבע װאָלט אויסגע- 
קומען מאָדנע צו טראַכטן שימעלען וועגן משה אַהרון דעם פּרעסער 
און משה אַהרונען וועגן שימעלען. 

אפשר דערפאַר, ווייל דער שאַפּ איז געווען אַ פינצטערער און ער 
האָט קיינמאָל קיין טאָג ניט אָנגעזען. שטענדיק אַן אַיינגעהילטער 
אין שאָטנס. איז אויך אויסגעקומען מאָדנע, װאָס אין דרויסן איז 
העלער טאָג און אין שאַפּ ברענען לאָמפּן, װי ביינאַכט. משה אהרון 
פּרעסט. שימעלע לעבן דער מאַשין ציט קינדער-הייזקעס פון אונטער 
דער נאָדל און דער באַלעבאָס גייט אום אַ שוייגנדיקער און גיט 
אַכטונג אויף די פּאָר מיידלעך ביי די איבעריקע מאַשינען. 

אין דעם שאַפּ האָט מען קײינמאָל ניט געזונגען, װי ס'פירט זיך אין 
אַנדערע שעפּער. משה אהרון אין די ערשטע יאָרן האָט יאָ געפּרואוװט 
זינגען, אָבער ער פלעגט עפּעס אינמיטן דערינען פאַרשעמט װערן 
און אָפּהאַקן. אַ חוץ דעם, פון זינט ער האָט אָנגעהױבן האָבן צו טאָן 
מיטן מאָגן, שוין העכער פופצן יאָר, איז ער אינגאַנצן געװאָרן אַן 
אומעטיקער. ער איז אומעטיק געװאָרן דערפאַר, װאָס ער טאָר צוליב 
זיין קראַנקן מאָגן גאָרניט עסן אַ חוץ קאַשקעלעך אין פּוטער, פון האָ- 
בערגריץ. אַזױ האָט אים אַ גרויסער דאָקטאָר איינמאָל פאַרזאָגט, 
זיינע קאַשקעלעך פלעגט ער זיך מיטנעמען פון דערהיים אֵין אַ טע- 
פּעלע און זי אָנװאַרעמען אויפן גאַזדאײוועלע מיטאָג-צייט. דערנאָכ- 
דעם פלעגט ער זיך אַנידערזעצן אויפן ביגל-טיש און מיט אַ לעפל 
גלייך פון טעפּל אַרױסשקראָבען פון דאָרט די קאַשע. 

די מיידלעך פלעגן זיך בייטן אַלע װאָך. קיין איינע פון זיי האָט 
ניט קיין חשק געהאַט צו פאַרבלייבן אין אַזאַ שאַפּ. משה אַהרון און 
שימעלע אָבער זיינען קיינמאָל ניט אַװעק. די לעצטע פינף יאָר איז 
אויך פאַרבליבן גאָסי די פינישערין. די ערשטע צייט האָט זי אויך 
געװאָלט אַנטלויפן און גערעכנט: לאָז זי נאָר געפינען אַן אַנדער פּלאַץ 
און זי װעט דעם פינצטערן לאָך שוין פאַרלאָזן. ס'האָט זיך אָבער אַזױ 


|21{ 


געמאַכט, אַז זי האָט ניט געקענט געפינען קיין אַנדער פּלאַץ און 
איז שוין פאַרבליבן מיט משה אַהרונען און שימעלען. 

דער באַלעבאָס איז געווען דער בלאָנדזשענדיקער שאָטן פון שאַפּ 
אַלע דאָרטן זיינען כאָטש געווען פאַרטיפט אין דער אַרבעט. ער האָט 
אָבער גאָרניט געהאַט װאָס צו טאָן. פלעגט ער זיך אַרומדרײען אַן 
אומעטיקער און ניט געוואוסט, װאָס װעט זיין דער סוף. 

װאָלט ער כאָטש אַרױקגעגאַנגען אינדרויסן זיך דורכשפּאַצירן 
איז אים קיינמאָל גאָרניט איינגעפאַלן אַזאַ זאַך. אַקוראַט װי עמיצער 
װאָלט אים פאַרשאָלטן און ער מוז דוקא אַרומבלאָנדזשען אין זיין 
שאַפּ אַ פאַראומערטער. 


ווילי און בילי 


ווילי איז אַלט געווען זעכצן יאָר און בילי אַכצן. ווילי האָט זיך 
געלערנט פאַר אַ לויפער און בילי פאַר אַ שלעגער און דערפאַר טאַקע 
זיינען זיי ניט געגאַנגען אַרבעטן. וייל, װי זיי האָבן דערקלערט 
דער מאַמען גאַנץ ערנסט ניט איינמאָל, צו װאָס דאַרפן זיי פינצטערן 
ערגעץ אין אַ שאַפּ פאַר אַכצן דאָלער אַ װאָך; זיי װעלן זיך איצטער 
אין זייערע יונגע יאָרן זיך בעסער לערנען אַ לייטישערע מלאכה, 

איז ווילי אַלע טאָג געלאָפן, געלאָפן אָן אויפהער. אַפילו אין הויז 
אויך געלאָפן, פון קיך אין אַלקער און פון אַלקער אין קיך, מיט גרויס 
ערנסטקייט און פּונקט דענסטמאָל, װען שימעלע איז זיך געזעסן 
פאַרן טיש מיט פאַרמאַכטע אויגן. (זיצן מיט פאַרמאַכטע אויגן פאַרן 
טיש איז געווען שימעלעס באַליבטע טבע, װי ער האָט אַמאָל דער" 
קלערט, אַז כדי דער טומל פון שאַפּ זאָל אים אַרױס פון די אויערן). 

בילי האָט זיך געשלאָגן. געגעבן בוכטשעס די יינגלעך אין גאַס, 
געגעבן בוכטשעס דער טיר, און יענע האָט שוין געוואוסט זיין טבע 
און זיך אַליין געעפנט; געשלאָגן זיך מיטן טיש און מיטן קישן און 
אײינמאָל, פאַרגעסנדיק זיך, האָט ער אויך דעם טאַטן זיינעם, װאָס 
איז צופעליק אָנגעקומען אַנטקעגן, אויך אַ בוכטשע געטאָן. פון דעם 
קלאַפּ איז שימעלע געפאַלן חלשות און וען ער האָט זיך אויפגע- 
כאַפּט, איז שוין געלעגן אַ קאַלטער קאָמפּרעס אויף זיין בויך און 
בילי איז געשטאַנען אין אַ ווינקל און האָט געראָיעט. ער האָט שוין 
געמיינט, אַז שוין, אויס טאַטע! שימעלע האָט ניט געהאַט קיין כח צו 


1 


זיין אין כעס אויף זיין זון. ער האָט נאָר געקוקט אויף אים מיט אַ 
וואונדער און זיך געחידושט: װי קומט דאָס, װאָס ביי אים האָט גע- 
קענט אוױיסװאַקסן אַזאַ בורמילא!.., 


מינעמט אױף געסט אין בראַמזוויל 


זונטיק איז נתן געגאַנגען מיט דער שװעסטער צוגאַסט צו איר 
חברטע פּעסי. מען האָט דערלאַנגט עפּל, ניס, באַנאַנאַס און טיי מיט 
קיכלעך. ליאָ, דער מאַן אירער, דער סטאָליער, האָט אָנגעטאָן ס'רעקל 
און זיך געזעצט אויבן-אָן און צעלייגט זיינע געזונטע ידים איבערן 
גאַנצן טיש. ער האָט זיך געחכמהט, דער באַלעבאָס. צווישן חברים, 
אין גאַס, אָדער אין שאַפּ, האָט ער זיך מורא צו חכמהנען, כדי מען 
זאָל אים ניט אױסלאַכן. שווייגט ער תמיד, הערט זיך צו צו קלוגע 
מענטשן און שמייכלט. אין דער היים אָבער איז ער זייער אַ ויכ- 
טיקער און שטאַרקער. אָן אים װאָלט דאָס וייב מיטן מיידעלע 
גאָר ניט געקענט אויסקומען. אַלצדינג דאָ אין שטוב איז זיינס: די 
װיקטראָלאַ מיט די רעקאָרדס, בעטן, ס'גאַנצע מעבל, אַפילו די באַ- 
נאַנאַס מיט די ניס. דערפאַר האָט ער ניט מורא זיך צו חכמהנעףן 
דאָס ווייב מוז לאַכן און אויך די געסט. אַז ניט קאָן ער צונעמען דעם 
כיבוד און אים פאַרשליסן אין שאַפע. ער קען אַפילו, אַז ער ויל, 
אַרױסטרײבן דאָס ווייב מיט די געסט צװאַמען. דאָס קינד, פאַר- 
שטייט זיך, װעט ער ניט אַרױסטרײבן, ווייל ס'איז אויך זיינס און 
ווייל ער האָט דאָס ליב און ס'איז געראָטן אין אים. דאָס קינד זיצט 
איצט אויף זיינע קני, רוימט פון טיש די ניסלעך און דערלאַנגט 
זיי דעם טאַטן, ער זאָל זיי פאַר איר צעקנאַקן, 

די װיקטראָלאַ האָט געשפּילט ,אלי, אלי? און זיי זיינען אַלע געזעסן 
אין אַ צימער, וואו ס'שטייט אַ נאַקעטער פּאָליטורטער טיש מיט אַ 
גרויסן גלאָז איבערגעדעקט, כדי מען זאָל דאָס געפאַרבטע האָלץ 
ניט פאַרפלעקן. די שטולן זיינען אין טשעכאָלן איינגעוויקלט. אומ- 
באַקװעמע, מיט גלייכע אויסגעצויגענע ווענטלעך. אױף די װענט 
איז אויסגעמאָלט פיש און אַ טייך מיט גראָזן און ווייסע שטיבעלעך 
מיט גרינע גאַניקעס, סאַמע אונטער דער סטעליע זיינען אַרײינגעזעצט 
דריי לעמפּעלעך -- אַ געלס, אַ רויטס און אַ גרינס. האָט דער באַי 
לעבאָס אָנגעצונדן אלע דריי לעמפּעלעך און זיך צעשמייכלט פון זיין 


} 1 


אייגענעם איינפאַל. ער, ליאָ, איז געווען אַ ,מיינסטער? װיקטראָלאַ- 
שפּילער און דערפאַר האָט ער קיינעם ניט צוגעלאָזט צו איר. איז ער 
געשטאַנען לעבן דער װיקטראָלאַ מיט איין אויג אַ פֿאַרמאַכטס, 
אונטערגעקנאַקט מיטן פינגער און געהאַט גרױיס הנאָה פון דעם 
האַרצרײסנדיקן ,אלי, אלי". און אַז דאָס געזאַנג האָט זיך אויסגע- 
לאָזט, האָט ער אָפּגעװישט דעם שווייס פון שטערן און אַ מאַך געטאָן 
צו נתנען וי אַ גרויסער מומחה;: 

--- ס'איז יאָסעלע ראָזענבלאַט. װאָס זאָגסטו נאָר אויף דער שטי" 
מעלע גנב? ער מאַכט אפשר הונדערט טױזנט דאָלער אַ יאָר פאַר 
זיינע סאָנגס, 

שפּעטער-צו זיינען אָנגעקומען נאָך געסט. פריינט און באַקאַנטע 
יונגעלייטלעך מיט זייערע ווייבלעך. מען האָט זיך אַלע אויסגעזעצט 
ביים טיש, אַרױסגענומען אַ ניי פּעשל קאָרטן און געזעצט זיך רייבן 
אַ ,גיים" איינע נאָך דער אַנדערער. נתן מיט דער שװעסטער האָבן 
שוין ניט געהאַט דאָרט װאָס צו טאָן, האָבן זיי זיך געזעגנט און אַרױס 
אויף דער גאַס. 

ס'איז שוין געווען פאַרנאַכט און אַלע פענצטער זיינען געשטאַנען 
אָפּענע צו דער גאַס. אומעטום האָבן געשפּילט װיקטראָלאַס און אומע- 
טום האָט מען געקאָנט הערן, װי לודוויג זאַץ פּעשטשעט זיך אויפן 
רעקאָרד: ;איך וויל ניט גיין אין חדר". אָדער מאַלי פּיקאָן חנדלט 
זיך פון דער װיקטראָלאַ אַרױס: ;ס'פעלט איר די ראָזשינקע, ס'פעלט 
איר די ראָזשינקע", אָדער אַ טרויעריקער ימים-נוראימדיק קול פון 
יאָסעלע ראָזענבלאַט, װאָס וויינט און קלאָגט אַזױ זיס, אין זיין ,ומפּני 
חטאינו", 


ביים רייכן לאַנדסמאַן 


דער רייכער לאַנדסמאַן, װאָס האָט אַ גרויסן שאַפּ אויף בראָדװויי 
און אין יאָנקערס, איז זיך געזעסן אין באַלויכטענעם גאַניק, אָנגע- 
שפּאַרט אויף זיידענע קישעלעך און זיך געהוידעט אין אַ שטל. 
פריידע מיטן ברודער זיינען געבליבן שטיין ביי דער טיר, װוי צוויי 
אָרעמע קרובים און געװאַרט, אַז ער זאָל זיי איינלאַדן אינוייניק 
און זיך זיי הייסן זעצן 

אויף איסטערן פּאַרקװײ ציט זיך אַ בולװאַר אינמיטן דער ברייטער 


1 


גאַס. הויכע געדיכטע ביימער פון ביידע זייטן פלעכטן זיך מיט די 
צווייגן און פאַרשטעלן דעם הימל. װען דער טאָג איז זוניק זיצן 
דאָרטן אויף די גרינע בענק די גאָװערנאַנטקעס מיט אויסגעפּוצטע 
קינדערלעך. די שיינע הייזער, װי די פּאַלאַצן, האָבן אַ סך פענצטער 
און איבער די פענצטער הענגען געשטרייפטע קאָלירטע חופות. 
די גאַניקעס זיינען ווייסע און גלאַנצן אַנטקעגן דער וועלט מיט גרויס 
גאַוװה. אין דער גאַס וואוינען בלויז די רייכע און דערפאַר איז דאָרטן 
אַזױ ברייט און ליכטיק און דערפאַר וואוינט אויך דאָרטן דער לאַנדס- 
מאַן זייערער, װאָס האָט אַ גרויסן שאַפּ אויף בראָדװיי און אין יאָנקערס, 

סאָלאָמאָן הייסט ער. ער איז אויך אַמאָל אָנגעקומען קיין בראָנזװיל 
אַן אָרעמער און אַן איבערגעשראָקענער פון דער גרויסער פרעמדער 
וועלט און דערפאַר האָט ער זיך געטוליעט צו זיינע קרובים מיט אַזױ 
פיל שטומער הכנעה. אַ פּאָר טעג נאָך זיין אָנקומען, האָבן די אייגענע 
געװאָלט ער זאָל זיך אויסרוען, איידער מען װעט אים געפינען אַר- 
בעט, האָט ער זיך אַרומגעדרײט איבער אַלע צימערן און קיין שום 
אבר האָט ניט געקאָנט רוען. פאַרטאָג האָבן די זייגערס געשריען אי- 
בערן גאַנצן הויז און די גאַנצע שטאָט איז געװאָרן אַזױ אומרואיק און 
אין די טונקעלע גאַסן האָבן זיך געלאָזט לויפן אַזױ פיל מענטשן 
זיינע אייגענע זיינען אויך אַװעקגעלאָפן, זיינען געבליבן זייערע בעטן 
ניט פאַרבעט און אים האָט מען איבערגעלאָזט אַליין מיט די שפּיגלען 
אויף אַלע ווענט און אַלע שפּיגלען האָבן געצייגט, וי ס'דרייט זיך אַרום 
אַ בחור מיט איבערגעשראָקענע אויגן און ווייסט ניט װאָס צו טאָן... 

דערפאַר, אַז מען האָט פאַר אים שוין געפונען אַרבעט, איזן ער 
אויך געלאָפן אַלע פאַרטאָג איבער די גאַסן צום באַן. געלאָפן און 
געפרייט זיך, װאָס אַלע מענטשן מיט אים האָבן איין ציל. ער האָט 
זיך אויך געפרייט, װאָס אין שאַפּ האָט זיין מאַשין געשטעפּט און 
דאָס בענקל איז געווען זיין פּלאַץ, זיין שטיקל באָדן פאַר דעם גאַנצן 
טאָג, 

נתן איז איצט געקומען צו אים זוכן אַ דזשאַב אין זיין שאַפּ --- און ער 
איז שוין אַזױ רייך: דאָס הויז זיינס און די רייכע מאַשין, װאָס װאַרט 
אויף דער גאַס איז אויך זיינע. די טאָכטער איז אַ קראַסאַװיצע און 
זעט אויס וי אַן עכטע אַמעריקאַנערין. קען ניט קיין װאָרט יידיש 
און רעדט אַזױ קונציק די אַמעריקאַנישע שפּראַך, שפּילט טעניס, 
טרייבט אַ מאַשין, און דאָס רייכע הויז מיט דעם לוקסוסדיקן מעבל 


51 


איז וי צוגעפּאַסט פאַר איר. ער איז מיט זיין ווייב געגאַנגען וי פאַר- 
בלאָנדזשעט, פאַרבלאָנדזשעט אין דער ברייטער גאַס מיטן קילן 
שטילן בולװאַר, ווייל רעכט ענגליש ריידן קענען זיי נאָך ניט. אויף 
די פּנימער ליגט נאָך אױיסגעגאָסן דאָס פּוילישע שטעטל מיט אַלע 
פישטשעווקעס. ס'האָט ניט געהאָלפן, װאָס דאָס ווייב זיינס האָט זיך 
אונטערגעשוירן די האָר, טראָגט קורצע קליידלעך און פאַרבט זיך 
די ליפּן, עס האָט אויך ניט געהאָלפן, װאָס ער טראָגט נאָר זיידענע 
העמדער מיט דימענטן אויף דעם שניפּס און גאָלט זיך אַלע טאָג 
די מאָרדע. סאַרט אים אָבער ניט, ווייל די גאַנצע האָפענונג איז די 
טאָכטער זיינע און ער װעט איר דערפאַר אַװעקגעבן אַלע זיינע רייב- 
קייטן, זי האָט געװאָלט אַ מאַשין, האָט ער איר געקויפט; זי האָט 
געװאָלט אין קאַלעדזש, האָט ער זי געשיקט. וייסט זי אַלצדינג און 
זי איז קלוג ווי די װעלט; אפשר נאָך קליגער פון טאַטע און מאַמע. 

סאָלאָמאָן װעט הייסן דערלאַנגען כיבוד צו זיינע אָרעמע לאַנדס- 
לייט. די שװואַרצע דינסט איז העפלעך פּונקט וי צו אַנדערע געסט. 
אָבער אירע אויגן שפּאָטן. מילא, לאָז זי שפּאָטן. נתן וויל אַ דזשאַב, 
אוודאי װעט ער אים געבן. אַ פּרעסער זיין װויל ער? אַ פּרעסער מאַכט 
זעכציק דאָלער אַ װאָך און אַמאָל מערער. אָבער זאָל ער ניט פאר- 
געסן, אַז מען טוט אים אַ טובה און זיך ניט פאַרמישן מיט דער יוניאָן, 
ווייל די יוניאָן איז אַ באַנדע רויבער. לאָז ער אַרויפקומען צו אים 
אין אַ פּאָר טעג װעט ער אים, נתנען, שוין לאָזן וויסן. 

די טאָכטער זיינע הייסט עמאַ און זי איז געבליבן שטיין אויף דער 
שװועל אַ הויכע און שטאָלצע פאַר די אָרעמע געסט. זי האָט שװאַרצע 
האָר און איר קליידל איז אַ ווייס און אַ קורצס. שיינען פון דאָרטן 
אַרױס אירע פיס אַזױנע שטייפע און חנעוודיקע. נתן האָט זיך אויפ- 
געהויבן, און ער איז אויך אַ הויכער און אַ שטאָלצער. ער איז טאַקע 
אַ גרינער, אָבער ער פאַלט ניט אַראָפּ ביי זיך. קוקט ער גלייך אין 
די אויגן אַרײן פון דער רייכער אַמעריקאַנער מיידל און מיינט צו 
זאָגן: נאַרעלע, ביזט טאַקע שיין און דיין טאַטע איז אפשר אַ מיליאָ- 
נער. מיינסטו שוין אוודאי, אַז דו דאַרפסט זיך פילן געהויבענער פון 
מיר, נאַרעלע, ווען איך האָב נאָר די געלעגנהייט צו זיין מיט דיר 
אליין און איך ווייס אַזאַ סוד, װאָס אַלע מענטשן װערן דענסטמאָל 
גלייך, װאָלסטו געפאַלן אין מיינע הענט, װי אַ הילפלאָזע טויב און 
דיין רייכקייט װאָלט שוין גאָרניט די ווערט געהאַט. 


} 26 { 


זי האָט אָבער ניט פאַרשטאַנען, װאָס ער מיינט. דעם טאָטן האָט 
זי אַ קוש געטאָן אין דער באַק אַרין און געזאָגט: ,סאָ לאָנג אָלד 
מען". דער אָלד מען" האָט זיך צעשמאָלצן פון נחת און נאָכגעשריען; 
,גיי געזונטערהייט, טאָכטערשע, אָבער זיי ניט ווילד". 

די מאַשין פאַרן הויז האָט אָנגעהויבן ציטערן. ס'האָט זיך אַ קאָך 
געטאָן, אַ דריי געטאָן אינװײיניק און דער גאַנצער מעטאַלענער קער- 
פּער האָט געגעבן זיך אַ ריס פאָראויס גראַציעז און שלאַנק אין 
דער מיט פון דער ברייטער גאַס. 


נתן קאָן ניט שלאָפן 


שוין די דריטע נאַכט אין אַמעריקע, און נתן קאָן נאָך אַלץ ניט 
שלאָפן. דער פאַרטאָג האָט אַרײנגעשפּאַנט אין צימער אַ בלאַסער, 
אַ צעטראָגענער. די שװועסטער פריידע ליגט אויף אַ זייט און ווייסט 
גאָר ניט, אַז די קאָלדרע איז אַראָפּגעפאַלן פון בעט נאָך אין מיטן 
דער נאַכט. די ברעמען אירע זיינען געדיכטע, שװאַרצע, און דאָרטן 
האָט זי פאַרבאַהאלטן אירע אַלע מחשבות, 

;שלאָף, פריידע, שלאָף, ווייל אהרון דער משורר האָט שוין לאַנג 
חתונה געהאַט. ער האָט שוין צוויי קינדער, אַ יינגעלע מיט אַ מיידעלע, 
זיין ווייב הייסט ברכה און קינדלט שוין מיטן דריטן. שלאָף, שוועס- 
טער, און אַז איך װעל געפינען די גרויסע פרייד אין אַמעריקע, 
וועל איך זי דיר אינגאַנצן אַװעקגעבן און פאַר זיך גאָרניט לאָז 
ווייל וויי איז צו דער בתולה, װאָס איר לייב איז פאַרװיאַנעט געװאָרן 
און זי דאַרף טראָגן גאָלדענע ברילן", 

דער וועק-זייגער האָט זיך צעשריען און אַן אומרו האָט זיך צע- 
װאַקסן. די בעטן זיינען געװאָרן האַרט און מען האָט שוין ניט גע- 
קענט איינליגן. איבער אַלע צימערן האָבן טירן אָנגעהױבן צו סקרי- 
פּען און באָרװעסע פיס זיינען אומגעלאָפן איבער די פּאָדלאָגעס, 

--- אוי! --- האָט פריידע אַ געשריי געטאָן, ווען דער זייגער האָט 
זיך צעשריען. זי איז גלייך געווען אויף די פיס און געצויגן אויף 
זיך אירע קליידלעך, 

--- שלאָף, נתן, שלאָף, רו זיך איצט אויס אין אַמעריקע. אָבער 
נתן קאָן ניט רוען, ווייל אויף אים איז אויך געפאַלן די קללה. גאַנץ 
בראָנזוויל איז איצט אויף די פיס, קאָן ער דען איינליגן? 


11 


אין קיך ביים אויוון שטייט שוין די באַלעבאָסטע אין נאַכט-העמד 
און קאָכט אייער און קאַװוע מיט מילך. די קאַװע איז הייס און בריט. 
דער בייגל מיט פּוטער איז האַרט און װאַרגט אין האַלדז, 

--- וואוהין גייסטו, נתן? --- מאַכט די שוועסטער, -- און זי איז 
שוין אויף יענער זייט טיר, 

אָבער נתן קאָן ניט פאַרבלייבן. ער איז אויך אַרױס פון הויז און 
לויפט איר נאָך. ער מיט דער שװעסטער זיינען אַרײנגעפאַלן אין 
דעם עולם, װאָס האָט זיך געצויגן מיט אַ רעש פון אַלע עקן און 
ווינקעלעך צו דער שװאַרצער בריק, װאָס הענגט אין דער לופטן 
איבער אַלע דעכער. די פּלאַטפאָרמע שיינט מיט קילע, אױסגעמאַ 
טערטע לעמפּלעך. איבער די טרעפּ אַרױיף צו לויפן פיס אָן אַן 
אָטעם. באַנען געפּאַקטע טראָגן זיך, און די פענצטער זיינען שװאַרץ 
פון קעפּ און פּנימער. בראָנזװויל גייט צו דער אַרבעט, קיינער קאָן 
ניט איינרוען אין אַזאַ שעה און נתן ווייסט ניט װאָס צו טאָן 

די שװועסטער איז אַרױף די טרעפּ און נאָך איר זיינען הונדער- 
טער און טויזנטער באַלד אַרױף און זי איז פאַרטראָגן געװאָרן אין 
די אָפּענע טירן פון דער באַן. מער זעט ער זי שוין ניט, 

נתן האָט זיך אומגעקערט אַהיים, אין דרויסן איז שוין געווען ליכ- 
טיק, אָבער אין צימער איז נאָך געווען טונקל. אויף די צעקנייטשטע 
בעטן און אויף די וענט זיינען אומגעלאָפן אומרואיקע שאָטנס. 
האָט זיך נתן אַנידערגעזעצט אויף דער ערד, דעם קאָפּ אַרײנגע- 
נומען אין די הענט, פאַרמאַכט די אויגן און אַזױ איינגעשלאָפן. 


אַ טאַנץ אין סאָבוי 


אין בראָנזװיל קאָן מען זען, װי די זון גייט אויף ערשט ווען מען 
שטייט אויף דער פּלאַטפאָרמע פון דער שטאָלענער שװאַרצער בריק. 
אַ גרויסער אַמעריקאַנער הימל מאָנט עפּעס ביי נתנען מיט גריס 
ווייטיק, װאָס איז נתן שולדיק? 

פון אַלע גאַסן איילן אַהער בלאַסע מיידלעך מיט איסגעצױגענע 
ווייסע העלדזער און פון אַלע טירן לויפן בחורים מיט שטיקער נאַכט 
אויף זייערע אָנגעבױגענע פּלײצעס. דאָס גרויסע שטיק פייער אין 
מזרח נאָגט און בעט און מיט װאָס קאָן ער זיך פאַרענטפערן, אַז ער 
האָט גאָרניט אַ חוץ די קליידער אויף זיין קערפּער. סיידן ער זאָל זיך 


| 28 { 


אױיסטאָן נאַקעט און אַװעקגעבן אַלצדינג, װעט אים שוין גאָרניט וי 
טאָן און ער װעט שוין קיינעם גאָרניט בלייבן שולדיק, 

אַ באַן דאַרף אָנקומען. ציטערן די ברעטער אויף דער פּלאַטפאָרמע 
און טויזנטער אויגן זיינען אָנגעשטרענגט. אַ באַן לויפט אָן. איין אויג 
אַ רויטס, דאָס צווייטע אַ גרינס און די שוועסטער פריידע האַלט נתנען 
ביים אַרבל און מאַכט דערשראָקן: 


--- פּאַװאָליע, נתן, פּאַװאָליע, מען זאָל ניט איבערפאָרן. 
דאָס פירט זי איר ברודער אין שאַפּ אַריין צו זיין ערשטן טאָג 
אַרבעט אין אַמעריקע. 


פון אַלע בעטן און פון אַלע געלעגערס איז מען אױפגעשטאַנען 
מיט שטיקער שלאָף אין די אויגן. די, װאָס זיצן אויף די בענק, האַלטן 
צוגעמאַכט די אויגן, שאָקלען זיך און ווילן גאָרניט קוקן אויפן פרי- 
מאָרגן-טאַנץ אין דעם וייסן װאַגאָן מיט די שװאַרצע פענצטער. 

די, װאָס שטייען אָנגעפּאַקט איינער איבערן אַנדערן, ווייל זיי האָבן 
שוין קיין פּלאַץ ניט, מוזן טאַנצן. די שווערע רעדער זיינען די קלעז- 
מער און זי קלאַפּן אויס דעם ניגון צום טאַנץ: טראַדטאַיטאַדטאַ. בלאַסע 
מיידלעך מיט שטיקער שלאָף אין די אויגן קאָנען זיך ניט האַלטן 
אויף די פיס, שטרעקן זיי אויס די הענט און ווילן פאַלן די בחורים 
אויף די העלדזער. די בחורים בויגן זיך, לאָזן זיך ניט, הויבן די הענט 
צו דער סטעליע און ווילן זיך אין ערגעץ אָנכאַפּן, בלייבן פאַרחלשט 
די מיידלעך, פאַרמאַכן די אויגן און לאָזן אָפּ די הענט הילפלאָזע און 
שטומע. גיט דער װאַגאָן אַ שפּרונג אונטער, אַ טרייסל, און אַלע הויבן 
די הענט, כדי זיך ערגעץ אָנכאַפּן און אַז זיי האָבן ניט וואו, בויגן 
זיי זיך צו דער ערד, פאַלן אַלע אינאיינעם איינער אויפן צווייטן, 

נתן האָט אויך געטאַנצט אין װאַגאָן. זיין פּאָרל איז געווען אַן איטאַ- 
ליענער מיידל מיט גרויסע שװאַרצע אויגן. האָט זיך אָבער דער בחור 
געשעמט, ווייל ס'איז אים געווען ס'ערשטע מאָל. די שװועסטער פריי- 
דע האָט זיך שוין אָבער ניט געשעמט. איר פּאָרל איז געווען אַ הוי- 
כער נעגער מיט ברייטע פּלײצעס, און וען זי האָט פאַרמאַכט די 
אויגן, אָפּגעלאָזט די הענט און איז געפאַלן, האָט ער זי אַרומגענומען 
מיט ביידע הענט און אַזױ זיינען זיי שוין פאַרבליבן, 


נתן איז אַ הויכער און דאָס איטאַליענער מיידל האָט פאַרװאָרפן 
איר קאָפּ אויף זיינע אַקסלען איז ווען ער שעמט זיך ניט, װאָלט 


11 


ער זי געגלעט איבער אירע גלאַנציקע שװאַרצע האָר און װאָלט גע- 
זאָגט; 

בני אדם, יושבי חושך וצלמות, אסירי עני וברזל, אוי, איר מענטשנס- 
קינדער, װאָס וואוינען אין דער פינצטערניש, געפאַנגענע פון נויט 
און שטאָל, 


נתן באַגעגגט זיך מיט אַ מיידל 


די קעלט פון דער שפּעטער נאַכט איז געפאַלן אויף נתנס אַקס- 
לען, װי אַ מאַנטל און אים גוט איינגעװויקלט. דער רייכער לאַנדס- 
מאַן האַלט דעם שאַפּ אַזױ ווייט, אַזש אין די יאָנקערס און מען דאַרף 
פאָרן אַהין פון בראָנזװיל אַזש צוויי און אַ האַלב שעה. װאָס-זשע אַרט 
דאָס אים! ער איז איצט איינער אַלײן אויף דער גאַס. אויפן ראָג 
שטייט אַ וועגעלע מיט פלעשלעך מילך און דאָס פערד מיט אַן אויס- 
געדרייטן קאָפּ צו אַ הויז, קוקט, װאַרט און וואונדערט זיך, װאָס דער 
באַלעבאָס מיטן ווייסן היטל, װאָס צעטראָגט די פלעשלעך מילך 
איבער אַלע שטיגן, איז נאָך ניט אַרױסגעקומען פון דאָרטן און זאַמט 
זיך אַזױ לאַנג, 

נתן שפּאַנט צו די ליכטיקע לעמפּעלעך אויף דעם שװאַרצן בריק, 
װאָס שאָטנט זיך ערגעץ ווייט, און די גאַנצע גאַס הערט זיינע טריט. 
די כחות קוועלן ביי אים פון יעדן אבר און אים איז גוט. אומעטום 
וועט ער זיין, נתן, און װעט טראָגן מיט זיך זיין גרויסן חשק צו 
זען די פרעמדע גרויסע וועלט מיט אַלע מענטשן, װאָס ער װעט באַ- 
געגענען אויף זיין וועג, 

די רעלסן גלאַנצן מיט אַ בלוטיקן אָפּשײן פון אַ רויטן לעמפּעלע, 
װאָס שיינט אויף אַן אייזערנעם סלופּטשיקל ניט ווייט פון דער פּלאַט- 
פאָרמע און היט די פינצטערניש, װאָס שפּרײט זיך איבער דער גאַנ- 
צער לענג פון שטאָלענעם בריק. איבער דער גאַנצער ליניע 
איז שטיל. אין אַזאַ שפּעטער שעה לויפן ניט אָפט קיין באַנען. אין 
בראָנזװיל דערשלאָפּט מען די לעצטע מינוטן אויף די װאַרעמע 
געלעגערס. אָבער שטענדיק פאַרמאָגט די נאַכט אַזױנע מענטשן, װאָס 
מען קאָן אינגאַנצן ניט וויסן צי זיי שלאָפן אַמאָל, צי זיי האָבן גאָר 
אינגאַנצן היימען. זיי שטייען אויף די ראָגן, װי פינצטערע געשפּענ- 
סטער און קוקן אויף עפּעס אַרױס, זיי בלאָנדזען אום איבער דער 


} 0 { 


שטאָט, שטעלן זיך אָפּ פאַר יעדער קראָם. אוױיף דער פּלאַטפאָרמע 
זיינען זיי אויך דאָ. זיי זיצן אויף דער באַנק מיט אויפגעשטעלטע 
קאָלנערס און קוקן זיך גאָרניט אום אויף נתנען, װאָס שפּאַנט זיך, 
מיט אַ ציטער אין זיינע טריט, אַהין און צוריק, 

די רעלסן שווייגן מיט אַ רויטן שמייכל, און נתן איז געבליבן שטיין, 
זיך צוגעשפּאַרט צו דער װאַנט און אין די אויגן איז אים געװאָרן 
אַ מחיה װאַרעם. ער קען אַזױ אַנטשלאָפן ווערן און סוועט אים אַפילו 
גאָרניט אַרן, אַז אַ באַן װעט קומען צולויפן אַ דערשראָקענע מיט 
צעעפנטע טירן. 

שימעלעס טאָכטער, איװאַ, איז אַרױפגעלאָפן די טרעפּ מיט אַ 
הוילן קאָפּ. זי דאַרף זיך אויך שלעפּן שעהן און שעהן ביז זי דער. 
גרייכט דעם פּלאַץ וואו דער אָפיס אירער געפינט זיך. אויף אַ שרייב- 
מאַשינקע אַרבעט זי און קריגט 17 דאָלער אַ װאָך. דערפאַר מוז זי 
זיך פעדערן. אויפשטיין אַזױ פרי און לויפן צו דער בריק מיט אַ 
קלאַפּנדיק האַרץ, ווייל זי האָט שטאַרק מורא פאַר דער פינצטערניש. 

אויף איין מינוט איז נתן איינגעשלאָפן און אין דער מינוט האָט 
זיך תיכף אָפּגעטאָן פון אים די פרעמדע וייטע װעלט, װי דורך אַ 
כישוף, און אַלצדינג איז געװאָרן זייער היימיש. די מאַמע זיינע איז 
געשטאַנען אָנגעבויגן ביים פּריפּעטשיק איבערן רויטן פייער און 
געקאָכט די ציקאָריע מיט מילך. דער הױכער טאַטע זיינער איז 
געשטאַנען אין דרויסן, געהאַקט האָלץ מיט זיינע געזונטע ידים און 
געמאַכט הע, הע, נאָך יעדן האַק. ווען ער האָט זיך אָבער אויפגע- 
כאַפּט איז געשטאַנען אַנטקעגן אים אַ פרעמדע מידל מיט ליב- 
טיקע האָר און געלאַכט פון אים. נתן האָט זיך אָנגעכמורעט און 
זי האָט אויפגעהערט לאַכן און איז אַװעק. 

דאָס מיידל איז אַ הויכע און אירע שטאַלטנע פיס אין די וייסע 
זאָקן שפּאַנען זיך אַזױ זיכער איבער דער פּלאַטפאָרמע אַרױף ביז 
צום עק, וואו דאָרט שיינט דאָס רטע פייערל אויף דעם איזער- 
נעם סלופּטשיקל ביז דער גרעניץ פון דער פינצטערניש. קוקנדיק 
אויף איר פּלײיצע, אױף אירע שטאָלצע אויפגעהויבענע אַקסלען 
דאַכט זיך נתנען אויס, אַז איר פּנים איז אַ שטייפס און די אויגן זיינען 
קאַלטע און פרעמדע. וען זי האָט זיך אָבער אומגעקערט, האָבן זיך 
אירע באַקן גערויטלט פול מיט גוטסקייט און אירע װאַרעמע בלויע 
אויגן האָבן געקוקט אויף אים גאַנץ היימיש, אַקוראַט װי זי װאָלט 


1 


געווען זיינע אַ שוועסטער און ער קען זי שוין יאָרן און יאָרן 

די רעלסן האָבן אָנגעהויבן צו הודיען און די לעצטע בינאַכ" 
טיקע באַן איז אָנגעלאָפּן מיט פיר װאַגאָנען. דער הימל האָט זיך 
געבראָכן אויף טאָג. ס'איז געװאָרן אַ גרויסער ליכטיקער שפּאַלט 
אין מזרח. די פינצטערניש האָט זיך געיאָגט אַהין פון אַלע זייטן 
אָבער די שפּאַרונע איז געװאָרן ברייטער און לענגער. נתן מיטן 
מיידל זיינען אַרײנגעגאַנגען אין לײידיקן װאַגאָן און האָבן זיך גע" 
זעצט אויף די שטרויענע געלע בענק איינס אַנטקעגן ס'אַנדערע. 

ס'האָט זיי אונטערגעטרייסלט, האָבן זיי אונטערגעשפּרונגען, גע- 
שאָקלט זיך אַהין און אַהער און זיך געלאָזט טראָגן אין דער לאַנגער 
פינצטערער גאַס אונטער דער ערד, װאָס ציט זיך איבער ברוקלין, 
ניו יאָרק און די בראָנקס אויף צענדליקער מיילן 


נתן און די געגערטע 


נתן קען שוין פּרעסן, זיידענע קליידלעך פּרעסט ער: ווייסע, גרינע, 
רויטע און אַלערלײ. אַז די זון קומט אַרײן דורכן פענצטער און 
ציט זיך אויס אויף אַ ווייס זיידן קליידל, גלעט ער עס מיטן איזן 
זייער צאַרט, 

צוועלף סענט פאַר אַ קליידל נעמט ער און טראָגן װעט זי אַ 
ניו יאָרקער טאָכטער צו אַ גרויסן באַל. דער דינער זייד װעט 
גלעטן אירע שמעקעדיקע ברוסטן און די זוימען װעלן צופאַלן צו 
אירע שטייפע פיס. ער האָט שוין אױסגעפּרעסט אַזױ פיל קלייך- 
לעך און ער הענגט זיי אויף דער װאַנט. 200, 300, 400. טייערע 
קליידלעך, זיי הענגען וי לעבעדיקע מיידלעך, אָבער אָן קעפּ און 
אָן פיס. 

ס'האָט זיך אים אינמאָל געחלומט, װי אין שאַפּ זיינען געשלאָפן 
די פענצטער אַנטקעגן דעם לאַמטערן, װאָס האָט געברענט אין 
דער טונקעלער גאַס. די מאַשינען זיינען געשטאַנען פאַרגליווערט 
און די קאַץ, װאָק מען האָט פאַרשפּאַרט אין אָפיס איבער נאַכט, האָט 
געמיאוקעט און געויינט. דער נאַכט וועכטער איז אומגעגאַנגען אי" 
בער די טרעפּ אַרױף און אַראָפּ און געזאָגט תהילים. פּלוצלונג האָט 
זיך געעפנט די טיר און אַלע מיידלעך פון בראָנזװיל האָבן זיך אַרײינ" 
געגליטשט אין די נאַכט-העמדער אַזױ שטילערהייט און גענומען 


1 


אָנטאָן די קליידלעך, װאָס ער האָט אָנגעפּרעסט דורכן טאָג. 

-- ניטע! --- האָט ער צו זיי געשריען, --- איר װעט זיי צעקנייטשן, 

-- אַ װערט האָט דאָס ביי אונז, אַז מיר וועלן זיי צעקנייטשן 
--- האָבן זיי געמאַכט צו אים מיט חוזק. --- קיין שום זאַך האָט שוין 
ביי אונז ניט די װערט, ווייל אונזערע יאָרן האָבן מיר איינגענייט 
אין טאָרבעס, אָנגעהאַנגען אויף די פּלײיצעס, דערפאַר גייען מיר אַזױי 
אָנגעבױיגן און קוקן אויס װי האָרבאַטע... 

דער שאַפּ האָט דריי גרויסע פענצטער, קוקן זיי אַרױס צום האָד- 
סאָן. זעט נתן װי אויפן ברייטן טייך שווימען שטאָלצע ווייסע שיפן 
מיט טויזנטער מענטשן אויף אַלע דעקן אָפּטמאָל קומט אָן אַ ריז 
אַ שמאָלער אַזאַ פון שטאָל און אייזן, מיט הונדערטער פענצטער 
אויף דעם גרויען בויך. אויף דער װאַסער-:דעק שטייען האַרמאַטן מיט 
לאַנגע אויסגעצויגענע העלדזער און סטראַשען די װעלט מיט זייער 
בייזער גבורה, װאָס ליגט פאַרבאַהאַלטן טיף אין די רערן דאָרטן, 

אַ נעגערטע שטייט אויך לעבן נתנס טיש און פּרעסט מיטן שװערן 
אייזן. ביי יעדן גלעט צעוויגט זי איר קערפּער מיט גרױס כח. די 
מלאכה פון פּרעסן שטייט איין פון יאָרן און יאָרן נאָר ביי די מענער, 
ווייל זיי האָבן געזונטע און שטאַרקע הענט. דעם רייכן לאַנדסמאַן 
אָבער לוינט זיך בעסער, אַז נעגערטעס זאָלן טאָן די אַרבעט. האָט 
ער געהייסן דעם פאָרמאַן ער זאָל מאַכן אַ פּרואוו. װויל איצט דאָס 
שװאַרצע מיידל באַװײיזן, אַז זי קען אויך פּרעסן וי אַ מאַן, אי דאָס 
גיך. גייט אָן אַ געוועט צווישן נתנען און איר. נתן צעוויגט זיך מיט 
זיין קערפּער און שטרענגט זיך אַזױ פיל ניט אָן נאָר שטייט זיך 
אַביסל אָנגעבױגן פאָראויס מיטן פּרעסל און קנייטשן גלײיכן זיך 
אויס גלאַטע, װאַרעמע און שמעקן מיט פּאַרע, אויסגעמישט מיט דעם 
ריח פון זייד, 

זי האָט אָבער נתנען ניט געקאָנט דעריאָגן. אויף דעם ברוינעם 
שטערן אירן האָבן אַרױסגעטראָטן קליינטשיקע גלאַנציקע טראָפּנד- 
לעך. אירע אױסגעסטאַרטשעטע קיילעכדיקע שװאַרצע איגן זיינען 
געווען מלא יאוש און זי האָט שטאַרק פיינט באַקומען דעם בחור, 
װאָס שטייט זיך אַזאַ געמיטלעכער און טוט אָפּ אַ כישוף די קלייך- 
לעך, װאָס פּרעסן זיך אַזױי לייכט און שנעל אונטער זיינע הענט, 
אַז איידער זי פאַרענדיקט איינע, איז ער שוין פאַרטיק מיט אַ פערטן 
און פינפטן. זי װאָלט שטאַרק חשק געהאַט אים דערלאַנגען מיטן 
פּרעסל איבערן קאָפּ און זאָל ער וויסן... 


1 


אַ פאָרמאַן װאָס עסט געהאַקטע לעבערלעך 
מיט שמאַלץ 


דער פאָרמאַן הייסט סעם און האָט שװאַרצינקע װאָנצעלעך. אַ 
גרין פאַרטעכל הענגט אים פאָרנט אויף זיין בייכל, גייט זיך אום 
מיטן בלייפעדער פאַרלייגט אונטערן אוער און פרייט זיך, װאָס ער 
איז אַן אינטעליגענטער מאַן. ער פרייט זיך אויך װאָס ער איז אַ פאָר" 
מאַן אין שאַפּ, דער גרעסטער צװישן אַלע שעפּער. זעקס עטאַזשן 
פאַרנעמט ער און יעדער עטאַזש -- אַ באַזונדערע סעקציעי 

סעם איז אַן אָנגעלעזענער מענטש, ער קויפט אַלע יידישע בי" 
כער, װאָס גייען אַרױס און לייגט זיי אויס מיט גרויס ליבשאַפט אויף 
די פּאָליצעס ביי זיך אין צימער. 

זייער שפּעט אין דער נאַכט קומט ער ערשט אַהײם, װייל אַ 
פאָרמאַן איז אַ פאַראַנטװאָרטלעכער מענטש, מוז בלייבן אין שאַפּ 
נאָך אַלעמען, צונויפלייגן, צוגרייטן. אין דערהיים שלאָפט שוין דער 
טאַטע, אָבער די מאַמע זיצט אין קיך, פאַלט מיטן קאָפּ צום בלע" 
כענעם ווייסן טיש און װאַרט אויף איר זון. זי האַלט אויף דאָס פייער, 
כדי, אַז ווען ער װעט קומען, זאָל די וועטשערע זיין הייס און פריש. 
די טאַראַקאַנעס נוצן דערווייל אויס די געלעגנהייט װאָס די באַלע- 
באָסטע כאַפּט אַ דרימל און קריכן אַרױס פון די לעכער און צע- 
יאָגן זיך איבער אַלע טעלער, גלעזער און איבער אַלע פּאָליצעס, 
װאָס אין שאַפע. 

סעמעלע איז איר געראָטענער בן-יחיד. געקומען קיין אַמעריקע 
מיט הוילע הענט, זיך באַלד אַרױפגעאַרבעט און אַראָפּגעבראַכט 
טאַטע און מאַמע צו זיך אין בראָנזװיל. איר זון האָט שוין אויך אָפּי 
געשפּאָרט שיינע עטלעכע טױזנט דאָלער און מסתמא אינגיכן װעט 
ער אויפעפענען פאַר זיך אַלין אַ שאַפּקע. 

דער זון קומט אָבער אַ מידער, אַן אויסגעבלייכטער און האָט 
שוין ניט הנאה פון דער װעטשערע, וייל ס'איז שוין שפּעט אין 
דער נאַכט און דער הונגער איז ביי אים פון לאַנג איבערגעבראָכן 
געװאָרן. 

ער גייט צו זיך אין צימער, דרייט אויף ס'בלויע לעמפּל און ציט 
זיך אויס אין ווייסן בעט מיט אַ יידישן בוך און טראַכט, אַז אייגנטלעך 
איז ער טאַקע דער בעסערער מענטש. דאָס װאָס ער יאָגט אַזױ אונ" 


41 


טער און דערגייט די יאָרן די אַרבעטער אין שאַפּ, איז דאָס דאָך אַ 
פּרנסה זאַך. פאַר זיך, ווען ער איז אױיסגעטאָן פון זייטיקע זאַכן, לייענט 
ער זיך אַ בוך און ס'קומען אָן צו אים אַזױנע איידעלע געדאַנקען 
און דאָס האַרץ ווערט פול מיט נאָבעלע געפילן. דערפאַר טאַקע װאָס 
ער ווייסט, אַז ער איז אַן אינטעליגענטער מאַן, קליידט ער זיך אַזױ 
געט, כאָליעט זיך אַ פּאָר שיינע װאָנצעלעך, רעדט צו מענטשן אי" 
דעלע רייד און בעט אַנטשולדיקונג ביי יעדער געלעגנהייט. אַפילו 
ווען ער דאַרף אָנבייזערן זיך אויף אַן אַרבעטער, זאָגט ער אויך: 
אַנטשולדיקט, אַזױנער און אַזױנער, אַזאַ אַרבעט טוג אויף כפרות 
און אויב איר קענט ניט בעסער, װעט איר מיר אַנטשולדיקן און 
בעסער בלייבן אינדערהיים," 


ער איז אויך אַ טעטיקער מיטגליד אין אַ קולטור קלוב און אַז 
מען פירט דורך אַ ליטעראַרישן אֶװנט און קאָנצערט, זעט ער שון 
אַז מען זאָל אים מאַכן פאַר טשערמאַן. טוט ער זיך דענסטמאָל אָן 
זיין בלויען שבתדיקן אָנצוג מיט אַ וייס זיידן העמד, שפּיליעט צו 
צו זיין באַנטיקל אַ קליינע דימענט שפּילקע, שטעלט זיך אַנידער 
אויף דער בינע אַ פאַרליבטער אין זיך און שמייכלט פּוטערדיק 
צום גאַנצן עולם, 


--- חברים און חברטעס, --- ציט ער אויס אויף זיין סאַמעטן טץ- 
נאָרל, --- איך האָב די ערע און דעם גרויסן פאַרגעניגן אייך פאָר- 
צושטעלן דעם וועלט-באַרימטן זינגער און קינסטלער, װאָס װעט 
זינגען דאָס באַרימטע יידישע פאָלקס-ליד ,לאָמיר זיך איבערבעטן, 

נתן האָט אָבער געלאַכט פון אים און אים ניט געקאָנט פאַרטראָגן. 
צו מיטאָג"צייט אין רעסטאָראַן פלעגט זיך דער פאָרמאַן אַנידער- 
זעצן לעבן זיין טישל און זיך הייסן דערלאַנגען געהאַקטע לעבער 
מיט אַ סך שמאַלץ און אָנגעהױיבן ריידן פון טאָלסטאָיען, טורגע- 
ניעוון און אַנדערע וועלט-באַרימטע שרייבער. ,ראָמאַן ראָלאַן", זאָגט 
ער, און צעשמירט פאָרזיכטיק די שמאַלץ איבערן גאַנצן טעלערל 
--- דער מאָנער פון אײראָפּעס יושר, איז אייגנטלעך קאָן מען זאָגן 
דער איידלסטער מענטש אויף דער גאַנצער וועלט." 


ער זיצט קעגן אים, נתן, און ער הערט די רייד פון דעם שמן- 
זיתדיקן פאָרמאַן און ער וויל אים אַזױ זאָגף עװאָס פאַר אַ מחותן 
ביסטו מיט טאָלסטאָיען, מיט טורגעניעוון און ראָלאַנען --- און װאָס 


1 


ווייסטו וועגן איידעלע מענטשן, וועגן יושר און גערעכטיקייט! -- 
דו רעד בעסער וועגן די אָפּערײטאָרס, די פינישערס און די פּרע" 
סערס, װאָס דו יאָגסט פון זיי אַרױס די נשמות אין שאַפּ...* ער 
זאָגט עס אים אָבער ניט. ער ווייסט, נתן, אַז זיי װעלן ביידע באַלד 
צוריקגיין אין שאַפּ. ער, נתן, צום פּרעס-טיש און דער אינטעלי" 
גענטער פאָרמאַן --- צו באַלעבאַטעװען איבערן שאַפּ --- און וויי װעט 
זיין צו נתנען ווען ער זאָל אים איצט דערצערענען... --- שווייגט 
ער, נתן, און נודיעט זיך פון זיינע רייד מיט אַ סך ווייטיק און שנאָה 
אין זיין האַרצן. 


אין דער אָװנט שול 


נתן איז געבליבן שטיין פאַר דער הױיכער אָװנט-שול געביידע 
מיט גרויס יראת הכבוד. די אונטערשטע פיר עטאַזשן זיינען גע" 
ווען אױסגעלאָשן און פינצטער, נאָר די אויבערשטע צװיי שטאָק 
האָבן זיך געבאָדן אין שפע פון ליכט. 

ער האָט נאָך קיינמאָל ניט געלערנט אין אַ נאָרמאַלער שול. ער 
האָט נאָר געלייענט אַ סך צופעליקע ביכער און דערפאַר איז בי 
אים אויסגעקומען, אַז אַפילו די האַרטע בענקלעך אין שול זיינען 
אָנגעזאַכּט מיט תורה און די גלאַטע פּאָליטורטע ווענט מיט די שיינע 
בילדער זיינען איינגעטונקען אין חכמה, 

דער דירעקטאָר איז געזעסן פאַר אַ קליין טישעלע און איבער זיין 
קאָפּ איז געהאַנגען אַן עלעקטריש לעמפּל מיט אַ גרינעם צודעקי 
דער דירעקטאָר איז געווען פאַרטיפט אין אַ בוך און אויף זיין גרויסן 
שטערן האָט געציטערט אַ גרינער שאָטן מיט גרויס מורא פאַרן 
קלוגן געלערנטן קאָפּ, נתן האָט אױך מורא געהאַט פאַרן קלוגן, 
געהויבענעם קאָפּ, איז ער דערפאַר געשטאַנען פאַר אים אויסגע" 
צויגן װי אַ סאָלדאַט מיט אַראָפּגעלאָזטע הענט. 

אַ רוט קאַרטעלע האָט ער אים געגעבן צו צימער 506 און הייטן 
הייסט ער שוין ניט נתן, נאָר קנייטן?? 

דאָס האָט אים דער קלוגער דירעקטאָר געביטן אַזױ זיין נאָמען 
און אים דערביי צוגעוואונטשן אין יידיש, אַז סזאָל זיין מיט מזל 
און ער האָפּט, אַז נייטן װעט גיין אין גוטע וועגן פון אַלע כשרע אַמע- 
ריקאַנער לייטע; װוייל דאָס לאַנד איז רייך און פעט און נאָר דורך 


}61 


ערלעכקייט און האָרעװאַניע קאָן מען דערגרייכן צו גרויסער עשירות. 

--- יאָ, --- האָט דער נייער נייטן געטראַכט, גייענדיק איבער די 
טרעפּ מיטן רויטן קאַרטעלע אין די הענט צו צימער 506, --- דער 
דירעקטאָר איז גערעכט, כ'לעבן. מיין שוועסטער פריידע מיט אירע 
געשװאָלענע פיס און קאַליע אויגן איז דאָס טאַקע די גרעסטע גבירה- 
טע פון בראָנזוויל, 

נתן איז הויך-געװאָקסן און דער גאַרניטער, װאָס די שװעסטער 
פריידע האָט אים געקויפט, פּאַסט אים זייער שיין און אַז ער איז 
אַרײינגעקומען אין קלאַס-צימער, איז דער טומל איבערגעריסן גע- 
װאָרן און אַלע זיינען געבליבן שטיל און פאַרהאַלטן דעם אָטעם, 

נתן, אַז ער ווערט אין כעס, פאַלט אַראָפּ פון אים גלייך די גאַנצע 
שעמעוודיקייט און אַ שטאָלצקײט קומט צו אים אָן. ער איז איצטער 
אויך געווען אין כעס און ניט אויף זיין שוועסטער פריידען, װאָס האָט 
צו גרויסער עשירות ניט דערגרייכט. ער האָט אַלײן ניט געוואוסט 
פאַרװאָס ער איז בייז, אָבער אַלע אין קלאַס האָבן זיך דערשראָקן 
און געמיינט אַז עפּעס אַ חשובע פּערזאָן איז ערשט אַרײנגעקומען 
צו זיי, 

נתן האָט אויסגעקוקט װי אַ חשובע פּערזאָן, ביז ער האָט זיך 
אַנידערגעזעצט. און אַז ער האָט זיך אַנידערגעזעצט און געמזט 
נאָך אויסציען זיינע לאַנגע פיס אויף דעם דיל, איז דער גאַנצער 
שטאָלץ פון אים אַנטרונען און ער האָט זיך מיטאַמאָל דערפילט זייער 
דערשלאָגן, 

דער לערער איז אָנגעקומען. ער האָט געזאָגט ,גוטן אָװונט" מיט 
אַזױ פיל גאווה, אַקוראַט װוי ער װאָלט געטאָן אַ גרויסע טובה דעם 
קלאַס. ער האָט זיך אַנידערגעזעצט פאַרן טיש, אויפגעעפנט אַ ביכל, 
אָנגעשפּאַרט דעם שטערן אויף דער האַנט און זיך פאַרטראַכט. דער 
גאַנצער קלאַס האָט געאָטעמט אַזױ שטיל, פּונקט װי אימיצער װאָלט 
געשטאָרבן, 

דער לערער האָט זיך ניט דערפרייט איבער נתנען ווען יענער 
האָט אים דערלאַנגט ס'רויטע קאַרטעלע. ער האָט זיך נאָר אַ גלעט 
געטאָן איבערן קאָפּ, װי די שיטערע הערעלעך זיינען געלעגן פאַר- 
קעמט איבערן פּליכעלע מיט גרויס חשבון און אים געהייסן זיך 
זעצן. 

ביי נתנען אין אַ לערער שטענדיק אויסגעקומען װי אַ ועלט- 


71 


חכם, אַ מענטש אַזאַ, װאָס עולם-הזה איז ביי אים ניט דער עיקר, 
נאָר די הייליקע אידעאַלן און פּונקט װי דער פלאַם פון אַ ליכט 
ווערט ניט געמינערט, נאָר פאַרקערט, צעשפּרײט זיך און ווערט גרע" 
סער ווען מען צינדט ביי זיין פייער אָן אַן אַנדער ליכט.---אַזוי אויך אַ 
לערער. 

דער לערער אָבער איז געווען בייז און אָנגעבלאָזן. ער האָט גע" 
רעדט גיך. נתן האָט נאָך ניט פאַרשטאַנען קיין ענגליש, אָבער זיין 
טאָן איז געווען אַזאַ, אַקוראַט װי ער װאָלט געסטראַשעט דעם קלאַס 
און געזאָגט אַזױ: 

--- װאָס מיינט איר, אַמעריקע איז אייך אַ לאַנד גלאַט אַזױ! איר 
דאַרפט זיין די גליקלעכסטע אויף דער װעלט, װאָס איר האָט גע" 
קענט אָנקומען אַהער, ווייל די רייכסטע מענטשן זיינען מיר און מיר 
בויען אַזױנע הייזער, װאָס גלעטן די װאָלקנס און אַלע גייען מיר 
אָנגעטאָן פיין און שיין און אַלע קענען מיר רעדן אַזױ פיין ענגליש. 

נתן אין געזעסן װי אַ תם מיט אַן אָפּן מויל, געװאָלט כאַפּן עפּעס 
אַ װאָרט, װאָס ער זאָל פאַרשטײן, אָבער ס'איז גאָרניט אַרױסגע- 
קומען. 

שפּעטער צו, אין אַ פּאָר װאָכן אַרום, האָט ער שוין יאָ פאַרשטאַ- 
נען, װאָס דער לערער רעדט און אַז ער האָט פאַרשטאַנען, האָט אים 
געברענט דאָס פּנים פון חרפּה. ער האָט זיך נאָך געוואונדערט, װאָס 
מען שווייגט אים, אָט דעם שוטה. די תלמידים אַזױנע דערװאַקסענע 
זיצן אַזױנע שטילינקע און נעבעכדיקע און שלינגען יעדעס װאָרט 
זיינס און יענער באַלײדיקט גאָר אויף טריט אין שריט. 

ער באַלײידיקט זיי מיט דעם, װאָס ער רעדט צו די תלמידים, אַקן" 
ראַט וי זיי װאָלטן געווען ווילדע מענטשן. ער לערנט זיי װי אויס" 
צושנייצן די נאָז און וי אַזױ צו באַגריסן אַ חשובן מענטשן, און וי אַזױ 
מען דאַרף רעדן מיטן באָס, מיטן לערער, מיט אַ פּאָליסמאַף 

וועגן פּאָליסלײט און װעגן פייערלעשער איז ער גאָר באַגײיס- 
טערט, דער לערער, און דערציילט די תלמידים גאַנצע מעשיות פון 
דעם מוסטערהאַפטן לעבן, װאָס די הויכע חברה-לייט אין די בלויע 
רעק, פירן אין זייערע היימען. 

װאָס ווייסט דען נתן? נתן ווייסט נאָך גאָרניט. אָבער זיין שוועס- 
טער פריידע האָט זיך געלערנט אין דער זעלבער אַװנט-שול. איז 
זי איין אָװונט געקומען נתנען אָפּנעמען אַהײם, האָט זיך דער די" 


81 


רעקטאָר שטאַרק דערפרייט איבער איר און זי איז גאָר געװאָרן 
רויט ביז די װאָרצלען. 

פריידע שעמט זיך צו ריידן מיט געהויבענע מענטשן אַחוץ דעם 
איז זי גאָר געשטאַנען, װוי אַ זינדיקע נשמה פאַר איר אַמאָליקן בעל- 
טובה. זינדיק איז זי געווען דערפאַר, ווייל אַלצדינג װאָס מען האָט 
זי דאָ געלערנט, האָט זי קיין איין זאַך ניט געקאָנט אויספאָלגן. 

לויט דעם דירעקטאָרס אויסרעכענונג האָט זי שוין געמוזט זיין רייך 
וי קורח. איז זי נאָך אַזױ אָרעם, אַפילו קיין ריכטיקן ווינטער-מאַנטל 
קאָן זי ניט קויפן היינטיקס יאָר צוליב דעם, װאָס זי האָט זיך אויס- 
געבראַכט מיט נתנס קומען אַהער. 

לייטיש האָט זי זיך אויך ניט אויפגעפירט די לעצטע פּאָר יאָר, 
ווייל זי האָט געמוזט סטרייקן צוזאַמען מיט אַלע אונטערקליידל שטע- 
פּערינס, און דאָ אין אָװונט-שול האָט מען זי גאָר געלערנט, אַז סטרייקס 
זיינען אַנטי-אַמעריקאַניש. 

האָט זי זיך געפילט זייער זינדיק פאַר איר בעל-טובה און גאָר 
ניט געוואוסט, װאָס צו רעדן מיט אים, 

די זעלביקע טאַנץ-לערערין, װאָס האָט פריידען געלערנט טאַנצן 
האָט אויך נתנען געלערנט טאַנצן אויף די פאַרוויילונגס-אָװונטן, װאָס 
די אָװונט-שול פלעגט דורכפירן איין מאָל אַ װאָך. די לערערין 
אַ הויכע און אַ דאַרע, מיט רויטע האָר און בלויע אויגן, האָט זיך 
אויך מיט פריידען אַרומגעכאַפּט, ווען זי איז געקומען מיטן ברודער 
אויף איינעם פון די אָװונטן, האָט זיך פריידע ווייטער פאַרשעמט און 
ווידער אַמאָל געװאָרן רויט איבער די האָר, אויך פאַר דער לערערקע 
האָט זי זיך געפילט זינדיק. יענע האָט זי געלערנט וי אַזױ אױפ- 
צוהאַלטן דעם קערפּער, ער זאָל אויסזען שטענדיק יונג, פריש און 
בױיגיק און זי, פריידע, האָט גאָר געשװאָלענע פיס, װוי קלעצער, און איר 
פּנים איז אָפּגעפאָרן און פאַרװיאַנעט, 

דערפאַר אָבער איז די טאַנץילערערין אַזױ פריש און בױגיק. 
שלאַנקע פיס האָט זי און אַלע תלמידים קלעפּן אַרום איר. ס'טוט 
איר הנאה פון דעם, אָבער די אַמתע הנאה איז גאָר אָנגעגרײט פאַר 
איר ערגעץ אַנדערש. 

אין דרויסן שטייט אַ רייכע מאַשין, און דאָרטן ביי דער ראָד, װאַרט 
אויף איר דער שיינער געליבטער אירער. נאָכדעם וי זי װועט פאַר- 
טיק ווערן מיט אָט די ,גרינע", װעלן זיי ביידע אַװעקשמײסן אויף 


1ן 


בראָדװײי אין אַ קאַבאַרעט און דאָרטן ערשט װעט זי זיך צעויגן 
דאָ האַלט זי זיך אין דער מעלה און באַווייזט אירע שיינע מאַנירן, 
כדי די תלמידים זאָלן זיך אָפּלערנען פון איר, װעלן זיי וויסן וי אַזױ 
זיך צו פירן, ווען סוועט זיי אויסקומען אַמאָל צו זיין איינגעלאַדן 
אויף אַ פּאַרטי, 

די שוועסטער האָט אויך געטאַנצט מיט די בחורים און ס'איז 
אויסגעקומען ביי איר זייער ניט געראָטן, האָט נתן געהאַט אַ גרויסן 
ווייטיק פון דעם און ער האָט זיך פאַרטאַיעט אין אַ ווינקעלע. 


װי אַזױ פריידע אִיז געװאָרן אַ גבירהטע 


די מאַמע האָט אינמאָל פריידען געשלאָגן מיט אַ שטיק האָלץ. 
און פאַרװאָס? זי האָט צעבראָכן אַ טעלער. די מאַמע אין אַ קליי" 
נינקע און דאָס שטיק האָלץ איז געווען גרעסער פון איר, און פריידע 
אַלײין איז שוין אויך געווען אַ דערװאַקסענע. איבערן גאַנצן קער" 
פּער זיינען געבליבן בלויע סימנים און פריידע האָט זיך נאָך דער" 
נאָכדעם באַרימט פאַר אַלע חברטעס, ווען זיי זיינען געגאַנגען באָדן 
זיך אין דער ווייבערשער קופּאַלניע, און זיי געוויזן די אויפגעלאָ- 
פענע פּוכירן. 

פריידע האָט אָפּטמאָל געטראַכט, אַז אפשר אין זי גאָר אַ שטיף- 
קינד; ווייל קיינעם פון די איבעריקע קינדער האָט די מאַמע אַזױ 
בייז ניט געקניפּט װי איר. נתנען האָט זי שטענדיק געפּוצט אין אַ 
ריין גאַרניטערל, פלעגט אים אייננעצן די פּאהקעלעך מיט שפּײעכץ, 
זיי צונויפגעדרייט וי צעפּעלעך, פלעגט אים געבן קיכעלעך און זאָגן: 

--- גיי, מיין זון, אין חדר, װעסטו לערנען תורה, 

פאַרן אָפּפאָרן, האָט זיך פריידע אײנמאָל אױפגעכאַפּט ביינאַכט 
און דערהערט, וי די מאַמע וויינט און קלאָגט זיך פאַרן טאַטן 

--- וי אַזױ קאָן איך זי אָפּלאָזן אין די ווייטע לענדער, אַז איך פיל, 
וי זי איז מיר ליבער וי אַלע קינדער, 

האָט זיך פריידע דענסטמאָל שטאַרק געוואונדערט. זי האָט גאָר 
קײינמאָל ניט געוואוסט, אַז זי איז אַזױ ליב . . אַ חוץ איין מאָל, ווען 
זי איז געווען קראַנק און געהאַט היץ, האָט איר די מאַמע געטאַפּט 
דעם שטערן, און איר צוגעזאָגט וייסע שיכעלעך, קעמעלעך און 
הענטשעקעס װעט זי איר קויפן און אַ זיידן קלייד אויך דערצ. / 


1 


אַלע צוגעזאָגטע זאַכן האָט איר די מאַמע קיינמאָל ניט געקויפט. 
בלויז פאַרן אָפּפאָרן האָט מען איר געקויפט אַ פּאָר הענטשעקעס 
און אַ שטרויען היטעלע. דאָס איבעריקע האָט שוין פריידע אַלעס 
דערקויפט, ווען זי איז שוין געווען אין בראָנזװיל, פאַרפּוצט זיך אין 
די אַלע טייערע שיינע זאַכן, און אַװעקגעגאַנגען צום פּאָטאָגראַפ- 
טשיק זיך אַראָפּנעמען אַ בילד. דער עיקר האָט זי אים געבעטן ער 
זאָל ניט פאַרגעסן אויך פּאָטאָגראַפירן די ווייסע, קליינע שיכעלעך. 
איין בילד האָט זי אַװעקגעשיקט אַהיים און דאָס צווייטע צו איר חברטע 
אסתר, אהרון דעם משוררק שוועסטער, 

די ערשטע פּאָר יאָר האָט זי זיך איבערגעשריבן מיט איר חברטע 
אסתר און אין יעדן בריוו געלאָזט גריסן אהרונען דעם משורר פון 
די טיפעניש פון איר האַרצן. אויף פּסח האָט זי אים געשיקט אַ זיידן 
טיכעלע פאַר אַ מתנה און אסתר האָט איר דערציילט אין אַ בריו, 
וי אַזױ איר ברודער טראָגט דאָס טיכעלע אין דער אויבערשטער 
קעשענע און אַלע אינגלעך זיינען אים מקנא. דער חברטע האָט פריי- 
דע געלאָזט וויסן, אַז זי לערנט זיך ענגליש און אַז זי קען שוין טאַנצן 
די אַמעריקאַנער טענץ, און אַז אַ סך בחורים לויפן איר נאָך. אָבער 
זי האָט קיינעם ניט ליב. זי װעט דאָ ניט חתונה האָבן... זי ויל 
חתונה האָבן אין איר אייגן שטעטל... זי זאַמלט געלט אין אַ באַנק 
און אין גיכן װעט זי מסתמא ווערן זייער רייך און קומען אַהים אַ 
גבירהטע. זי וועט לייגן אַ נייעם דאַך אויף זייער שטוב. דער מאַמען 
װעט זי קויפן אַ ראָטאָנדע און דעם טאַטן אַ נייע קאַפּאָטע. דעם 
קלענסטן ברודער אירן װעט זי שיקן לערנען אין אַ גימנאַזיע און 
די איבעריקע ברידער און שװועסטער װעט זי גלאַט אַזױ שענקען 
רייכע מתנות, 

זי האָט געאַרבעט ביי אונטער-קליידלעך, און דערפאַר װאָס פון 
- דער פּאָדלאָגע האָט געצויגן שטענדיק אַ קעלט אום ווינטער, זיינען 
אירע פיס געשװאָלן געװאָרן און דער דאָקטאָר האָט איר געזאָגט, 
אַז זי מוז קויפן אַזױנע שיך מיט היכע כאָלעװקעלעך, כדי אירע 
פיס זאָלן זיך האָבן אָן װאָס אָנצושפּאַרן. דערפאַר װאָס זי האָט אָפט- 
מאָל געדאַרפט אַרבעטן בינאַכט, האָבן אירע אויגן אָנגעהויבן שװאַ- 
כער צו זען און דער דאָקטאָר האָט איר געזאָגט, אַז מען דאַרף טראָגן 
אַזױנע ברילן מיט גראָבע גלעזלעך, האָט זי זיך געקויפט ברילן מיט 
גראָבע גלעזלעך און גאָלדענע רעמלעך, 


11 


נאָך דעם האָט זי צו אסתרן אויפגעהערט צו שרייבן. אַהים אויך 
זייער זעלטן, אַחוץ אויף פסח פלעגט זי שיקן אַ פּאָר דאָלער און 
אויף ראש השנה אַ לשנה טובה אַזאַ, װאָס אַז מען צענעמט זי, װאַקסט 
אױס אַ גאַנצע שול מיט אַ חזן, װאָס האַלט אַ שופר און בלאָזט. 
צוויי רויטע פייגעלעך שטייען פון אויבן און האַלטן אין די ראָזעװע 
מיילעכלעך אַ קליין גרין בריוועלע, וואו ס'שטייט אָנגעשריבן: ;גע" 
זונט און פּרנסה, נחמות והצלחות און ישועות טובות אויף יידן אמן 
סלה". 


חלומות 


די מיידלעך טראָגן אַרום אַזױ פיל סודות אין די זוימען פון זייערע 
קליידלעך. אין דער סאָבוויי זעט ער זיי און אויפן שפּאַציר-גאַנג אויף 
פיטקין עוועניו. זיי זיינען ווייטע און פאַרבאָרגענע. שמייכלען און 
רייצן. די יונגע ווייבלעך האָבן אומפאַרשעמטע אויגן, זיי האָבן קיי" 
לעכדיקע הענט, צעלאָזן זיך די האָר און צינדן אָן די שטוב מיט פייער. 

די שוועסטער קומט אָפט אַ שווייגנדיקע פאַרנאַכט פון דער אַרבעט, 
עסט אַפּילו ניט קיין וועטשערע, װאַליעט זיך אַריין אין בעט און שלאָפט 
אַזױ אָפּ ביז דער זייגער צעשרייט זיך אין טונקלען פאַרטאָג. 

אין דרויסן איז נאָך ליכטיק. פאַרפּוצטע מיידלעך און פאַרקעמטע 
בחורים לאָזן זיך שפּאַצירן. בלייבט שוין נתן אויך אין צימער. און 
אַז עס ווערט פינצטער, צינדט ער ניט אָן קיין לאָמפּ און בלייבט מיט 
די ליכטיקע שאָטנס, װאָס טאַנצן אַרום אויף דער װאַנט און אויף 
דער סטעליע. 

אַז דער טאָג פאַרגייט אין רויטן פייער, לאָזט זיך אַראָפּ אַ קאַלטע 
נאַכט. אַז די לאָמפּן אויף אַלע גאַסן שיינען אויף, לאָזט מען אַראָפּ 
די פאָרהאַנגען איבער אַלע פענצטער און אויף די טישן מיט די ווייסע 
צעראַטעס צעלייגט זיך אַ בענקשאַפט און סווערט שאַישטיל אין 
די הייזער. 

אויף פּיטקין עוועניו װועלן די מיידלעך לאַכן און זיין פריילעך און 
די שוועסטער פריידע װועט ליגן אין בעט, אין די קליידער, מיט פאַר- 
מאַכטע אויגן. 

די ליכטיקע שאָטנס האָבן אויפגעהערט צו טאַנצן און די פינצטער" 
ניש האָט אָפּגעװישט די וענט. דער צימער איז געװאָרן אַזױ ברייט 


1 


און גרויס אָן אַן עק און אָן אַ סוף. נתן געהער איר ניט אָן קיין ברו" 
דער, ער איז אַ פרעמדער בחור גאָר און זיך גלאַט אַזױ אַריין אין אַ 
פינצטער הויז און אָנגעטראָפן אַ מיידל ליגן אין בעט, גייט ער צו 
צו איר, זיינע טריט ציטערן און דער וועג איז אַזאַ לאַנגער, 

--- נתן, װאָס טוסטו? גיי לייג זיך שלאָפן, 

נתן שווייגט. ער נעמט אַרום די שװעסטער און ציט זי צו זיך, 

--- נתן, לייג זיך ניט דאָ, 

נתן ווייסט גאָרניט, װאָס ער טוט. די וועלט איז פאַרלאָרן געגאַנגען, 
און ער האָט זיך געראַטעװעט מיט זיין שוועסטער אויף אַן אינדזל. 
וועט ער ליגן מיט איר אַזױ אַרומגענומען 

ביידע זיינען זיי געלעגן אין די קליידער, אָבער פריידע האָט ניט 
געוואוסט צי זי איז אױיסגעטאָן, אָדער ניט. זי האָט אויך ניט גע 
וואוסט צי דאָס איז איר צימער, אָדער אַ פרעמדער. זי האָט אויך 
ניט געוואוסט, צי דאָס איז נתן, אָדער אַ נאָענטער בחור אַזאַ. 

פאַרטאָג האָט זי זיך אױיפגעכאַפּט מיט אַ האַרץ-קלאַפּעניש, איז 
קיינער ניט געלעגן לעבן איר. נתן איז זיך געשלאָפן אין זיין בעט אַ 
רואיקער און אַ שטילער, 


בעדרום מו לעף"' 


מען איז ביידע געגאַנגען פאַרנאַכט איבער די גאַסן מיט פאַררי- 
סענע קעפּ צו די פענצטער און טירן. אומעטום הענגען ווייסע צץ- 
טעלעך: ;בעד רום טו לעט", דאָס מיינט: אַ צימער צו פאַרדינגען 
אַ חוץ דעם בעט שטייט אין צימער אַ בענקל און אַ שאַפע מיט שופ- 
לאָדן. די ווענט זיינען שפּאַלירט און דאָרטן, אונטערן שפּאַליך, וואוי" 
נען גאַנצע עסקאַדראָנען װאַנצן, װאָס לאָזן זיך אַרױס אויף אַװאַנ- 
טיורעס שפּעט אין דער נאַכט, וװוען דער מענטש ליגט אויסגעצויגן 
אין בעט, הפקר פאַר דער ועלט, אַ מידער און הילפלאָזער, 

פריידע וויל דינגען נתנען אַ צימער ערגעץ אין אַ שטיל הי 
איר געפעלן ניט די זעקס-שטאָקיקע טענעמענט-הייזער, װאָס ציען 
זיך אויף צענדליקער בלאָקס גרויע און ברודיקע. טאָג און נאַכט 
שפּילן דאָרט װױיקטראָלאַס און טירן רוען ניט, זיי האַלטן אין איין 
אױפפּראַלן און זיך פאַרהאַקן. צעשויבערטע מאַמעס שטייען אויף 
די טרעפּ און באַרײידן זיך איינע די אַנדערע. קליינע קינדער ויינען 


31 


אין די וועגעלעך און פאַרגייען זיך אַזױ ביטער. קעץ ראָיען זיך אין 
די אַש:קעסטלעך, װאָס שטייען ביי יעדער הויז, און פּעדלערס פאָרן 
אום מיט די וועגעלעך און קלינגען אין די גלעקער, כדי צו לאָזן 
וויסן די באַלעבאָסטעס, אַז זיי זיינען שוין דאָ און װאָס נאָר זייער 
האַרץ גלוסט קאָן מען קויפן, 

אין צוויי-שטאָקיקן הויז מיט אַ גערטנדל פון פאָרנט איז געװען 
באַלױכטן נאָר איין פענצטער. דאָרטן אין קיך זיינען זיך געזעסן 
מאַן און ווייב און געגעסן וועטשערע. דער מאַן האָט געהאַט אַ נאַקעטן 
קאָפּ, נאָר ביי די פּאות האָבן אים געװאָקסן גרויע האָר, אַ קליינינקער, 
האָט ער אויסגעזען, װי אַ קינד, װאָס מען האָט פאַרשטעלט פאַר אַן 
אַלטן, ער האָט געװופּט סופּ, געשויגן, און זיך ניט אַריינגעמישט, 
גערעדט די גאַנצע צייט האָט די אַלטע זיינע. 

--- זיצט, זיצט. צי זי האָט אַ צימער צו פאַרדינגען? -- אוודאי. 
אַז ניט, װאָלט זי דאָך ניט אַרױסגעהאַנגען קיין צעטל ,רום טו לעט". 
אָבער זי װאָלט געװאָלט האָבן אַ שטילן באָי ביי זיך, ווייל זי קאָן 
ניט פאַרליידן קיין טומל. דער באָרדער, װאָס האָט ביי איר פריער 
געוואוינט, פלעגט ברענגען מיידלעך צו זיך אין צימער און זי האָט 
דאָס פיינט. דער יונגערמאַן, זעט דאַכט אויס צו זיין אַ שטילער. 
קומט, קומט, איך װעל אייך ווייזן די רום, 

שטיל און רואיק דאָרטן, דאָס פענצטער קוקט אַרױס אין אַ הויף, 
וואו עס שטייען צוויי ביימער נאָענט איינער לעבן אַנדערן און האַלטן 
זיך ביי די הענט, וי צוויי חברים. פון אַלע זייטן הויבן זיך הויכע 
אָפּגעקראָכענע ווענט, װאָס זיינען אַמאָל געווען ווייס, פון אַלע פענצטער 
ציען זיך שטריק אין דער לענג און אין דער ברייט און אויף די 
שטריק הענגען: העמדער, ליילעכער, גאַטיעס און קינדערשע בגדים. 

נתן איז געבליבן אין דעם צימער און געגאַנגען צו גאַסט פון צייט 
צו צייט צו זיין שוועסטער. אַז ער איז געקומען האָט ער איר געזאָגט 
מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן: 

-- אַ גוטן אָװונט, פריידע. 

האָט זי אים געענטפערט: 

--- אַ גוט יאָר, נתן, װאָס מאַכסטו? 

--- װאָס זאָל מען מאַכן, --- האַט נתן זיך געשעמט איר קוקן גלייך 
אין די אויגן און זיך געזעצט אויף איר בעט, 

רעדן מיט איר האָט ער ניט געהאַט װאָס, זיינען זיי ביידע 


} 1 


געזעסן אויף דעם בעט און געשויגן, ביז פריידע האָט זיך אויפגע- 
הויבן, אַרױסגענומען פון דעם גלעזערנעם פרוכטאָװוניק אַ רױטן 
עפּל און געזאָגט; 

--- נאַ, עס נתן אַן עפּל, ער איז גוט, אַ מעקינטאָש, 

נתן האָט ניט געגעסן דעם עֶפּל, געדרייט אים אין דער האַנט, 
באַטראַכט פון אַלע זייטן, פּונקט וי ער װאָלט פאַר אים געוען אַ 
פרעמדע טשיקאַװע זאַך, און ווייטער געשויגן. אַזױ לאַנגע שעהף 
ביז ער האָט זיך אויפגעהויבן, געזאָגט: ;אַ גוטע נאַכט, פריידעש" --- 
און דעם עפּל טאַקע ניט אויפגעגעסן. אים אַרײנגעלײגט אין קע- 
שענע און אַװעקגעגאַנגען צו זיך אַהים. דאָרט האָט ער אַנטליען 
ביי דער באַלעבאָסטע אַ מעסער, אים אָפּגעשײלט, געשניטן קליינע 
רעפטעלעך און געקװוויקט זיך מיטן מעקינטאָש, 


אַ בראָנזווילער מאַמע 


די הויכע יידענע, די באַלעבאָסטע זיינע, איז אומגעגאַנגען שטענ- 
דיק אין ווייסן מיט אַ פאַרפלאַמט פּנים און רק געראַמט און געווישט, 
דאָס קעצל אין הויז איז איר נאָכגעגאַנגען טריט-ביי-טריט פון צי- 
מער צו צימער און געמיאַוקעט. אַז קיינער איז ניט געווען אין דער 
היים, האָט זי אַלע אירע געשפּרעכן געפירט מיטן קעצל און דאָס 
קעצל האָט איר קיינמאָל ניט געענטפערט, איר אויסגעהערט אויפ- 
מערקזאַם, קוקנדיק דער באַלעבאָסטע גלייך אין די אויגן און דער- 
נאָכדעם זיך אויסגעדרייט און זיך אַ קראַץ געטאָן אין דער פּלײיצע. 

דער באַלעבאָסטעס הענט זיינען געווען רויטע און פולע. פון איר 
געפּאַקטן קערפּער און גרויסע אויגן האָט געשטראַלט אַזױ פיל 
גוטסקייט און װאַרעמקײט, אַז ס'האָט זיך איר געפּאַסט, אַז זי זאָל 
האָבן אַ טוץ קינדערלעך און מיט זיי אַלע שלאָפן אין איין בעט. זיי 
די גרויסע שווערע מאַמע, אינמיטן, און די קינדערלעך אין ביידע 
זייטן, 

קיין קינדער זיינען אָבער ניט געוען אַרום איר און נתן האָט 
אַלײין פון אָנהױב דערפילט, אַז אין דעם הויז איז געשען אַ גרויסער 
אומגליק, און דערפאַר שווייגן אַלע דאָרטן. ס'שווייגן די ווענט, דאָס 
מעבל און דער אַלטער מאַן מיטן פאַרשטעלטן קינדערשן פּנים. ער 
זאָגט אַפּילו ניט ,גוט אָװנט* ווען ער קומט פאַרנאַכט פון דער אַר- 


51 


בעט. ווען ער קומט אַהײים, װאַשט ער זיך די הענט, דאָס פּנים, זעצט 
זיך אַ שטילער ביים טיש און װאַרט. ווייסט זי שוין, די ווייב זיינע, 
אַז מ'דאַרף אים דערלאַנגען וועטשערע, עסט ער זייער געשמאַק, לאָזט 
גאָרניט איבער און צום סוף בלייבט ער ערשט זיצן מיט אַזאַ פּנים, 
אַקוראַט, װי ער װאָלט גאָר אינגאַנצן ניט געגעסן און ער איז נאָך 
אַלץ הונגעריק. 

קיין צייטונג לייענט ער ניט, אין שול אַרין דאַװענען גייט ער 
ניט. מיט קיין שכנים רעדט ער ניט. זיצט זיך אין קיך, קוקט אויף 
דער סטעליע, ביז די אויגן הויבן זיך אָן קלעפּן און ער גייט זיך 
לייגן שלאָפן, 

אין שלאָף-:צימער הענגט אויף דער װאַנט אַ גרויס בילד פון אַ 
יונגן בחור, קוקן זיינע אויגן זייער עזותדיק. לואי, הייסט ער. שטייט 
די מאַמע אָפט פאַר דעם בילד מיטן בעזים אין דער האַנט און קוקט 
מיט בענקשאַפט צו דעם זון מיטן חוצפּדיקן פּנים און טראַכט: קוואו 
איז ער איצט ערגעץ, אַז וויי איז צו דער מאַמען" 

ער איז געבוירן געװאָרן טאַקע דאָ אין בראָנזװויל, אַזאַ שרייענדי- 
קער, מיט אַזױ פיל פאַרנעם, אַקוראַט װי ער װאָלט געװען דער 
איינציקער, װאָס דאַרף לעבן אויף דער וועלט. אַ מאַמע, --- האָט ער 
פאַרשטאַנען, --- איז אַזאַ בריאה, װאָס דאַרף אַלצדינג טאָן פאַר 
אים: אים געבן עסן און טרינקען, לייגן שלאָפן, פירן אין סקול, 
קויפן קליידער און אים געבן ניקלס אויף זיסע זאַכן. אויף אַ מאַמען 
מעג מען אַפילו אָנשרייען, זי זידלען מיט מיאוסע ווערטער. און אַז 
זי װועט אַפילו ווערן אין כעס, האָט דער כעס אָבער גאָרניט ווערט, 
ווייל ניט ער בעט זי איבער, נאָר זי אים, מיט קושן, צערטלעכ- 
קייטן און מתנות. 

אַלצדינג אין הויז, --- האָט ער תמיד געטראַכט, --- איז באַשאַפן 
געװאָרן נאָר פאַר אים, אַפילו דער טאַטע זיינער לעבט נאָר אין זיין 
זכות. אויף דער גאַס איז שוין עפּעס אַן אַנדער זאַך, אין פּאָבליק 
סקול אויך. דאָרטן זיינען זיי אַלע פרעמד און מען טאָר ניט זיין קאַ- 
פּריזנע, אַז ניט װעלן זיי אים נאָך פאַרשטויסן אַ חוץ דעם איז 
דאָרטן עפּעס אַן אַנדער וועלט: אַ שענערע, אַ וויכטיקערע. האָט ער 
זיך געסטאַרעט און ער איז טאַקע געווען דער ערשטער לויפער 
אין גאַס. דער בעסטער באָל-שפּילער און זיך שטאַרק גערעכנט 
מיט דער מיינונג פון זיין געזעלשאַפט יינגלעך און מיידלעך פון דער 


1 


גאַס און שול, 

אין תלמוד-תורה האָט ער דעם לערער גערעדט אַנטקעגן און 
זיך אים נאָכגעקרימט, ביז יענער איז געװאָרן אין כעס און האָט 
אים צעפּאַטשט און אַרױיסגעװאָרפן, פאַר אַזאַ באַלײידיקונג האָט 
דאָס בחורל אױסגעקלאַפּט אַלע פענצטער פון דרויסן און נאָך גע" 
סטראַשעט דעם לערער, אַז װען ער װעט אים פּאַקן, װעט ער אים 
נאָך אַראָפּקנאַקן זיין שאַרבן פון קאָפּ,. די געזעלשאַפט זיינע האָט אים 
ניט געמוסרט דערפאַר, פאַרקערט, געהאַט אַ סך פאָן און אים גץ- 
האַלטן פאַר אַ העלד, אַז ער קאָן טאָן אַזאַ זאַך, 

טאַטע און מאַמע האָבן ניט געקענט קיין ענגליש און ער האָט 
בשום אופן צו זיי ניט געװאָלט רעדן אין יידיש, און דערפאַר װאָס 
ער האָט יאָ געקענט רעדן די שפּראַך פון לאַנד און זיי ניט, האָט ער 
זיך געפילט אַ סך העכער און גרעסער פון זיינע עלטערן און קיינ- 
מאָל ניט געהאַט פאַר זיי קיין גוט װאָרט, 

ער האָט געענדיקט פּאָבליק-סקול, היי-סקול און איז אױסגעװאָקסן 
אַ געזונטער, שטאַרקער בחור, אָבער אָרעם און נאַקעט פאַר דער 
וועלט און האָט ניט געוואוסט װאָס צו טאָן. באָל שפּילן האָט ער 
געקענט גוט. לויפן, שווימען, טאַנצן, די גאַסן שפּראַך מיט אַלע 
חכמהלעך --- אָבער װאָס צו טאָן אין דער װעלט, האָט ער ניט גע- 
וואוסט, 

זיין ערשטער דזשאַב איז געווען אַן אָשער אין איינער פון די 
גרויסע מואוווי-הייזער, װאָס אויף בראָדוויי, איזן אים געפעלן גע- 
ווען די ערשטע ציים טראָגן די אוניפאָרם מיט די גאָלדענע קנעפ, 
שטיין גלייך און אויסגעצויגן פאַר יעדן איינעם, אַ פאַרקעמטער, אַ 
שיינער. זומער אָבער האָט ער שוין מער ניט געװאָלט זיין דאָרטן 
און טעג און נעכט איבערגעלעגן אין קוני אײילאַנד מיט זיינע חברים. 
אַהיים פלעגט ער קומען אַ פאַרברענטער פון זון מיט אַ גרויסן צע- 
רייצטן אַפּעטיט און געשלונגען אַלצדינג, װאָס איז געװען אויפן 
אויוון און אין אייז-באַקס. אינדערפרי ווידער אַװעק צו זיינע חברים 
מיט אַ פַּאָר מטבעות, װאָס ער האָט מיט געװאַלדן און סטראַשונקעס 
אַרױסגעצױגן ביי דער מאַמען, 

דערנאָכדעם איז ער געװאָרן אַ שיפּינג-קלוירק. אַ מלאכה אַזאַי 
װאָס מען פּאַקט סחורות אין די קעסטלעך אױף אָפּצושיקן זיי אין 
די קראָמען. און אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו פּאַקן, הייסט מען אויסקערן 


41 


דעם שאַפּ, אָדער לויפן מיט אַ שליחות. לואי האָט אָפּגעאַרבעט 
איין װאָך און מיט זיינע שכירות אַװעק אין אַ פּולרום און דאָרטן 
פאַרשפּילט אין ,קרעפּס? זיינע גאַנצע פאַרהאָרעװעטע געלטער. ער 
האָט זיך ניט גענומען צום האַרצן פון דעם. גיין צוריק אויף זיין 
דזשאַב האָט ער שוין מער ניט געװאָלט, איז ער געװאָרן אַן אָפטער 
באַזוכער פון אַזױנע פּלעצער, וואו מען שפּילט ביליאַרד, ;קרעפּס?, 
אויב ער האָט אַלײין ניט געשפּילט, האָט ער געהאַט הנאה, װאָס אַנ- 
דערע שפּילן, חברים האָבן אים מכבד געווען מיט בראָנפן און מיט 
גוטע וועטשערעס; און אויב מען איז געגאַנגען צו מיידלעך, האָט מען 
אים אויך מיטגענומען און געצאָלט פאַר אים, 

דערנאָכדעם האָט ער אינגאַנצן ניט געסטאַיעט פון הויז און זיך 
מער ניט געיאַװעט. 


װי בראַנזװיל קומט פון דער אַרבעט 


פאַרנאַכט צינדן זיך אָן עלעקטרישע לאָמפּן אויף אַלע גאַסן און 
קאָנען ניט גובר זיין דאָס ביסל ליכטיקייט, װאָס דער טאָג האָט 
פאַרגעסן און דאָס איבערגעלאָזט הפקר אויף אַלע דעכער און פענצי 
טער. שעמען זיך די לאָמפּן, פּינטלען מיט די אויגן פרעמד און ניט 
זיכער. 

לויפן אָנגעפּאַקטע טראַמװײיען איבער גאַנץ בראָנזװיל און האַלטן 
אין איין קלינגען און סטראַשען די דורכגייער אויף די גאַסן. שװאַרצע 
באַנען מיט ליכטיקע פענצטער קומען צולויפן פון ניו יאָרק אַלע 
מינוט, גיבן זיך אַ שטעל אָפּ אויף גיך און שטפפּן אַרױס פון די 
װאַגאָנען טויזנטער און צענדליק טויזנטער מיידלעך, יינגלעך, מיטל- 
יאָריקע מענער און פרויען מיט פרייד אין די אויגן און מיט ברע- 
כעניש אין די רוקנס, 

טאַטעס, אַז זיי קומען פון דער אַרבעט, טיילן זיי גיקלס גאַנץ פריי. 
זשטייען דערפאַר הונדערטער קינדער מיט פאַרריסענע העלדזער 
אונטער די טרעפּ פון דער סטאַנציע און װאַרטן 

לויפן מיט די טרעפּ אַראָפּ טויזנטער טאַטעס, מאַמעס, ברידער 
און שוועסטער. לויפן זיי גיך און איילנדיק, כדי װאָס שנעלער אַרױף 
אויף די גאַסן, וואו בראָנזװיל װעט זיי באַגעגענען אַ רואיקע, אַ 
שטילע און די לופט װעט פאַרשמעקן מיט געקאָכטער װעטשערע 


|81 


און זיי קיצלען די נעזער מיט די ריחות פון געבראָטן פלייש, פעטע 
זופּן און באָרשט, 

עלטערע קינדער האַלטן ביי די הענט די קליינינקע ברידערלעך 
און שוועסטערלעך און ריידן זיי איין מיט זינגענדיקע קולעכלעך: 
;אָט װעט קומען פּאַ, פּאַ". דאָס קלײינװואַרג ביי די טרעפּ װאַרפט 
מיט די אויגן איבער אַלע צעהיצטע פּנימער און זאָגט נאָך מיט פאַר- 
בענקטע אייגעלעך: ;יאָ, אָט װעט קומען פּאַ, פּאַ", 

די סטאַנציע, מיט אַלע װענט, טרעפּ און פּלאַטפאָרמעס, ויגט 
זיך פון דער גרויסער שווערקייט פון מענטשלעכע קערפּערס און 
איילנדיקע טריט. די רעלסן אויבן דונערן און גולמס מיט אָנ- 
געצונדענע ניקלס אין די אויגן, לאָזן אַרױס פריי יעדן איינעם און 
פאַרהאַקן זיך באַלד דערביי מיט אַ טעמפּן געשריי, פּונקט װוי האַ- 
מערס, װאָס װאָלטן געהאַלטן אין איין קלאַפּן איבער אייזערנע שטאַנגען. 

טאַטעס קושן זיך מיט די קליינינקע, כאַפּן זיי ביי די הענט און 
לאָזן זיך לויפן אין די היימען, 

--- װאָס טוט די מאַמע? און װאָס קאָכט מען אויף װועטשערע? 

--- די מאַמע איז אָלרײט, און עס איז געווען דער מילך-מאַן, און 
ס'איז געווען דער אייזמאַן, און די מאַמע האָט זיך געקריגט מיט 
דער שכנה, און אויף װעטשערע קאָכט מען היינט מילכיקס און 
לאַטקעס פון קאַרטאָפליעס. 

פון אַלצדינג דערציילן די קינדער דעם טאַטן אויפן װעג צום 
הויז. פרייען זיך די טאַטעס, ווערן מיט אַמאָל גוטהאַרציק און טיילן 
ניקלס צו זייערע קלוגע קינדערלעך, װאָס האָבן אויף זיי געװאַרט ביי 
די טרעפּ פון דער סטאַנציע. 

אין אַלע הייזער פּראַלן זיך אויף טירן, און די טריט אױף די 
שטיגן דערציילן די ווייבער אין די ליכטיקע קיכן אַז אָט גיען 
שוין זייערע מענער, באָרדערס, און באָרדערקעס. די טישן שטייען 
שוין געגרייט און די טעפּ אױף די אויוונס זידן און פאַרכלינען זיך 
מיט שוים פון גרויס זאַטקײט און פעטקייט, 

גאַנץ בראָנזװיל עסט װעטשערע און די רײד, װאָס מען רעדט 
צווישן זיך, זיינען אַזױנע גוטע. מען פרייט זיך, װאָס די שעפּער 
זיינען געבליבן העט-ווייט פון יענער זייט, אין דעם גרויסן טומל- 
דיקן ניו יאָרק, און אַזױ פיל שעהן פון רו ליגן פאָראויס. מען קאָן 
זיצן און לייענען צייטונגען, מען קאָן גיין אין אַ מואווי, מען קאָן שפּילן 


1"1 


אין קאָרטן, אָדער גאָר אָנדרײען די װיקטראָלאַ און הנאה האָבן 
פון אַ פּאָר פיינע נגונימלעך. | 

נאָך וועטשערע הויבן זיך אָן צו פּוצן אַלע גרינע אין בראָנזויל. 
טוען זיך אָן יומ-טובדיקע קליידער, פאַרקעמען זיך די האָר גלאַט 
און איינגעפּרעסט און לאָזן זיך אין די אָװונט-שולן מיט שיינענדיקע 
פּנימער און נייגעריקייט אין די אויגן, זיך לערנען ענגליש. אַז זי 
וועלן שוין קענען גוט ענגליש ריידן, וועלן זיי זיך שוין האַלטן מער 
זיכערער ביי זיך און זיי װעלן קוקן יעדן איינעם אין פּנים אַרײן 
שטאָלץ און מוטיק. אַזױ האָבן זיי נאָך מורא, האַלטן אַראָפּגעלאָזט 
די אויגן און שעמען זיך. 

די געביידעס פון די אָװונט-:שולן װאַקסן בײינאַכט אויס גרעסער 
און ריזיקער, און די רויטע װענט מיט די הונדערטער באַלױכטענע 
פענצטער שרעקן דאָס האַרץ מיט אַמעריקעס מעכטיקייט און רי" 
זיקייט, 

ציען זיך די גרינע אַהין הילפלאָזע וי אָפּגעשױרענע שאָף. און 
אויף די גאַסן פון בראָנזװיל איז ליכטיק און טומלדיק. דאָס יונג" 
װאַרג האָט זיך נאָך וועטשערע אַרױסגעלאָזט שפּאַציר, לאַכן זי 
הויך אויפן קול. אין די צעעפנטע מוזיק-געשעפטן שפּילן װיקטראָ- 
לאָס און ראַדיאָס. איבער די מואווי-הייזער טאַנצן פייערדיקע אותיות 
אויף די שילדן און דער ייד מיט די פּינאָטס ציט זיך שוין מיט זיין 
פּושקאַרט און אָנגעצונדענעם איוועלע װאו עס פּראַזשען זיך 
פּינאָטס, אויף די באַלױכטענע גאַסן, וואו ער װעט פאַרקויפן יעדעס 
שקאַרמיצל מיט די װאַרעמע געשמאַקע ניסלעך, פאַר בלויז אַ ניקל 
אַ שטיק, 


די ביג בענקט 


פאַרנאַכט האָט אָנגעהױיבן צו פאַלן אַ שניי און שיינע רחל האָט 
אָנגעטאָן איר גראָען מאַנטל מיט גרויסע שװאַרצע ביינערדיקע קנעפּ 
און האָט זיך געלאָזט גיין אויף די ווייסע פעלדער צװישן װוינט און 
שניי, 

די ציג איז געשטאַנען אויפן טיש, װאָס אויפן גאַניק, נאָכגעקוקט 
אַ פאַרוואונדערטע דער באַלעבאָסטע, װאָס האָט געשפּאַנט אַנטקעגן 
ווינט אַן איינגעהויקערטע. זי האָט זיך פאַרטראַכט, די ציג, אויף 


}1 


דעם, װאָס די ערד װערט וייס, װאָס די שנייעלעך קומען גאָר אָן 
פון דער הויך און ציען זיך אָן אַן עק און אָן אַ סוף, און װאָס די באַ- 
לעבאָסטע האָט גאָר פאַרלאָזט די הויז און פאַרשװינדט מיט איר 
גראָען מאַנטל ערגעץ אין דער לופטן. איז איר געװאָרן קשה, דער 
ציג, דער גאַנצער װעלט-באַנעם און זי האָט אױיסגעשטרעקט דעם 
קאָפּ און אַ מעקע געטאָן. 

מען קאָן קיינמאָל ניט וויסן, ווען שיינע רחל פאַרטראַכט פּלוצלונג 
דעם שפּאַציר צו אירע טעכטער. װאָכן און חדשים קאָנען אַזױ אַװעק- 
גיין און זי זאָל זיין רואיק, טאָן צופרידן איר אַרבעט אין הויז און 
ס'דאַכט זיך איר, אַז זי קלערט אַפילו ניט וועגן זיי. מיטאַמאָל אָבער 
באַפּאַלט איר אַ נאָגעניש, פון די הענט הויבט אָן צו פאַלן יעדע זאַך 
און איר האַרץ ווייסט שוין ניט קיין שלום, 

ביי לייטן גייען מיידלעך אַװעק פון הויז, וען זי האָבן חתונה. 
אירע טעכטער זיינען נאָך גאָר יונגינקע, אָבער אין דער היים וילן 
זי שוין מער ניט זיין. זיי ווילן זיין פריי און זעלבסטשטענדיק און ניט 
טראָגן אויף זיך דעם עול פון טאַטע און מאַמעס זאָרגן זיך וועגן זיי, 

האָט זי איצט איינגעבויגן דעם קאָפּ, שיינע רחל, צוליב די שניי" 
עלעך, װאָס זיינען איר געקראָכן אין די אויגן אַרײן, פאַררוקט די 
הענט אין די אַרבל און האָט זיך געצויגן פאַרעקשנט צו סאַראַטאָגאַ 
עוועניו, 

די באַלעבאָסטע האָט געעפנט די טיר און פריינטלעך איינגעלאַדן 
שיינע רחלען אין דער װאַרעמער קיך, ווייל אין צימער דאָרט, ביי 
די מיידלעך, איז קאַלט און פינצטער. זי זיינען פון לאַנג אַװעק פאַר- 
פּוצט און װעלן מסתמא ערשט צוריקקומען שפּעט אין דער נאַכט. 

אין טייערע פוטערנע מאַנטלען, אין גרינע זיידענע קליידלעך 
און אין זילבערנע טופליעלעך קומען זי אַרױף אויף דער סטאַנציע 
מיט געפאַרבטע ליפּעלעך און גלאַנציקע אייגעלעך, 

--- העלאָו, פּאַפּ, --- מאַכן זיי, --- און דערלאַנגען אים זייערע 
מטבעות. 

אַ גוט אָװונט, טעכטער, -- ענטפערט ער אָפּ דאָרט פון בודקעלע, 
--- און שטרעקט זיי אויס די ריכטיקע צאָל ניקלס, 

אליעזר פרעגט זי ניט וואוהין זיי גייען. ער ווייסט שוין, אַז מסתמא 
אויף בראָדװיי אין אַ טעאַטער, אָדער ערגעץ אויף אַ טאַנץ. קוקט ער 
זי נאָך, וי זיי לאָזן זיך אויף די טרעפּ דינע און שטאַלטנע, 


11 


אין זייער צימער איז געווען קאַלט. די בעטן צעװאַליעט, אָנגע" 
װאָרפן און צעדרייט יעדע זאַך. האָט שיינע רחל אָנגעהײיצט סגאַז 
אייוועלע, גענומען אַ בעזים, אויסגעקערט ריין און ציכטיק ,פאַרבעט 
די בעטן, צעשטעלט יעדע זאַך אויפן ריכטיקן אָרט און דערנאָכדעם 
אױיסגעטאָן און געלייגט זיך אין איר מיזינקעס בעט. געציטערט און 
ניט געקענט אײינשלאָפן פון דעם, װאָס אירע אברים האָבן געקלאָגט. 

שפּעט אין דער נאַכט זיינען זיי געקומען איבערגעפרוירענע און 
מידע. זיי האָבן זיך אָנגעטאַנצט, אָנגעלאַכט, זיך געלאָזט קושן פון 
בחורים און געבליבן איז נאָכן פריילעכן אָװנט אַ ליידיקייט אין האַרצן. 
שיינע רחל האָט אַ שולדיקע צו זיי געשמייכלט און זיי האָבן אַפילו 
ניט געהאַט קיין כח אַ װאָרט צו איר אויסריידן,, 

די מאַמע האָט אױיסגעװאַרעמט אַ בעט פאַר דער מיזינקע און יענע 
האָט זיך גאָר מחיה געווען. די פיס אירע זיינען געװען קאַלט װי 
אייז און שיינע רחל האָט זיי אַריינגענומען צווישן אירע. אַ װאַרעמקײט 
האָט זיך פאַרשפּרײט איבער אַלע אברים אירע און די מיזינקע האָט 
צוגעלייגט איר קאָפּ צו דער מאַמעס האַלדז און באַלד איינגעשלאָפן 
אין גרויס פאַרגעסנהייט, 

גאַנץ פרי, נאָכדעם, װוי די קינדער זיינען אַװעק צו דער אַרבעט, 
האָט זיך שיינע רחל שוין געשלעפּט אַהיים איבער אַ טיפן ליכטיקן 
שניי. קיין ווינט האָט שוין ניט געבלאָזן, דער הימל איז געווען אויס- 
געלייטערט און קלאָר,. די ציג איז געשטאַנען אויף די טרעפּ און אַז 
זי האָט דערזען איר אָנקומען, האָט זי פריילעך אַ מעקע געטאָן. זי האָט 
אָנגעשטעלט די הערנער, פּונקט װוי זי װאָלט זיך געקליבן אַ בוצקע 
טאָן דער באַלעבאָסטע, װאָס איז שוין געווען גאַנץ נאָענט. ניט מחמת 
כעס װאָלט זי איר אַ שטויס געטאָן, נאָר פאַר גרויס שמחה װעגן, 
װאָס זי װעט שוין באַלד הנאה האָבן פון אַ גוטן, געשמאַקן מאָלצייט. 


נתן האָט איר געזאָגט אַ גוט מאָרגן 


אַלע פאַרטאָג האָט ער זי באַגעגנט און אַלע פאַרטאָג, װאַרטנדיק 
אויף אַ באַן האָבן זיי ביידע געשוויגן. זי האָט געשפּאַנט אין איין 
ריכטונג און ער אין דער צוייטער. אינמיטן האָבן זיי זיך באַגעגנט, 
אַ בליק געטאָן מיט נייגעריקייט איינער אויפן אַנדערן, און זיך וי" 
טער געגאַנגעןן. 


21 


נתן האָט איר געזאָגט אַ גוט מאָרגן ערשט צו פאַר פּסח צו, נאָכדעם 
וי דער שווערער װוינטער מיט די פרעסט זיינען שוין אַװעק. דעם 
גוט מאָרגן האָט ער געטראָגן מיט זיך װאָכן און װאָכן, ווייל וי באַלד 
ער האָט אַרויפגעשטיגן אויף דער פּלאַטפאָרמע, האָט אים דאָס האַרץ 
געקלאַפּט און ער האָט דעם אָטעם ניט געקאַנט כאַפּן, 

די ווינטער"טעג זיינען געווען אַזױנע מוראדיק קאַלטע. בראָנזװויל 
געדענקט שוין נישט פון לאַנגע יאָרן אַזױנע פרעסט. ניט אַזױ די פרעסט, 
װי דער װינט. דער װינט האָט געבלאָזן פון גרויסן ים מיט אייז און 
קעלט, אַזאַ ווינט שטעכט דאָס לייב, פּאַטשט אין די פּלײצעס און 
שטופּט װי מיט שטעקנס, איינשטיין אויף איין אָרט קאָן מען ניט, מוז 
מען לויפן, לויפט מען אין בראָנזװיל אין אַזױנע טעג אַלט און יונג. 
אַרױסגײן אויף דער גאַס דענסטמאָל איז פּונקט װוי מען זאָל זיך אויס- 
טאָן נאַקעט און אַרײנשפּרינגען אין אַ טייך מיט אייז-קאַלטע װאַסער, 
ווייזשע האָט מען איר געקאָנט דענסטמאָל אָפּגעבן אַ גוט מאָרגן, אַז 
זי, אַן איבערגעפּראָרענע, איז געלאָפן איבער דער פּלאַטפאָרמע 
אַהין און צוריק און דער װינט האָט געהויבן אירע קליידלעך און 
איר געשמיסן אין פּנים אַרין. 

אין װאַגאָן, אויף די געלע שטרויענע בענקלעך, איז דווקא גע- 
ווען װאַרעם און וויפיל מאָל האָט ער באַשלאָסן זיך זעצן לעבן איר, 
אָבער אַרױסגעקומען איז שטענדיק, אַז ער האָט זיך געזעצט פּונקט 
אַנטקעגן מיט אַ פּלאַמענדיק האַרץ, געקוקט אויף אירע קני, װאָס 
האָבן זיך אַרױסגעזען פון אונטער דעם קורצן קליידל און געטראַכט, 
אַז זיין גליק איז פאַרבאַהאַלטן און פאַרשלאָסן אויף טויזנט שלעסער 
און זיין האַרץ מוז וויי טאָן פון גרויס בענקשאַפט, װאָס ער קאָן דאָס 
קיינמאָל ניט דערגרייכן. זיינע הענט האָבן געחלשט זי אַרומצונעמען 
און סשעואָלט אים שוין ניט געאַרט, װאָס די באַן װאָלט געלאָפן, זאָל 
זי זיך שוין טראָגן וואוחין זי וויל, 

אַז מענטשן לויפן אָן אויף די וייטערדיקע סטאַנציעס, פאַרכאַפּן 
פּלעצער אַרום און אַרום, אַז עס סטייעט שוין מער ניט, הענגט מען 
זיך אָן אָן די קליינינקע ווייסע הענטלעך, װאָס זיינען צוגעקלאַפּט 
פון אויבן צו אַ שװאַרצן שטאַנג. דעמאָלט פאַרשטעלט מען שױן 
איר אינגאַנצן פון אים און ס'בלייבן נאָר אַרױיסגעשטעקט אירע שװאַר- 
צע טופליעלעך, אונטערגענייט ביי די ברעגן מיט געל געװאַנט און 
די חנעוודיקע שלייפעלעך פון אירע שיך בענדלעך, 


} 1 


עטלעכע סטאַנציעס, איידער ער דאַרף אַראָפּשטײגן, הויבט זי זיך 
אויף און שלאָגט זיך דורך אַ וועג צווישן צונויפגעפּרעסטע, צונויפ" 
געפּלאָנטערטע הענט, פיס, אַקסלען. ווען זי שטייט שוין ביים אַרױס- 
גאַנג, הויבט זי אויף אירע גרויסע אויגן אויף נתנען און געזעגנט 
זיך מיט אים שטומערהייט. פון איר קוק גיט אַ שיין-אויף דער װאַי 
גאָן און צינדט זיך אָן אַ בלויער. נאָכדעם וי זי פאַרשװינדט, װערט 
אַלצדינג אױסגעלאָשן, אַפילו די לעמפּלעך ברענען טונקלער און 
ס'ווערט אים אומעטיק צו קוקן דורך דער פינצטער אויף די שװאַרצע 
ווענט פון דער אונטערערדישער פינצטערער גאַס, און ער קאָן זיך 
אַפילו נִיט גלויבן, אַז פון יענער זייט סטעליע אויבן, איבער אים, 
שטייען שטיקער שטאָט מיט ריזן מויערן, ברייטע גאַסן מיט לויפנדיקע 
גלאַנציקע מאַשינען, טראָטואַרן מיט שיינענדיקע פענצטער אין די 
קראָמען און מענטשן אין די צענדליקער טויזנטער. 

אײינמאָל אַ פאַרטאָג, ווען זי איז ניט געקומען, איז ער געבליבן 
שטיין װי אַ תם אינמיטן דער פּלאַטפאָרמע, אַקוראַט װי עמיצער 
װאָלט אים אָפּגענאַרט. די דעכער זיינען געװאָרן גרוי און פון גאַנץ 
בראַנזװיל האָט מען זיך אָנגעהױיבן צונויפלויפן אויף דער סטאַנציעי 
באַנען האָבן זיך אָנגעיאָגט מיט אַ שטורעם, אַװעקגענומען די מענטשן 
און איידער ער האָט זיך נאָך גערירט, איז די פּלאַטפאָרמע געװאָרן 
תיכף ענג פון טויזנטער אַנדערע. דענסטמאָל האָט נתן זיך געכאַפּט, 
אַז ער איז אַזױ פאַרלױרן און ס'קאָן זיך אַפּילו מאַכן, אַז ער װעט 
זי שוין קיינמאָל אויף זיין לעבן ניט זעף 

אויף דעם אַנדערן טאָג איז ער געגאַנגען צו דער באַן מיט אָנ" 
געבויגענע פּלייצעס, וי אַן אָבל, און האָט זיך אַפילו ניט געװאָלט 
פאַרגינען צו טראַכטן, אַז אפשר װעט זי דאָך קומעןי 

זי איז אָבער אָנגעלאָפן מיט שיינענדיקע אויגן און מיט אַ װײס 
אויפגעשלאָגן היטעלע אויפן קאָפּ. איז נתן איר נאָכגעגאַנגען טריט- 
ביי-טריט, װוי אַ קינד נאָך דער מאַמען. זי האָט זיך ניט אומגעקוקט 
אויף אים, אָבער איר האַרץ האָט געפלאַטערט פון נחת און זי איז 
געווען זייער שטאָלץ, 

פאַר פּסח האָט אָנגעהױבן די וועלט צו שמעקן און אויף דעם בריק 
איז שוין מער ניט געווען נאַכט, ווען נתן איז געלאָפן צו דער אַרבעט. 
אַ ליכטיקייט האָט געהויערט אויפן הימל און איבער אַלע דעכער 
האָט געשפּראָצט דער פרילינג מיט רויטע כמאַרעס. דעמאָלט איז 


1 


נתן געװאָרן זייער שטאַרק ביי זיך און דערפאַר איז ער מיטאַמאָל 
אַזױ צוגעגאַנגען צו איר אַזאַ זיכערער און אַ זאָג געטאָן 

- גוט טמאָרגן. 

--- גוד מאָרנינג, האָט זי אים געענטפערט און נתן האָט זיך פאַר- 
וואונדערט, װאָס איר קול קלינגט גאָר צו אים אַזױ פרעמד, אַקוראַט 
וי אַן אַנדער מיידל װאָלט דאָס געזאָגט. 

--- שוין, אויס ווינטער, האָט נתן אַ מאַך געטאָן מיט גרויס פרייד, 
ניט אַזױ דערפאַר, װאָס ס'איז שוין אויס ווינטער, נאָר װאָס ער שטייט 
שוין לעבן איר אַזױ נאָענט, קוקט איר גלייך אין די אויגן און האָט 
גאָרניט מורא. 

נתן האָט נאָך ווייטער עפּעס געװאָלט זאָגן, ער האָט ניט געוואוסט 
װאָס, איז ער געבליבן שטיין פאַרלוירן און זיין פּנים האָט אים גע" 
ברענט פון בושה, און ער האָט אין דער סעקונדע געמיינט, אַז דער- 
פאַר, װאָס ער שטייט אַזױ נאַריש, פאַרלירט ער ביי איר דעם גאַנצן 
חן. זי האָט אים אָבער אַרױסגעראַטעװעט ווען זי האָט זיך אָנגערופֿן; 

--- אַזױ שפּעט און די ,טריין" איז נאָך ניטאָ, 

--- טאַקע, האָט נתן אַ מאַך געטאָן און ער האָט זיך פאַרוואונדערט, 
װאָס ער האָט דאָס פריער ניט באַמערקט, װאָס ס'איז אַזױ שפּעט 
און די ,טריין* קומט נאָך ניט אָן 

די טריין אָבער איז ניט געווען שפּעט. פאָראויס, איבער די רעלסן, 
האָט זיך שוין געטראָגן אַ הודזשעריי און די באַן איז פון דאָרט גע- 
לאָפן מיט צוויי רויטע אויגן אויפן שטערן, װאָס זיינען געוואקסן 
גרעסער און פייערדיקער, װאָס נענטער זיי האָבן דערגרייכט די 
סטאַנציע, 


דער פרילינג איז שוין דאָ 


ווער קומט קיין בראָנזװיל אָנזאָגן, אַז דער פרילינג איז שוין דאָל 
דער אַלטער מוסאָליני קומט קיין בראָנזװיל אָנזאָגן, אַז דער פרי- 
לינג איז שוין דאָ. די קאַטערינקע זיינע צעשפּילט זיך פּלוצלונג 
אין אַ ליכטיקען פרימאָרגן און די ,קאַטשעליע? זיינע מיט זעקס פּאָר- 
צעלייענע פערדלעך פון אַלערלײ קאָלירן הויבט זיך אָן צו דרייען 
און קינדערלעך אין די צענדליקע פון אַלע טירן לויפן צו דעם 
גרויסן וואונדער מיט אויסגעשטרעקטע פּעניס אין די הענטלעך 


}1 


קוויטשען, שרייען, שפּרינגען אונטער פון גרויס פרייד. 

דענסטמאָל ווייסט שוין גאַנץ בראָנזװיל, אַז דער פרילינג איז שוין 
געקומען. איין פּעני קאָסט אינגאַנצן זיך אַ דריי צו טאָן אויף אַ פערד 

--- און די קאַטשעליע איז גאָר אַ וואונדער. אויף אַ װאָגן שטייט 
זי מיט אַ קאָלירטן דאַך, וואו ס'שטעקן קליינע פאָנען פון אַלע פעל- 
קער איבער דער ועלט, ווייל דער אַלטער מוסאָליני האָט געהאַט 
אינזינען די קליינע קונימלעך פון אַלע נאַציעס. 

די זון דרייט זיך אינאיינעם מיט די קינדער, װאָס זיצן רייטנדיק, 
קוויטשען און שרייען. זיי קוויטשען, ווייל אַ טייל האָט פּשוט מורא 
פאַר דער רייזע, װאָס איז פול מיט געפאַר; ס'איז נאָך גוט, װאָס זייערע 
מאַמעס שטייען נאָענט דערביי, קװעלן אָן און גיבן צו קוראַזש, 
אַ סך האָבן שוין ניט קיין מורא, נאָר זיי מאַכן געװאַלדן פון דעם, 
ווייל ס'איז זיי זייער גוט און אין דערזעלבער צייט ווילן זיי אָפּנאַרן 
דער וועלט, אַז זיי זיינען כלומרשט דערשראָקן. יינגלעך אַזױנע, װאָס 
האָבן שוין געזען רייטער אויף די פערד אין די מואוויס, בויגן זיך 
איין, וי אמתע ,קאַו באָיעס", פּאַטשן אויף די פּאָרצעלײענע רוקנס 
און ס'דאַכט זיך זיי אויס, אַז זי פליען אין אמתן װוי טאָם מיקס. 

דער אַלטער מוסאָליני האָט ליב קינדער און האָט ליב זייערע 
פּעניס. פאַרנאַכט װעט ער דאָס גאַנצע ליזונג אַװעקגעבן זיין זון 
דזשאָו און די יידישע שנור זיינע, מלכה, װעט אים דערלאַנגען די 
גוטע וועטשערע. ווינטערצייט, ווען ער פאַרדינט כמעט גאָרניט, דער" 
לאַנגט זי אים אויך די גוטע וועטשערע, אָבער פון דערלאַנגען ביז 
דערלאַנגען איז אַ גרויסער. חילוק. 

--- פּענעלעך, פּענעלעך, יינגעלעך און מיידעלעך, -- שרייט ער 
צו די קינדער אין יידיש. ער קען יידיש וי אַ װאַסער. שוין העכער 
צװאַנציק יאָר אין בראָנזװיל. די פרעסט זיינען שוין ניטאָ, דאָס ווינטל, 
װאָס גלעט זיין באַװאָקסענעם האַלדז, װי מיט מאָך, איז אַ װאַרעמער 
און זיין קאַטערינקע שפּילט אַזױנע פריילעכע, לוסטיקע ניגונימ- 
לעך, װאָס געפעלן ניט נאָר די קינדער, נאָר מוסאָלינען אויך. דרייט 
ער די קאַטערינקע, דרייט די קאַטשעליע און די פרילינג-זון ליגט 
אויף זיין צעקנייטשט פּנים און שמייבלט, | 

די ליכטיקע קאַלטע פאַרטאָגן אויף דעם בריק האָבן געשמעקט 
און ס'איז גאָר געווען אַ שאָד, װאָס אַז דער װאַרעמער פרילינג-טאָג 
וועט אַרױס, װעט נתן שטיין פאַרשפּאַרט אין שאַָפּ, אָטעמען פּאַרע 


61 


פון פּרעסל און ריח פון צוגעסמאַליעטן זייד, 

אָבער די עטלעכע מינוט, איידער די באַן קומט אָן זיינען אייבי- 
קייטן, ווען ער שפּאַצירט אַרום מיט איװאַן. (ער ווייסט שוין אַן זי 
הייסט איװאַ). זי רעדט נאָר ענגליש, אָבער אים אַרט דאָס ניט. ער 
גייט אום מיט איר װי מיט אַ גרויסן וואונדער, װאָס די װועלט האָט 
נאָר װאָס אַנטפּלעקט פאַר אים און יעדע זאַך איז ביי אים אַ חידוש. 
גיט זי אַ דריי מיטן קאָפּ און אירע ליכטיקע האָר צעװאַרפן זיך, 
גיט ביי אים אַ פלאַטער דאָס האַרץ. גיט זי אַ שטעל אַ פוס און דאָס 
קליידל גיט זיך אַ וויג, װוערט אים װאַרעם און גוט. 

אין װאַגאָן זיצן זיי שוין ביידע צוזאַמען און אַז ס'ווערט ענג אויף 
די ווייטערדיקע סטאַנציעס איז נאָך בעסער. דעמאָלט טוליעט ער 
זיך צו איר און רעדט פאַר פייער און פאַר װאַסער. זי קאָן ניט הערן 
קיין װאָרט, ווייל די רעדער קלאַפּן שטאַרק און דער ווינט הודיעט, 
פרעגט זי אים אַלע מאָל איבער װאָס ער זאָגט; און ער זאָגט איר גאַנצע 
פּסוקים פון שיר השירים, 

;משכני אחריך נרוצה". צי מיך נאָך זיך און איך װעל דיר נאָכ- 
לויפן אויף אַלע סאָבװייס און עלעװײיטאָרס. ;שמן תורק שמך עֶל 
כן עלמות אהבוך". דיין לייב שמעקט מיט אַזױנע זעלטענע בשמים, 
דערפאַר האָבן דיך אַלע בחורים ליב, אַי ס'שטייט גאָר ,עלמות" 
און ;עלמות" מיינט גאָר יונגע פרויען, האָט ער װידער אַ דאַגה... ! 


סעמעלע מיטן האַרטן קאַפּעליוש 


ער װאָלט זי געדאַרפט פרעגן, וואו זי וואוינט. און אפשר װאָלט 
ער געקאָנט קומען צו איר צו גאַסט און זיי װאָלטן געגאַנגען שפּאַ- 
צירן, אויף דערויף האָט ער נאָך אַלץ ניט געװאַגט. אַ גרויסער נאַר 
איז ער, נתן, און אַ מצווה אויף אים, 

די טעג זיינען געװאָרן װאַרעמער און די זון, װאָס האָט זיך געריסן 
פון דער גרויסער שפּאַרונע אין מזרח, האָט אים שטענדיק עפּעס 
צוגעזאָגט און קײינמאָל ניט מקיים געווען. אין די פאַרנאַכטן איז ער 
געגאַנגען אין קיצל פּאַרק און געטרוימט: װאָס גייט אים שוין אָן 
זונען, אַז די לבנה איז אַ ליכטיקע, און אַז די פינצטערע כביימער 
שמעקן מיט בשמים, אַז אָן איוואַן איז ער עלנט און אָרעם, | 

זי האָט מיטאַמאָל ניט געסטייעט און ער האָט זי געזוכט אויף אַלע 


571 


סאָבװײיס און עלעװײיטאָרס און זי ניט געפונען, וי אין שיר השירים 
שטייט:,בקשתיך בכל הרחובות ולא מצאתיך". איך האָב דיך געזוכט 
איבער אַלע גאַסן און דיך ניט געפונען. ער האָט געװאָלט זאָגן די 
אַלע מענטשן, װאָס שטופּן זיך אין די װאַגאָנען: ?אם תראיה מה תגידו 
לה", אויב איר ועט זי זען, װאָס װעט איר זאָגן? זאָגט איר, אַז איך 
האָב זיך שוין ניט איין מאָל אָפּגעבריט מיטן פּרעסל, טראַכטגדיק 
וועגן איר און אַז איך האָב שוין פאַרסמאַליעט אַ פּאָר טוץ קליידלעך 
און מען האָט זיי געמוזט אַרױסװאַרפן 

איינמאָל אַ שבת פאַרנאַכט האָט ער זיך אױיסגעפּוצט אין זיין שװאַרצן 
קאָסטיום מיט די ווייסע שטרייפעלעך, זיך אָפּגעפּוצט די שיך, אָנ" 
געטאָן זיין ברוינעם קאַפּעליוש און געבליבן שטיין אין צימער אַזאַ 
הויכער, אַזש ביז צו דער סטעליע. האָט ער זיך פאַרשעמט, װאָס ער איז 
אַזאַ הויכער און זיך צוגעזעצט אויפן בעט. 

די צוויי ביימער גרינען שוין, האַלטן זיך נאָך שטאַרקער ביי די 
הענט און שווייגן. די הויכע װאַנט אין הויז האָט צעעפנט אַלע פענצ- 
טער און זיי זיינען גרויסע רכילות-טרייבער, אָט די פענצטער. שעמען 
זיך גאָר ניט און דערציילן אַלצדינג װאָס קומט דאָרט פאָר אויף 
אַלע שטאָקן, אויפן דריטן שטאָק אין דער קיך שטייט אַ מיידל אַ האַלב- 
נאַקעטע און פּרעסט איר יום-טובדיק גרין קלייד. איר האַלדזיאון- 
נאַקן איז ווייס וי שניי און די ברוסטן אירע זיינען אומרואיק בשעת 
זי פּרעסט. װאַרפן זיי זיך און ציטערן. און נתן טראַכט, אפשר טאָר 
ער גאָרניט קוקן אַהין, ווייל ס'איז ניט שיין. און טאַקע ווייל ס'איז 
ניט שיין, נעמט ער ניט אַראָפּ די אויגן פון פענצטער און איז איג- 
גאַנצן אַ הייסער. זי האָט שוין אױסגעפּרעסט דאָס קליידל, עס צוגע- 
נומען און אַװעק. באַלד האָט זי זיך אָבער באַװויזן אין צווייטן צימער 
און האָט זיך געזעצט אויפן בעט, אָנטאָן אירע זאָקן. איצטער טאָר 
ער אַװודאי און אַװודאי ניט קוקן, אָבער װאָס פאַר אַ לאַנגע זאָקן טראָגן 
דאָס די מיידלעך. אָן זאָקן-בענדלעך. נאָר, זע נאָר, ער האָט גאָר 
קיינמאָל ניט געוואוסט, אַז זיי טראָגן ניט קיין זאָקן-בענדלעך. גוט 
צו וויסן, װאָס איז אַזױ גוט צו וויסן, װוייסט ער ניט. זי האָט זיך אָנ" 
געטאָן איר גרין קלייד, איבערן קאָפּ האָט זי דאָס געשלעפּט. זיינען 
אירע צוויי פיס אין די וייסע זאָקן געווען משונהדיק לאַנגע און 
מאָדנע, פּונקט װי ביי אַ קאַמעדיאַנטשיק. סשואָלט געווען שיין, וען 
די באַלעבאָסטע זיינע קומט אַזױ אַרײין און כאַפּט אים ביי אַזאַ זאַך .י. 


}81 


אויף דער גאַס ברענען שוין די עלעקטרישע לאָמפּן מיט די גרויסע 
גלעזער און בראָנזװיל ציט זיך אויף פּיטקין עוועניו. ער װעט אַהין 
ניט גיין, ער װעט בעסער זיך אַװעקלאָזן צו דער סטאַנציע, 

אויסגעפּוצטע פּאָרלעך הויבן זיך אויף די טרעפּ. איצטער לױפן 
זיי שוין ניט וי אין די פאַרטאָגן. קורצע קליידלעך טראָגן די מייד- 
לעך מיט לאַנגע צעשפּיליעטע מאַנטלען ביז צו דער ערד, די קאַװאַ- 
ליערן גייען נאָך פון הינטן מיט גלאַנציקע אָפּגעראַזירטע פּנימער 
און מיט דימענט-שפּילקעלעך אויף די שניפּסן. פּאָרלעכװייז און גאַנצע 
חברות ציען זיך צו דער סטאַנציע. זיי פאָרן איצט אויף בראָדװיי אין 
די טעאַטערן, אויף בעלער און אויף פּאַרטיס. די עלעקטרישע גרויסע 
אותיות פון דער מואוי-הויז נאָענט דערבי, שפּרינגען אין דער 
לופטן, בלישטשען, מיניען זיך און פאַרנאַרן צו זיך טאַטעס און מאַ- 
מעס מיט די קליינע קינדער, װאָס ציען זיך אין דער ברייטער אָפע- 
נער טיר ערנסטע און יום-טובדיקע. אַ סך צייטונגס-פאַרקויפער האָבן 
זיך דאָ פאַרזאַמלט. זיי װאַרטן אויפן גרויסן טראָק מיט די פּעק ציי- 
טונגען, װאָס דאַרף אָנקומען פון ניו יאָרק. דערווייל קריגן זיי זיך, 
שפּילן אין ;קרעפּס* און מאַכן גװאַלדן, 

װאָס האָט דאָרטן נתן צו טאָן, לעבן די אייזערנע טרעפּ, אַז ער 
איז הפקר און קיינער דאַרף אים ניט, און אַז עס ווערט קאַלט און די 
נאַכט קומט אָן מיט אָנגעצונדענע פענצטער אין פרעמדע הייזער, 

דאַכט זיך, אָט גייט סעמעלע דער פאָרמאַן אין אַ האַרטן קאַפּעליוש 
און דאָס מיידל אין לאַנגן מאַנטל האָט עפּעס אַ באַקאַנטן גאַנג. אפשר 
איז דאָס איװאַ! יאָ, דאָס זיינען זיי טאַקע. נתן וויל אַנטלױפן, אָבער 
ס'איז שוין צו שפּעט. זי האָט אים דערזעף 

--- האו דו יו דו, װאָס שטייט איר עפּעס אַלײן, איר װאַרט אויף 
עמיצן? 

--- ניין, ס'הייסט יאָ, ער װאַרט. --- האָט נתן זיך פאַרלוירן, 

--- איר קענט זיך? --- האָט איװואַ זיך אויסגעדרייט צו סעמעלען --- 
דאָס איז נתן. 

--- יאָ, יאָ. מיר קענען זיך --- האָט סעמעלע אים אַ דריק געטאָן 
די האַנט מיט אַן איבערגעטריבענער פריינטלעכקייט. ער אַרבעט ביי 
מיר אין שאַפּ, 

;סעמעלע גנב", --- האָט נתן תיכף אַ טראַכט געטאָן, --- .שוין דאַרף 
ער לאָזן וויסן פון אַזאַ זאַך. ער שעמט זיך דען חלילה. --- אָבעָר..." 


91 


זיי האָבן זיך געלאָזט מיט די טרעפּ אַרױף און סעמעלע האָט זיך 
אויסגעדרייט צו נתנען און אַ כיטרע שמייכל געטאָן צו אים מיט די 
װאָנצעלעך. נתנען האָט זיך געגלוסט אַרױף נאָך אים, אַ זעץ טאָן 
אין האַרטן קאַפּעליוש און אים איינקנייטשן. װאָלט ער שוין געװאָרן 
אויס סעמעלע אין אַן איינגעקנייטשטן קאַפּעליוש. ווייל דאָס גאַנצע 
סעמעלע, --- האָט נתן ווייטער געטראַכט, --- האַלט זיך אַזױ װואַזשנע, 
נאָר צוליב דעם חנעוודיקן האַרטן קאַפּעליוש. 

אַ גרויסער טראָק האָט געגעבן אַ פלי-צו צו דער סטאַנציע און 
צוישן די צייטונגס-פאַרקויפער האָט זיך אָנגעהויבן אַ פאַרביטערטע 
מלחמה. פּעטש זיינען געפלויגן און קללות --- אָבער מער ניט װי איין 
מינוט האָט געדויערט דאָס איינטיילעניש פון די צייטונגען און דער 
טראָק האָט זיך אָפּגעריסן פון אָרט און זיך תיכף אַװעקגעלאָזט צו 
אַן אַנדער ווייטער סטאַנציע. און באַלד, אין דער צוייטער מינוט, 
האָט מען שוין געקענט הערן, וי אֵױף אַלע גאַסן אין בראַנזװיל שרייען 
יינגלעך, וי אין אַ טרעװאָגע: ,פאָרווערטס", ,פרייהייט", ,טאָג?! 
,פאָרװוערטס", ,פרייהייט", , טאָג"! 


נזשה דער משוגענער 


שיינע רחל האָט געמאָלקן די ציג און ביידע לאַנדסלײט זיינען גע- 
זעסן אויפן גאַניק און געטרונקען טיי פון אַ קופּערנעם סאַמאָװאַר. 
דער טומל, װאָס איז אָנגעקומען פון די בראָנזווילער גאַסן, האָט אויס- 
געוויזן, װי טויזנטער קליינע הינטעלעך װאָלטן געהאַלטן אין איין 
האַװוקען דאָרטן אויף דינע קולכלעך. אַז ס'איז געװאָרן נאַכט איז 
אַ שטיק הימל געװאָרן רויט און ס'האָט זיך אויסגעדאַכט, וי די שטאָט 
ברענט דאָרטן ערגעץ און די פּלאַמען גייען גלייך צום הימל, אַ פּראָ- 
זשעקטאָר מיט אַ ריזיקן פּאַס ליכט, האָט אָנגעהויבן צו זוכן אויפן 
הימל, אַראָפּגענידערט אויפן דאַך פון שפּיטאָל, דערנאָכדעם אויף 
די פינצטערע ;לאַטס? און גענישטערט צװישן די שטיינער, גראָזן 
און אָנגעװאָרפענעם מיסט. די ציג נאָכן אויסמעלקן האָט זיך געשראָקן 
פאַר די שאָטנס, װאָס האָבן אַרומגעבלאָנדזשעט צווישן די פעלדער, 
האָט זי געקניט אויף אַלע פיר פּונקט װוי צו אַ תפילה, אַ צייט געקוקט 
אַן אומעטיקע צו די ווייטע לעמפּלעך אויפן וועג, דערנאָכדעם פאַר- 
מאַכט די אויגן און איינגעשלאָפן, אַ טראַמװײ האָט געקלונגען גע- 


601 


יאָגט זיך אין דער פינצטערניש, וי אַ ליכטיקע שיף אויפן ים, 
װאָס קומט אָן פון ווייטע לענדער און איילט זיך, װאָס גיכער שין 
אָנקומען צו דער יבשה, 

שימעלעס שטערן איז פאַרשוויצט און זיין קאַפּעליוש איז פאַר- 
טרויערט. ער קלאָגט זיך פאַר אליעזרן, אַז אַ צייט װוי דער בױך 
טוט אים ויי. קרעמפּס אַזױנע. אליעזר הייסט אים אַרינגיין צו אַ 
דאָקטאָר, אָבער שימעלע וויל ניט, קיינמאָל ניט געווען ביי קיין דאָק- 
טאָר. נאָך דערציילט ער, אַז ער האָט עגמת:נפש פון זיין עלטערן 
זון בילי. ער גייט זיך פייטן אין קוני אײילאַנד. אַ 25-ער האָט מען 
אים צוגעזאָגט, אויב ער װעט געוינען אַ לאַנד, װי סדום ועמורה: 
פאַרן שלאָגן זיך צאָלט מען נאָך צו. װאָס זאָל ער טאָן, אַז זיי הערן 
דעם טאַטן, וי דעם פאַראַיאָריקן שניי, מען לאַכט נאָך פון אים 
ס'גרעסטש געלעכטער, אויב ער וויל זיך אַרײינמישן. 

װאָס קאָן אים אליעזר טרייסטן, אַז ער האָט אויך צרות פון קינ- 
דער. װאָס װעט זיין דער תכלית מיט די מיידלעך זיינע: פאַרבן זיך 
די ליפּעלעך, לויפן צו בעלער און אין די טעאַטערן, װערן אַ תל און 
די חתנים איילן זיך ניט ווייזט אויס. אַ חוץ דעם איז אים צוגעקומען 
אַ נייע צרה: מען שטעלט זיך דאָ בויען גרויסע טענעמענט-הייזער 
און ס'וועט שוין ווערן אויס דאַטשע. 

מען האָט ניט געהערט, װי ער איז אָנגעקומען, נאָר מיט אַמאָל איז 
ער, משה דער משוגענער, אויסגעוואקסן אויפן גאַניק און שיינע רחל 
האָט אַ קוויטשע געטאָן פון דערשרעק. ער איז געבליבן שטיין מיטן 
זאַק אויף די פּלייצעס און זיין פּנים איז געווען שװאַרץ, װי די נאַכט 
און זיינע גרויקע אויגן ווילד און בייז, 

ער איז געקומען סטראַשען אליעזרן, אַז אַמעריקע טויג ניט און 
אַז מאָרגן, אם ירצה השם, פאָרט ער קיין פילאַדעלפיע, ווייל דאָרטן 
איז בעסער. שימעלע שעמט זיך אויפהויבן די אויגן און אַ קוק טאָן 
אויף אליעזרן, ווייל יענער איז מלא יסורים, זיצט מיט אָפּגעלאָזענע 
הענט און איינגעהויקערטע פּלייצעס, 

שיינע רחל האָט אָנגעגאָסן אַ גלעזל טיי, אָבער משה האָט ניט גע 
װאָלט טרינקען, אַרײנגעגאַנגען אין הויז, זיך דורכגעשפּאַצירט אין 
דער פינצטער איבער אַלע צימערן ביז ער האָט אָנגעטראָפן צו דער 
קיך-טיר און איז פון דאָרטן אַרױס אויף די פינצטערע פעלדער און 
זיך געשפּאַנט מיטן זאַק אויף די פּלײיצעס און געשאָלטן מיט טויטע 


611 


קללות: אַז אַמעריקע מעג ברענען אויפן פייער, און פּוסטע מעשיות --- 
ער װעט מוזן פאָרן קיין פילאַדעלפיע. 

נאָך זיין אַװעקגײן, האָט שימעלע זיך אויפגעהויבן װי אַ שולדיקער, 
געזאָגט שטילערהייט אַ גוטע נאַכט און איז אַװעק. אליעזר איז נאָך 
געזעסן אַ ווייל, דערנאָכדעם האָט ער זיך אויך אויפגעהויבן, אָנגעטאָן 
דעם מאַנטל און מיט אַ צעבראָכן האַרץ אַװעק אויף דער סטאַנציע. 

קיינער אין בראָנזװויל האָט ניט געוואוסט אַ חוץ שימעלען -- און 
שימעלע האָט אויך קיינעם ניט דערציילט. שוין יאָרן און יאָרן, אַז ער 
דרייט זיך אַרום אין בראָנזװיל אַן אָפּגעריסענער מיט אַ זאַק אויף די 
פּלײצעס און מיט אַ מאָדנע היטל אַזאַ מיט אַ גלאַנציקן דאַשעק און 
סטראַשעט יעדן איינעם, אַז ער װעט פאָרן קיין פילאַדעלפיע, וייל 
דאָרטן איז בעסער. אין זאַק אַרײן קלייבט ער שמאַטעס און די שמאַ- 
טעס פאַרקויפט ער צו פּסח דעם שניידער. מענטשן גיבן אים אויך 
נדבות, נעמט ער זיי צו מיט בייזע אויגן און וויל אַפילו ניט אָפּדאַנקען. 
וואוהין ער טוט אַהין דאָס געלט האָט מען אויך ניט געוואוסט, מען 
האָט כלומרשט געזאָגט, אַז פּסח דער שנידער נעמט דאָס ביי אים 
צו. אָבער פּסח, דאָס פריילעכע אַלט יידל מיט דער לאַנגער ווייסער 
באָרד און רויטינקע בעקעלעך, האָט אַפילו ניט געוואוסט, אַז מען האָט 
אױיסגעטראַכט אויף אים אַזאַ מיאוסע זאַך. ער האָט געהאַנדלט מיט 
שמאַטעס און ביי דער זייט אויך פאַרדינט פון לייגן לאַטעס אויף אַלטע 
קליידער. שוין יאָרן און יאָרן געווען אַליין און געוואוינט אין אַ גרויסן 
קעלער מיט אַ קיך, האָט ער פון רחמנות וועגן מקרב-געווען דעם משהן, 
אים געגעבן אָפּטמאָל אָפּצועסן און אַ נאַכטלעגער, 

שיינע רחל האָט אויסגעדרייט די עלעקטריק, זיך געלייגט אין בעט 
און אָנגעהויבן צו וויינען. זי האָט באַקלאָגט דעם ביטערן מזל פון איר 
מאַנס ברודער: ער קומט זייער זעלטן אָט:דער משה, אָבער נאָכדעם 
ווען ער גייט אַװעק, צעגייט איר שיעור ניט דאָס האַרץ פון רחמנות 
און זי וויינט אויף זיין גורל, 

משה האָט שוין אָבער לאַנג פאַרגעסן, וואו ער איז אָט-ערשט גע- 
ווען. ער איז אַרױף אויף דער יום-טובדיקער ליכטיקער פּיטקין עווע- 
ניו --- אַ קויטיקער און ברודיקער. פריילעכע חברה-לייט האָבן פֿון 
אים אָפּגעשפּעט, קינדערלעך זיינען אים נאָכגעלאָפן און ער, מיט 
אַ הייזערדיק קול, האָט געשאָלטן מיט טויטע קללות די שטאָט, די 
גאַסן און יעדן איינעם, װאָס ער האָט באַגעגגט. דערנאָכדעם זיך 


}62{ 


צעלייגט לעבן אַ קראָם, אונטערגעשפּרײט דעם זאַק און אָנגעהויבן 
צו ראָיען אויף אַ קול, 

--- משה, װאָס וויינסטו? --- האָבן אים פאַרבייגייער געפרעגט, 

משה האָט ניט געענטפערט, ער האָט אויפגעהויבן די האַנט, נאָך 
שטאַרקער זיך צערעװועט און געמאַכט; 

--- אוי, אוי, אַמעריקע! 


פיטקיץן עװעבין 


פּיטקין עוועניו איז די שפּאַציר-גאַס פון בראָנזװויל און ס'קומט אויס 
וי אַלע נאַכט װאָלט מען געפּראַװעט אַ יום-טוב אין אַלע העל-באַלױם- 
טענע אייז-קרים-פּאַרלאָרס און אין די פאַרפּוצטע רעסטאָראַנען. 

גרויסע שילדן די לענג פון עטלעכע שטאָק מיט רויטע, גרינע, 
בלויע עלעקטרישע לעמפּעלעך האָלטן אין איין מאַניען צו זיך, בייטן 
די קאָלירן און חזרן איבער אויף זייער לשון פון ליכט ווידער-אַמאָל 
און נאָכאַמאָל די זעלביקע ווערטער: ,איי, אונטערוועש, שטאַרק וי 
אייזן, אײיביק, וי די וועלט איז אייביק", אָדער ,איי, איי, אַ רעסטאָראַן, 
אַפּילו פויגל-מילך, קומט אַריין, קומט אַרײן, 

די טאַנץ-זאַלן, אָדער ווי די שילדן זאָגן: ;טאַנץ-קאַלעדזשעס", האָבן 
בלינדע פענצטער, מען זאָל ניט זען, װאָס ס'טוט זיך דאָרטן אינוויי- 
ניק. נאָר דער קלאַרנעט לאָזט זיך הערן איבער דער גאַנצער גאַס, 
ציט און מאַניעט, 

קליינע יינגעלעך לויפן אום מיט פעק גאַזעטן אונטער די אָרעמס 
און האָבן קײינמאָל ניט קיין צייט זיך אָפּצושטעלן און פאַרקויפן אַ 
צייטונג, ווייל דער גאַנצער ענין איז דאָך ניט פאַרקויפן, נאָר לויפן; 
כדי אַריבערצױאָגן אַלע חברים און אָנקומען דער ערשטער אין אַזױינע 
פּלעצער, וואו קיין שום צייטונג-פאַרקויפער האָט נאָך מיט קיין פוס 
ניט געטראָטן, 

פּיטקין עוועניו וויגט זיך אין אַ ים פון קאָלירטע קאַפּעליושן און 
חנעוודיקע פרויען-היטעלעך. פרישע שטראָמען גיסן זיך אַריין פון 
די זייטיקע גאַסן, כװאַליען זיך און רעשן זיך די קאָלירן און טאַנצן 
מיט אַלע עלעקטרישע לעמפּעלעך, װאָס אויף די שילדן, 

די רייד, װאָס מען רעדט צװישן זיך, הויבן זיך אין דער לופטן 
זאַמלען זיך צונויף אין געדיכטע װאָלקנס און שוועבן איבער אַלע 


31 


קעפּ און אויף אַלע קװאַרטאַלן פון דער בראָנזוילער ברייטער שפּאַציר- 
גאַס, 

די אױטאָמאָבילן אינמיטן דער עועניו קאָנען זיך ניט צעיאָגן 
צוליב דעם געדרענג און שטופּעניש. ציען זיי זיך טריט ביי טריט, 
וי אין אַ יום-טובדיקער פּראָצעסיע. די פּאָרלעך דאָרט אין די מאַ- 
שינען קאַנען זיך ניט דערװאַרטן ביז מען װעט אַרײנפאָרן אין די 
װייניק-באַלױכטענע גאַסן און פאַלן גלייך צו מיט די ליפּן איינער 
צום אַנדערן און פאַרגעסן זיך פון גרויס צעטראָגנקײט, אַז דורך די 
פענצטערלעך קאָן די גאַנצע וועלט זען, װאָס זיי טוען. 

פּיטקין עוועניו וויגט זיך אין אַ ים פון קאָלירן און נתן וויגט זיך 
אויך, אַ הויכער און שטאַלטנער, איינער אַליין שפּאַנט ער זיך מיט אַ 
פאַרריסענעם קאָפּ איבער דער דאָזיקער שפּאַציר צאַס און פילט, 
װי ער װאַקסט העכער איבער אַלע קעפּ און איבער אַלע הױכע 
הייזער. 

שיינע מיידעלעך זיינען פאַראַן אין בראָנזװול. ‏ שװאַרץ-חנעוודיקע 
יידישע אַרבעטער-טעכטער, אַזױנע שטאַלטנע און שטאַרקע. 

נתנען איז גוט. ער ווייסט ניט פון װאָס ס'איז אים אַזױ גוט, אָבער 
אַלע אברים זיינע זיינען אָנגעלאָדן מיט בלוטן, 

די בראָנזוילער שיינע מיידלעך, אַז זיי שפּאַצירן איבער פּיטקין 
עוועניו, גייען זיי חברות-ווייז, פאַרנעמען דעם גאַנצן טראָטואַר אין 
דער ברייט און פּאַראַדירן דורך רייע נאָך רייע. בלייבט נתן שטיין 
אין אַ זייט שטייף און אויקגעצויגן, װי אַ פעלד-מאַרשאַל, װאָס באַ- 
טראַכט זיינע אַרמײען און דאָס האַרץ טאַנצט אין אים פון פרייד, 

ער בענטשט זיי, נתן, די בראָנזווילער שיינע מיידלעך, און זאָגט 
צו זיי אַזױ אין זיין געדאַנק: 

געבענטשט זאָל זיין אייער שיינקייט און אייערע שטאָלצע פּאַכאָד- 
קעס. אומעטום זאָלט איר ברענגען פרייד און דערהויבונג. קרעפטיק 
און נאָכגיביק זאָלט איר זיין וי שװאַרצע ערד, װאָס איז גוט פאַרן 
אַקער. װעל איך צוליב אייך אויך ווערן דערהויבן און װעל אייך אויך 
באַגערן ביזן לעצטן פּיצעלע כח מיינעם. 

אַזױ איז נתן געשטאַנען שטייף און אויסגעצויגן וי אַ פעלד-מאַרשאַל, 
װאָס באַטראַכט זיינע אַרמײען און די בראָנזװילער שיינע מיידלעך 
זיינען פאַרבײיגעגאַנגען רייע נאָך רייע, אַזױנע שטאָלצע און קרעפטיקע. 


} 61 


בראַמוויל װאַקסט 


ניט מער וי אין דריי חדשים האָט מען אויפגעשטעלט נאָך אַ שטיק 
בראָנזוויל, 

אַז ס'זיינען אָנגעפאָרן די ריזיקע גראָב-מאַשינען, האָט שיינע רחל 
באַלד געכאַפּט די ציג און זי צוגעבונדן צום גאַניק. איז געשטאַנען 
די ציג אַ געפּענטעטע, און געמעקעט גאַנצע טעג 

די נייע שטיק שטאָט איז געװאָקסן פון טאָג צו טאָג. די גראָב-אייזנס 
האָבן אין זיך דעם כח פון טויזנטער רוחות. אַרױף אויף גרויסע קייטן 
האָבן זיי גענידערט און זיך געהויבן פון זיך אַלײן, געגריזעט גאַנצע 
שטיקער פעלד און צוגלייך אַרױסגעשפּיגן אין די לאַסט-מאַשינען 
צעמאָלענע גראָזן, שטיקער שטיינער און ערד, 

באַ שיינע רחלען האָט פאַרכאַפּט דאָס האַרץ פון שרעק, וען זי 
האָט געזען װי די שטאָלענע מיילער, װי בייזע רוחות, נידערן אויף 
די קייטן מיט אַזאַ מאַכט און מיט אַזאַ זיכערקייט, און גראָבן זיך אַרײין 
אין דער ערד וי אכזרים, האָט זי מורא געהאַט, אַז טאָמער די שעה 
זאָל זיך ניט מאַכן, קאָנען זיי זיך אַראָפּלאָזן אויף איר כאַטע און זי 
אויפהויבן אין דער לופט אַ צעמאָלענע מיט די כלים, בעטן, קישנס 
און מעבל, 

די מאָטאָרן האָבן געקאָכט און געזאָטן. לאַסט-מאַשינען זיינען אָנ" 
געקומען און באַלד אַנטלאָפן, אַזױ אַ גאַנצע װאָך, און מיט אַמאָל איז 
ליכטיק געװאָרן דאָס פּלאַץ פאַר אליעזרס הויז אויף מיילן פון אַלע 
גראָזן און שטיינער. 

אָבער ס'האָט לאַנג ניט געדויערט, און איטאַליענער, פּאָליאַקן און 
רוסן זיינען אָנגעקומען אײינמאָל אַ פרימאָרגן אין שטױיביקע קליידער 
און זיך גענומען ראָיען אין די גריבער. מאַשינען האָבן זיך אָנגעהויבן 
צו ציען גאַנצע װאָלקנס-ווייז מיט שטיינער, ציגל, געהילץ און שטאָ- 
לענע באַלקנס, און עס האָבן אָנגעהױבן שפּראָצן רויטע װענט און 
זיי זיינען געװאָקסן פון שעה צו שעה. 

בײינאַכט האָבן געברענט פייערן לעבן די געביידעס און די וועכטער, 
עלטערע יידן, מיט שטעקנס, זיינען אַרומגעגאַנגען און געסטוקעט 
אין געהילץ און זיך אַליין געשראָקן פאַר זייער אייגענער קלאַפּערײ, 

די נייע הייזער האָבן זיך אָנגעהויבן צו רוקן אויף אליעזרס כאַטע 
פון אַלע זייטן, און זיי זיינען שוין אױיסגעװאַקסן גאָר הויך, איז גע- 


51 


װאָרן פינצטער אין הויז אינמיטן טאָג. 

צו האַרבסט-צו זיינען שוין די הייזער געווען אויסגעװוייסט. מיט 
גלאַנציקע פענצטער און גרינע דעכער האָבן זיי זיך געצױגן איף 
מיילן די לענג, 

פון ניו יאָרק און פון די בראָנקס זיינען ווייבער אָנגעקומען, זיך 
אַרומגעדרײט אין די ליידיקע גאַסן, געגאַנגען פון טיר צו טיר, גע" 
שטיגן די טרעפּ און באַטראַכט די צימערן. 

אליעזר האָט געוואוסט, אַז ס'איז שוין דער לעצטער פאַרנאַכט, ווייל 
מאָרגז װעט מען זיך שוין קלייבן אַהער. מאָרגן איז דער באַרימטער 
טאָג אין ניו יאָרק, ווען די גאַנצע שטאָט ,מופט". איז ער געזעסן 
אויפן ליכטיקן גאַניק, פאַרן סאַמאָװאַר, געזופּט און געטרונקען טי 
פון לעפעלע. 

שיינע רחל איז געזעסן אויף די טרעפּ און געבענקט נאָך דער ציגי 
מאַן און ווייב האָבן ניט אויסגערעדט קיין װאָרט די גאַנצע צייט פון 
גרויס צער, פּונקט װי מען װאָלט ערשט אָנגעוואוירן אַן אייגן קינד, 

אויף אַ שטריק האָט זי אליעזר געפירט אין פּראָספּעקט פּאַרק. די 
שטומע בהמה האָט ניט געוואוסט, וואוהין מען פירט זי, איז זי אונטער- 
געשפּרונגען פריילעך, נאָך אַזױ פיל חדשים זיין געפּענטעט צום גאַניק. 
אַז זי האָט דערזען די גרינע פעלדער דאָרטן אין פּאַרק, די בלומען 
און פרישע גראָזן, האָבן אירע אויגן אויפגעלויכטן און זי האָט זיך 
אַזש צעמעקעט פון פרייד. אליעזר האָט זי געגלעט איבערן האַלדז 
איר אַרײנגעקוקט אין די אויגן און גערעדט צו איר, וי צו אַ מענטשן, 
ווען זיי האָבן ביידע זיך אָפּגעשטעלט פאַרן אָפּיס פון פּאַרק-פאַרװאַל- 
טער: 

--- מילאָ, װאָס זאָל מען טאָן, וועקט מיר שוין מוזן מוחל זיין. ניט 
מחמת שנאה און ניט מחמת רוגז טו איך דאָס. 

אַלע ציגן זיינען זיך צונויפגעלאָפן, ווען מען האָט זי אַריינגעפירט 
אין אַ הויף אַזאַ, אַרומגעצױמט מיט הויכע דראָטענע ווענט. זיי זיינען 
געבליבן שטיין פונדערווייטנס און באַטראַכט דעם גאַסט מיט טאַ- 
מעװאַטע בערד. זי האָט זיך פאַרלוירן און אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו 
אליעזרן, װאָס איז געשטאַנען אַ טרויעריקער פון יענער זייט װאַנט 
און ניט אַראָפּגענומען זיינע אויגן פון איר. די ציג איז צוגעלאָפן 
מיט אויסגעשטרעקטע הערנער צו די דראָטן און אַ בוצקע געטאָן 
די דראָטן האָבן זיך אַ טרייסל געטאָן, אַ דרימזשע געטאָן, זיך באַ- 


661 


רואיקט און געבליבן ווייטער וי געווען. איז די ציג געבליבן שטיין 
אָפּהענטיק און זיך געחידושט. אליעזר האָט שוין מער ניט געקאָנט 
פאַרטראָגן, זיך אַװעקגעדרײיט און זיך געלאָזט גיין. האָט די ציג 
אויסגעצויגן דעם קאָפּ, נאָכגעקוקט דעם באַלעבאָס, ביז װאַנעט יענער 
איז פאַרשוואונדן געװאָרן אין אַ זייטיקער גאַס. און אַז ער האָט ניט 
געסטאַיעט, האָט זי זיך אומגעקערט צו די איבעריקע ציגן, געפרעגט 
זיי עפּעס אויף שטום-לשון, אָבער יענע זיינען נאָך אַלץ געשטאַנען אויף 
דעם פריערדיקן פּלאַץ און געשוויגן. אַז קיינער האָט איר ניט גע- 
ענטפערט, האָט זי געקניט אויף דער ערד, אַװעקגעלײגט דעם קאָפּ 
אויף די פאָדערשטע קני און געבליבן אַזױ ליגן אַ פאַריתומטע און 
אַ פאַרעלנטע, 

אליעזר האָט שוין פאַרקויפט די שטוב צו דער קאָמפּאַני. מאָרגן 
װועט ער זיך שוין אַרױסקלײבן. די קאַסטנס זיינען שוין פאַרפּאַקט, 
דאָס מעבל איז שוין אַװעקגענומען, נאָר די בעטן שטייען נאָך אויף 
זייער פריערדיקן פּלאַץ. פליגעלעך מחנותווייז זיינען זיך אָנגעפלויגן 
און באַפאַלן דאָס עלעקטרישע לעמפּל אונטער דער סטעליע. אליעזר 
האָט ניט געקאָנט פאַרליידן, וי זיי פאַלן נעבעך אָפּגעבריטע אויף 
דעם טיש און אויפן דיל, אין ער געבליבן זיצן אין דער פינצטער 
און געטאַפּט די װאַרעמע גלאָז טיי. פונדערווייטנס האָבן געברענט פייערן 
און אין די פּוסטע גאַסן זיינען יינגלעך געקומען אַ גאַנצע מחנה פון 
בראָנזװיל, אַריינגעשטעקט די קעפּ אין די אָפּענע פענצטער און אַרײן- 
געשריען אין די ליידיקע צימערן, עמיצער דאָרט אינעװייניק האָט 
זיך זיי נאָכגעקרימט, האָבן זיי אים געזידלט מיט מיאוסע ווערטער, 
אָבער יענער האָט זיי צוריק געזידלט מיט די זעלבע ווערטער. זיינען 
זיי געװאָרן אין כעס, די יינגלעך, געכאַפּט שטיינער און אַרײנגעװאָרפן. 
אַזאַ זאַך האָבן שוין די וועכטער ניט געקאָנט פאַרטראָגן און זיי זיינען 
אָנגעלאָפן מיט די שטעקנס. אָבער בראָנזווילער יינגלעך שרעקן זיך 
ניט פאַר אַלטע יידן מיט שטעקנס. --- אַדרבא, אדרבא, לאָזן יענע 
נאָר אָנהויבן. 

אליעזר האָט געשפּאַנט צו דער סטאַנציע, װי אַן אַלטער ייד מיט 
דריבנע טריטעלעך און אַראָפּגעלאָזטע פּלײיצעס, 

גאַנץ פרי זיינען אַרײינגעפאָרן אין דער נייער שטאָט טראָקס מיט 
בעבעכעס, שאַפּעס, טישן, בענקלעך, טעפ און בעטן וייבער מיט 
קינדער זיינען אָנגעקומען גאַנצע סטאַדעסװײיז און ס'האָט זיך אוים- 


671 


געהויבן אַ גערודער איבער אַלע קװאַרטאַלן. אַ גאַנצן טאָג האָט 
זיך געקאָכט און געראַשט. פאַרנאַכט צו האָבן שוין געברענט ליכט 
אין די הייזער און אויף די פענצטער האָבן געהאַנגען אױסגעפּרעסטע 
ווייסע פאָרהאַנגען. װיקטראָלאַס האָבן שוין געשפּילט און קינדער 
זיינען שוין אומגעלאָפן איבער די גאַסן, געשפּילט באָל און געשריען 
אויף די מאַמעס, װאָס זיינען געזעסן אויף די טרעפּ, אַז מען זאָל זיי 
געבן ניקלס, װעלן זיי לויפן קויפן אייזיקרים אין די שפּאָגלינײע 
קענדי-סטאָרס, 

אליעזר האָט זיך איבערגעקליבן אין פּאול סטריט אויפן פינפטן 
שטאָק אין צוויי צימערן מיט אַ קיך. ער איז ניט געוואוינט געווען 
צו דער לופט, האָט ער געהוסט און געשפּיגן און געווען זייער בייז 
אויף שיינע רחלן, װאָס איז אַ גאַנצן טאָג געזעסן אין דער וויגשטול 
אַן איינגענוריעטע און געבורטשעט װי אַ קאַץ. 

--- װאָס זיצסטו דאָ גאַנצע טעג, נעכיי װאָלסטו אַביסל אַרױסגע- 
גאַנגען אויפן סטופּ כאַפּן פרישע לופט, שיינע רחל האָט ניט געהערט, 
האָט זי געשמייכלט אַ שולדיקע און געשוויגן. 

אין אַ פּאָר טעג שפּעטער איז אליעזר געגאַנגען, כאָטש נאָך אַמאָל 
אַ קוק טאָן אויף זיין כאַטע, ווייל ס'האָט אים שטאַרק געצויגן אַהין. 
אָבער פון זיין כאַטע איז שוין מער קיין סימן נישט געווען. געבליבן: 
אַ הויכע רעשטאָװאַניע מיט פאַרריסענע שפּיצן האָט געקוקט צום פאַר" 
נאַכטיקן הימל און אונטן, פון נייעם געלייגטן פונדאַמענט, האָבן שוין 
געװאַקסן רויטע ציגעלנע װענט. משה דער משוגענער איז געלעגן 
אויף דער ערד לעבן אַ קופּע געהילץ און געראָיעט, אַז ער האָט דערזען 
דעם ברודער פונדערווייטנס, האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט אַ געפּעס- 
טשעטן קול: 

--- ס'איז דו, אליעזר? 

--- איך, משה, 

--- וואו זשע איז די ציג? 

--- ניטאָ, 

--- נו, און דיין הויז? 

--- אוֹיך ניטאָ. 

אליעזרן האָבן געבראָכן די פיס און אין האַרצן האָט אים אָנגע- 
הויבן צו קלעמען, האָט ער זיך צוגעזעצט לעבן משהן, זיך איינגע" 
הויקערט און אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפֿ. 


81 


--- אליעזר, דו וויינסט? --- האָט משה אַ טאָרע געטאָן דעם ברודער 
מיט דערשרעק. 

אליעזר האָט ניט געענטפערט און געהאַלטן אין איין אויפציטערן. 
דענסטמאָל איז פּלוצלונג ביי משהן, פון רחמנות צו זיין ברודער, 
געװאָרן זייער קלאָר אין מח און אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז די 
נאַכט איז מיט אַמאָל ליכטיק געװאָרן און ער קען זען אַלצדינג אַרום 
און אַרום. האָט ער אָנגעשפּאַרט זיין אַקסל אויף אליעזרן און אַ מאַך 
געטאָן װוי אַ קלאָרער מענטש: 

--- נו, שאַ, נעם זיך ניט צום האַרצן, ווייסטו גאָר װאָס, לאָמיר ביידע 
פאָרן קיין פילאַדעלפיע, דאָרטן איז בעסער, 

דער וועכטער איז צוגעקומען מיטן שטעקן און אויסגעשריען זייער 
בייז; 

--- װאָס דאַרפט איר האָבן דאָ, אַװעקעט פון דאַנען, 

--- האָבן זיי זיך ביידע אויפגעהויבן און ביי משהן אין מח האָט 
זיך אַלצדינג צוריק אוױיסגעלאָשן און ער האָט שוין קיינעם ניט דער- 
קענט. ער איז געבליבן שטיין מיט אַן אויפגעהויבענעם קולאַק און זיך 
געשאָלטן: 

--- אוי, אַ רוח אין אייער טאַטנס טאַטן אַרײן, אַ מיתה משונה, אַ 
כאָליערע, אַ מגפה, 


אליעזר מיט שטילע טריט, וי אַן אָבל, האָט אַװעקגעשפּאַנט אַהים. 
סצמעלע מאַכט אַ ,פּאַרײ 


סעמעלע וואוינט אין אַן אַפּאַרטמענט הױיז, ווייסע ברייטע טרעפּ 
פירן אין אַן אױיסגעפּוצטן קאָרידאָר מיט שפּיגלען. טייערע קאַװיאָרן 
זיינען אױסגעשפּרײט אומעטום און אַלע טירן גלאַנצן דאָרטן, וייל 
זיי זיינען באַשפּרענקלט מיט אַזױנע טייערע פאַרבן. 

סעמעלע האָט געמאַכט אַ פּאַרטי. איינגעלאַדן האָט ער בחורים 
און מיידלעך נאָר פון זיין גלייכן. נתן װעט דאָרט אויך זיין, --- אַזױ 
האָט איװאַ געװאָלט. דער טאַטע זיינער האָט זיך אויסגעקעמט די 
באָרד. מיט דער יאַרמולקע אויפן קאָפּ און מיט דער שבתדיקער 
קאַפּאָטע האָט ער זיך געזעצט פון אויבן אָן אין דער וייכער שטול 
און האָט צוגעגעבן גרויס חשיבות צו דער גאַנצער שמחה. די גוטע 
מאַמע זיינע האָט אַרומגעפּאָרעט זיך צווישן די געסט אין געבלימטן 


691 


זיידענעם קאָפּנטיכל און דערלאַנגט אַלצדינג, װאָס זי האָט צוגעגרייט 
פון דער ברייטער האַנט. זי ווייסט שוין, אַז היינט װעט אויך קומען 
אַ מיידל, װאָס סעמעלע האַלט אין איין רימען איר שיינקייט. זי װעט 
איר היינט באַטראַכטן און אויב זי זעט אויס צו זיין אַ כשר קינד, 
פאַרװאָס ניט, לאָז זיין מיט מזל, ס'איז דען נאָך ניט צייט!... 

צום אַלעם ערשטן זיינען אָנגעקומען די פּראָפּעסיאָנעלע פּאַרטי- 
גייער, װאָס זוכן דיר אויס אונטער דער ערד אַ שמחהלע איף יעדן 
שבת און ברענגען מיט זיך זייערע מיידלעך. עסן און טרינקען 
טאַנצן און זינגען --- און דערנאָכדעם, שפּעט אין דער נאַכט, אין 
סאָבװײי, אויפן וועג אַהײם, האַלטן זיי אין איין אָפּחוזקן און אָפּשפּעטן 
פון באַלעבאָק מיט דער גאַנצער משפּחה. 

פאַר יעדן איינעם פון די אַרײינגעקומענע האָט סעמעלע ברייט 
צעעפנט די טיר, זיי אַריינגעפירט אין שלאָף-צימער, זי זאָלן אַװעק- 
לייגן דאָרטן אויפן גרויסן בעט זייערע מאַנטלען און שליאַפּעס. דער" 
נאָכדעם האָט ער יעדן איינעם אַרײגעפירט אין עס-צימער, צו זיין 
טאַטן אין דער יאַרמולקע, און פאָרגעשטעלט. דער טאַטע האָט ניט 
געוואוסט װאָס צו זאָגן, האָט ער געשמייכלט פאַרלוירן און זיך גע- 
נויגט פאַר זיי, װוי פאַר פּריצים און די באָרד זיינע האָט זיך מיט- 
גערוקט. די מאַמע אָבער שעמט זיך שוין ניט. זי האָט שוין פון לאַנג 
געוואוסט, אַז אַמעריקע איז אַ לאַנד פון טשיקאַװעקײיט און מען דאַרף 
שוין ניט ווערן איבערראַשט פון קיין שום זאַך. איז זי אױך ניט 
איבערראַשט געװאָרן פאַר די עלעגאַנטע בחורים און פאַר די מיידלעך 
מיט די געפאַרבטע ליפּעלעך און נאַקעטע הענט און אַקסלען. זי האָט 
פרום זיך גענויגט צו זיי און מיט גרויס פריינטשאַפט זיי געבעטן 
זיך זעצן און פאַרזוכן פון די געבעקסן. 

איוואַ איז אָנגעקומען שפּעטלעך. סעמעלעס מאַמע איז באַלד צו 
צו איר, אָנגענומען אירע ביידע הענט און געװאַרעמט איר מיט די 
אויגן און געװאָלט זיך צעוויינען פון נחת. ?אַ שטאַלטנער בוים איז 
זי דאָס מיידל און שיין װי די זיבן הימלען". סעמעלע האָט איר 
מאַנטל און הוט ניט אַװעקגעלײגט אין שלאָף-צימער אויפן בעט, 
נאָר פאַרשלאָסן אין שאַפּע אױיף אַ באַזונדער אָרט. דערנאָכדעם 
צוגעגאַנגען צו איר, גענומען איר האַנט און געדריקט זייער שטאַרק 
מיט גרויס געפיל, איװואַ האָט אָבער געזוכט נתנען און אַז זי האָט אים 
ניט געפונען, איז איר איינגעפאַלן, אַז אפשר האָט אים סעם גאָר. אינ" 
גאַנצן ניט איינגעלאַדן. 


01 


נתן האָט געזוכט דעם נומער פון הז און איז פאַרקראָכן אַ מייל 
ווייטער, און די גאַס, 10טע עועניו, איז אַ לאַנגע, ציט זיך איף 
צענדליקער מיילן. ער איז אָנגעקומען אַ פאַרשוויצטער צו דער טיר 
און אָנגעהויבן צו קלינגען, אָבער קיינער האָט ניט דערהערט, וייל 
די װיקטראָלע האָט געשפּילט, די פּאָרלעך האָבן זיך געדרייט און 
דאָס יונגװאַרג האָט אונטערגעזונגען. סעמעלע האָט געטאנצט מיט 
איװואַן און איז געווען פאַרחלשט. ער האָט בשעת מעשה געהאַט אױיף 
זיך אַלײן גרויס רחמנות, װאָס ס'איז אים אַזױ גוט צו זיין מיט איר, 
און ערשט איצט, אַז ער האָט דערפילט די װאַרעמקײט און סאַמעטקײט 
פון איר קערפּער, האָט ער שוין פאַרשטאַנען אַז אָן איר װועט ער 
שוין ניט קאָנען לעבן און ער װעט שוין מוזן חתונה האָבן מיט איר, 

אַז נתן האָט געקלונגען און קיינער האָט אים ניט געענטפערט, האָט 
ער אַליין אויפגעעפנט די טיר און איז אַריין אין קיך. אַן אַלטער ייד 
מיט אַ פולער באָרד מיט ברעקלעך, איז דאָרט געזעסן און געדרימלט 
אָנגעשפּאַרט אויפן ווענטל פון שטול מיט אַן אָפן מויל. ער איז אַריין 
אין צווייטן צימער, אָבער דאָרטן האָט אים קיינער ניט באַמערקט, 
ווייל מ'איז געווען פאַרטאָן אין טאַנצן, האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט אָן 
אַ װאַנט און איז געבליבן שטיין אַ פאַרלאָרענער, 

איוואַ האָט אים דערזען שטיין אין ווינקל און דאָס האַרץ האָט איר 
אָנגעהױבן צו קלאַפּן, זי האָט זיך ניט געגלױיבט, אַז דאָס איז עֶר, 
ווייל אין האַלב טונקלען צימער, צווישן די װאָלקנס רויך פון די סי" 
גאַרעטן, האָט ער אויסגעזען, װי אַ געשטאַלט אויפן ליוונט אין די 
מואוויס. זי האָט זיך אַ האַסטיקן ריס געטאָן פון איר קאָמפּאַניאָן 
און סעם איז געבליבן שטיין מיט אַזאַ מינע, װוי ביי אַ קינד, װאָס מען 
האָט ביי דעם אַװעקגעריסן דאָס זויג-פלעשל... ער האָט ניט פאַר- 
שטאַנען, װאָס דאָס מיינט, אָבער באַלד האָט ער זיך געכאַפּט, ווען ער 
האָט דערזען, וי איוואַ קוקט אַרױף צו נתנען אַ שטראַלנדיקע און יענער 
שטייט אויסגעצויגן, װי אַ סאָלדאַט, מיט אַראָפּגעלאָזענע הענט און 
ווייסט ניט װאָס צו טאָן. 


11 


װי אַזזי מען האָט פאַרבראַכט אױף דער ,פֿאַרטײ 


סעמעלע איז אַרומגעגאַנגען אַרום נתנען און איװאַן, װי אַ קאַץ 
אַרום דער באַלעבאָסטע, װאָס מאַכט אַן עוף. אָבער ס'איז גאָרניט 
אַרױסגעקומען, ווייל זיי האָבן ביידע זיך שוין ניט צעשיידט. אין פינצ" 
טערן צימער, וואו ס'ליגן די מאַנטלען האָבן זיי זיך ביידע געזעצט 
אויפן בעט. ביי נתנען האָט געפלאַטערט דאָס האַרץ, די הענט האָבן 
אים געפלאַמט און וי אַ גבור, אַ העלד, װאָס ווערט הפקר פאַר יעדער 
געפאַר, אַזױ איז ער אויך געװאָרן מיט אַמאָל הפקר און מיט גרויס 
געװאַגטקײט זי אַרומגענומען. איװאַ האָט זיך ניט געװוערט און איז 
געבליבן ליגן אין זיינע הענט און געציטערט וי אַ הון, װאָס מען 
כאַפּט זי אויף אַװעקצוטראָגן צום שוחט. ביים בחור איז געװאַקסן 
דאָס האַרץ און ער האָט פּלוצלונג דערפילט, אַז ער איז זייער וויכטיק 
אויף דער װועלט און ווען ער װויל נאָר גיט ער זי אַ קוש אויך. 

סעמעלע איז אָבער מיט אַמאָל אַרײנגעלאָפן און געלאָזט וויסן מיט 
גרויס גדולה, אַז די װיקטראָלע שפּילט שוין אַ װאַלס און אויב איוואַ 
וויל מיט אים טאַנצן, איז ער גרייט. זיי האָבן ביידע זיך אַ כאַפּ געטאָן, 
וי צוויי גנבים, װאָס מען פּאַקט זיי ביי דער אַרבעט און זיי זיינען 
געבליבן זיצן פאַרשעמטע און ניט געוואוסט װאָס צו ענטפערן. נאָכ- 
דעם, װי סעמעלע איז אַרױס, האָט זיך אָפּגעטאָן די גאַנצע גבורה 
פון נתנען און ער האָט דערפילט אַ שװאַכקײט אין אַלע זיינע אברים 
און אַ מין צער איז אים באַפאַלן, ער האָט שוין מערער איװאַן ניט 
אַרומגענומען. ער האָט פאַרמאַכט די אויגן און איז געבליבן זיצן 
מיט גרויס בענקשאַפט, 

סעמעלע איז צום צווייטן מאָל אַרײנגעלאָפן און װוידער מיט גרויס 
גדולה געלאָזט וויסן, אַז די װיקטראָלע שפּילט שוין אַ פאַקסטראָט. 
אָבער ער האָט װידער געמוזט אַװעקגײן מיט גאָרניט. צום דריטן 
מאָל, ווען ער איז אַרין, האָט ער זיך גאַנץ פּשוט אַריינגעזעצט אין 
בעט אַרײן לעבן זיי און ניט מיר, ניט דיר, זיי אָנגעזאָגט אַ בשורה, 
אַז ער האָט אַרײינגענומען אַ נייעם סטייל קליידלעך אין שאַפּ אַרין 
און אַז נתן װעט אין אָנפאַנג ניט וויסן װי אַזױ צו פּרעסן אָבער 
נישקשה, סעמעלע װעט אים שוין ווייזן. ;ער איז ביי מיר אַ פעאיקער 
יונג", האָט סעמעלע אים פאַרלויבט פאַר איװאַן. נתן איז געווען ברוגז, 
װאָס ער דערמאָנט אים וועגן שאַפּ, איוואַ האָט זיך אויך אָנגעכמורעט, 


1 


אָבער. סעמעלען האָט דאָס ניט געאַרט. ער האָט געוואוסט, אַז מען 
וויל פון אים פּטור װערן, נאָר קעמעלע איז ניט נתפּעל געװאָרן פון 
דעם, ער האָט זיך נאָך טיפער אַרינגעזעצט אין בעט און זיי ווידער 
אָנגעזאָגט אַ בשורה, אַז ער גייט בייטן זיין שעװוראָלײ אויף אַ ביואיק. 
ער האָט אויך געפרעגט נתנען צי יענער איז אַמאָל אויף זיין לעבן 
געפאָרן אין אַ מאַשין, אויב ניט װעט ער אים מכבד זיין מיט אַ ,פאָר", 
ס'איז סעמעלען אויך אינטערעסאַנט צו וויסן, צי אין יוראָפּ זיינען 
אויך פאַראַן מאַשינען. יאָ? --- ער האָט גאָרניט געוואוסט. 

ניט נאָר איז דאָ, --- האָט נתן געענטפערט אַ צערייצטער, --- נאָר 
ער אַלײין האָט געהאַט אַן אייגענע מאַשין. אַ גרויסע אַזאַ מיט אַ ניקל- 
נעם לאָמפּ פון פאָרנט און אַז ער האָט געגעבן אַ קװעטש אַזאַ מין 
פּוכיר, האָט דאָס געגעבן אַ פייף, אַז מען האָט דאָס געקענט הערן 
אויף דער צווייטער גאַס. יאָ, נתן האָט געהאַט אַן אייגענע מאַשין 
און איז געפאָרן אין איר, אַזש ביז קיין װאַרשע און צוריק. און נאָך 
האָט ער געװאָלט זאָגן, אַז סעמעלע זאָל גיין צו אַלדי שװאַרצע יאָר 
און אים מער ניט דולן קיין קאָפּ, אָבער ס'פאָרמאַנדל אין לייטיש 
און מאַכט: ;אַזױ, אַזױ, אַי סי". נו, און ענגליש קען שוין נתן רעדן? 
און אויב ניט, זאָל ער זען למען השם לערנען, ווייל אין אַמעריקע 
מוז מען קענען ענגליש, יו נאָה 

אין צווייטן צימער האָט מען שוין ניט געטאַנצט, מען איז געזעסן 
אויסגעזעצט אויף די בענק און אויף דער פּאָדלאָגע און געשפּילט 
;גיימס", אַלע ;גיימק? האָבן געפירט צום קושן. אָבער די באַליבסטע 
שפּיל איז געווען דער פּאָטשטאַליאָן; אַ בחור אָדער אַ מיידל, גייט 
אַרױס אין צווייטן צימער, קומט צוריק, קלאַפּט אָן אין טיר; 

--- װאָס איז? --- פרעגט די חברה, 

--- איך האָב אַ בריוו, 

--- פאַר וועמען? 

-- פאַר דער און דער. און דאָ רופט דער בחור אָן דעם נאָמען 
פון דעם מיידל אויף װועמען ער האָט געװאָרפן אַן אויג. 

--- מיט וויפיל מאַרקעס איז דיין בריוו? --- פרעגט מען אים. 

--- מיט אַזויפיל און אַזויפיל, 

נאָך דער צאָל פון די מאַרקעס אַזױ פיל קושן דאַרף ער איר געבן, 
דאָס מיידל הויבט זיך אויף אַ פאַרשעמטע און גייט אַרײן אין צווייטן 
צימער. ס'געפינען זיך שוין אַזױנע בעלי-טובות, װאָס פאַרשליסן 


1 


די טיר און אין דער קורצער צייט, װאָס דאָס פּאָרל פאַרברענגט דאָרטן, 
צעשפּילט זיך די פאַנטאַזיע זייער וייט ביים עולם. אַלע פּנימער 
פלאַמען, אַלע אויגן ברענען... | 

נתן האָט אויך געדאַרפט זיין דער פּאָטשטאַליאָן. ער האָט אָנגע" 
קלאַפּט אין דער טיר און געלאָזט װויסן, אַז ער האָט אַ בריוו פאַר איוואַן 
מיט איין מאַרקע. 

זי איז געשטאַנען פאַר אים אין דער פינצטער מיט אויסגעשטרעקטע 
ליפּן און פאַרמאַכטע אויגן. דער גאָרטן איז געשטאַנען אַן אָפּענער פאַר 
נתנען און ער האָט נאָר געדאַרפט אַרײנשפּאַנע, אָבער די בלוטן 
האָבן ביי אים צופיל געשפּילט, און אַ גרויסע מורא איז אים באַפאַלן, 
ער האָט אַזש ניט געקאָנט כאַפּן דעם אָטעם. 

;װאָס געדויערט דאָס אַזױ לאַנג?? --- האָט סעם געליאַרעמט און גע" 
װאָלט אויפרייסן די טיר. מען האָט אים ניט געלאָזט און ער איז נעבעך 
געשטאַנען אַ טרויעריקער און ער האָט אויסגעלייגט אין זיינע גע- 
דאַנקען, גאָט ווייסט, װאָס ס'קומט דאָרטן פאָרן... 

פאַרטאָג-צו האָט מען זיך אָנגעהויבן צעגיין. סעמס מאַשין איז שוין 
געשטאַנען פאַרן הויז און געהודיעט. ער װעט אָפּפירן איװואַן אַהײם, 
און איװואַ גייט מיט נתנען אַראָפּ די טרעפּ, אָנגעשפּאַרט אויף זיינע 
אַקסלען, נתן נידערט אַזױ פאָרזיכטיק און װאָלט געװאָלט זי זאָל 
זיך מערער אָנשפּאַרן, נישקשה, ער װעט זי איסהאַלטן... ערגעץ 
אין אַן אַפּאַרטמענט פאַרגייט זיך אַ קינד מיט אַ ביטער געויין. 
נתן האָט רחמנות אויף דעם קינד און דערפאר װאָס ער האָט רחמנות,י 
לאָזט ער אויס זיין גוט האַרץ צו איװאַן, נעמט זי אַרום זייער איידל 
אַרום איר טאַליע און פירט זי אַראָפּ די טרעפּ מיט פיל צאַרטקײט. 

סעם האַט געטריבן די מאַשין און דערווייל געכאַפּט אייגעלעך אין 
שפּיגל, װאָס איבער אים און ס'האָט אים געקרענקט צו זען, װי זי 
טוליען זיך ביידע, וי אַ פּאָר טייבעלעך. נאָך װאָס דאַרף ער אים 
אויך פירן אין זיין אױטאָמאָביל פאַרשטייט ער נישט. אָבער ער 
קירעוועט די ראָד אויף די בראָנזװילער ליידיקע גאַסן און אַן עקשנות 
באַפאַלט אים און אויך אַ זיכערקייט. ווייל װאָס איז ער נתן? -- אַ 
פּשוטער פּרעסער און אַ גרינער דערצו. אָבער ער, סעם, איז אַ פאָר- 
מאַן איבער אַזאַ גרויסן שאַפּ, פאַרמאָגט אַן אייגענע מאַשין און ער 
האַלט זיך אויך פאַר אַ גאַנץ אינטעליגענטן מענטשן. 


|}1 


פּראָספעקט פּאַרק 


די קילע װאַסערן װאַשן אָפּ אַלע געדאַנקען און אַרום און אַרום 
שטייען ביימער, װאָס ציטערן גרינע און ליכטיקע, 

אין פּראָספּעקט פּאַרק, אויף די שװאַרצע גלאַנציקע װעגן פליען 
בלישטשענדיקע אױטאָמאָבילן מיט בחורים אין וייסע שטרויענע 
קאַפּעליושן און מיידלעך אין רויטע היטעלעך. די ביימער זיינען 
הויכע, די גראָזן זיינען טיפע. באַרג"אַרױף און באַרג-אַראָפּ ציען זיך 
טאַטעס און מאַמעס מיט אַ סך קינדערלעך מיט קאָשיקעס אין די 
הענט, פול מיט נאַשערײען און עסנװאַרג אויף אונטערלייגן זיך דאָס 
האַרץ. וועווערקעם לויפן ביי די וועגן מיט פאַרקאַטשעטע פוכינקע 
וויידעלעך, דערזעען זיי עמיצן אָנקומען, דערשרעקן זיי זיך ניט, 
שטעלן זיך איף די פעדערשטע פיסלעך, װי אַ קאָמעדיאַנטשיק, 
מיט כיטרע אומרואיקע אייגעלעך, װאַרטן זיי מען זאָל זיי צואוואַרפן 
אַ ניסל און אַז זי פּאַקן דאָס ניסל, שפּרינגען זיי אַװעק צוישן די 
טיפע גראָזן, פאַרבאַהאַלטן זיך, כדי די חברטע, װאָס הענגט אויף אַ 
צווייג און לויערט אויף זיי, זאָל ניט אָנקומען און אױיסכאַפּן, 

גאַנצע פעלדער מיט רױיטע, געלע און ווייסע בלומען; און דער 
הימל אויבן איז אַ בלויער און רואיקער. פון די פאָנטאַנען הױיבן 
זיך סטענגעס מיט װאַסער גאָר הויך, אין דער לופטן װוערן זיי צע- 
בראָכן און פאַלן אויפן גראָז אין קליינע זילבערנע טראָפּנדלעך, 

אונטער די קילע ביימער פּראַװען די משפּחות זייערע סעודות 
פון האַרטע אייער, באַנאַנעס, פלעשלעך מילך און סאָדאָ-װאַסער און 
אין די שאָטנדיקע פאַרװאָרפענע באַהעלטענישן ליגן די מיידלעך 
פאַרחלשט מיט פאַרמאַכטע אויגן און פלאַמענדיקע האָר, אין די אָרעמס 
פון זייערע געליבטע און לאָזן זיך קושן פון בחור, פון דער קילער 
לופט און די שמעקנדיקע ריחות, 

דער טייך הויבט זיך, וויגט זיך פון די צענדליקער שיפלעך און פון 
די פריילעכע אויקגעשרייען. אַרום און אַרום זיינען אַלע בענק באַ- 
זעצט, װי אין אַ צירק, וואו ס'דאַרף פאָרקומען די גרויסע פאָרשטע- 
לונג, פון די טיפע קלאָרע װאַסערן קוקט אַרױס אַ פאַרקערטער הימל, 
און ביימער װאָס שטייען אויף די קעפּ מיט די פיס אַרױף. אינמיטן 
טייך האָט זיך די זון צעלייגט און שטראַלן טאַנצן אויף די כװאַליעס, 
װאָס די שיפלעך מאַכן אָן. 


51 


די מיידלעך ציטערן און קוויטשען, ווען איין שיפל צעבוצקעט 
זיך מיטן צווייטן. ביי נתנען װעט אַזאַ זאַך ניט פּאַסירן. ער קען פירן 
אַ שיפל נאָך פון דער היים. דאָרטן איז דער טייך געווען אַ פרייער 
און ברייטער, פלעגט ער זיך אויפשטעלן אין דער גאַנצער לענג 
זיינער און מיט אַ לאַנגן רודער, װאָס טרייבט די װאַסער מיט ביידע 
עקן, איז ער געפלויגן איבער דער ברייטקייט און זיך געזונגען אַ ליד. 

איוואַ איז איצט גליקלעך, אירע האָר האָבן זיך פאַרלוירן און זיך 
צעשויבערט. אויף אירע שטאַרקע שטאַלטנע פיס, װאָס ליגן אויס- 
געצויגן אויפן דעק, טאַנצן אַרום זוניקע שטראַלן און פון אונטער 
איר קורץ ווייס קליידל, װוינקט ארויס אַ שטיקל בלויקייט. נתן מוז 
וויסן, װאָס איז אַזױנס די בלויע זאַך דאָרטן.. . ער כאַפּט אַ גנבהשן 
קוק אַלעמאָל און קאָן נאָך אַלץ ניט אויסגעפינען. איװאַ האָט עס 
באַמערקט און אַ פאַררויטלטע אַראָפּגעצױגן דאָס קליידל. אַ דאגה 
האָט ער, נתן; װועט ער ניט וויסן. --- ער לייגט זיך אָן אויף די רודערס 
מיט כח און פלינקייט און דאָס שיפל טראָגט זיך מיט זיין ליכטיקער 
מיידל אַנטקעגן אים צום ווייטן ברעג, וואו דאָרט שטייט אַ גרויסער 
בוים מיט אַ סך צווייגן. 

פאַרנאַכט האָבן זיך אַלע וועגן און אַלײיען זיך אָנגעכאַפּט מיט אַ 
זילבערן פייער אָן די טויזנטער מענטשן, די בענקלעך און די 
גראָזן האָבן אָנגעהויבן צו שיינען ווייסע און ליכטיקע. 

איװואַ איז אויסגעבונדן מיט דעם פּאַרק און ווייסט אַלע וועגן. האָט 
זי אים אָנגענומען ביי דער האַנט און אים אַװעקגעפירט ווייט-ווייט 
ערגעץ אין אַ טאָל, וואוהין ס'האָט קוים דערגרייכט דער טומל פון די 
שפּאַצירנדיקע. 

אַ פלאַם-פייער האָט נתנען אַ שפּרונג געטאָן אין די אױיגן און 
די פינצטערניש איז מיט אַמאָל געװאָרן אינגאַנצן רויט. האָט ער פאַר- 
מאַכט די אויגן און מיט גרויס דורשטיקייט זיך געצויגן צו אירע 
ליפּן און אַז ער האָט זיי דערגרייכט, האָט ער זיך שוין גאָרניט גע" 
װאָלט אָפּרייסן פון זיי, ווייל אַלע ריחות און זאַפטן פון דער ערד 
זיינען דאָרטן געווען פאַרבאַהאַלטן און ער האָט געזופּט די ריחות 
מיט קליינע טראָפּנס און ער האָט שוין ניט געדענקט, צי אַ חוץ זי 
איז נאָך דאָ ערגעץ אַ װעלט... 


61 


שימעלעס יום-טוב 


אַ הייסער זונטיק אין בראָנזװיל. די העלע ליכטיקע גאַסן זיינען 
כמעט ליידיק, ווייל אַלע זיינען זיך צעפאָרן אין די שאָטנדיקע פּאַרקס 
און צו די קילע ים"ברעגן. רבקה, שימעלעס ווייב, איז געפאָרן קיין 
קאַנאַרסי מיט אַ קאָשעק אָנגעשטאָפּט ביזן ווערך מיט פאַרשיידענע 
עסנװאַרגן: אַ גרויסע חלה, אַ שטיק הון, עפּל, באַרן באַנאַנאַס און 
אַ שטיק אַרבוז. דאָס אַלעס האָט זי מיטגענומען כדי דאָס האַרץ 
זאָל איר ניט איבערקלעמען, וייל די קילע לופט פון ים, דאָרטן 
אין קאַנאַרסי, דערװועקט אַ גרויסן אַפּעטיט ביי מענטשן (זי האָט 
קיין עין-הרע, אַזױ אויך אַ גוטן אַפּעטיט, אָבער דאָרטן איז גאָר 
סכנות-נפשות), 

זי איז אַװעק אַהין אַ פאַרפּוצטע אין איר שװאַרצן קלייד מיט די 
ווייסע פאַלדן און אויך אַ הוט מיטגענומען. דעם הוט האָט זי ניט 
אָנגעטאָן אויפן קאָפּ, ווייל ס'איז געווען צו הייס. זי האָט אים בלויז 
מיטגענומען פאַר אַן עדות, אַז מענטשן זאָלן זען, אַז זי האָט אַ הוט 
אויך און זי איז ניט אַבי ווער, 

בילי טרעט היינט אַרױס צום ערשטן מאָל אין אַ פייט אין קוני 
אײילאַנד און דערפאַר איז ער מיטן ברודער אויך אַװעק אַהין נאָך 
אינדערפרי, כדי צו פאַרברענגען דעם טאָג דאָרטן אין ,טריינען" 
זיך פאַר דעם אָוונט. 

צו איװאַן איז סעמעלע געקומען אין זיין מאַשין אַן אויסגעפּוצטער 
און אַן אויסגעװואַשענער. ער וויל זי אַרױסנעמען קיין ראַקאַװײ און 
איװאַ עקשנט זיך גאָר. לויפט ער איר נאָך מיט דער שטרױענער 
שליאַפּע אין דער האַנט און בעט זיך ביי איר רחמים, זי זאָל מיט 
אים יאָ אַרױספאָרן, ווייל זי װעט האָבן אַ סך ,פאָן" דאָרטן און סוועט 
איר גאָרניט באַנג-טאָן. 

אַז שימעלע איז איבערגעבליבן אַלײן אין הויז, האָט ער זיך פּלוצ- 
לונג צעלאַכט אויף אַ קול און זיין פּנים האָט אָנגעהױבן צו מאַכן 
מאָדנע העויות און די הענט משונהדיקע באַװעגונגען. אַז ער האָט 
זיך געכאַפּט, װאָס ער טוט, איז ער שטאַרק פאַרשעמט געװאָרן, אָבער 
ס'איז געווען זייער גוט. ער האָט צוגעמאַכט די אויגן פון פרייך, 
זיך צוגעהערט צו דער שטילקייט און הנאה געהאַט, װאָס ס'איז אים 
מיט אַמאָל געװאָרן אַזױ וואויל. די שווערע משא פון ווייב און קינדער 


וללן 


האָט זיך אינגאַנצן אַראָפּגעגליטשט פון זיינע פּלײצעס און געפאַלן 
צו דער ערד. ער איז אַ פרייער מענטש און קאָן טאָן װאָס ער וויל, 
אָבער בעסער פון אַלעס איז צו נעמען אַ קאָלדרע, אױסשפּרײטן אויף 
דער ערד, אונטערלייגן אַ קישעלע און מיט אַ צייטונג אין דער האַנט 
זיך אויסציען אויפן מלכותדיקן געלעגער. ער האָט אַזױ געטאָן און 
הויך אויף אַ קול אַ זיפץ-געטאָן פון גרויס פאַרגעניגן. 

אין די צייטונגען זיינען דאָ אַזױנע מאָדנע שטיקלעך, װאָס וען 
שימעלע קוקט זיי איבער, הויבט ער ניט אָן גלויבן קיין װאָרט. 
דערפאַר לייענט ער זיי תמיד וי שיינע מעשיות, װאָס זיינען נישט 
געשטויגן און נישט געפלויגן. איצט האָט אים באַזונדערס הנאה געטאָן 
צו לייענען אָט די מעשהלעך ליגנדיק אויסגעצויגן אויף דער קילער 
פּאָדלאָגע, וי אַ. גראַף. מיד געװאָרן לייענענדיק, האָט שימעלע אָנגע- 
הויבן אונטערצוברומען אַ ניגונדל. דאָס אָפּערײטאָרל קאָן אויך זינגען, 
אָבער קיין שום לעבעדיקער מענטש אויף דער װעלט האָט נאָך ניט 
זוכה געווען צו הערן, װי שימעלע זינגט. און ער קאָן אַלע ניגונדלעך, 
אַפילן דאָס שפּאָגלינײע לידעלע, װאָס די װיקטראָלאַ אין אַ רעקאָרד- 
קראָם שפּילט אויס הויך אויף אַ קול איבער דער גאַס אַלע פאַרנאַכט 
אויפן וועג פון סאָבוויי אַהיים. 

אַזױ זינגענדיק האָבן זיך זיינע אויגן געשלאָסן און דאָס אָפּערײ 
טאָרל האָט געפילט, װוי די גאַנצע שווערקייט האָט זיך אָפּגעטאָן פון 
אים, אַלע אברים זיינע זיינען לייכט און שפּילעװדיק און דער אָטעם 
זיפּט אַרײן אין האַרצן שטילקייט און צופרידנקייט מיט קליינע קאַרגע 
טראָפּנס, וי אַ זעלטענעם געטראַנק. 

אַנטשלאָפן װערן האָט ער אָבער מורא געהאַט, ווייל דענסטמאָל 
קאָן זיך נאָך אָפּטאָן דאָס גליק פון אים, האָט ער די אױגן נאָר 
אויף צוקלאָמפּערשטן געשלאָסן. די גאַנצע װעלט איז מיט אַמאָל 
פאַרלוירן געגאַנגען פון זיין פאַרשטאַנד און שימעלע האָט זיך פּלוצ- 
לונג דערפילט, װי אַ קינד ביי דער מאַמען. עס דאַכט זיך אים אויס, 
אַז עמיצער זיצט איבער אים, שאָקלט זיך און זינגט: ;אַהאַ, שימעלע, 
אַהאַ, שימעלע.* און עס איז געשען אַ נס, װי מיט אהרנס שטעקף 
די אויסגעבלייכטע באַקן זיינע האָבן אָנגעהויבן בליען און רויטלען 
זיך אין שלאָף און אין זיינע געדיכטע ברעמען האָט גערוט --- אַ ליכטי- 
קער געדאַנק. 

דער טאָג איז אַראָפּ פון די פענצטער און די נאַכט איז געקומען 


| 78 { 


צוגיין און שימעלע דאָס אָפּערײטאָרל איז זיך געשלאָפן װוי אַ צדיק 
אויף דער פּאָדלאָגע, אין דער שטילער קיך, 


בילי װערט אַ גרויסער פאַרדינער 


בילי האָט דאָס ערשטע מאָל אין זיין לעבן פאַרדינט גאַנצע 
פינף און צװאַנציק דאָלער און אויך צום ערשטן מאָל אין זיין לעבן 
איז ער אַרױפגעטראָטן אַלס פּראָפּעסיאָנעלער פייטער. איצט האָט 
ער שוין גערעכנט, הויבט זיך אָן זיין גליקלעכע קאַריערע. ווער ווייסט, 
אפשר וועט ער נאָך דערגרייכן צו אַ מדרגה פון אַ דזשעק דעמפּסי!. . . 

איינער אַ מיסטער פּאול, װאָס האָט באַלאַנגט צו ביליס קלוב, האָט 
זיך אונטערגענומען צו זיין זיין מענעדזשער. דער דאָזיקער מיסטער 
פּאול לייגט גרויסע האָפענונגען אויף בילין און ער האָט דאָס איינ- 
געאָרדנט דעם ,פייט? אין קוני אײילאַנד אין אַ בורלעסק-טעאַטער, 

ס'ערשטע מאָל, ווען בילי איז אַריין אין רינג אין דער ריכטיקער 
פאָרמע פון אַ פּרייז-פייטער, האָט ער אַזשׁ געװאָלט צעויינען זיך 
פון די גרויסע געפילן, װאָס האָבן אים אָנגעהױיבן צו שטיקן אין 
האַלדז. דאָ, פּלוצלונג, האָט ער זיך דערמאָנט אין זיין קליינעם טאַטן, 
שימעלע, װאָס האָרעװעט אַזױ שווער און װערט נעבעך אויסגעריסן 
אַלע זיינע יאָרן, און זיין האַרץ איז פול געװאָרן מיט רחמנות. ער 
האָט אַ טיפן אָטעם געטאָן --- ,איצט שלאָג איך זיך פאַר מיין אָרעמען 
טאַטן שימעלע*. 

אויפן פערטן גאַנג האָט ער דעם שונא אויסגעצויגן און יענער, 
אַ צעבלוטיקטער, אַ צעקיילטער, האָט זיך שוין ניט געקענט אויפ- 
הויבן, 

אַז רבקה איז אָנגעקומען פאַרנאַכט פון קאַרנאַסי, אַ פאַרברענטע 
פון דער זון, מיט אַ ליידיקן קאָשיק, איז איר בילי געלאָפן אַנטקעגן 
און איר אָנגעזאָגט די פריילעכע בשורה. ס'האָבן זיך איר געשטעלט 
טרערן אין די אויגן פון גרויס פרייד און זי האָט אַ קוש געטאָן איר 
זון, דעם שלעגער, אין שטערן, אויפגעהויבן די הענט צו דער סטע- 
ליע און געזאָגט מיט געפיל אין האַרצן אהלואי, גאָטעניו, אפשר 
דורך בערלען װעלן מיר שוין געהאָלפן װוערן". 

יענעם פאַרנאַכט, צו װעטשערע, האָט מען אַרױפגענומען ביר 
צום טיש און די גאַנצע משפּחה איז געהײיליקט געװאָרן. איינער האָט 


91 


דעם צווייטן ניט פאַרגעסן און זיך באַדינט מיט העפלעכקייט און 
פיינקייט, פּונקט וי ביי די גבירים. 

שימעלע האָט אָבער ניט הנאה געהאַט פון דער וועטשערע. ער האָט 
שטאַרק רחמנות געהאַט אויף דעם צעשלאָגענעם. ער האָט בשום 
אופן ניט געקאָנט פאַרשטיין, וואו ליגט ערגעץ די העלדישקייט פון 
זיין זון בילי און פאַרװאָס קומט אים אַזױ פיל צו לױיבן פאַר אַזאַ 
געמיינער זאַך וי אָנפאַלן אויף אַ פרעמדן בחור, אים צעקיילן, צעביילן 
און צעמאָרדן, און דערנאָך אים איבערלאָזן אין אַ טייך בלוט --- און 
ווער זיינען די משוגעים, װאָס האָבן אים נאָך באַצאָלט 25 דאָלער 
פאַר זיינע מעשים טובים!?... 

קלערנדיק אַזױ, האָט שימעלע פּלוצלונג אַנטדעקט, אַז זיין זון 
האָט גאָר גויאישע אויגן, גרויע אַזױנע און בייזע. די מאָרדע זיינע 
איז גאָר אויך ניט קיין יידישע. ווער ווייסט, אפשר איז ער גאָר איג- 
גאַנצן ניט זיין זון. אפשר האָט מען אין שפּיטאָל, וואו רבקה איז 
געלעגן געװאָרן, על פּי טעות פאַרביטן זיין קינד אויף אַ פרעמדס. 
ער האָט פּלוצלונג דערפילט, אַז ער אַליין האָט גאָר אויך מורא פאַר 
אָט דעם שלעגער, און ס'האָט זיך אים זייער שטאַרק געגלוסט זיך 
אויפצוהויבן פון אינמיטן דער וװעטשערע און אַװעקלױפן צו זיין 
לאַנדסמאַן אליעזר און אים דערציילן אָט-די אַלע זאַכן 


בראַנזוויל פּאָרט קיין קוני אײילאַנד 


יבראָנזװיל פאָרט קיין קוני אײילאַנד. דער קאָשיק מיט פּראָװיאַנט 
שלעפּט זיך נאָך ביי שימעלען כמעט אויף די טרעפּ, אַזױ שווער איז 
ער. און זיין רבקה, אַ פאַרפלאַמטע, איילט אים אונטער: גיכער, שי" 
מעלע, גיכער, מיר װעלן שוין ניט האָבן קיין פּלאַץ. 

אַ לאַנגע באַן איז צוגעפאָרן און אַן עפן געטאָן די טירן. האָבן זיך 
אַלע קינדערלעך, מאַמעס און טאַטעס, אַ לאָז געטאָן מיט אַזאַ אײיליקן 
פּחד, פּונקט וי אַ טשערעדע ווילדע קי, װאָס ווערן געיאָגט פון אַ בייזן 
רייטער און ס'איז ניטאָ קיין אויסוועג. אויב אַפילו מען דאַרף דורכ- 
ברעכן די שטאָלענע װענט פון די װאַגאָנען, װעלן זיי צעברעכן. 
אויב מען װעט דאַרפן אויסזעצן די סטעליע, װעלן זיי אויסזעצן 
אַבי זיך אַרײנשטופּן, פאַרכאַפּן אַ װאָסער-ניט-איז פּלאַץ; אָבער קיין 
קוני אײילאַנד מוז מען פאָרן. 


| 11 


די טירן האָבן זיך שוין געהאַלטן ביים פאַרמאַכן, ווען רבקה מיט 
איר מאַן זיינען אַרױפגעלאָפן די טרעפּ אין גרויס פּאַניק. ביי שי" 
מעלען איז אױסגעגאַנגען דער אָטעם, די פיס האָבן אָנגעהױיבן צו 
ציטערן און ער האָט שוין קיין טראָט ניט געקאָנט מאַכ. רבקה איז 
געװאָרן װילד פון כעס. איבער אָט-דעם שלימ-מזל װעלן זי פאַר- 
שפּעטיקן די באַן, זי האָט אַ שלעפּ געטאָן איר מאַנדעלע, וי אַ קליין 
קינד, אַרײן אין װאַגאָן, און מיט איר גרויסער װאָג גענומען פּרעסן 
די געדיכטע װאַנט פון מענטשן, װאָס האָבן פון ענגשאַפט אַפילו 
אויף די פיס זיך ניט געקענט האַלטן, 

אַ האַלבע סטאַנציע פאַר קוני אַײלאַנד האָט שימעלע שין דער- 
הערט דעם גרויסן ברום און געשריי, פּונקט װוי מען װאָלט צענדלי- 
קער טויזנטער מענטשן געשמיסן איבער די נאַקעטע לייבער און 
זיי װואָלטן געשריען פון וייטיק. האָט ער געמיינט, אפשר קומט 
טאַקע דאָרט פאָר אַ הריגה, אָבער די מענטשן אין װאַגאָן זיינען 
פאַרבליבן רואיק און עס האָט זיי ניט געאַרט. האָט זיך שימעלע 
אויך אַ ביסל באַרואיקט, אָבער דער פּחד פון האַרצן איז ניט אַװעק, 

דערנאָך, אַז זיי זיינען אָנגעקומען, האָט ער דערזען אַזױנס, װאָס 
האָט אַלע זיינע געדאַנקען אַראָפּגעשלאָגן פון גלייכן וועג און ער 
האָט אַפילן ניט געגלויבט צי דאָס אין טאַקע אין דער אמתן אַז: 
אַזױ הויך, אַזש כמעט אונטער די װאָלקנס, האָט זיך געדרייט אַ ריזיקע 
ראָד מיט קליינע װאַגאָנדעלעך. אויף דראָטן אַזױנע זיינען געהאַנגען 
די װאַגאָנדעלעך און מענטשן, װאָס האָבן אויפגעזען פון דערווייטנס 
ווי פייגעלעך, זיינען דאָרטן געזעסן און זיך געהויבן צוזאַמען מיט 
דער ראָד ביזן סאַמע שפּיץ פון דער קאָפּשװינדלענדיקער הויכקייט. 

ער האָט אויך געזען, וי שטאָלענע שליטעלעך פליען װי די שדים 
אויף אייזערנע רעלסן, צעלייגט אויף אַ שמאָלן בריק, קעגנאיבער 
די גרעסטע מויערן. בערג מיט טאָלן זיינען אויסגעגלייכט געװאָרן 
פון די רעלסן און די שליטעלעך מיט די מענטשן אינװייניק. רייסן 
זיך אויף אַלע שפּיצן פון די בערג, דערנאָכדעם פאַלן זײי אין די 
טאָלן מיס אַזאַ געקנאַקערײ, פּונקט װי צענדליקע טויזנטער ביקסן 
װאָלטן געהאַלטן אין איין שיסן, 

שימעלע האָט שוין מורא געהאַט צו זען וייטער, וייל ער איז 
שוין סיי וי געווען אַ צעטומלטער. האָט אים שוין ניט געאַרט, װאָס 
אַ גאַנצע גאַס מיט אָטאָמאָבילן בלאָזן אין האָרנס, מוזיק שפּילט 


1 


און מען פּױקט אין גרויסע טאַצן. ס'האָט אים שוין אויך ניט געאַרט, 
װאָס גרויסע שטיבער מיט פּאָרצעלײענע פערדלעך ליפן אױף 
איין אָרט אַרום און אַרום, און משונהדיקע פּיפּערנאָטערס און קאַי 
מעדיאַנטן אין גרינע, רויטע, געלע קליידער מיט שװאַרצע לאַנגע 
זאָקן, פייפן אויף פלייטן און גייען אויף הויכע שטאָלצן. 

געאַרט האָט אים יאָ, װאָס מען שטופּט און מען בוכטשעט אים 
און מ'לאָזט אים זיך ניט אָפּשטעלן, כדי אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם. 

העכער אַ מיליאָן מענטשן האָבן יענעם טאָג די באַנען געבראַכט 
פון אַלע עקן פון דער ריזיקער שטאָט ניו יאָרק, דורך די פינצטערע 
טונעלן אונטער דער ערד. איבער די הויכע בריקן אין דער לופט. 
דער גרויסער געדראַנג פון שטרויענע קאַפּעליושן האָט שימעלען 
געװאָלט צעטרעטן, ער האָט זיך אָבער ניט געלאָזט און ער איז גע" 
לאָפן אָן אַן אָטעם זיך ראַטעװעןיי. 


קוני אײילאַנד 


װי אַ גרויסער ריזיקער יאַריד האָט אויסגעזען דער זאַמדיקער 
ברעג, װאָס ציט זיך אויף צענדליקער מיילן. די זון האָט געסמאַליעט 
און זאָנטיקעס, אויפגעשטעלטע ביידלעך, װאָס מ'קריגט פאָר צען 
סענט אַ שעה, האָבן געפלאַטערט איבער די שװאַרצע װאַסערן פון 
גרויסן אָקעאַן, װאָס ציט זיך פון דאָרטן ווייט צו דער וועלט, 

רבקה איז אָנגעקומען אין אַ געלן באָד-קאָסטיום מיט גרינע פּאַנ" 
טאָפּל און אַ רויטן גומענעם טשעפּיק אויפן קאָפּ. שימעלען איז דאָס 
ערשטע מאָל אין זיין לעבן אויסגעקומען צו זען זיין ווייבס נאַקעטע 
פיס און גראָבע פּאָלקעס און ער האָט זיך פאַרחדושט, ווייל אים איז 
אויסגעקומען מאָדנע, װאָס ער האָט אָפּגעלעבט מיט אַ וייב העכער 
צװאַנציק יאָר און האָט קיינמאָל ניט געזען אירע נאַקעטע פים און גאָר 
ניט געוואוסט, אַז זי האָט אַזױנע גראָבע פּאָלקעס. דערפאַר איז אים 
זיין ווייב רבקה אויסגעקומען זייער פרעמד אין איר באָדיקאָסטיום 
און זי האָט אויסגעזען ביי אים אין די אויגן, וי אַן אויסטערלישע 
באַשעפעניש. 

אַ דיזיקע חיה האָט זיך צעלייגט אויפן ים, װאָס רעוועט. ברומט, 
װאַרפט גרויסע שטיקער כװאַליעס אויפן זאַמדיקן ברעג און אױף 
אַלע שװאַרצע, גרינע, רויטע, געלע באָדיקאָסטיומען און נאַקעטע 


1 


פיס פון די יינגלעך, מיידלעך, גראָבע ווייבער, פעטע מענער און קליינע 
קינדער. 

אַ הייסער הימל, אַ שװאַרצער ים, זאַמד און הונדערטער טויזנטער 
נאַקעטע באַשעפענישן מיט באַנאַנאַישאָלעכץ, קוילעטש, פופּקעלעך, 
הינדעלעך און שטיקער גלאָז פון צעבראָכענע סאָדע-פלעשלעך. 

רבקה שלעפּט שימעלען צו דעם װאַסער און ער האָט אַזױ מורא. 
ער איז אויך אין אַ באָד-קאָסטיום און ער שעמט זיך צו קוקן אויף 
זיינע אייגענע דאַרע פיסלעך און אויף זיינע האָריקע דינע אָרעמס, 
װאָס זעען אויס אַזױ בלאַס אַנטקעגן דער העלער לופט פון דער 
הייסער זון, 

שימעלע מיטן קאָשיק אין די הענט האָט זיך איינגעעקשנט און 
ער לאָזט זיך ניט. ;אַז ער וויל זיך איצט ניט באָדן, װויל ער ניט". 

--- פּאַװאָליע, משוגענער, אָט טרעטסטו אַרױף אויף אַ מענטשן 
--- װאָרנט אים דאָס ווייב, 

ס'איז שוין אָבער געווען צו שפּעט, ער האָט פאַרטשעפּעט אַן 
איטאַליענער, אַ גראָבן און אַ בייזן. איז מיט גרויס כעס האָט אים דער 
איטאַליענער דערלאַנגט אַ בריק מיטן פוס און שימעלע האָט זיך 
איבערגעקוליעט מיט דער נאָז אין זאַמד, און פון קאָשיק איז אַרױיס- 
געפאַלן דער קוילעטש מיט דער געבראָטענער הון. 

--- איי, דו באָם, --- איז רבקה באַלד אַרופגעפאַלן אויף אים מיט 
קללות און חרמות. יענער האָט אויך ניט געשוויגן און זיך באַלד צע- 
לאָזט אויף זיין שפּראַך גיך, גיך, מיט בייזקייט, און מיט פּיענע אויף 
די ליפּן, אַ גרויסער עולם איז אָנגעלאָפן און געפרייט זיך, װאָס מען 
קריגט זיך, וועלן זיי האָבן אַ סך , פאָן". 

די צוויי בנים, בילי און ווילי, זיינען אָנגעקומען, הויכע און שטאַלטנע. 
דער טאַטע האָט זיך אויפגעהויבן לכבוד זיי און איז געבליבן שטיין 
צוישן זיי אַ קליינינקער, וי אַ קינד צװישן דערװאַקסענע, 

צוליב דעם, װאָק דער ים האָט געקילט די לײיבער, און האַלב- 
נאַקעטע פילט מען זיך פריי און הפקרדיק, און אויך צוליב דעם, 
װאָס די װאַסערן זיינען אַזױנע ברייטע און וייטע, זיינען די צַויי 
בנים געװאָרן זייער פריינטלעך צום טאַטן, שימעלע איז געווען שטאָלץ, 
װאָס ער האָט אויפגעהאָדעװועט אַזױנע צוויי געזונטע זין און ער האָט 
פּלוצלונג דערפילט אַ גרויסע נאָענטקײט צו זיי. ער האָט דערפילט, 
אַז ער האָט גאָר גװאַלדיק ליב אָט-די צוויי שטאַלטנע בחורים. 


1 


--- װאָס שווימסטו ניט, פּאַפּ, --- האָט בילי, װוי אַן עלטערער חבר, 
אַ קלאַפּ געטאָן דעם טאַטן איבער די פּלײצעס. -- סאיז גוט צו 
כאַפּן אַ שווים. --- און ביי די ווערטער האָט ער זיך אַ לאָז געטאָן 
אויף די כװאַליעס און דער ברודער נאָך אים --- פּליוך אין װאַסער 
אַרײין, זיי האָבן זיך געיאָגט איינער נאָכן אַנדערן, געראַנגלט זיך, 
און ס'האָט אויסגעזען, פּונקט וי צוויי ים-חיות װאָלטן זיך ערשט 
אָפּגעריסן פון ברעג, וואו זיי זיינען פריער געלעגן און זיך גע" 
װואַרעמט, און איצט שטיפן זיי און מאַכן קונצן אין דעם װאָסער. די 
מאַמע זייערע, װי אַ גראָבע ים-חיה, אין געזעסן ביים ברעג, גע- 
װאַשן זיך די פיס און געמאַכט גװאַלדן ווען די כװאַליעס זיינען 
אָנגעקומען אויף איר און איר געפּאַטשט דאָס לייב, 

די קינדער האָבן זיך אַ לאָז געטאָן צו דער מאַמען און זי אָנ- 
געהויבן צו שלעפּן 

--- קום, מאַ, װועלן מיר דיך לערנען שווימען. 

רבקה האָט זיך אײינגעגראָבן מיט די פיס אין זאַמד, איינגעשפּאַרט, 
וי אַ קו, געליאַרעמט און געשריען פון מורא. אָפּגעלאָזט דער מאַמען, 
האָבן זיי זיך ביידע אַ װאָרף געטאָן העט-העט, איבערגעלאָזט נאָך זיך 
די אַלע רויטע, גרינע, געלע טשעפּטשיקעס, װאָס זיינען אומגעשוואומען 
לעבן ברעג און זיך געיאָגט ווייט אַרױף איבער די פרייע װאַסערן 

שימעלע האָט זיי נאָכגעפאָלגט מיט פאַרחידושטע אויגן. שוין לאַנג, 
אַז ער האָט ניט געפילט אַזאַ נאָענטקײט און ליבשאַפט צו זיי, און ער 
וויל ניט, אַז זיי זאָלן אַװעקשװימען אַזױ ווייט. האָט ער אויסגעשטרעקט 
די הענטלעך, װוי ער װאָלט געװאָלט דערלאַנגען די קינדער זיינע, 
װאָס זיינען שוין געווען אַזױ וייט, אַז זיי האָבן שוין אויסגעזען 
װי צוויי קליינע קאַטשקעלעך, װאָס ניט זיי שווימען אַליין מיט זייער 
אייגענעם ווילן, נאָר די װאַסערן וויגן זיי, די כװאַליעס טראָגן זיי 
און װועלן זיי פאַרטראָגן טיף אין ים. 

--- קינדער! --- האָט שימעלע אָנגעהויבן צו שרייען מיט זיין קווי" 
טשענדיקן קולכל, 

האָט זיין קול געהאַט אַזאַ ממשות אין מיטן די קוויטשערייען, גע" 
שרייען און דאָס געברומעריי פון די פּאַטשנדיקע כװאַליעס, פּונקט 
וי אַ פייגעלע װאָלט געפּישטשעט. 


1 


נתן האָט פֿאַרשלאָפן 


אַלע בחורים פון בראָנזװויל טראָגן זומער ווייסע שטרויענע שליאַ- 
פּעס. אַזױ איז שוין דער מנהג. ס'איז אויך אַ מנהג אויסצונעמען די 
מיידלעך מיטװאָך אויפדערנאַכט. גייען אויס די געאָרעמטע פּאָרלעך 
אויף פּיטקין עוועניו, אין קיטסקיל פּאַרק, אין פּראָספּעקט פּאַרק, 
אין די מואוויס און גאָר די הפקרדיקע פאָרן קיין קוני אײילאַנד אויפן 
באָס פאַר אַ דאָלער מיט פופציק אַהין און צוריק, 

נתן דאַרף היינט אויך אויסגיין מיט איװואַן. װאַשט ער זיך דערפאַר 
די פיס מיט װאַרעמע װאַסער און זייף. פרישע אויסגעוואַשענע שקאַר- 
פּעטקעס טוט ער אָן לכבוד איר, אַ זיידן ווייס העמד מיט אַ בלויען 
שניפּס, 

דאָס פענצטער איז אָפן און אין צימער פליען אַרײן געלע בלע- 
טער, לייגן זיך אויפן בעט און אויף דער פּאָדלאָגע. די באַלעבאָסטע 
זיינע אין דרויסן אויפן גאַניק הוידעט זיך אין דער שטול און דער 
באַלעבאָס אין קיך מיטן קאָפּ אָנגעשפּאַרט אויף דעם ווייסן בלעכענעם 
טיש דרימלט אַ מידער פון הייסן טאָג. 

נתן איז שוין גרייט. ער דאַרף נאָר אָנטאָן דעם שטרויענעם קאַ- 
פּעליוש; אָבער ער װעט זיך פריער צוזעצן, פאַררויכערן אַ פּאַפּיראָס, 
ער איז אַזױ מיד פון דעם הייסן טאָג און סווילט זיך אים אויף איין 
מינוטקעלע אַזױ זיך אויסציען, אָנשפּאַרן דעם קאָפּ אויף דעם ווייסן 
קישן. די פיס װעט ער האַלטן אויף דער פּאָדלאָגע, כדי ניט אויס- 
צושמירן דאָס ליילעך. ער װעט בלויז פאַרמאַכן אויף איין סעקונדע 
די אויגן. 

די פינצטערניש איז אַריין דורכן פענצטער, האָט זיך געלייגט אויף 
דער פּאָדלאָגע, פון דאָרט אָנגעהויבן צו קריכן אויף די ווענט, אויפן 
בעט אַרױף, אויף נתנען, און אים צוגעדעקט, װוי מיט אַ ליילעך. דער 
פּאַפּיראָס איז אַרױסגעפאַלן פון זיין האַנט און געבליבן ליגן אויף 
דער פּאָדלאָגע. אַ ווינטל איז אַרײן, זיך צוגעזעצט אויף דער ערד און 
אָנגעהױבן צו רויכערן דעם פּאַפּיראָס. אויסגערויכערט ביזן סוף, האָט 
ער דעם אֵשׁ צעשפּרײט איבערן גאַנצן צימער און דערנאָכדעם זיך 
געזעצט אויף די ביימער און זיך געשאָקלט אינאיינעם מיט די צווייגן, 
ערגעץ אין אַ הויז האָט אַ מיידל געשפּילט אויף אַ פּיאַנאָ. אַהער אין 
צימער האָבן בלױיז דערגרייכט אָפּגעריסענע קלאַנגען. האָט זיך 


51 


נתן דערפרייט אין שלאָף, געטראַכט אַז אַלצדינג איז אַזױ גוט אַרום, 
דאַרף מען אים אויך צושפּילן. ער האָט זיך אױסגעטאָן פון אַלע זיינע 
אברים און ס'איז בלויז געבליבן זיין האַרץ, װאָס האָט געקלאַפּט 
אַ רואיקס און אַ דערלייזטס, 

מאַמעס האָבן אויקגעבעט געלעגערס פאַר זייערע קינדער אויף די 
שטיינער פון די טראָטואַרן, זיך געזעצט לעבן זי און איינגעוויגט. האָבן 
די קינדער אַרױסגעקוקט פון זייערע געלעגערס אויף דער בײנאַכטיקער 
וועלט מיט האַלב-צוגעמאַכטע אייגעלעך און געטראַכט פון דעם, אַז 
אפשר זיינען לאָמפּן גאָר אויגן פון מענטשן; און אפשר זיינען גאָר 
די שטיקער פּאַפּיר, װאָס יאָגן זיך איבער דער גאַס, געטריבן פון 
ווינטלעך, גאָר קליינע קינדער אין ווייסע העמדלעך. און אפשר זיינען 
די אױטאָמאָבילן, װאָס טרובן און פייפן, גאָר אַזױנע װוילדע חיות פון 
די וועלדער מיט ברענענדיקע אויגן. 

שפּעט אין דער נאַכט איז עמיצער געקומען צו נתנען, אים אַרײינגע- 
שושקעט אין די אױיערן: ,זע נאָר, דו שלאָפּסט; און איוואַ װאַרט שוין 
אויף דיר אַזױ לאַנג". ער האָט זיך אױפגעכאַפּט אין דער פינצטער 
און ניט פאַרשטאַנען, פאַרװאָס דער זייגער קלאַפּט עפּעס אַזױ שטאַרק 
און פאַרװאָס זיינען אַלע אברים ביי אים אַזױ לייכט און גרינג, אַז 
ער װאָלט אַפילו איצט געקאָנט טאָן די שווערסטע אַרבעט. ער האָט 
זיך באַלד דערמאָנט אָן איװאַן און ער איז אַרױסגעלאָפן. 

די קינדערלעך זיינען שוין געשמאַק געשלאָפן און די מאַמעס מיט 
די טאַטעס האָבן געדרימלט זיצנדיק לעבן זי 

,ווי שפּעט איז איצט? --- שוין צוויי אַזײגער; וואוהין װעט ער שוין 
איצט גיין??. .. אָבער עמיצער האָט אים געטריבן און ער האָט זיך 
שוין ניט געקאָנט אָפּשטעלן... 


דער וואונדער 


דאָס איז געווען דער באַרימטער הייסער טאָג, ווען אין בראָנזװיל, 
אויף לבנון סטריט, אונטער דעם עלעװײיטאָר, איז אַן אַלטער ייד אומ" 
געפאַלן פון היץ און איז אױסגעגאַנגען איידער דער אַמבולאַנס איז 
אָנגעלאָפן ,... אין אַזאַ הייסן טאָג פּאַרלירט זיך שימעלע אינגאַנצן און 
ווערט געגליכן צו אַ פליג, װאָס קלעפּט זיך צו אַ פאַרחלשטע צו 
דער סטעליע און מען מיינט, אַז זי איז שוין פון לאַנג אויסגעגאַנגען. 


61 


ביינאַכט איז אים אויך ניט געװאָרן בעסער. אַלע פענצטער זיינען 
געווען צעעפנט און אַפילו די טיר אוֹיך. הייסע ווינטלעך האָבן גע- 
שטראָמט פון דער גאָס און די בנים האָבן געכראָפּעט אין צוייטן 
צימער מיט גרויס בייזקייט און גבורה. אין יענער נאַכט האָט גע- 
שטיגן זיין שנאה צו זיין ווייב רבקה ביז אָן אַ גרענעץ. ער האָט ניט 
געקאָנט פאַרליידן, װאָס זי האָט פאַרכאַפּט דאָס גאַנצע בעט, זיך צע- 
שפּרײט, סאָפּעט און װאַרפט זיך. שימעלע האָט היינטיקן טאָג גאָרנישט 
געגעקן, סווילט זיך אים נאָר טרינקען און סווילט זיך אים אויך, 
אַז ס'זאָל אים ווערן גרינג און קיל, 

רבקה איז אים פאַרנאַכט דערגאַנגען די יאָרן: אַלע אירע באַקאַנטע 
ווייבער פאָרן אַרױס אין דער קאָונטרי.,װאָס דען, האָט זי געזאָגט, --- 
זיי האָבן דען אַזױנע שימעלעך פאַר מענער וי זי?" אַ קיל ווינטעלע 
האָט זיך אַרײנגעגאַנװעט אויף איין מינוט אין צימער, דאָס אָפּערײ- 
טאָרל האָט דאָס דערשמעקט, דאָס אַרײנגעצױגן אינגאַנצן און איין- 
געשלאָפן, האָט ער פּלוצלונג דערפילט, וי אַ שווערע משא האָט זיך 
אָנגעהאַנגען אויף זיין פּלייצע. װויל ער זיך באַפרײען, קאָן ער ניט, 
טראַכט ער: ער װועט אָנהויבן צו לויפן, װעט דאָס אַראָפּפאַלן. לאָזט 
ער זיך לויפן, אָבער זיינע צוויי בנים יאָגן אים מיט שטיינער איבער 
דער גאַס, 

ס'קומט אָן אַנטקעגן משה אהרון דער פּרעסער און מאַכט צו אים; 
וי געשיקט זיך דאָס, אַז ער, שימעלע, אַזאַ קליינינקער, זאָל גאָר 
טראָגן אויף די פּלייצעס די גראָבע רבקה". אַזױ גאָר, רבקה הענגט אויף 
זיינע פּלײצעס! ;רבקה, למען השם, אַראָפּ, זאָג איך דיר, ס'איז מיר אַזױ 
שווער און זעסט ניט, וי די קינדער לויפן מיר נאָך מיט שטיינער". 
אָבער רבקה וויל ניט אַראָפּקריכן. ;רבקה, איך שטאַרב, איך גיי אויס, 
װאָס האָסטו זיך אָנגעלײגט אויף מיר". און רבקהן אַרט דאָס ניט, 
פאַרקערט, זי קלאַמערט זיך איין מיט מערער רשעות אין זיין דאַרן 
האַלדז, שטיקט אים, טרייבט אים אונטער מיט די פיס און נוקעט 
צו אים: 

--- נו, נו, שלימזל, טראָג, שלעפּ, אַ מאַן דאַרף טראָגן זיין ווייב, 
אין קאָונטרי דאַרפסטו מיך אַװעקטראָגן, אַלע לייטישע וייבער פון 
בראָנזװיל ליגן איצט אין קאָונטרי אויף דעם גרינעם גראָז. 

אַז שימעלע האָט זיך אױפגעכאַפּט, האָט ער שוין פאַרשטאַנעף 
אַז ס'איז בלויז געווען אַ חלום און דער חלום האָט זיך גענומען פון 


871 


דעם, װאָס זיין ווייב רבקה האָט זיך צעשפּרײיט איבערן גאַנצן בעט 
און האָט אַרויפגעלײיגט איר שווערן פוס אויך זיין בויך. 

ער איז װוידער איינגעשלאָפן מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ און האָט שוין 
ניט געהערט, ווי עמיצער איז אַריין אין הויז. 

דאָס איז נתן אַרײן אין הויז דורך דער אָפענער טיר, װי אַ נאַכט- 
װאַנדלער און אַפילו ניט געטראַכט, אַז אפשר איז גאָר ניט שין 
אַזאַ זאַך און אפשר װעט איר טאַטע דערהערן און אים אַרױסטרײבן 

אין בעט ליגט אַ ווייס געשטאַלט פאַרנוריעט אין ליילעך און נתן 
קאָן ניט וויסן צי ס'איז איװואַ, אָדער אפשר גאָר אַ פרעמדע. ער האָט 
אַ צי געטאָן דאָס ליילעך און באַלד דערזען, אַז ער האָט שוין ניט 
געהאַט קיין טעות. האָט ער זיך אַנידערגעזעצט אויפן בעט און געװאַרט, 
ביז זיינע אויגן זיינען געװאָרן ליכטיקער און ער האָט דערזען, אַז איר 
פּנים אין שלאָף איז געווען ריין פון שלעכטסקייט און כיטרעקייט, 
אירע ברעמען זיינען געווען טיף-פּאַרטראַכטע, װוי ביי אַ וועלט-חכם. 
איז נתנען אָפּגעגאַנגען די גאַנצע מורא פון האַרצן און ער האָט זיך 
געפרייט, װאָס דאָס צימער איז אַזױ קליין און פול מיט שמעקנדיקע 
געווירצן. ער האָט זי אַפילו ניט קיין ריר געטאָן, אָבער זי האָט אויפ- 
געעפנט די אויגן און זיך גאָרניט פאַרוואונדערט, נאָר באַלד זיך 
געכאַפּט װוער ס'זיצט דאָ לעבן איר און זי האָט פאַרגראָבן איר קאָפּ 
אין זיינע קני און זיך געטוליעט צו אים +.. 

נתן האָט זיך אויסגעצויגן אין בעט לעבן איר און זיי זיינען געלעגן 
ביידע, מורא האָבנדיק זיך אַ ריר צו טאָן, אַ טיפערן אָטעם צו געבן. 
זי האָבן זיך געשעמט; און ווייל זיי האָבן זיך געשעמט, האָבן זי זיך 
אַרומגענומען, צוגעטוליעט און שטיל זיך איינגעהערט, װי זײיערע 
בלוטן רוישן און געגאַפּט אויף דעם גרויסן וואונדער, װאָס דאָ איז 
געשען. 

זי האָט, ווייזט אויס, איינגעדרעמלט און ער האָט געקלערט, אַז קיינ- 
מאָל זיינען צו אים נאָך אַזויפיל כחות ניט אָנגעקומען. ער האָט גע" 
פילט, אַז ער איז איצט אַ שמשון הגבור און ער װאָלט געקאָנט אויפ- 
טאָן וואונדערלעכע זאַכן פאַר דער גאַנצער וועלט. זי אַליין איז אַ שװאַ- 
כע, אָבער ביי איר ליגן די אוצרות פון זיין גבורה און דערפאַר קאָן ער 
זיך שוין אָן איר ניט באַגיין. װעט ער שוין מוזן פון היינט און ווייטער 
איר נאָכגײן פוס-טריט און איר ניט אָפּלאָזן פון אויג, פּונקט װוי עמיצער, 
װאָס װאָלט פאַרבאַהאַלטן זיינעם אַ טייערן שטיין ביי אַ פרעמדן אין 


81 


ראָק, אָן יענעמס וויסן, 

דער וואונדער איז, װאָס ניט איר קערפּער, װאָס טוליעט זיך צו אִים, 
נאָר דאָס װאָק ער פילט, װי איר האַרץ קלאָפּט אַזױ רואיק און פול 
מיט צוטרוי. דער וואונדער איז אויך ניט דאָס זייד פון איר לייב 
און די װאַרעמקײט פון אירע הענט,, נאָר די ריחות די טייערע, װאָס 
טריפן פון יעדן אבר אירן. און דער עיקר איז אויך ניט דאָס. דער 
עיקר איז דאָס מענטשלעכע געשטאַלט, װאָס מען קאָן עס ניט אָנ- 
טאַפּן, אָבער עס איז אומעטום דאָ: אין אירע האָר, אין אירע ברעמען, 
אין איר אָטעמען. 

אַז די פענצטער זיינען זעענדיק געװאָרן, האָט ער אויך איינגע- 
דרימלט. זיינען זיי געלעגן ביידע קאָפּ לעבן קאָפּ, װי גלייכע שותפים 
צום שלאָף און צום טאָג, װאָס דאַרף אָנקומען. זי האָט אויפגעװאַכט 
די ערשטע מיט אַזאַ ברען און מיט אַזאַ דורשט, אַז זי האָט אַזש גע- 
װאָלט וויינען. פלאַמען פייער האָבן זי אַרומגעכאַפּט און זי געװאָלט 
פאַרצערן, האָט זי אים שטאַרק אַרומגענומען, געקושט אים און זיך 
געבעטן; 

--- גיי, נתן, גיי, באַלד, שוין, 

און אַז ער האָט געװאָלט גיין, האָט זי אים נאָך שטאַרקער געדריקט 
צו זיך. און אַלץ זיך געבעטן; 

--- גיי, נתן, גיי. װאָס זשע גייסטו גיט. 

די הייסע רויטקייט אין מערב האָט אָנגעזאָגט פון אַ גליענדיקן 
טאָג, װאָס װעט פאַרשרפענען די גאַנצע וועלט. די שטיינער פון דער 
גאַס האָבן שוין אָנגעהויבן צו הילכן און אָנגעפאַנגען פילן דעם פרי- 
מאָרגנדיקן מאַרש פון הונדערטער טויזנטער אייליקע פיס און האַס- 
טיקע טריט, 

נתן האָט שוין אויך געמוזט לויפן צזאַמען מיט אַלע, וייל אַזאַ 
כשוף האָט שוין דער מאַרש. אין זיינע יום-טובדיקע בגדים מיט דער 
שטרויענער שליאַפּע אין דער האַנט האָט ער זיך געאיילט און אַרי- 
בערגעיאָגט אַלעמען. ער האָט געפילט, אַז ער איז איצט אַ ריז, אַ גרוי- 
סער גבור און איצטער מוז ער אױפּטאָן גאָר גרויסע זאַכן פאַר דער 
גאַנצער וועלט, ווייל ער ווייסט שוין וואו די אוצרות פון זיינע כחות 
ליגן. 


ופ 


לואי קומט אַהײם 


נתן האָט געמוזט זיך איבערקלייבן אין אַן אַנדער דירה, ווייל דער 
באַלעבאָסטעס זון האָט זיך געיאַװעט, 

לואי האָט זיך פאַרבענקט נאָך בראָנזװויל, איז ער אָנגעקומען אַ 
פאַרנאַכט מיט אַ פּאָר שװאַרצע װאָנצעלעך און אַ רויט פּנים, פאָר- 
ברענט, פון ווייטע שטעט און לענדער. ער האָט דאָ ערגעץ אַ טאַטן 
און אַ מאַמען. --- לעבן זיי נאָך? ער האָט דאָ אויך געהאַט חברים --- 
און װאָס איז מיט זיי געװאָרן? ער איז געווען אויף דער גרויסער 
וועלט און אומעטום זיינען מענטשן פּונקט אַזױ געמיין, װוי ער אַלײן, 
האָט ער זיך קיינמאָל ניט גענומען צום האַרצן פון דעם. מען האָט 
נאָר געדאַרפט זיין כיטרע און קלוג און מען האָט שוין געקאָנט לעבן. 
ער איז געווען אין קאַליפאָרניע און אין פלאָרידא, טעקסעס און מעק" 
סיקאָ. אויף די האַװאַיער אינזלען און אין קובאַ. געווען אַ סאָלדאַט 
אין דער אַרמײ און אַ מאַטראָז אויפן פּלאָט. געהאַנגען זיך אויף 
פראַכטצוגן און געװאַלגערט זיך אין פאַרשידענע טורמעס. אומעטום 
דאָס זעלבע: ניטאָ קיין גאָט און ניטאָ קיין גלויבן. ניטאָ קיין פריינט- 
שאַפט און ניטאָ קיין צוגעבונדקייט. אַלע מיידלעך אין די פאַרשידענע 
לענדער האָבן געװאָלט אים אָפּנאַרן, אָבער ער האָט זיך ניט גע- 
לאָזט. ער האָט קיינמאָל ניט געװאָלט ויינען און קיינמאָל ניט גע" 
װאָלט לאַכן. סיידן, ווען ער האָט זיך אָנגעשכורט, האָט ער געװאָיעט 
וי אַ הונט און געלאַכט, וי אַ אידיאָט. זיין מאַמע האָט אים געבוירן 
אין בראָנזװויל, לא לתורה, לא לחופה, ולא למעשים טובים: ניט צו 
קיין תורה, ניט צו דער חופּה און ניט צו קיין מעשים טובים. אין 
פּאָבליק סקול האָבן אים די לערער אָנגעהאַקט אַ סך ליגנס, ער האָט 
זיך עס דערוואוסט ערשט דענצטמאָל, ווען ער איז געווען אויף דער 
גרויסער וועלט. אויב ער האָט נאָך געהאַט אַביסל ליבע צו דער פאָן, 
איז דאָס אינגאַנצן אויסגעריסן געװאָרן, ווען ער אין געווען אין דער 
אַרמײ און אין פלאָט, 

ער איז געקומען קיין בראָנזוויל אָרם-נאַקעט. די גרויסע ועלט 
האָט אים גאָרניט געגעבן אַ חוץ הוילקייט און טעמפּקײט. ער האָט זיך 
געלאָזט איבער די גאַסן צו זיין טאַטע און מאַמעס הויז, אַריינגעקוקט 
אין די טירן פון די קראָמען און אין די פּנימער פון די פאַרבייגייענדיקע. 
אַלע זיינען פרעמד און ווייט. נאָר דער ריח פון די שטיינער פון דער 


01 


גאַס און דער טומל אין דער לופטן איז אַזױ נאָענט און באַקאַנט. 

דער מאַמעס האָר זיינען שוין גרוי און דעם טאַטנס קאָפּ איז אינ- 
גאַנצן אָפּגעקראָכן, אין קיך און אין די צימערן איז אַלצדינג, װי 
געווען. 

די מאַמע זיינע האָט געוואוסט, אַז ער װעט קומען אַזױ אומגעריכט, 
דערפאַר איז זי אַלע טאָג געזעסן אויפן גאַניק און אַרױסגעקוקט אויף 
אים. אין די נעכט געווען װאַך צו יעדן שאָרך, און אָפּטמאָל אַראָפּ- 
געקראָכן פון בעט, ווייל ס'האָט זיך איר עפּעס אױיסגעדאַכט, --- האָט 
זי אויפגעעפנט די טיר און אַרײנגעלאָזט דעם ווינט פון דרויסן, װאָס 
האָט זיך אַ יאָג געטאָן איבער אַלע צימערן... 

דער טאַטע האָט אים אָפּגעגעבן שלום-עליכם און געפרעגט שטילער- 
הייט, װאָס ער מאַכט. די מאַמע האָט געחלשט מיט אָפענע אויגן... 
זי איז ניט אומגעפאַלן, זי האָט ניט פאַרװאָרפן דעם קאָפּ, געבליבן 
שטיין אינמיטן דער קיך װי אַ געליימטע און זיך ניט געקאָנט רירן. 
ווען ס'איז איר אָפּגעגאַנגען דאָס האַרץ, האָט זי אַפילו קיין טרער 
ניט געלאָזט, אָבער אַלע אברים האָבן דאָך יאָ געויינט, האָט זי אָנ- 
געצונדן דעם אויוון און זיך געשטעלט קאָכן אַ גרױיסאַרטיקע ווע" 
טשערע, 

מען האָט אַריינגעשטעלט אַ בעטל אין נתנס צימער און אַ גאַנצע 
נאַכט האָט לואי גערויכערט סיגאַרעטן, געשפּיגן, געשאָלטן און ניט 
געקאָנט אַנטשלאָפּן װערן אויפן ווייכן געלעגער, װאָס זיין מאַמע האָט 
מיט אַזױ פיל מי און ליבשאַפט צוגעגרייט פאַר אים. ערשט פאַרטאָג, 
ווען נתן איז אַװעק צו דער אַרבעט, האָט ער איינגעדרעמלט, 

גאַנץ פרי איז די מאַמע אַרײן צו אים אויף די שפּיץ-פינגער, אַרױם- 
געצויגן די רולעטקע און אָנגעפילט דאָס גאַנצע צימער מיט זון. דער" 
נאָכדעם איז זי צו צו זיין בעט, אַראָפּגערוקט פון אים דאָס ליילעך 
און צעשפּיליעט אים דעם יוניאָן-סוט. די מאַמע האָט געװאָלט װיסן, 
צִי ער האָט חס-וחלילה ניט באַשעדיקט זיין קערפּער אויף דער גרוי" 
סער וועלט. צי ער האָט ניט קיין וואונד, קיין מכה. זי האָט גאָר ניט 
געפונען צו איר גרויסער דערלייכטערונג. זיין האָריקע ברוסט האָט 
זיך געהויבן, וי אַ באַרג, זיינע פיס, פאַרברוינטע און בערדיקע, זיינען 
שווער געלעגן אויפן בעט און גערוט פון אַזױ פיל יאָרן װאַנדערן איבער 
פרעמדע ווייטקייטן, 


11 


די בראָנזװוילער בנים 


לואי איז געקומען קיין בראָנזװיל, װוי חוני המעגל, נאָך זיבעציק יאָר 
טיפן שלאָף. לואי האָט שוין אויך קיינעם פון זיינע אַמאָליקע חברים 
ניט געפונען. אַ טייל זיינען אַװעק איבער דער װעלט פּונקט װוי ער, 
אַ טייל זיינען געװאָרן לאָיערס, דאָקטוירים, דענטיסטן. אַנדערע האָבן 
חתונה געהאַט און זיינען אַװעק אין פרעמדע שטעט און גאָר אַנדערע 
האָבן געפוילט אין די טורמעס שוין יאָרן און יאָרן 

אין קוני אײילאַנד און אין די פּולירומס האָט ער באַלד אָפּגעזוכט 
נייע חברים, טאַקע יונגערע פון אים, אָבער דערפאַר האָבן זיי אַרופ- 
געקוקט צו אים, װוי צו אַ העלד. אַזױ שילטן זיך, װוי ער, האָט קיינער 
ניט געקענט, און אויף שפּײיען איז ער גאָר געווען אַ קינסטלער. זי 
האָבן אים אַרינגענומען אין זייער חברותא און ס'האָבן זיך אָנגע- 
הויבן פאַר לואין רעשיקע טעג פול מיט פּאַסירונגען און אַװאַנטיורעס. 
אין איבערגעפּאַקטע מאַשינען פלעגן זיי זיך יאָגן קיין קוני אײילאַנד 
צו צען און צוועלף מענטשן אין אַן אױטאָמאָביל, זיי האָבן געזונגען 
לידער אויפן וועג, געקוויטשעט און געטורקעט, געפלויגן וי טי" 
װאָלים איבער די ברייטע גאַסן און נאָר דורך נסים אויסגעמיטן צו" 
זאַמענשטױסן, זיי האָבן געלאַכט דאָס גרעסטע געלעכטער פון די 
פּאָליסלײט אויף די ראָגן, װאָס האָבן בייז געפייפט צו זיי און זיי גע- 
סטראַשעט. טרעפיק-פּאָליסלײט אין גרויסע ברילן אויף די מאָטאָר- 
סייקלס האָבן זיי נאָכגעיאָגט, אָבער מען האָט זיי געהערט, װי דעם 
קאָטער, זיך אַריינגעשניטן מיט די מאַשינען אין זייטיקע פאַרװאָר- 
פענע גאַסן און נעלם-געװאָרן פון זייערע אויגן. 

אין קוני אַיילאַנד זיינען פאַראַן אַ סך געהיימע שענקלעך און מיידלעך, 
בלאָנדע, שװואַרצע און שאַטענקעס. הייסע סטייקס פול מיט בלוט דער" 
לאַנגט מען דאָרטן, וויינען און שנאַפּסן. שװאַרצע מוזיקאַנטן שפּילן 
דזשעז און מען טאַנצט, און מען הוליצט מיט די אַלע בלאָנדינקעס, 
ברונעטקעס און שאַטענקעס. 

אָפּטמאָל האָבן זיי אים אויך מיטגענומען אויף דזשאַבס. ניט וויכ- 
טיקע אַזױנע, אַ פופצן אָדער צװאַנציק דאָלער איז אױסגעפאַלן אויף 
יעדערנס חלק. זיי האָבן געדאַרפט שלאָגן סטרייקערס און אַלצדינג 
איז שוין געווען באַװאָרנט. מען האָט גאָרניט איינגעשטעלט דערביי, 
ווייל די פּאָליסלײט זיינען אויך געווען אונטערגעקויפט. מען האָט נאָר 


1 


געדאַרפט אַרײנפאָרן אין דעם דיסטריקט פון די שעפּער און אַז מען 
האָט געזען, װוי אַרבעטער גייען אום אַהין און צוריק פאַר די שעפּער 
און פּיקעטן, האָט מען געדאַרפט אַרױסשפּרינגען פון די מאַשינען 
מיט שטיקער אייזן און גומענע רערן, דערלאַנגען איבער די קעפּ און 
תיכף ניט סטאַיען. 

אַהיים איז ער שוין געקומען זייער זעלטן און אַז ער פלעגט זיך 
יאַװען, איז ער געווען טויט-שיכור, זיך װאַרפן אין בעט אין די קליי- 
דער און זיך באַלד צעכראָפּען הויך אויף אַ קול, געלאָזט וויסן מיט 
זיין כראָפּען, אַז ער פייפט אויף דער ועלט, און אַז ס'איז גאָרנישט 
ניטאָ קיין הייליקע זאַך ביי אים, אַלצדינג איז הפקר, און ער האָט 
קיינעם ניט ליב, און ס'איז גאָר ניטאָ וועמען ליב צו האָבן... 


מאַצלע א זון 


די לוויה האָט זיך געצויגן אויף עטלעכע בלאָק, אַ באַרימטער חזן, 
אין אַ טײיערער פּליושענער יאַרמולקע מיט אַן אויפגעשטעלטן קוטאַס, 
האָט געמאַכט די עמלא". ער איז געשטאַנען אויפן גאַניק פון דער ווייסער 
גרויסער שול מיט די ברייטע פענצטער, אַ הויכער, אַ שטאַלטנער 
און זיין שטאַרקע קלינגענדיקע שטימע האָט זיך געטראָגן איבער אַלע 
קעפּ; אַ קלינגגענדיקע, אַ וויינענדיקע. די ווייבער איז געווען אַנגענעם 
צו זען אָט-'דעם שיינעם מאַנס-פּאַרשױן מיט דעם ליכטיקן זאַטן פּנים, 
הערן זיין געבענטשט קול און ויינען, װאָס ס'איז אַזױ גוט רחמנות 
צו האָבן אויף אַ מענטשן, און װאָס מער מ'וויינט, ווערט דאָס האַרץ 
געלייטערט און דערהויבן, װי געבענטשט פון אַ הייליקער האַנט, 

איידער נאָך די נאַכט איז אױסגעגאַנגען, האָט זיך שוין איבער 
גאַנץ בראָנזװיל צעטראָגן די נייעס, אַז מען האָט געמאַכט אַ האָלךד- 
אָפּ אויף דער סטאַנציע, דערשאָסן אויף טויט אליעזרן דעם אַגענט 
און צוגערויבט ס'גאַנצע געלט. אַ שאָפּער האָט דערציילט, וי אָנקו- 
מענדיק מיט זיין ליידיקן אױטאָמאָביל צו דער בריק, האָט ער גע- 
הערט אַ שיפעריי פון אויבן און באַלד זיינען אַרױסגעלאָפן דריי גע 
שטאַלטן מיט רעװאָלװערן אין די הענט, אַריין אין אַ פינצטערער מאַ- 
שין, װאָס איז געשטאַנען נאָענט דערביי, און אַװעקגעיאָגט, 

ער איז אויסגעגאַנגען אין שפּיטאָל אַ באַוװואוסטלאָזער און די דע- 


31ן 


טעקטיווס האָבן בשום אופן ניט געקאָנט דערגיין קיין טאָלק. גאַנץ 
בראָנזװיל האָט אָבער יאָ געוואוסט װוער עס זיינען די מערדער. צווישן 
נאענטע און אייגענע האָט מען זיך געסודעט און געשושקעט און פֿאַר 
פרעמדע זיך געהיט און געמאַכט זיך כלא ידע. 

לואי האָט זיך פאַרנאַכט אַרינגעיאַװעט אַ בלאַסער, אַן אויסגע- 
מאַטערטער, פול מיט פּחד אין די אויגן. די מאַמע האָט געמיינט, אַז 
ער איז קראַנק. האָט זי אים געלייגט קאַלטע קאָמפּרעסן און פאַר" 
קאָכט הייסע טיי מיט זויערע וויינשעלעך צום שוויצן. די טיי האָט ער 
ניט געטרונקען, קאָמפּרעסן האָט ער זיך געלאָזט צולייגן און גע" 
בעטן זיין מאַמען זיצן לעבן אים. 

קיינמאָל איז אים די מאַמע נאָך ניט געווען אַזױ נאָענט, װי איצט, 
און אַ חרטה האָט אָנגעהויבן צו עסן זיין האַרץ פאַר אַלע זיינע יאָרן. 
ער האָט געטראַכט אַ פאַרצערטער, אַז ווען ער קאָן זיך אויסקויפן 
פון זיין איצטיקן לעבן, װאָלט שוין גאָר אַנדערש געווען. ער װאָלט 
געװאָרן גוט צו זיין מאַמען און צו דער גאַנצער וועלט. ער װאָלט אָנ- 
געהויבן צו אַרבעטן, פאַרדינען געלט. ער װאָלט אפשר אויך חתונה 
געהאַט און װאָלט דער מאַמען געקויפט מתנות, כדי אויסקויפן ביי 
איר אַלע יאָרן פון זיין שלעכטסקייט. 

עמיצער האָט אָנגעהויבן צו שטייגן איבער די טרעפּ און לואי האָט 
אַ ציטער-געטאָן, גענומען דער מאַמעס הענט און צוגעלייגט צו זיין 
פּנים. ס'איז אים ערשט אָפּגעגאַנגען די מורא, ווען דער טאַטע האָט 
אויפגעעפנט די טיר, געזאָגט אַ גוט אָװונט און געגאַנגען אין װאַשי 
צימער זיך אַרומװאַשן. 

דער מאַמען איז אוױיסגעגאַנגען דאָס האַרץ פון רחמנות און זי האָט 
שוין געוואוסט, אַז אַ בייז אומגליק רוקט זיך אויף איר זון, ווייל קיינ" 
מאָל האָבן זיינע אויגן אַזױ ניט געגליט און געװאָלט עפּעס פון איר ... 

ער האָט געהייסן פאַרשליסן די טיר און ניט אָנצינדן קיין ליכט, 
אין די שלייפן האָבן העמערלעך געקלאַפּט און ער האָט זיך געקלאַי 
מערט אין דער מאַמעס הענט. זי האָט געויינט אין דער פינצטער 
און צוליב דער שטילקייט האָט מען ניט געוואוסט, וואו די שעהן 
זיינען פאַרקראָכן. 

שפּעט אין דער נאַכט האָט זיך די גאַס איינגעשטילט און אַ רואיקייט 
האָט אַראָפּגענידערט אויף בראָנזוויל, זי איז אַריינגעקומען דורך 
דעם אָפענעם פענצטערל אויך אַהער אין צימער, געלייגט זיך אויף 


1 


לואיס שטערן און אים געקילט דעם קאָפּ. די ווירקלעכע װועלט האָט 
זיך אָפּגערוקט מיילן און מיילן פון זיינע געדאַנקען. דער ווייטיק איז 
פאַרטױבט געװאָרן און ס'האָט זיך אים געגלוסט ריידן צו זיין מאַמען. 
האָט ער איר דערציילט פון זיינע נסיעות און פון די שיינע וואונדעך- 
לעכע זאַכן, װאָק ער האָט געזען אויף דער וועלט. ער האָט איר אויך 
דערציילט, װוי ער האָט געבענקט אַהיים און װוי איצטער װעט שוין 
אַלצדינג זיין אַנדערש, ער איז אַלע זיינע יאָרן געוען אַ נאַר, אַ 
פאַרשאָלטענער נאַר, ער זעט דאָס ערשט איצט איין און לאָז די 
מאַמע גיין שלאָפן, ווייל ס'איז שוין אַזױ שפּעט און אים קלעפּן זיך 
שוין אויך די אויגן, 

לואי האָט איינגעדרעמלט און אין שלאָף אינגאַנצן פאַרגעסן אַז 
עפּעס איז ניט גוט אַרום אים. אַ ליכטיקער חלום האָט אים אַװעק- 
געטראָגן פון די איצטיקע טעג און סאיז אויסגעקומען אַז ס'האָט 
נאָך גאָרניט פּאַסירט און אַז דער גאַנצער דערשרעק איז גאָר געווען 
אַן אומזיסטער, ווייל ער איז נאָך גאָר אַ קליין יינגל און ער לאָזט 
זיך מיט זיין חבר בענין צופוס קיין קוני אײילאַנד, גיין צופוס קיין 
קוני אײילאַנד איז אַ גרויסע העלדישקייט און אַלע מענטשן װאָס 
לויפן פאַרביי אין די מאַשינען קוקן אויף זיי מיט באַװאונדערונג 
און מאַכן צו זיי מיט די הענט, 

אין קוני אײילאַנד שיינט די זון אויף די כװאַליעס און אַלע מענטשן 
קוקן דאָרטן אויף אים, װוי ער לאָזט זיך שווימען איבער די טיפע 
װאַסערן. זיין מאַמע שטייט אויפן ברעג אַ דערשראָקענע און שרייט; 
;ניטע, ניטע!? ער דרייט אויס דעם קאָפּ צו איר און לאַכט, 

אין מיטן ים שטייט די זון נאָך העלער און ער מון אַהינצו דער 
גרייכן. די מענטשן אויפן ברעג זעען שוין אויס וי קליינע פליגץ- 
לעך. אָבער ער שרעקט זיך ניט, פאַרקערט, ער איז גאָר זײיער אַ 
פריילעכער און װעט גאָר זינגען אַ ליד. אינמיטן ים האָט ער שוין 
די זון ניט געטראָפן. אָבער ער װעט איר נאָכשװימען, ווייל ער, לואי, 
איז שטאַרק און זיין האַרץ װאַקסט פון פרייד, 


51 


נו, שאַ,. שימעלע 


שימעלע האָט געקלאָגט נאָך זיין חבר, און ס'האָט זיך אים אויסגעדאַכט, 
אַז ער האָט שוין קיינעם ניט אויף דער וועלט. אוי חברותא, אוי מיתותא, 
האָט ער מיט לאַנגע יאָרן צוריק געלערנט אַמאָל אין חדר און דער" 
פאַר אפשר באַפּאַלן אים שוין די קרעמפּס זייער אָפט און ער מוז 
זיך מיטן בויך צום בעט-געװאַנט לייגן, ווייל אַזױ ווערט שוין גרינגער. 

שימעלע איז איינמאָל אַריינגעקומען אין הויז פאַרנאַכט נאָך דער 
אַרבעט און אַ פאַל געטאָן אויף דער ערד. דעם גאַנצן וועג האָט אים 
שוין געצויגן אַראָפּ, אָבער ער האָט זיך איינגעהאַלטן מיט אַלע כחות, 
ער האָט אָנגעװאָפנט זיין גאַנצן װילן און זיך ניט געלאָזט. ווען 
ער האָט זיך אָנגעהויבן שלעפּן מיט די טרעפּ-אַרױף, האָט זיך אים 
זייער שטאַרק פאַרגלוסט זיך אַראָפּזעצן אַ ביסעלע. ער האָט אָבער 
דערצויגן ביז צו דער טיר און דאָרט האָט אים שוין דער געדאַנק 
געזאָגט, אַז מען מעג און ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט. 

מען האָט געמאַכט אַ געװאַלד, שכנים זיינען זיך צונויפגעלאָפן 
און מען האָט אים אָנגעהויבן צו מינטערן: רייסן ביי דער נאָז, קוועטשן 
די הענט. שימעלע האָט עטלעכע מאָל אויפגעעפנט די אויגן אַ קוק 
געטאָן גלייכגילטיק אויפן עולם און באַלד זיך צוריק פאַרגעסן. 

אין אַמבולאַנס האָט מען אים ערשט דערמינטערט. ווען ער האָט 
אויפגעװאַכט און דערזען אַ פרעמדן מענטשן אין וייסן זיצן לעבן 
אים און איז אַזױ פאַרזאָרגט, האָט ער זיך געװאָלט דערשרעקן און 
קיין כוח ניט געהאַט. איז ער געבליבן ליגן אַ הפקרדיקער צו די צרות 
וי איינער זאָגט: װאָס ס'וועט זיין, װועט שוין זיין... 

צום אַלעם ערשטן האָט מען דעם אָפּערײטאָרל אױיסגעװואַשן אין 
אַ ווייסער מאַרמאָרנער װאַנע. די הייסע װאַסער האָט מחיהדיק גע- 
װאַרעמט און אָפּגעװאַשן יעדע שוועריקייט פון זיין גוף, דערנאָך האָט 
מען אים אָנגעטאָן ריינע וועש און אַרינגעטראָגן אין אַ צימער, וי 
אַ מלכות. שימעלע האָט זיך געלאָזט טראָגן, זיך געלאָזט ואַשן און 
עס האָט אים הנאה געטאָן, ווייל קיינמאָל זיינען מענטשן נאָך ניט 
אַרומגעגאַנגען אַזױ אַרום אים. אין בעט איז געווען גראַם און קיל 
און דער ווייטיק זיינער אין בויך האָט אינגאַנצן ניט געסטאַיעט. 

אַ יונג מיידל האָט זיך געפּאָרעט אַרום אים, געשמייכלט צו שימעלען, 
באַגאַנגען זיך מיט אים אַזױ װאַזשנע, װוי ער װאָלט געווען אַ וויכטיקע 


1 


פּערזאָן. דער שפּיטאָל איז געווען אַ שפּאָגל-נייער אין בראַנװױל, 
ערשט אויסגעבויט. סיי פון די אָנגעשטעלטע און סיי פון די בעטן 
האָט געווייעט מיט נייקייט און פרישקייט און אויף שימעלעס מזל איז 
אויסגעפאַלן צו זיין פון די ערשטע פּאַציענטן, 

דער דאָקטאָר האָט שימעלען באַטראַכט, באַטאַפּט, אויסגעפרעגט 
יעדע קלייניקייט און די נוירס האָט פאַרשריבן יעדן דעטאַל פון זיינע 
ווייטיקן, אַקוראַט װי שימעלע װאָלט געווען דער וועלט-חכם, װאָס 
דאַרף אױפפּלאָנטערן אַ וויכטיקע פראַגע, 

דאָס מיידל, װאָס האָט געהאַלטן װאַך איבער שימעלע, יענע 
נאַכט, איז נאָך געווען זייער אַ יונגע, װאָס האָט ערשט גראַדואירט 
די קורסן און האָט געהייקן אָלגאַ. זי האָט גענומען ערנסט יעדע זאַך 
און איז געווען אויפריכטיק און גלױביק, 

שימעלען דאַרף מען מאַכן אַן אָפּעראַציע אינעװייניק, אָבער אים 
אַרט דאָס שוין ניט. ס'איז אים דערויילע גוט צו ליגן אין פרישן 
בעט און ס'איז אים אויך געפעלן, װאָס אָלגאַ טרעט ניט אָפּ פון זיין 
געלעגער און רעדט מיט אים רוסיש. אינדערהיים האָבן רוסיש נאָר 
גערעדט די אינטעליגענטערע און די רייכערע. שימעלע ענטפערט 
איר אויך אין רוסיש און פילט זיך דערהויבן אַ גליקלעכע נאַכט 
אַזאַ איז דאָס געווען ביי שימעלען: די ערשטע שיינע נאַכט אין אַמע- 
ריקע. און אַז ער האָט זיך אױיפגעכאַפּט פאַרטאָג, איז די זון שוין 
געלעגן צעלייגט אויף די ווייסע בעטן און אין אָפענעם פענצטער 
האָט עמיצער אַריינגעזונגען. ער האָט ניט אָנגעהױבן צו פאַרשטין, 
וי אַזױ ער איז געקומען אַהער, אָבער אַז ס'איז אַזאַ ווייסקייט און 
שיינקייט אַרום און אַרום, איז אויסגעקומען, אַז זיין שאַפּ, משה אהרון 
דער פּרעסער, זיין הויז מיט קריגערייען, איז אַ ווייטע פאַרגעסענץ 
געשיכטע. און פון איצטער היבט זיך אָן שימעלע דעם אָפּערי- 
טאָרק גליקלעך לעבן די זון איז איבערגעקראָכן פון די אַנדערע 
בעטן אויף זיין בעט, צעלייגט זיך אויף זיין פּנים און אים געגלעט, 
איז געװאָרן אַ דערקוויקעניש פון דעם און ס'האָט זיך אים אויסגץ- 
דאַכט, װי די שטילקייט פון די ווייסע בעטן און ליכטיקן צימער 
רעדט צו אים און זי זאָגט אים; | 

נו, שאַ, די וועלט װעט דיך שוין ניט לאָזן אונטערגיין, ווייל דו, 
שימעלע, ביזט זייער חשוב ביי דער ועלט. האָסט זיך שוין גענוג 
אָנגעליטן און דערפאַר װעלן מיר פון היינט אָן און ווייטער פאַר- 
זיסן דיינע יאָרן. 


71פן 


אַ בידנע יעזוסל 


איוואַ איז צו אים געקומען געוואוירע װערן װאַס ער טוט, און 
שימעלען האָט שוין פאַר דער צייט אָנגעװאָקסן אַ בערדל, האָט ער 
געשמייכלט צו דער טאָכטער מיט גוטע אויגן און אױסגעקוקט װי 
אַ בידנע יעזוסל. 

איוואַס באַקן האָבן געבליט, אירע גרויסע בלויע אויגן האָבן געגליט 
און אירע ליכטיקע האָר האָבן זיך געכװאַליעט מיט אַ גלאַנץ און 
אַז זי האָט זיך אויפגעשטעלט און איז צוגעגאַנגען צום פענצטער אַראָפּי 
צוציען דעם פאָרהאַנג, האָט זי אויסגעזען וי אַ הױיכע פּריצה פון 
ווייטע לענדער. שימעלען האָט זיך קוים געקאָנט גלויבן, אַז ביי אַזאַ 
קליינגעוואוקסיקן װוי ער, זאָל אויפװאַקטן אַזאַ שטאַלטנע טאָכטער. 
פון וועמען האָט זי געירשנט איר שיינקייט, אַז אין זיין גאַנצער משפּחה 
זיינען געווען קליינגעוויקסיקע --- און די ווייב רבקה איז אויך ניט 
קיין יפת-תואר. אפשר האָט שוין אין זיך דאָס לאַנד אַמעריקע אַזאַ 
לופט, װאָס מאַכט אַלעמען שיין און הויך; און אפשר איז גאָר אין 
אים אַלײן דאָ אַזאַ כוח אויף צו געבוירן אַזױנע געראָטענע קינדער. 
דער לעצטער געדאַנק איז אים בעסער געפעלן און ער האָט זיך דער" 
פילט זייער צופרידן, װאָס ער איז דער טאַטע. זי האָט זיך צוגעזעצט 
אויף זיין בעט און שימעלע האָט געגלעט אירע ווייכע װאַרעמע האָר 
און גערעדט צו איר מיט פיל ליבשאַפט. 

--- זייער גוט, חוהלע, װאָס דו ביסט געקומען. דיין טאַטן איז 
שוין געווען זייער אומעטיק. נו, רעד עפּעס, דערצייל, װוי אַזױ גייען 
דיר עפּעס דיינע געשעפטן? 

איװואַס געשעפטן גייען זייער גוט און זי זיינען אַזעלכע, װאָס מען 
קאָן ניט דערציילן אַ טאַטן, אַפילו דער מאַמען; סיידן עפּעס אַ גוטער, 
איבערגעגעבענער חברטע, עס איז גוט און שלעכט, ביידע צוזאַמעױ 
סעם איז אַ פאָרמאַן אין אַ גרויסן שאַפּ און פאַרדינט גאַנץ גוט און 
נתן איז אַ זיסער בחור און זי האָט אים אַזױ ליב --- גייט זי איין מאָל 
אַרױס מיט דעם פאָרמאַן, און אַמאָל מיט נתנען, און ס'איז איר גוט. 
סעם פירט זי אין די טייערע טעאַטערס אויף בראָדװײי, נעמט זי אויס 
אויף סאַפּער אין אַזױנע גרױיסאַרטיקע רעסטאָראַנען, ואו מחיק 
שפּילט ביים עסן און טענץ קומען פאָר. נתן נעמט זי ניט אויס ווייטער 
פון בראָנזװיל, אָבער איר אַרט דאָס ניט, ווייל ער איז אַזאַ פּשוטער 


81 


און זיינע רייד זיינען אַזױנע האַרציקע און אַז ער קושט און גלעט, 
דערפילט זי די העכסטע פרייד, 

רבקה מיט די בנים זיינען אויך געקומען אים מבקר:חולה זיין. 
איז אויף זייערע פּנימער געלעגן די פאַרלאָרנקײט פון מענטשן, װאָס 
קומען אין אַ פרעמד הויז און זיי שרעקן זיך, איז אויסגעקומען פּונקט 
וי שימעלע װאָלט געווען דער באַלעבאָס פון הויז און ער װאָלט זיי 
געטאָן אַ גרויסע טובה, װאָס ער האָט באַגעגנט זיי מיט אַ פריינטלעכן 
שמייכל. האָט דער טאַטע טאַקע אַ פריינטלעכן שמיכל:געטאָן צו 
זיינע צוויי בנים, צום ווייב און זיי צוגערופן צום בעט. מען האָט שוין 
באַלד צוויי מעת-לעת אים ניט געגעבן קיין שפּייז, ווייל מען האָט זיך 
געגרייט אים מאַכן אַן אָפּעראַציע. דערפאַר איז ער געלעגן ניט רירנ- 
דיק מיט קיין אבר, אַ בלאַסער, אַן אויסגעצערטער מיטן יעזוס בערדל, 
אָבער אַ חשובער און וויכטיקער, ווייל ער האָט זיך שוין דערוואוסט, 
אַז אויב אין דער היים האָבן אַלע פון אים חוזק געמאַכט און אים 
געהאַלטן אַזױ קליין, איז ער אָבער ביי דער פרעמדער וועלט אַ װאַזשנץע 
פּערזאָן, 

רבקה האָט אָנגעהויבן צו שנייצן די נאָז און פאַרגיסן טרערן 
דערזעענדיק דעם מאַן אין אַזאַ לאַגע, און בילי און וויליס פּנימער 
זיינען געװאָרן פאַראומערט. שימעלע האָט זי אָבער באַרואיקט, 
ער האָט זיי דערציילט, וי מען באַהאַנדלט אים אַזױ גוט און װוי מען 
באַנעמט זיך מיט אים אַזױ שיין און ער האָפּט דערפאַר, אַז סװועט 
אַלץ איבערגיין בשלום. איז געװאָרן די שטימונג אַ געהויבענע בי 
דער משפּחה און בילי, --- אין חצי יידיש און חצי ענגליש, --- האָט 
דערציילט דעם טאַטן פון דער געשעעניש, װאָס דאַרף טרעפן איצט 
אין זיין לעבן: אין אַ טאָג אַרום דאַרף פאָרקומען דער גרויסער ,מייטן" 
צווישן אים און צװישן בענין, דעם טשעמפּיאָן פון בראָנזוויל. אויב 
ער געווינט, װעט שוין זיין איינמאָל גוט, 

--- װועסט זען, פּאַפּ, ,גאַד שוד העלפּ מי ווין דהיס פייט". דו ניט 
דאַרף גיין אין שאַפּ אַרבעטן און מאָדהער ניט אַזױ פיל װאָריען". 

ווידער פייט! און שימעלע האָט זיך דערמאָנט אָן די שוידערלעכע 
זאַכן, װאָס קומען פאָר אין אַ פייט. ער האָט פלוצלונג דערזען אויס- 
געקנאַקטע ציין, בלוט און לעכער אין קאָפּ, אַנגסטן האָבן אים באַשלאָגן 
פון דעם און ער האָט פאַרמאַכט די אויגן אַ פאַרחלשטער, 
;פּאַפּאַ", ;שימעלע מיין מאַן"! 


1ן 


ס'איז געװאָרן אַ יללה, רבקה האָט אָנגעהױבן צו גװאַלדעװען און די 
בנים האָבן אים אָנגעהויבן צו שטורכן און צו רייסן. די נוירס איז 
אַרײנגעלאָפן און אים דערמינטערט. די משפּחה האָט געמוזט פאַרלאָזן 
דעם צימער און שימעלע, אַ קליינינקער, װי אַ קינד די גרויס, איז 
געלעגן איינגענורעט אין זיין בעטל און די קאָלדרע איבער אים האָט 
זיך זייער שווער געהויבן... איז אויף בילין אָנגעפאַלן אַזאַ גרויס 
רחמנות אויף זיין טאַטן. .. אויף זיך אַליין און אויף זיין מזל, װאָס 
הענגט אויף דער װאָגישאָל פון קומענדיקן פייט, אַז ער האָט זיך ניט 
געקאָנט איינהאַלטן און זיך צעוויינט אויף אַ קול. זיך אויסגעװיינט, 
איז צו אים אין האַרצן געקומען אַ גרויסע האָפּענונג און גלויבן, אַז 
גאָט װעט אים שוין העלפן אין זכות פון זיין טאַטן, װאָס ליגט אַ 
קראַנקער אויפן בעט און קוים װאָס ער אָטעמט. 


בילי טוט אָן אַ טליתיקטן 


ווען ער בלייבט אַלין, צעשפּיליעט ער זיך, נעמט אָן די ציצית און 
האַלט זיי מיט גרויס פאָרזיכטיקייט און רעספּעקט. ער גלעט די פע" 
דעמלעך מיט ליבע און פאַרמאַכט די אויגן, וי אַ פרומער ייד. ווערט 
אים פון דעם בעסער און ער פילט אַלעמאָל נאָכדעם, װי ער האָט 
געגלעט די ציצית, אַ געוויסע שטייפקייט אין זיינע קולאַקעס. 

ביי די שכנים פון אַלע ;פלעטס" איז דאָק אויך געווען אַ גרויסע 
געשעעניש; און ווען בילי איז געגאַנגען אַראָפּ אָדער אַרױף די טרעפּ, 
האָבן זיך טירן געעפנט און נייגעריקע פּנימער האָבן אים נאָכגעקוקט 
מיט גרויס דרך-ארץ. ביים בוטשער, ביים גראָסער און ביים בעקער, 
איז רבקה געװאָרן מיטאַמאָל זייער אַן אָנגענומענער קונה. די קרעמער 
האָבן זיך צו איר באַצױגן מיט אַזאַ כבוד, אַקוראַט װי זי. רבקה, 
װאָלט געווען דעם מעיאָרס אַ ווייב און זי טוט זיי די גרעסטע טובה, 
װאָס זי קויפט נאָר ביי זיי. אַלע שכנות פון הויז זיינען געװאָרן צו איר 
זייער צוגעלאָזן, רק איבערגעלעגן ביי איר און הויז און איר געטראָגן 
קנישעקלעך פון קעז, לאַטקעס און פיש, אַז זי, רבקה, זאָל פאַרזוכן 
און זאָגן מבינות. זי איז מיטאַמאָל געװאָרן אַ טייערע מבינטע פון 
די קנישעקלעך, לאַטקעס און פיש. 

אין דעם באַשטימטן טאָג, פאַרנאַכט, איז צוגעפאָרן אַ גרויסער 


די לעצטע פּאָר טעג טראָגט בילי אַ טלית-קטן אונטערן העמד. 


})01 


גרינער אױטאָמאָביל צום הויז, באַזעצט מיט יונגע בחורים. ביליס 
חסידים און די חברים פון זיין קלוב. דער גאַנצער בלאָק האָט זיך 
אַרױסגעשאָטן פון די הייזער, אַרומגערינגלט דעם אױטאָמאָביל מיט 
נייגעריקע פּנימער. אויף די קינדער פון דער גאַס איז גאָר געווען 
אַ גרויסע שמחה. זיי זיינען געקראָכן אויף די רעדער, געטאַפּט דעם 
גרינעם שטאָל און שטאַרק חשק געהאַט אַ קוועטש טאָן דעם האָרן. 

דער מענעדזשער, מיסטער מאָוריס, איז אַרױף אין הויז און באַלך 
האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט מיט דער גאַנצער משפּחה. 

רבקה איז אויך געגאַנגען צום ,פייט". מען האָט איר געפּרואװט 
איינרעדן, אַז ס'איז ניט שיין, אַז אַ מאַמע זאָל גיין זען אַ פייט פון 
איר זון און איבערהויפּט קומען װינציק פרויען צו פייטס. זי האָט 
זיך אָבער אײנגעשפּאַרט; אַ פאַרפּוצטע אין אירע יום-טובריקע קליי" 
דער, צװוישן אירע צוויי בנים, האָט זי װאַזשנע גענידערט די טרעפּ 
מיט אַ פרום פּנים. אַקוראַט, וי ס'װואָלט געווען ערב יום-כפּור און 
מיטן קרבן מנחה אונטערן אָרעם גייט זי דאָס אין שול אַרין גאָט 
בעטן. איבער אַלע שטאָקן האָבן זיך אױיפגעפּראַלט די טירן און משפּחות- 
ווייז זיך געשטעלט אויף די שוועלן און באַגלײט די גרופּע מיט דרך 
ארץ, 

דער גרינער אױטאָמאָביל האָט זיך אַ ריס געטאָן פון אָרט און 
אַװעקגעיאָגט אונטער אַ גרויסן הוראַ, פייפעניש און טומל פון די 
צונויפגעלאָפענע קינדער פון דער גאַס. 

נתן מיט איװואַן זיינען אַװעק צופוס. האַלטנדיק זיך ביי די הענט, 
האָבן זיי געשפּאַנט דורך לאַנגע גאַסן, פּוסטע לאַטס, גערטנער און 
פּאַרקן. דער רויטער פאַרנאַכט האָט זיך געלייגט אויף זייערע פּלײיצעס 
און זיי נאָכגעגאַנגען פוס-טריט. נתן האָט גאָרניט געוואוסט פון 
דעם אומגליק, װאָס לויערט איבער זיין קאָפּ, איװואַ אָבער האָט שוין 
יאָ געוואוסט און ס'האָט איר װיי-געטאָן דאָס האַרץ, װאָס די פענצטער 
אויף די הייזער, די ביימער אויף זייער וועג זיינען אַזױ רויט און 
װאָס נתן רעדט אַזױנע האַרציקע קלוגע רייד. ס'האָט איר אויך ווי- 
געטאָן דאָס האַרץ, װאָס ס'איז אַזױ גוט צו גיין מיט נתנען, אַז סואָלט 
זי אַפילו ניט געאַרט, ווען זיי שפּאַנען דורך די גאַנצע שטאָט, פאַך" 
נעמען זיך אויפן ברייטן סטייט-וועג און לאָזן זיך אַװעק ערגעץ אין 
עק װעלט... | | 

נתן, דער גבור, האָט געשפּאַנט פאָראויס מיט גרויסע שטרענגע 


}11 


אויגן און ער האָט געטראַכט, אַז ניט דער עיקר איז, װאָס ער האַלט 
איװאַן אַזױ ביי דער האַנט און פירט זי איבער דער שטאָט, נאָר דער 
עיקר איז װאָס אַלע מענטשן, װאָס ער באַגעגענט, זיינען זיינע פריינט 
און די גאַנצע שטאָט איז זיין היים און אין אַזױנע שעהן טאָר קיינער 
ניט װויסן פון קיין צער; און אויב ער װאָלט חס"וחלילה באַגעגנט 
אַזױנע מענטשן, װאָס זיינען פאַריתומטע און פאַרװאָגלטע, װאָלט 
ער ניט געקאָנט איינרוען ביז װאַנען זיי װאָלט אויך געװאָרן גוט, 
און ניט דער עיקר איז אויך דאָס: דער עיקר איז, װאָס װען מען 
װאַרפט אַריין אַ שטיינדעלע אינם ים, ווערט אַ קליין רינגעלע אויף 
דער אױיבערפלאַך פון װאַסער, דערנאָכדעם אַ צווייטס און אַ דריטס 
און װאָס מערער רינגען אַלץ גרעסער ווערן זיי, הערן שוין קיינמאָל 
ניט אויף און פאַרשפּרײטן זיך, וואו דער ים האָט אַן עק. אַזױ נעמט 
זיך אויך די ליבע זיינע צו דער וועלט --- פון אַ קליין רינגעלע, װאָס 
איז געװאָרן בשעת ער האָט איװאַן באַגעגענט. | 

אַז זיי זיינען אַרײן אין אַן אַלײע, וואו די געדיכטע ביימער אין 
ביידע זייטן האָבן זיך אין דער הויך איבערגעביגן איינער צום 
אַנדערן און פאַרשטעלט דעם הימל, האָבן זיי שוין געמיינט, אַז ס'איז 
מיטאַמאָל געװאָרן נאַכט, אַזױ פינצטער איז דאָרטן געוען אָבער 
ווען זי זיינען װידער אַרױס פון דאָרטן, האָט זיך אַנטפּלעקט פאַר 
זי אַ ליכטיק, גרויס שטיק פעלד מיט זון אויף די גראָזן, איז איוואַן מיט" 
אַמאָל געװאָרן זייער גוט און זי האָט שוין גאָר ניט געקלערט. ס'איז 
ביי איר געווען רעכט הונגער און נויט, אַ רעגן, אַ שניי, אַ שטורעם, 
אַלצדינג איז כדאי, אַבי מיט נתנעף 


דער בראָנזווילער טשעמפּיאָן 


רבקהן האָט מען אָפּגעגעבן אַ פּלאַץ אין די ערשטע רייען. דאָרטן 
האָט זי געטראָפן נאָך אַ יידענע לעבן איר פּלאַץ. דערזען אַ היימיש 
פּנים, האָט רבקה פריינדלעך אַ שמייכל געטאָן און געװאָלט אָנפאַנגען 
מיט איר שמועסן. ווילי איז אָבער באַלד צוגעלאָפן און איר אַרײג" 
גערוימט אַ סוד, אַז די יידענע װאָס זיצט לעבן איר איז בעניס מאַמע, 
האָט רבקה אַ ברוגזע אויסגעדרייט דעם רוקן צו איר און איז געבליבן 
זיצן אָנגעבלאָזן. 

דער עולם האָט אָנגעהױבן צו שטראָמען מיט טומל און רעש. איבערן 


})21 


פעלד האָט זיך פאַרשפּרײט אַ קלאַנג, אַז דעם שלעגערס מאַמע איז 
אויך דאָ און אַלע האָבן זי אָנגעהױיבן צו זוכן מיט די אויגן און מיט 
די בינאָקלעך. די חברה רעפּאָרטערס האָבן זיך אַ לאָזיגעטאָן מיט 
זייערע פאָטאָגראַפישע אַפּאַראַטן און דערשראָקן רבקהן אויף טויט, 
ווען זיי האָבן עקספּלאָדירט עפּעס וי באָמבעס. רבקה האָט זיך פאַר- 
לוירן און אָנגעהויבן זוכן ווילין. דער זון איז באַלד צו איר צוגעלאָפן 
און דערקלערט װאָס דאָס מיינט. האָט זי זיך באַרואיקט, צורעכט 
געמאַכט איר קלייד, אַנידערגעלייגט אירע הענט אויף די קני און 
אָנגעשטעלט אַ װאַזשנעם פּנים. ווייל אויב מען פאָטאָגראַפירט שוין, 
דאַרף מען דאָך אויסזען עפּעס לייטיש. 

ס'האָט זיך אָנגעהױיבן. בעני איז אַרױיס דער ערשטער און אַלע חברים 
זיינע האָבן אָנגעהױבן צו קלאַפּן און שרייען אויף די העכסטע קולות, 
זיין מאַמע, מערער פון אַלעמען, האָט געשריען מיט טרערן אין קול: 
;בענעלע, בענעלע". דער טשעמפּיאָן האָט זיך גענויגט אַרום און 
אַרום מיט שטאָלץ און זיכערקייט, זיך אַליײין געגעבן שלום-עליכם 
און געדריקט די הענט צום האַרצן 

בילי איז אַרױס וי אַ מאַרטירער, צוליב דעם װאָס זיין טאַטע ליגט 
אַ קראַנקער אין שפּיטאָל. אַז זיינע חסידים האָבן אָנגעהױיבן קלאַפּן 
און שרייען, האָבן זיינע אויגן אויפגעלויכטן מיט וייטיק. דער עולם, 
וויסנדיק פון די צייטונגען, אַז ביליס טאַטע דאַרף דורכגיין אַ געפער- 
לעכע אָפּעראַציע, זיינען זיי דערפאַר געװאָרן זייער פריינדלעך און 
ווייך געשטימט צו אים, און די גאַנצע סימפּאַטיע זייערע איז איבער- 
געגאַנגען פון בענין צו בילין. די מענטשן אין ,פעלד" האָבן באַלד 
דערפילט, אַז ביים היינטיקן פייט װעט זיין ,הייס" צוליב דעם, װאָס 
שימעלע ליגט אַ קראַנקער אין שפּיטאָל... 

בילי האָט געהאַט גרויס גלויבן אין האַרצן, אַז ער װעט געווינען, 
ער האָט אויך געפילט, אַז ער איז דער גערעכטער, ניט בעני. --- און 
אַלץ צוליב זיין אָרעמען טאַטן. דערפאַר, אַז מען האָט אַ קלונג געטאָן, 
האָט ער זיך אַ לאָז געטאָן אויף בענין מיט רציחה און ער האָט דער 
פילט, אַז זיין רציחה איז אַ באַרעכטיקטע. אין האַרצן איז געװאָרן 
זייער היים און עפּעס אַ גרויסער דורשט איז אים באַפאַלן 

בעני אָבער האָט זיך אויך געפילט גערעכט, ווייל ער האָט אַן אַלטע 
מאַמע און זי לעבט ביי אים בכבוד און ביושר. דער גאַנצער בלאָק 
און די צייטונגען האַלטן אין איין דערציילן, װאָס פאַר אַ לייטיש קינד 


| 31 


בעני איז צו זיין מאַמען. ער האָט אויך פאַר זיין אייגן געלט חתונה 
געמאַכט זיינע צוויי שוועסטער. --- און דאָ קומט עפּעס אַן אומבאַ- 
קאַנטער חצוף און וויל ביי אים צונעמען די קרוין פון בראָנזװיל. 
האָט ער זיך אויך אַ לאָז געטאָן אויף בילין מיט גערעכטיקייט אין 
האַרצן און מיטן גלאַנץ פון אַ טשעמפּיאָן. 

ביי רבקהן האָבן זיך טרערן באַװיזן און זי האָט אַ קוק געטאָן אויף 
דער יידענע לעבן איר מיט גרויס שנאה. באַלד אָבער, האָט זיך איר 
דאָס האַרץ אַראָפּגעלאָזט, ווען זי האָט דערזען, װאָס פאַר אַ קלאַפּ 
בילי האָט געכאַפּט אומגעריכט, אַז ס'האָט אַזש אַ הילך-געטאָן איבערן 
גאַנצן פעלד. רבקהן האָט זיך געגלוסט אַ ריס טאָן פון אָרט גלייך 
צו דער פּלאַטפאָרמע און אױסדראַפּען די אויגן דעם פרעמדן בחור, 
דעם גזלן, װאָס האָט אומברחמנותדיק אַ קלאַפּ געטאָן איר קינד, 
אָבער באַלד איז איר זינדעלע געקומען צו זיך, אַ שפּרונג געטאָן 
אויף בענין און אים דערלאַנגט אין אַ רעכטער באַק אַרײן. ;אַ מצוה 
אויף אים", ,אַ מצוה אויף אים", האָט רבקה געשריען און זיך גע" 
קוויקט דאָס האַרץ און דער עולם האָט געשאלט פון גרויס הנאה 
און געפילט, אַז די װעלט עקט זיך פון וואוילקייט. 

שפּעטער אַביסל, ווען בעני, אַ צערייצטער און אַ פלינקער, װי אַ 
טיגער, האָט צוגעשפּאַרט דעם שונא צו אַ ווינקל, געבוכטשעט אין 
די זייטן גיך, גיך, האָט זיך רבקה געטוליעט צו ווילין און זיך גע" 
בעטן ביי אים: ,אוי, אוי! מען װעט דערהרגענען דאָס קינד, וילי, 
װאָס שווייגסטו?! 

שוין ביי דער ערשטער ;אויסנעמעניש" איז בילי אַנידערגעפאַלן 
אויפן בענקל אַ צעטומעלטער פון די קלעפּ. מען האָט אים געריבן, 
געגאַסן װאַסער. דער מענעדזשער זיינער האָט זיך אַרױפגעדראַפּעט 
אויבן און אים אַרײינגערוימט אין די אױיערן: ;דערמאָן זיך אין דיין 
טאַטן שימעלען, װאָס ליגט אין שפּיטאָל אַ קראַנקער". די דאָזיקע 
ווערטער האָבן אים אויפגעװועקט פון צעטומלעניש און ער האָט 
זיך אַ לאָז געטאָן אויף זיין שונא מיט שטורעם. אים געפּלאָכטן 
געבוטשערט און דער עולם האָט דערפאַר געהאַט אַ פּאָר מינוט פון 
אַזאַ געװאַלדיקן פאַרגעניגן, פּונקט וי אין אַ טערקישער באָד, ווען 
די שמייסער רייבן די זייטן און מען שרייט: ,איי גוט". 

רבקה האָט זיך צום אַלעם ערשטן דערפרייט, װאָס איר זונעלע 
דערלאַנגט אַזױנע פיינע קלעפּ, אָבער תיכף איז אויף איר אָנגעקומען 


})})1 


אַ גרויס רחמנות אויף דעם פרעמדן און ס'האָט איר געאַרט פאַר יענעמס 
מאַמע, װאָס זיצט אַ דערשלאָגענע ביי איר זייט. זי האָט אויסגעדרייט 
דאָס פּנים צו איר און אַ קוק געטאָן אויף איר מיט מיטלייד, יענע 
מאַמע האָט אָבער ניט באַמערקט איר קוק, אַ בלאַסע און מיט אויגן 
פול מיט וייטיק האָט זי נאָכגעפּאָלגט דעם זון אירן, װאָס האָט זיך 
געבויגן אונטער ביליס קלעפּ און זיך קוים געהאַלטן אויף די פיס, 

ביי דער צווייטער קאויסנעמעניש" איז שוין בעני געווען אַ צץ- 
טומלטער און זיין מענעדזשער האָט זיך אַרױפגעדראַפּעט אויבן און 
אים אַריינגערוימט אין די אויערן, אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן, אַז ער 
האַלט אויס אַ מאַמען בנחת ובכבוד, 

--- דו מוזט געווינען, -- האָט ער זיך ביי אים געבעטן, --- ניט אַזױ 
צוליב דיר, וי צוליב דיין אַלטער מאַמען, דערלאַנג אים נאָר אויף 
יענעם פּלאַץ, וואו דו האָסט דערלאַנגט קיד מייקן, וועסטו אים זיכער 
אויסציען, 

רבקה איז געווען זייער אויפגעלייגט, אָבער איר גליק האָט פאַר. 
שטערט די דערשלאָגענע יידענע ביי דער זייט. האָט זי זיך אויסגע- 
דרייט צו איר מיט מיטגעפיל און אַ מאַךְ געטאָן 

--- װאָס קאָן מען זיך העלפן, אַז מיין בילי איז אַ סך געזונטער 
פון אייער בענין. 

יענע האָט גאָר ניט געענטפערט, נאָר אַ קוק געטאָן מיט שנאה. 
זי װאָלט איר יאָ אָפּגעענטפערט און אָפּנעענטפערט אַזױ, אַז סשװואָלט 
ויסט און פינצטער געװאָרן אָט דער שלעפּערקע פון בראָנזװויל 
צו ריידן אַזױ וועגן איר זון. אָבער זי האָט זיך אָפּגעהאַלטן, מחמת 
זי איז געווען שטאָלץ און ס'איז איר, אַ באָראָ פּאַרקער, ניט אָנגץ- 
שטאַנען צו ריידן מיט אַ בראָנזװווילער דריפּקע, 

נאָך דער פינפטער קאויסנעמעניש", ווען בילי, אַ נאַסער פון שווייס 
און אַ צעבלוטיקטער, האָט שוין ניט געקאָנט אָטעמען, האָט ער זיך 
אָנגעהױבן צו דרייען אויף דער פּלאַטפאָרמע פּונקט, וי אַ ליב אין 
אַ שטייג, ווען דער באַלעבאָס בריט אים דורך די גראַטעס מיט אַ 
גליענדיקן אייזן. 

רבקה האָט דערפילט, אַז אָט-אָט עקט זי זיך, ווילי איז דענסטמאָל 
ניט געווען ביי איר זייט, האָט זי מיט די אויגן זיך געװענדט צום 
עולם, אפשר װעט עמיצער רחמנות האָבן און ראַטעװען איר קינד, 
אָבער די צושויער האָבן געהאַט רויטע אויפגערעגטע פּנימער, וי 


})51 


ביי גזלנים. ס'האָט זיך איר אױסגעדאַכט, אַז זיי פרייען זיך גאָר, 
װאָס מען פּייניקט אַזױ אַ מענטשן... 

בילי איז שוין געווען זייער פאַרצווייפלט. די גאַנצע װעלט האָט 
זיך געדרייט ביי אים מיטן קאָפּ אַראָפּ. ער האָט געגעבן אַ פאַל צו די 
ברעטער און ער האָט דערפילט, וי אַלעס איז מיט אַמאָל שטיל געװאָרן 
און אָפּגעשטעלט דעם דופק. עפּעס איינער אַ מענטש אַזאַ, וי אַ דער" 
קוטשליווע פליג, ציילט: איינסס--צוויי---דריי---פיר... אים װאָלט 
שוין ניט געאַרט צו ליגן אַזױ און גאָר אינגאַנצן פאַרגעסן וואו ער 
איז --- אָבער די דערקוטשליווע פליג לאָזט ניט צורו... 

ווען ער האָט דערהערט, אַז דער מענטש האַלט שוין ביי אַכט, איז 
אַ פּאַניק באַפאַלן אַלע זיינע אברים און באַלד חאָט זיך עפּעס אַ וועק" 
געטאָן ביי אים און ער האָט געגעבן אַ שפּרונג אויף די פיס און זיך 
אַ לאָז געטאָן אויף בענין. בילי האָט זיך שוין ניט געהיט פון די 
קלעפּ. עס איז אים שוין געווען אַלצײינס: ער האָט װי אַ בלוט"הונט 
געזוכט יענעמס מאָרדע. בעני האָט זיך פּלוצלונג דערשראָקן... 
וי אַ בייזע כמאַרע האָט זיך בילי גערוקט אויף אים; ער האָט זיך 
געהאַלטן אין איין שאַרן צו אים וי אַ בלוטדורשטיקע חיה. ער האָט 
גאָרניט געזען פאַר זיינע אויגן, אַחוץ בעניס מאָרדע. ער האָט זי 
באַגערט די מאָרדע, דעם שונאס, מיט אַלע זיינע חושים. פּלוצלונג -- 
אַ שפּרונג!... דער עולם שאַלט!... 

בעני איז שוין געלעגן אויסגעצויגן אויף די ברעטער און בילי 
האָט זיך נאָך געריסן פון אָרט און זיין ברוסט האָט זיך געהויבן, וי 
אַ כװאַליע, ווייל זיין דורשט נאָך נקמה איז נאָך ניט געשטילט גע" 
װאָרן. ווען ניט דער מענטש, װאָס דרייט זיך די גאַנצע צייט פאַר די 
פיס און לאָזט ניט, װאָלט ער זיך אַרױפגעװאָרפן אויף דעם שונא 
און ער װאָלט אים געטראָטן מיט די פיס... 

בעני ליגט. זיין פּנים, אַ פאַריסורימטס, קוקט שטום אויף דעם, װאָס 
ציילט זיינע סעקונדן: 1 --- ;בעני מען דאַרף זיך אויפהויבן", 2---3---4, 
,נעם זיך אָן מיט כחות, בעני". 5---6. ;ס'איז אָבער ניטאָ קיין טראָ" 
פעלע כח". 7--8, ,אויס טשעמפּיאָן". 9. ,מילא, ס'איז שוין אַלץ 
איינס, לאָז די גאַנצע װועלט אונטערגיין און ער װעט זיך ניט אוים- 
הויבן פון פּלאַץ". .. בעני האָט פאַרמאַכט די אויגן און האָט אַפִילו 
ניט געזען, װי דאָס פאָלק זיינס, װאָס האָט אים פריער געטראָגן אויף 
די הענט, האָט זיך איצט אָפּגעקערט פון אים און אַלע באַגײסטערטע 


})61 


געשרייען, און די שטרויענע ווייקע קאַפּעליושן, װאָס פליען אין דער 
הויך, און דאָס טופּעניש מיט די פיס, און דאָס קלאַפּן מיט די הענט 
--- איז שוין פאַר אַ צווייטן קעניג, פאַר בילין, דעם נייעם טשעמפּיאָן 
פון בראָנזוויל, 

תיכף האָט זיך איבער גאַנץ בראָנזװיל --- אין אַלע פּול-רומס און 
מואווי-הייזער, אויף אַלע מיטינגען אין די קלובן, אין די קאַבאַרעטן, 
טאַנץ-זאַלן און אין אייז-קרים פּאַרלאָרס זיך צעטראָגן די נייעס, אַז 
ס'איז אויפגעשטאַנען אַ נייער טשעמפּיאָן אין בראָנזװיל: געפאַלן דער 
אַלטער, לעבן זאָל דער נייער, 


די אָפּעראַציע 


אין טאָג פון דער אָפּעראַציע האָט זיך שימעלע דערפילט, אַקוראַט 
וי אַ פרומער ייד ערב יום כפּור פאַר כלינדרי, װאָס טוט זיך אָפּ 
אינגאַנצן פון דער זינדיקער װעלט און אַ געלייטערטער מיט אַלע 
מחשבותן גרייט ער זיך צו דער הײיליקער מינוט, ווען דער חזן װועט 
אַ זינג טאָן כ--ל ג--ד--ר---י און דענסטמאָל װעלן זיך עפענען 
אַלע טויערן פון הימל און אַלע הערצער ועלן זיך דערהויבן אַהין. .. 

דער דאָקטאָר איז געקומען און אים אויסגעהערט און אים גע- 
פרעגט אַזױ ווייך, אַז װאָס אַ שטייגער װאָלט שימעלע פאַרלאַנגט, 
איידער מען מאַכט אים די אָפּעראַציע. ער, דער דאָקטאָר, װעט דער- 
פילן אַלע זיינע באַגערן. אפשר װיל ער איבערשיקן אַ בריוועלע 
צו זיין ווייב, אָדער גלאַט אַזױ עפּעס אָנזאָגן 

ער, שימעלע, וויל אָבער גאָרניט. דאָס הייסט, ער ויל יאָ, אָבער 
ער שעמט זיך צו זאָגן... דער דאָקטאָר איז אַװעק מיט שטילע 
טריט און אַ פאָרזיכטיקער אַזאַ, באַגלײך ער, דער אָפּערײטאָרל, איז 
אַ גרויסער מענטש, אַ מלכות, צי װאָס. האָט שימעלע געטראַכט, אַז 
אויב ער איז טאַקע יאָ אַזױ חשוב ביי זיי, פאַרװאָס-זשע האָט ער 
זיך געשעמט צו זאָגן, אַז ער װאָלט געװאָלט אַז אַלגאַ, די נוירס, 
זאָל קומען און בייזיין ביי דער אָפּעראַציע, 

די פענצטער זיינען ברייט צעעפנט און דער צימער איז קיל און פריש, 
שימעלע ליגט זיך װי אַ שררה און אַלע זיינע אברים זינגען, כאָטש 
ער איז אָפּנעשװאַכט און קאָן זיך קיין ריר ניט טאָן. אָבער פאַר דעם 
זאָרגט ער זיך ניט, װאָס ער קאָן זיך קיין ריר ניט טאָן. אַלע דאָ אין 


}71 


= 


שפּיטאָל זיינען שטענדיק גרייט צו יעדן ריר זיינעם. װאָלט ער 
נאָר איין קרעכץ געטאָן, אַזױ װאָלט באַלד עמיצער געקומען צו" 
לויפן און װאָלט זיך שוין געמיט. אַז סזאָל אים זיין גוט. מ'האָט 
אַפילו אַ ראַדיאָ אַרײינגעשטעלט אין זיין צימער, אָבער ער האָט 
פיינט ראַדיאָ, זי טומלט צו פיל. האָט ער געהייסן פאַרמאַכן און אַז 
ער, שימעלע, הייסט פאַרמאַכן, פאַרמאַכט מען אַן אַנדער ברירה 
האָבן זיי געהאַט, 

שפּעטער-צו זיינען געקומען צוויי מענער אין ווייסן און מען האָט 
שימעלען פאָרזיכטיק אַװעקגעלײגט אויף אַ טראָג-בעטל און אַװעק 
מיט אים אין באָד-:צימער. דאָרטן האָט מען אים געװאַשן אין ריינע 
װאַסערן און אָנגעטאָן אַ ניי ווייס העמד. דערנאָכדעם וי אַ הייליקע 
זאַך אים אַרײנגעטראָגן אין אָפּעראַציע-צימער און אים אויסגעצויגן 
איבער אַ טיש. און דאָ האָט געטראָפן דער וואונדער, װאָס שימעלע 
האָט פריער געמיינט, אַז ס'איז בלויז אַ זעאונג אַזאַ, װוי אַ חלום, 
אָבער דאָס איז פאָרט געווען אֶלגאַ. זי איז געשטאַנען אינגאַנצן אַ 
ווייסע לעבן דאָקטאָר און אים געהאָלפן צורעכט מאַכן עפּעס אַ מאַ- 
שין מיט אַזױנע שפּיגעלעך. 

שימעלע דער אָפּערײטאָר האָט זיך ניט געװאָרפן און ניט געמאַכט 
קיין קאַפּריזנע שטיק, ווען מען איז צוגעטראָטן צו דער אָפּעראַציע. ער 
האָט אַפילו ניט באַמערקט, װאָס מען טוט דאָרטן. אויף זיין שטערן איז 
געלעגן אָלגאַס האַנט אַ װאַרעמע און אַ גלעטנדיקע. ער האָט אין 
אַזאַ ‏ סכנותדיקער מינוט זיך געװאָלט אָפּגעבן חשבון הנפש, אָבער 
אַ גוטער געדאַנק אַזאַ האָט אים ניט געלאָזט. ער האָט זיך אָפּגעטאָן 
פון אַלע זיינע צרות און איז אַװעק אין אַ ווייסער ליכטיקער װעלט 
מיט אַ גרויסער פרייד, װאָס מען קאָן זי ניט אַרױסזאָגן. 

דער דאָקטאָר האָט אַ מאַך געטאָן איבער זיין פּנים, װי אַ כשוף- 
מאַכער און אַ מאָדנע כװאַליע האָט אים אַ כאַפּ געטאָן און אים אויפ- 
געהויבן אין דער לופטן. האָט ער זיך אַביסעלע דערשראָקן און זיך 
אָנגעכאַפּט אָן אָלגאַן, זיינען זיי שוין ביידע געפלויגן אין דער לופטן. 
אָבער אַ מאָדנע מיידל, די אָלגאַ. זי פרעגט אים צי קאָן ער ציילן 
איינס, צוויי, דריי---- װאָס איז ער דען, אַ פּיצעלע קינד, צי װאָס!... 

שימעלע ציילט איינס, צוויי, דריי. שימעלע איז קיינמאָל ניט געווען 
קיין אָפּערײטאָרל אין אַן אָפּן שאַפּ. שימעלע איז אַ גרויסע פּערזענ- 
לעכקייט און יונגע מיידלעך אין וייסן זיינען גרייט צו זיין דינסט. 


}})81 


ער דאַרף זיך אָבער דערמאָנען, װאָס פאַר אַ צאָל קומט נאָך 14. שאַ, 
שטיי נאָר, װאָק פאַר אַ ציפער קומט טאַקע נאָך 114... 

דער גרויסער ספּעציאַליסט, דער דאָקטאָר, האָט געשניטן מיט 
גרויס כוונה שימעלעס אינגעוויידן און ער האָט מייסטעריש אויס- 
געראָטן דאָרט די צרה, װאָס האָט דעם אָפּערײטאָרל געמאַכט שטעכן 
אין די זייטן אַזױ פיל יאָרן און שימעלע, אַ פאַרטאַיעטער אונטערן 
מעסער, האָט טאַקע בשום אופן זיך ניט געקענט דערמאָנען, װאָס 
פאָרט פאַר אַ צאָל קומט נאָך 14.., 


נתט אַרט דאָס גיט 


ביי נתנען אין שאַפּ איז געװאָרן סלעק. אַלע יאָר אַזױ. אין די 
האַרבטט-חדשים לאָזט זיך אויס די אַרבעט אין די דרעס-שעפּער, 
קומען אויף די פרייע טעג אַזױ פּלוצלונג, פּונקט וי מען װאָלט איבער- 
נאַכט אָפּגעראַמט אַ באַרג פאַר אַ הויז, װאָס האָט שטענדיק פאַר- 
שטעלט די שיין פון טאָג און גאַנצפרי איז שוין ליכטיק און זוניק 
אין אַלע צימערן. 

ס'איז אַ גאָלדענער האַרבסט אין בראָנזװיל און די טעג ציטערן 
מיט קאַלטע ליכטיקע פרימאָרגנס און גליען מיט זון אין די הייסע 
העלע בײטאָגן. אויף אייניקע גאַסן װאַקסן אויך ביימער פאַר די הייזער, 
ווערן די בלעטלעך רויט און זונען וויגן זיך אויף די צווייגן, און ליכ- 
טיקע העזלעך שפּרינגען אַרום אױף די שאָטנדיקע טראָטואַרן 
װאָס מיינט דאָס צו נתנען? ס'מיינט, אַז די זאָרג איז אַראָפּגעפאַלן 
פון זיינע פּלייצעס און אויב אַפילו ס'איז אים באַשערט צו לעבן נאָר 
איין טאָג, איז אויך כדאי. 

ער װעט איצט שפּאַנען צופוס איבער גאַנץ בראָנזוויל, גלייך קיין 
פלעטבוש. איװואַ וואוינט שוין איצט דאָרטן, נאָכדעם, ווען דער ברודער 
האָט געוואונען דעם פייט, איז זיי שוין ניט אָנגעשטאַנען פאַרבלייבן 
אין בראָנזװיל,. אין פלעטבוש ואוינען אַלע רייכע מיט גערטנדלעך 
פאַר די קליינע צװיי-שטאָקיקע הייזער, און מיט ברייטע ליכטיקע 
גאַסן, און מיט פּריװאַטע גאַראַזשען פאַר אייגענע אױיטאָמאָבילן. 

מיידעלעך, אַז זיי גייען אין סקול אין ריינע קליידעלעך מיט ביכ- 
לעך אונטער די אַרעמס, קומט זיי די זון אַנטקעגן און לייגט זיך אויף 
די האָר פון זייערע אונטערגעשוירענע קעפּעלעך און גייט אויך מיט 


}91 


אין סקול אַרין. זיי שפּאַנען די מיידעלעך אין די טױיזנטער איבער 
אַלע גאַסן זייער װאַזשנע און שטאָלץ, גלייך זיי טוען די גרעסטע 
טובה טאַטע און מאַמע און גאַנץ בראָנזװיל. און דערפאַר ווילן זי 
זיך ניט אָפּשטעלן און ריידן צו נתנען, ווען ער װויל מיט זיי פאַר- 
פירן אַ געשפּרעך. נאָר איין און איינציק רויט מיידעלע מיט קאַסאָקע 
אייגעלעך האָט זיך יאָ אָפּגעשטעלט און געלאָזט װויסן נתנען זייער 
שטאָלץ, אַז זי לערנט שוין אין גרייד 2-איי, און אַז זי האָט קיין 
צייט ניט צו ריידן מיט אים, ווייל ס'איז שוין באַלד ניין דער זייגער, 

די יינגלעך טוט מען אויך אָן ריינע הויזן און רעקלעך, אָבער וי 
נאָר זיי זיינען אויף דער צווייטער זייט טיר, אַזױ ווערן זייערע קליידער 
באַלד פאַרפּלעקט און פאַרשטויבט, און די מאַמעס זיינען פאַרצווייפלט 
און זיי קענען עס גאָרניט פאַרשטיין --- עפּעס וי עמיצער װאָלט זי 
אומיסטנע אויסגעשמירט.., 

דעם גאַנצן וועג צו דער סקול, שפּרינגט דער באָל פאָראויס און 
זיי לויפן אים נאָך מיט ערנסטע פּנימער און זיי באַמערקן גאָרניט 
די מאַשינען, װאָס לויפן איבער די גאַסן און בלאָזן די האָרנס זי 
איבערצושרעקן. זיי באַמערקן אַפילו ניט וי זיי גייען איבער פון 
ראָג צו ראָג אונטערפּאַטשנדיק דעם באָל, װאָס טאַנצט אַ פריילעכער 
אויף די שטיינער. קומט אויס, וי זיי װאָלטן גאָר ניט געגאַנגען אין 
/סקול, ווען ניט דער באָל, װאָס שפּרינגט פאָראויס, פירט זיי און 
פאַרנאַרט זיי צו די שטיינערדיקע טרעפּ מיט דער ברייטער טיר, 
פון דער אַמעריקאַנער פּאָבליק סקול, 

עטלעכע מינוט נאָך ניין ווערן פאַרשוואונדן אַלע קינדער פון די 
שטיבער, פון די גאַסן און מען קאָן נאָר זען אַ פּאָר פאַרשפּעטיקטע, 
װאָס לויפן פאַרצווייפלטע אָן אַן אָטעם. זיי װעט שוין דער לערער 
באַשטראָפן און דער טאָג װועט שוין זיין אַ פינצטערער פאַר זיי. 

בײיטאָג וערט בראָנזוויל אַ ווייבערשע שטאָט און מיט אַן אייגע- 
נער מלוכה. די מענער, װאָס פאַרבלייבן אין שטאָט, מוון זיך שוין 
אויסבאַהאַלטן אין די הייזער. מענער, װאָס מעגן יאָ אַרײנקומען גע- 
זעצלעך אין זייערע טעריטאָריעס אין אַזױנע שעהן, זיינען די מילך- 
לייט, װאָס גייען אַרום איינמאָנען געלט פאַר די פלעשער מילך, װאָס 
זיי לאָזן איבער אין טונקעלע פאַרטאָגן לעבן יעדער טיר. אייז-לייט, 
װאָס פאָרן-אום אין זייערע וװעגענער מיטן פראָסטיקן קרישטאָל 
און שרייען: ,אייז, ווייבער, אייז". סיילסלייט מיט כיטרע אייגעלעך, 


}1 


װאָס האָבן זיך פאַרלייגט אויף בראָנזװיל און װילן רק מזכה זיין 
יעדע הויז מיט װיקטראָלאַס, ראַדיאָס און בעזעמער, װאָס קערן די 
שטוב אויף עלעקטריק; יידן מיט גרויסע בערד, משולחים אַזױנע, 
װאָס מאָנען איין געלט פאַר ישיבות אין ארץ ישראל און פאַר די 
יתומים-הייזער אין בראָנזװויל. אַזױנע מעגן זיך באַװייזן פראַנק און 
פריי און סוועט קיינעם ניט ואונדערן. אַזאַ בחור אָבער וי נתן 
אַ געזונטער, אַ הויכער יונג, װאָס פּלוצלונג דרייט ער זיך אַרום 
פוסט-און-פּאַסט, ווען אַלע יונגע לייט זיינען גאָר אַװעק אין ניו-יאָרק 
צו דער אַרבעט; מסתמא אַ פויליאַק, אַ גאָרנישט מיט אַ ניט. 

נתנען אַרט דאָס ניט, זאָל מען וועגן אים טראַכטן װאָס מ'וויל און 
ער װעט זיך דאָ גיין מיט אַ ליכטיקיצעשטראַלט האַרץ אַנטקעגן דעם 
זוניקן האַרבסט-טאָג, 


גזן װעט ברענען וי אַ ליכט 


נתן װעט ברענען װי אַ ליכט. יעדע מינוט װעט ער פאָרצערן אַ 
שטיק לעבן און אַז סוועלן שוין אַלע יאָרן זיך אויסברענען, װעט 
אַ פלאַם זיך אָנצינדן פון די אַשעס און זיי װעלן לייכטן און שיינען 
ווייל קיינמאָל װעט ער ניט װעלן פאַרלאָשן ווערן און ניט וויכטיק 
זיינען זיינע אייגענע צרות, וויכטיק איז די גאַנצע וועלט אַרום, 

אַזױ האָט ער געטראַכט, נאָכדעם ווען ער איז אָנגעקומען אין פלעט- 
בוש שפּעט אין טאָג און מען האָט אים געלאָזט ויסן, אַז איװאַ איז 
ניטאָ און מאָרגן װעט זי אויך ניט זיין. זי װועט זיך אפשר זאמען אין 
די קעטסקיל-בערג אַ פּאָר מאָנאַטן. די בשורה האָט אים אָנגעזאָגט 
דער בלאַסער שימעלע אין האַרטן קאַפּעליוש, װאָס איז געזעסן אויפן 
גאַניק און זיך געהוידעט אין דער וויג-שטול. 

אין אַן אויסגעואַשענער מאַשין איז סעם אָנגעקומען אינדערפרי, 
און אַ טייערן דימענט-רינג האָט ער אויך באַזאָרגט. אין זשילעט-קע- 
שענע איז דאָס געלעגן אין אַ גרין פּליושן קעסטעלע מיט אַן איינגע- 
האַלטענעם אָטעם, וי אַ גנבל, 

אָ, סעם איז אַ חכם און פאַרשטייט די װועלט מיט די מענטשף עס 
פאַרדריסט אים אַפילו, װאָס מען וויל אים ניט, --- אים, דעם אינ- 
טעליגענטן, איידעלן מענטשן. אָבער ס'איז אפשר דערפאַר, װאָס איוואַ 
איז אַביסל נאַריש און פאַרשטייט ניט וי אָפּצושאַצן זיינע מעלות, 


111}ן 


דאָס װאָס זי האָט זיך פאַרמישט מיט נתנען איז דאָס גלאַט אַזױ אַ קאַפּריז, 
וי ביי יעדער יונגער מיידל. אויף די בערג דאָרט אין קאָנטרי וט 
שיינען אַ גרינע ליכטיקע לבנה (זי איז זייער אַ קלוגע שדכנטע, די 
לבנה, ניט איין שידוך שוין אויסגעפירט), די נאַכט װעט זיין אַ קאַלטע 
און אַ שמעקנדיקע, װעט קומען צו איר ער, סעם, דער שטאַרקער 
מאַן, מיטן דימענט-רינג --- און ס'וועט שוין נישט זיין קיין אָפּהאַלט. . . 

אין דער גלאַנצנדיקער מאַשין האָט זיך איואַ געזעצט לעבן אירע 
פּעקלעך און האָט זיך געװאָלט איינריידן, אַז אין דער לעצטער מינוט, 
ווען מען װעט שוין האַלטן ביים רירן, װעט פון אָט יענעם ראָג זיך 
באַװײיזן איר ליכטיקער נתן מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט און 
וועט זאָגן; 

--- ;מען דאַרף ניט", 

דענסטמאָל וועט זי וערן זייער שטאַרק ביי זיך, זי וועט אַראָפּ- 
קריכן פון דער מאַשין און גאָרניט חרטה האָבן... 

נתן האָט זיך אָבער ניט באַװיזן פון אָט-יענעם ראָג און די מאַ- 
שינעריע האָט אָנגעהויבן צו הודזשען. סעמעלע אין ברוינע לע- 
דערנע הענטשקעס מיטן ציגאַר אין מויל, האָט אַ טרעט געטאָן אויפן 
פּעדאָל און אַלע גאַסן האָבן זיך אָנגעהויבן צו יאָגן --- ביז זיי זיינען 
אַרױף אויף דעם ברייטן ליכטיקן פּאַרק, װאָס מיט די שיינע הייזער 
ביי די זייטן, 

דאָרטן האָבן זיך געיאָגט אַ סך מאַשינען מיט אַמעריקאַנער לייטע, 
איוואַ געהערט אויך צו זיי און מסתמא וועט זי אויך ואוינען אין 
איינעם פון אָט די שיינע פּאַלאַצן. אַ סך מיידלעך קוקן אַרױס אױף 
דעם: און גאַנץ בראַנזװיל און פלעטבוש װאָלט געלאַכט פון איר דאָס 
גרעסטע געלעכטער, ווען זי זאָגט זיך אָפּ פון אַזאַ גליק. אָבער נתן 
איז וי אַן אייגענער און איר האַרץ גייט אויס נאָך אים. זי קאָן אַפילו 
ניט פאַרשטײן, װאָס אַזױנס האָט ער אין זיך, װאָס קומט אויס וי 
אַ געזאַנג, 

נתנס יסורים זיינען אָן אַ גרענעץ. אָבער אַז ער ווייסט אַ שפּרוך 
אַזאַ צו יעדער זאַך --- איז אים איצט אויך אָנגעקומען דער שיינער 
געדאַנק, אַז װי אַ ליכט װעט ער ברענען. יעדע מינוט װעט ער פאַר- 
צערן אַ שטיק לעבן און אַז אַלע יאָרן זיינע װעלן זיך שוין אויס- 
ברענען, װעט אַ פלאַם זיך אָנצינדן פון די אַשעס, װועלן זיי לייכטן 
און שיינען און קיינמאָל ניט פאַרלאָשן ווערן. ווייל ניט וויכטיק 


}}1 


זיינען זיינע אייגענע צרות, וויכטיק איז די גאַנצע וועלט אַרום. וויכ- 
טיק איז גאָר שימעלע, װאָס זיצט אַ בלאַסער און ס'איז אים קאַלט 
אין אַזאַ וואַרעמען טאָג; וויכטיק איז גאָר די יידענע, װאָס װאַשט די 
פּאָדלאָגעק אין אַלע רייכע הייזער און זי שלעפּט זיך איצט איבער 
דער גאָס אַ מידע, אַ פאַרשװויצטע, מיט אַ נאַסן ,מאַפּ"; וויכטיק איז 
גאָר דער טומל פון דער גאַנצער שטאָט, װאָס שרייט צום הימל מיט 
אַזױ פיל ליידנשאַפט און באַגער און וייסט ניט פון קיין רו דעם 
גאַנצן מעת-לעת, 


נתן גייט דאַװענען 


נתן איז געגאַנגען אין שול אַריין דאַװענען. אַ בענקענדיקער טאָג 
איז דאָס געווען פאַר אים און ער האָט זיך ניט וואו אַהינצוטאָן, און 
ער איז אַװעק אַהין פון נייגעריקייט-וועגן, אַ קוק-טאָן, וי אַזױ ס'קוקט 
אויס אַ בראַנזווילער שול. ס'איז געשטאַנען אויבן איבערן גאַניק 
אָנגעשריבן מיט גאָלדענע אותיות: בית הכנסת הגדול, שערי צדק 
ד'בראָנזװיל. די גרויסע שול, די טויערן פון גערעכטיקייט פון בראָנז" 
וויל. האָט ער זיך געלאָזט איבער די גרויסע וייסע טרעפּ צו די 
טויערן פון גערעכטיקייט און ברייט אויפגעעפנט די טיר. איז קיינער 
דאָרט ניט געווען, און רויטע שורות בענק זיינען געשטאַנען און גֹעַ- 
דרימלט, און אַן אַלטער ייד איז געשלאָפן איבער אַן אָפענער גמרא, 

דער פּרוכת איז געווען פון גין-גאָלד אויף רויטן פּליוש און צוויי 
נאַקעטע הענט אויף צום דוכענען האָבן געהויערט איבערן אָרוןדקודש 
און געשראָקן די ליידיקייט. אויף אַ שטענדער איז געלעגן אַ פאַרלאָזן 
סידורל און נתן האָט דאָס אויפגעעפנט, פרום פאַרמאַכט די אויגן און 
זיך אָנגעהויבן צו שאָקלען. ער האָט ניט געדאַװנט דאָס, װאָס 
ס'שטייט אינווייניק, נאָר געזאָגט זיינע אייגענע ווערטער: 

,אוי, און אויף בעלמאָנט עוועניו שטייען פּעדלערס מיט פרוכט, 
מיט הערינג, מיט שפּילקעס און לשנה טובה-קאַרטלעך און שרייען; 
,קומט ווייבער אַהער". 

;אויף לבנון עוועניו לויפט דער עלעװײיטאָר און דונערט איבער 
בראַנזװויל. איך בין אין אַ שיף געפאָרן צו מיין שװעסטער פריידע 
איבער דעם גרויסן אָקעאַן און מיין שוועסטער אַרבעט גאָר ביי אוג- 
טער-קליידלעך. און די פיס אירע זיינען געשװאָלן. זי װאָלט גאָר 


| 31 


געדאַרפט פאָרן אין די קעטסקיל-בערג, זיצן אין אַ הוידע-שטול, 
זיך וויגן און אָפּרוען אירע פיס. 

;הא, גאָטעניו, די פּעדלערס פון בראָנזװויל האָבן אויפגעבויט די 
טויערן פון גערעכטיקייט און די טויערן פּוסטעװען גאָר. קיינער וויל 
ניט קומען אַהער און מאָנען די גערעכטיקייט. מיין חבר שלמה וואוינט 
אין שיקאַגאָ און ער האָט מיר געשריבן אַ בריוו, אַז די װעלט ווייסט 
ניט פון קיין דחמנות, אַז אַפילו טאַטע, מאַמע, ברידער און שוועסטער 
קאָנען גאָרניט העלפן, און אויב מען האָט אין זיך אַ טראָפּן בענק" 
שאַפט, זאָל מען דאָס באַהאַלטן אויף שבת, ווען מען אַרבעט ניט. אַז 
ס'קומט שבת, דאַרף מען נעמען אַ װאַרעמע באָד, זיך אָפּראַזירן ס'פּנים, 
אָנטאָן דעם בלויען קאָסטיום מיט'ן וייסן אויבערהעמד און אַרומ- 
בינדן דעם האַלדז מיט אַ קאָלירטן שניפּס. אַז מען איז שוין פאַרטיק, 
יום-טובדיק, קאָן מען זיך ערשט דענסטמאָל אויסציען אויפן בעט 
און אָנהױבן צו בענקען. 

;הא, גאָטעניו, די באַלעבאָסטע וועקט מיך אַלע פרימאָרגן פּונקט 
זעקס אַזײיגער און הייסט מיר גיין זוכן אַ דזשאַב, ווייל אַז איך װועל 
ניט האָבן קיין דזשאַב, האָט זי מורא, װועל איך איר ניט באַצאָלן 
קיין דירה"געלט. הא, גאָטעניו, ביז אַהער פלעגט מיר די באַלעבאָסטע 
געבן צוויי לויזע אייער צום פרישטיק און שוין אַ פּאָר טעג, אַן זי 
האָט מיר אויפגעהערט צו געבן אייער, נאָר ברויט מיט קאַװע און 
ווייטער גאָרניט, ווייל זי האָט מורא, אַז איך װעל טאַקע ניט געפינען 
קיין דזשאַב און װעל ניט האָבן צו באַצאָלן. און איבער דער וועלט 
גייט אום אַ גרויסער טרויער. און װאָס:זשע וװעט זיין אַז איבער 
ניודיאָרק גייען אום פעלקער פון דער גאַנצער וועלט, גײיען אום 
מיט טאָרבעס פול מיט שטיינער... און וואו-זשע איז די פרייךן 
די לויטערע גאָלדענע פרייד, װאָס זאָל מאַכן אויפשיינען די פּנימער 
און די אויגן זאָלן זיך אָנצינדן, און הא, גאָטעניו, וואו-זשע איז דער 
גרויסער געדאַנק, װאָס זאָל אָנצינדן די מענטשלעכע הערצער, אַז 
מען זאָל זיך אַלע אויפהויבן מיט די וייבער און קינדער, פאַרלאָזן 
היימען און שטעט צוליב דעם גרויסן געדאַנק?... און הא, גאָטענין, 
ווי-זשע איז דער דין, אַז ס'איז גאָר אינגאַנצן ניטאָ קיין גאָט און די 
מענטשלעכע נאַרישקײיט בויט נאָך אַלץ שולן, טעמפּלען און קלויס- 
טערס, חזנים גאָרגלען זיך און רבנים גייען אום מיט לאַנגע קאַפּאָטעס, 
ווייל די פּעדלערס קומען אפשר אַמאָל פרייטיק-צו-נאַכט און זינגען; 


})})41 


,לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו.* (קומט, לאָמיר זינגען צו אונדזער 
גאָט, צום פעלז פון אונזער הילף) 

,,.. דער שמש איז אָנגעקומען אין אַ האַרטן קאַפּעליוש און האָט 
געזען,. װי אַ פרעמדער יונגערמאַן זיצט איבער אַן אָפענעם סידור, 
דאַיונט אַזױ פרום און שאָקלט זיך, האָט ער זיך אַנידערגעזעצט 
פון דער ווייטנס און אױיסגעװאַרט. אַז יענער איז מיד געװאָרן, גע- 
פאַלן אויפן פטענדער מיטן קאָפּ אַראָפּ, איז ער צו צו אים, אַ צי- 
געטאָן ביים אַרבל און אַ מאַך-געטאָן אַזױ לייטיש: 

--- יונגערמאַן, אויב איר דאַרפט זאָגן קדיש נאָך עמיצן, װעט דאָס 
אייך קאָסטן בלויז דריי דאָלער און איך װועל שוין פיקסן אַ גוטן 
מנין פאַר אייך, 

דער יונגערמאַן האָט געקוקט אויף אים מיט פרעמדע אױגן און 
געשוויגן, 

--- הייסט דאָס, קיין קדיש נאָך עמיצן דאַרפט איר ניט זאָגן 
איז אויב איר וילט דאַװענען אין דער שול, קענט איר דאַװענען 
פריי, אָן געלט, אָבער עס װאָלט געווען רעכט, איר זאָלט זיך פאַרשרייבן 
צו דער חברה, װועט איר האָבן קרקע און מען װעט אייך געבן אַ 
לייטישן פּלאַץ אויפן בית-עולם, 


איך האָב געקליבן פּערל 


זונטיק פאַרטאָג ווייסן ניט די גאַסן פון איבערגעשראָקענע סטאַ- 
דעס מענטשן, װאָס לויפן צום בריק איף לבנון סטריט. זונטיק 
אינדערפרי איז שבת אין די װאַגאָנען. זיי זיינען ריין אויסגעקערט 
און די געלע שטרויענע זיץ-פּלעצער שיינען מיט זון. א דריי, פיר 
מענטשן בלויז אין יעדן װאַגאָן און זיי ליגן צעלייגט, זוי ביים טאַטן 
אין װיינגאָרטן, 

זונטיק פאַרטאָג קריכט אַריין דאָס קליינװאַרג צו טאַטע און מאַמע 
אין די בעטן און טאַנצן אויף די ספּרוזשינע-מאַטראַצן און די ווייסע 
העמדעלעך מיט די נאַקעטע טעכעסלעך. ליגן מאַן און וייב קאָפּ 
לעבן קאָפּ, פוילן זיך און קוועלן אָן פון זייערע קלוגע קינדערלעך, 
קוקן זיך איבער שמייכלענדיקע און סודותדיקע מיט געטרייע אויגן 
װאָס ווייסן עפּעס... 


})51 


די שכנטע איז אַ קליינע יידענע, אַ קיילעכדיקע, אַ פולע, מיט 
לאַכנדיקע שװאַרצע אויגן, יעטאַ הייסט זי. זי דערצילט אַז זי. 
פירט אויס שידוכים נאָר צוישן לאָיערס און דאָקטױירים, נאָר װאָס- 
זשע דען, אַזױ װוי זי ווייסט, אַז פריידע איז אַן ערלעך קינד, װעט 
זי איר געבן אַ חתן, אַ העלדישן מאַן אַ שטילער אַזאַ, שפּילט ניט 
אין קאָרטן, טרינקט ניט, און דער עיקר אַ גרויסער פאַרדינער. 
פריידע האָט דערפאַר אַריינגענומען אייזקרים און אַ פלעשל סאָדאַ- 
װאַסער און מכבד געװוען די װאַזשנע שדכנטע, װאָס פירט:אויס 
אַזױנע געהויבענע שידוכים, 
דער האַרבסט איז גאָר נאָך שענער פון דעם זומער און ער קומט 
אַלע טאָג אַ ריינער, אַן אויסגעװואַשענער. זיצט פריידע לעבן אָפענעם 
פענצטער, װוי אין אַ ראַם פון ליכטיקייט און זינגט אַ לידל: 
איך האָב געקליבן פּערל, 
איך האָב אַ פּערעלע פאַרלוירן, 
איך האָב געהאַט אַ טייערן דימענט, 
און איך האָב אים אָנגעוואוירן. 
אַז זי זינגט טרויעריקע לידער, איז אַ סימן, אַז זי איז פריילעך 
און די זון שטעקט אַרין אַ האַנט דורכן פענצטער, גלעט איר 
דאָס פּנים, דער שיינער בלה. 
שיינע כלה, ליבע בלה, 
הער מיך, הער. 
די שיינע כלה האָט אָפּגעשפּאָרט גאַנצע טיזנט דאָלער און אויב 
מען גלויבט איר ניט, קאָן זי אַפילו ווייזן איר באַנק-ביכל --- דער 
בעסטער עדות. און דער זונטיק גייט אויף אין בראָנזװיל אַזאַ זוניקער 
און גאַנצע משפּחות לאָזן זיך מיט לייטישע טריט צו דער באַן, װאָס 
װעט זיי פירן אין בראָנקס צו זייערע קרובים. בראָנקסער פאָרן קיין 
בראָנזוויל און בראָנזװילער אין די בראָנקס, די מענער רויכערן גראָ- 
בע ציגאַרן לכבוד זונטיק און די ווייבער טוען אָן זייערע דימענטענע 
רינגען, עכטע און פאַלשע. 
אין די הייזער, וואו מען דערװאַרט די געסט, קאָכט מען דענסט- 
מאָל רייכע מיטיקס און מען גרייט די טישן מיט גרייפּ-פרוכט, ניס- 
לעך, עפּל, מאַראַנצן און באַנאַנעס. דאָס קלײינװאַרג נעמט מען אויך 
מיט, אַז מען גייט צו גאַסט, און אין דער היים עסט מען נאָר אַ 
לייכטן פרישטיק, כדי אױסצואַרבעטן אַ גוטן אַפּעטיט, וויל 


} 1 


זיי ווייסן שוין, אַז ‏ מען װעט צום טיש דערלאַנגען מכל- 
טוב. מען װעט דערלאַנגען: לעבער פאַר פֿאָרשפּיין און אַ 
זופּ פון קרעפּלעך, געפילט מיט לוננג-און-לעבערלעך, אַ גע- 
פּרעגלטן עוף מיט שטיקלעך רינדפלייש ביי דער זייט: געקאָכטע 
פלוימען, פרוכט, ניסלעך, טיי מיט לעקאַך: דערנאַכדעם וועט זיך 
צעשפּילן די װיקטראָלאַ און ס'וועלן זיך צעזינגען יאָסעלע ראָזענ- 
בלאַט מיט זיין ,השכיבנו", אָדער /ומפּני חטאינו'; לודוויג זאַץ 
מיט זיין ,איך וויל ניט גיין אין חדר" און מאַלי פּיקאָן מיט ;װאָס 
זאָל איך טאָן אַז איך האָב אים ליב", 
נתן מיט דער שװועסטער ועלן היינט אויך פאָרן צוגאַסט אין די 
בראַנקס. דאָרטן האָבן זיי אַ מומען, חיה הייסט זי; דאָרטן װועלן זי 
אויך טרעפן דעם חתן מיט דער שכנטע, 
שפּאַנט איצט אום פריידע איבער איר צימער מיט גרויסע האָפע- 
נונגען און די זון גייט איר נאָך פוס-טריט, זי איז היינט אַ לופטיקע, 
אַ גרינגע. אירע פּלייצעס האָבן זיך גאָר אויסגעגלייכט און זי איז 
גאָר אַ שלאַנקע מיט שיינע, שטאָלצע פיס. דערווייל אָבער, ביז ס'וועט 
אָנקומען די אמתע פרייד, װעט זי זינגען דאָס טרויעריקע לידל: 
איך האָב געקליבן פּערל, 
איך האָב אַ פּערעלע פאַרלוירן... 


די מווצדע חיה 


די מומע חיה איז אַמאָל געווען אַ באַרימטע שיינהייט. האָבן די 
שווערע יאָרן אין אַמעריקע איר בלויז געשאַנעװעט די בלויע אויגן 
דאָס גאַנצע פּנים איז שוין געווען געקנייטשט, אָבער די אויגן אירע 
זיינען פאַרבליבן דורכזיכטיק און קלאָר און געגלעט מיט גוטסקייט 
יעדן נאָענטן. 

זי האָט געוואוינט אין דריי צימערן אויפן פערטן שטאָק. זיינען 
די צימערן געווען שטענדיק פאַרפּוצטע, קילע און שטיל וי אין אַ שול, 
די מומע חיה איז אומגעגאַנגען אין הויז מיט ווייכע פּאַנטאָפּל, האָט 
קיינער ניט געהערט אירע טריט. מען האָט נאָר געפילט, אַז זי דאַרף 
זיין, ווייל אירע רייד זיינען אויך געווען שטילע. זי האָט געוואוינט 
איינע אַלײן אין דריי צימערן, אַחוץ דעם װאָס איר זון, דער לאָיער, 
איז געקומען אַלע פאַרנאַכט עסן וועטשערע. 


} 7 { 


אויב עמיצער פון דער משפּחה האָט זיך געדאַרפט אויסויינען, 
איז מען געפאָרן צו דער מומע חיהן אין די בראָנקס --- און וויינען 
האָט מען געמוזט דאָרטן שטיל. פריידע פלעגט אויך פאָרן אַזש פון 
בראָנזװיל זיך אויסוויינען פאַר דער מומע חיה אויף אירע צרות, 
און כאָטש די מומע חיה האָט כמעט ניט גערעדט, אַפילו ניט גע- 
טרייסט מיט קיין ווערטער, איז פריידע דאָך געפאָרן אַהיים אַ דער" 
לייזטע. 

די מומע חיה איז זייער מאַמעס אַ שוועסטער און אין די מיידלשע 
יאָרן האָט זי זייַער מקנא געווען די וייבער, װאָס זיינען געשטאַנען 
מיט פאַרדעקטע פּנימער און געבענטשט ליכט, אין אירע חלומות 
האָט זי זיך אָפט געזען, וי זי שטייט אַזױ אַ הויכע, אַ שלאַנקע, פאַר 
צוויי ליכט, אין אַ ווייסן קאָפּטיכל איבער איר פּנים,. קיינער איז ניטאָ 
אין דער שטוב און זי בענטשט פרום יעדעס ליכט מיט בענקשאַפט 
אין האַרצן. 

אין אַמעריקע איז איר דער מאַן געשטאָרבן און דער זון האָט גע- 
האַט אַזאַ קלוגן קאָפּ, האָט ער זיך פאַרלייגט צו וװערן אַ לאָיער. 
פלעגט ער זייער זעלטן גיין ערגעץ פאַרברענגען, רק איבערגעליגן אין 
זיין צימער און געחזרט אין די גראָבע ביכער. אַ לאֵָיער איז ער טאַקע 
געװאָרן, אָבער ער האָט שוין קיינמאָל ניט געוואוסט, װאָס הייסט 
פאַרברענגען און ס'איז אים ניט אָנגעגאַנגען אויך. אַ שווייגנדיקער, 
אַ מידער, קומט ער אַלע טאָג צו דער מאַמען פון זיין אָפיס, גיט גענוג 
געלט און רעדט צו איר ניט אויס קיין װאָרט. קאָכט זי פאַר אים גע- 
שמאַקע וועטשערעס און זי טראָגט אַ גרויסן ווייטיק, די מומע חיה, 
װאָס איר איינציקער זון האָט גאָר ניט קיין פרייד אין זיין לעבן... 

קיין שום פרייטיק האָט זי נאָך ניט פאַרפעלט, אין צווייטן צימער, 
וואו דאָרטן שטייען ווייכע שטולן מיט איבערגעצויגענע טשעכאָלן 
און אַ פּאַלירטער טיש מיט אַ גרויס גלאָז איבערגעדעקט, שטייט 
זי אַלע פרייטיק פאַר דריי ליכט: איינס פאָרן געשטאָרבענעם מאַן 
איינס פאַר איר זון, דעם לאָיער, און דאָס דריטע פאַר זיך, 


}81 


דער חתן 


דער חתן האָט אַ טבע צו פּינטלען מיט די אויגן און ער מיינט 
גאָרניט קיין שלעכטס מיט דעם חס וחלילה. שלאבעריקע אויגג- 
דעקלעך --- פּינטלען זיי. אַדאָלף הייסט ער. שוין 15 יאָר אין אַמע- 
ריקע און אַרבעט ביי סװועטערס. ער װאָלט שוין איצט אפשר געווען 
דער באַלעבאָס פון אַ קענדי סטאָר, ווען ניט דער מאָגן. דריי טויזנט 
דאָלער שוין אָפּגעשפּאָרט, נעמט ער פּלוצלונג און װוערט קראַנק און 
קיין שום דאָקטאָר האָט אים ניט געקאָנט העלפן. ביז ער איז אָנגע- 
קומען צו אַ גרויסן פּראָפּעסאָר, אַ באַרימטער ספּעציאַליסט איף 
מאָגן-קראַנקהײטן,. הלואי װאָלט ער גלייך אין אֶנהוֹיב צו אים גע" 
גאַנגען, װאָלט ער אפשר ניט פאַרקרענקט זיינע דריי טויזנט דאָלער. 
בלויז איין 25-ער האָט יענער גענומען פאַר זיין וויזיט און אים גע- 
האָלפן. ער האָט אים אַפילו קיין רעצעפּטן ניט פאַרשריבן, נאָר אים 
אויסגעמאַכט אַ צעטל, װאָס ער מעג יאָ עסן און װאָס ער טאָר ניט 
און פון דענסטמאָל אָן איז אים געװאָרן בעסער און לייכטער. ער איז 
איצטער מיטן געזונט נאָך אויך ניט איי-איי, אָבער סאיז שוין 
צו דערליידן. נאָר װאָסיזשע דען: --- ווען ער זאָל נאָך קענען קויפן 
אַ קענדי סטאָר, װאָלט שוין געווען גאָר וואויל --- אַ באַלעבאָס פאַר 
זיך. ער װעט זיך אָנטאָן אַ ווייסן פאַרטוך, און זיין פּנים װעט זיין 
פאַרשמאיעט, אוֹן ער וועט לויפן אַהין און אַהער, װאַשן גלעזער, דער- 
לאַנגען אייזיקרים מיט סאָדא-װאַסער, און די קראָם װועט זיין שטענ- 
דיק געפּאַקט מיט קינדערלעך און דער רעדזשיסטער ועט האַלטן 
אין איין קלינגען. 

די מומע חיה דערלאַנגט כיבוד און די שדכנטע יעטע לאָזט זיך 
וואוילגיין. אַ באַזונדערע ליבע האָט זי צו די געלינקע ניסלעך מיט 
די שאַרפע שפּיצן. אויף גאָר אַ בריהשן אופן קנאַקט זי זיי און ניט 
וויכטיק גאָר זיינען אירע ציין, װי דער פּאַטש אין באַק, װאָס זי גיט 
זיך אַלעמאָל... 

דער חתן איז נאָך קיינמאָל אויף זיין לעבן ניט געגאַנגען צו-גאַסט 
און דערפאַר האָט ער זיך פאַרלוירן און פאַרגעסן אױסצוטאָן די 
שליאַפּע, ווען ער איז אַרײנגעגאַנגען אין הויז. ער האָט זיך ערשט 
געכאַפּט, ווען ער איז שוין געזעסן ביים טיש. אָבער דענסטמאָל האָט 
שוין ניט געפּאַסט אַראָפּצונעמען. איז ער געזעסן מיט דער שליאַפּע 


}1 71 


אויפן קאָפּ אין גרויסע אַנגסטן, געפּינטלט מיט די אויגן און זיך 
געשעמט... 

אהרון דער משורר איז, פאַרשטײיט זיך, געווען שענער. יענער האָט 
געהאַט אַ פּאָר העזהדיקע פייערדיקע אויגן און אַ געדיכטע טשופּרינע 
האָר. אָבער פּונקט וי איר שטעטעלע, אויף יענער זייט ים, און די 
ווייטע קינדהייט, איז שוין כמעט װי אַ לעגענדע ביי פריידען, אַזױ 
אויך אהרון דער משורר. דער יונגער מאַן פאַרלירט ביי איר ניט פון 
דעם, װאָס ער פּינטלט מיט די אויגן און שעמט זיך. פאַרקערט, זי 
האָט גאָר רחמנות אויף אים און פון דעם, װאָס זי האָט רחמנות קומט 
צו איר אָן אַ װאַרעמער געפיל אַזאַ, װוי צו אַ הילפלאָז קינד, װאָס 
מען דאַרף דאָס גלעטן, כדי אים צו מאַכן פילן בעסער, 

די רייד האָבן זיך ניט געקלעפּט ביים טיש און אַלע מאָל איז גע- 
װאָרן אַזױ אומבאַקװעם שטיל און אַפילו יעטאַ די שדכנטע, װאָס 
איז שוין ניט איין יאָר אין דער פּראָפּעסיע און האָט שוין געזען אַזױנע 
זאַכן, האָט ניט געקאָנט מאַכן, אַז דער געשפּרעך זאָל אָנגיין. קיינער 
האָט אָבער ניט געוואוסט, אַז אין דעם אַלעם איז שולדיק נאָר די 
שליאַפּע, װאָס דער חתן האָט פאַרגעסן זי אױיסצוטאָן בשעתן אַרײנ- 
גיין אין הויז. ווייל דווקא אַזױ איז ער יאָ געווען אַ באַרײידעװדיקער. 
נאָכדעם ווען זיי האָבן זיך געלאָזט שפּאַצירן ביידע צוזאַמען איבער 
די גאַסן, האָט ער איר דערציילט אַ סך זאַכן, ער האָט ליב צו לייענען 
ביכער מיט רייזע-באַשרײבונגען, -- האָט ער פריידען דערציילט 
זייער שיינע מעשהלעך פון די ווילדע מענטשן אין אַפריקע. ער האָט 
געהאַט טאַלאַנט צו דערציילן און האָט אויסגעמאָלן יעדע זאַך אַזױ 
פּינקטלעך, װי ער װאָלט געווען דערביי. האָט די כלה באַוואונדערט 
זיין גרויסע באַלערנטקייט און קלוגשאַפט, אים אָנגענומען געאָרעמט 
און זיך געטוליעט צו אים אַ נייגעריקע. 

נתן איז פאַרבליבן אין הויז און געװאַרט ביז די מומע חיה האָט 
זיך גענומען אָפּראמען פון טיש. ער האָט פון דער מאַמען ניט באַ- 
קומען קיין איין בריוו און ס'איז אים געווען זייער שווער אויפן האַרצן, 
האָט ער דערפאַר ניט געװאָלט אַװעקגײן פון הויז, ווייל װי באַלד די 
שדכנטע איז אַװעק און עס איז געװאָרן שטיל, איז מיט אים אויך 
געשען דאָס װאָס עס געשעט מיט אַלע קרובים ווען זיי קומען צו 
דער מומע חיהן אין הויז. די װוענט, די סטעליע, דאָס מעבל, אַפילו 
די צוויי פענצטער זיינען געווען אָנגעזאַפּט מיט אַזאַ שטילן געזאַנג, 


)})01 


װאָס ציט אַרױס יעדעס ביסעלע צער און ס'בלייבט איבער נאָר אַרײן- 
גיין אין צווייטן צימער, זיך אויסציען אויפן בעט, װעלן די אױגן 
פון זיך אַלײן זיך צושליסן און אַ לויטערע רואיקייט װעט פאַלן אויף 
אַלע אברים און מען װעט שוין גאָרניט װעלן, גאָרניט באַדאַרפן, 

די פאַרנאַכטיקע שעהן האָבן זיך אַרײנגעשלײכט אין צימער און 
נתנען האָט זיך אױיסגעדאַכט, אַז ער דרימלט טאַקע באמת. די מומע 
חיה איז געזעסן אַנטקעגן אים מיט אירע ליכטיקע בלויע אױיגן און 
ווייל די פינצטערניש האָט אָפּגעװישט יעדן קנייטש פון איר פּנים, 
איז אויסגעקומען וי אַ יונג מיידל װאָלט אַנטקעגן אים געזעסן אַ 
יונג מיידל, אָבער זייער אַ קלוגע. נתן האָט ניט געדרימלט. ער האָט 
געהערט יעדעס װאָרט אירס, אָבער סאיז אויסגעקומען, װי אֵין אַ 
חלום. נתן האָט זייער געװאָלט וויסן איינצעלהייטן פון זיין מאַמען 
אין אירע מיידלשע יאָרן, אַ מאַמע איז דאָך אויך אַמאָל געווען אַ 
קליין מיידעלע. איז זי געווען נאַריש צי קלוג ? האָט זי זיך אויפגע- 
פירט גוט, צי זי איז געװען אַ שטיפערקע. נתנס נייגעריקייט האָט 
ניט קיין גרעניץ. די מומע חיה אָבער געדענקט װינציק-װאָס, וייל 
ס'איז שוין אַזױ פיל יאָרן פאַרלאָפן, אָבער איין בילד געדענקט זי 
זייער קלאָר: זי איז אַלט געווען אַרום 12 יאָר, איז זי אַרומגעלאָפן 
אויף דער גאַס מיט די מיידלעך און זיך געשפּילט. די שװעסטער 
אירע, שרה, האָט זיך ניט געשפּילט מיט די מיידלעך אויף דער גאַס. 
זי איז געזעסן לעבן דער מאַמען ביז דער לעצטער מינוט... און 
תיכף, ווען ס'איז שוין געווען נאָך אַלעמען, איז זי געלאָפן אין בית 
המדרש אַריין מיט אַ געוויין רופן דעם טאַטן. זי, די מומע חיה, איז 
צו צו דער טיר און מורא געהאַט אַרײנגײן אינװייניק אין שטוב; איז 
זי געשטאַנען און געוויינט, 

דער טאַטע איז אָנגעלאָפן פון בית המדרש מיט אַ זייטל, פאַרגעסן 
אַפּילו אַראָפּצונעמען דעם טלית און די תפילין. איז ער געלאָפן און 
געשריען צו זיך אַלײן: ;אַן אָכטיק איז מיר, אַ וייטיק איז מיר," די 
שוועסטער שרה האָט ניט געקענט דעריאָגן דעם טאַטן איז זי גע- 
בלייבן העט-ווייט הינטערשטעליק, 

ביינאַכט האָט דער מאַמעס נשמה געברענט אין אַ טעפּעלע מיט 
בוימל און געשפּרונגען מיטן פייערל, װאָס אין קנויטל איבער דער 
נאַנצער פינצטערער שטוב. 


})})11 


דער טאַטע האָט געהאַט אַ געדיכטע שטים און ער האָט געװויינט 
נאָר מיט איין אויג, דאָס צווייטע איז געװוען טרוקן, באַגלײיך ס'איז 
גאָרניט געשען. ער איז געזעסן אויף דער ערד, געשאָקלט זיך און 
אויסגעזונגען די איוב-מעשה צו די קינדער. 

,;און איוב האָט געהאַט שאָף און רינדער, קנעכט און דינסטן, גערט- 
נער און פעלדער, פּאַלאַצן מיט גאָלד און בריליאַנטן, אַ ווייב אַן אשת 
חיל, און געראָטענע קינדער. איז ער געווען פריילעך און גליקלעך. 
און װאָס האָט אים געפעלט? קומט אינמאָל צולויפן דער קנעכט 
זיינער פון פעלד מיט אַ וייגעשריי: --- ,מיין האַר, דער דונער האָט 
דערשלאָגן אַלע דיינע שאָף און רינדער..." 

די שװועסטער שרה איז איינגעשלאָפן אינמיטן, אָבער זי, די מומע 
חיה, האָט ביז שפּעט אין דער נאַכט אויסגעהערט די מעשה פון איוב, 
װאָס דער טאַטע האָט אויסגעזונגען פאַר איר. 

אַז ער האָט געענדיקט, דער טאַטע, האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט אויפן 
קישן און געבליבן מיטאַמאָל שטיל, האָט זי שוין נישט געוואוסט, די 
מומע חיה, צי ער איז איינגעשלאָפן, צי ער איז נאָך װאַך. 

שפּעט אין דער נאַכט האָט זיך אַ ווינט אַרײינגעריסן אין דער אויס- 
געקלאַפּטער שויב און אוױיסגעלאָשן דער מאַמעס נשמה. איז די מומע 
חיה געלעגן מיט אָפענע אויגן און די פינצטערניש האָט אַרומגע- 
בלאָנדזשעט איבער דער שטוב. 

זי האָט נאָך דערציילט מעשיות פון זיין מאַמען, אָבער נתנען איז שוין 
ניט געווען אַזױ אינטערעסאַנט, ווייל ער האָט ווידער געטראַכט פון 
איװואַן און ער האָט געװאָלט פרעגן זיין מומען אַזאַ פראַגע: 

,מומע חיה", --- האָט ער געװאָלט זאָגן, --- ?אַז מען האָט שטאַרק 
ליב אַ מיידל און דאָס מיידל גייט אַװעק פון דיר, װאָס:זשע ווערט 
פון דעם וייטיק, װאָס בלייבט איבער? גייט ער אַמאָל אַװעק, און 
צי באַצאָלט דאָס לעבן מיט עפּעס גוטס פאַר די יסורים? --- און אפשר 
איז דאָס בלויז ניט קיין יסורים פון ליבע, נאָר בלויז פון אָנגערירטן 
שטאָלץ, און פון דעם, װאָס מען װוערט דורך דעם דערנידעריקט; און 
אויב עס איז טאַקע אָנגערירטער שטאָלץ, פאַרװאָס זאָל דער מענטש 
זיך ניט קאָנען דערהויבן איבער אַזאַ קליינלעכקייט ? און צי זיינען 
בכלל פאַראַן אַזױנע מענטשן אויף דער וועלט, װאָס קאָנען זיין אַזױ 
שטאַרק און זיך דערהויבן איבער אַלע קליינלעכקייטן, -- אויב-יאָ, 
פאַרװאָסיזשע איז ער ערגער פון זֵייף" | | 


1221 


די חחונה 


די חתונה האָט זיך טאַקע אָפּגעשפּילט ביי דער מומע חיהן. ווען נתן 
איז אָנגעקומען מיט דער שװועסטער, זיינען איבער דער גאַנצער לענג 
פון צימער געשטאַנען געדעקטע טישן מיט לעקאַך און מיט גדא- 
פינען רויטן וויין, 

דער חתן האָט ניט געהאַט קיין קרובים, איז ער אָנגעקומען מיט 
דער שדכנטע און מיט זיין באַלעבאָס: אַ הויכער ייד מיט פעטע וואך- 
געס, אַ געזונטער פּרעסער, װאָס רעדט מיט אַ גראָב קול, ער, דער 
באַלעבאָס, האָט געהאַלטן אַדאָלפן פאַר אַ שליממזל, און ליב געהאַט 
אָפּצושפּעטן פון אים. די לעצטע פּאָר טעג, ווען ער האָט זיך דער. 
וואוסט, אַז זיין באָרדער האָט באַלד חתונה, איז ער אים דערגאַנגען 
די יאָרן מיט זיינע חזירשע ויצן. זיין פֹּה-קדוש האָט זיך געקוויקט 
מיט דער געלעגנהייט און ער האָט דעם חתן איבערדערציילט אַזױ 
פיל אומפאַרשעמטע זאַכן, אַז די שפּיץ נאָז איז ביי אַדאָלפן אַזש גע- 
װאָרן רויט פון בזיון. דער פּרעסער האָט זיך געקליבן אַריינצופאַלן 
אויף דער חתונה מיט אַ טומל, ברייטלעך אַזױ, און זיך תיכף מאַכן 
היימיש, איז אים אָבער אָנגעקומען אַנטקעגן די מומע חיה אַזאָ שטילע 
און פרומע און אים באַגריסט מיט אַזאַ טייער קול, פּונקט וי זי װאָלט 
אויסגעזונגען -- האָט עס ביי דעם פּרעסער באַלד אָפּגענומען דאָס 
לשון און װוי גרויס ער איז, האָט ער זיך פאַרשעמט, און ניט געוואוסט 
וואוהין אַהינצוטאָן די הענט, 

ס'האָבן אָנגעהויבן אַרויפצוקומען די איבעריקע געסט. דער לענד- 
לאָרד מיט זיין ווייב זיינען געבליבן שטיין ביי דער טיר און געװאַרט 
אויף כבוד. אָבער די מומע חיה איז גראַדע געווען פאַרנומען אין 
קיך און די איבעריקע האָבן זי ניט געקענט. האָט דאָס דעם פּאָרל שטאַרק 
פאַרדראָסן און זיי האָבן זיך מטריח געווען און זיך אַלײן אָפּגעגעבן 
דעם כבוד, װאָס זיי פאַרדינען, און זיך געזעצט אויבן-אָן. דער לענד- 
לאָרד האָט זיך באַלד גענומען צום לעקאַך און צום ויין. דאָס ווייב 
זיינס האָט גאָרניט פאַרזוכט. זי איז געזעסן מיט פאַרלייגטע הענט 
און פאַרביקענע ליפּעלעך און אירע קליינע שלעכטע אייגעלעך האָבן 
גאָרגיט דורכגעלאָזט און זי האָט זיך גאָר מחיה געווען, װאָס חסרונות 
זיינען דאָ אַ סך: די כלה, אַ שטייגער, איז שוין אַן אַלטע מויד און 
איז אַוודאי העכער שלושים. דער חתן איז אַ דאַרער, אַ נאַרישער 


})1 


יאָלד און פּינטלט מיט די אויגן. דער פּרעסער איז אַ מיאוסער נפש 
מיט גראָבע ליפּן און געלע ציין. דער ברודער איז אַ גרינער אַרבעס 
און שווייגט װי אַ תם. די שדכנטע איז אַ כיטרינקע און גרויסע מאַכ- 
ליאַרקע. אַלע, אַלע האָבן געהאַט חסרונות און דעם לענדלאָרדס ווייב 
װאָלט זיך שוין געפרייט, קאָן זי אָבער אויף דער מומע חיהן ניט 
געפינען קיין שום חסרון. האָט זי געזוכט און גענישטערט ביז זי איז 
געקומען צום באַשלוס, אַז חיה איז איבערהויפּט אַ געפּאַטשקעטע יידענע 
און זי האָט איר פיינט תכלית השנאָה. 

ס'איז אויך אַרויפגעקומען אַן עלטערע פרוי אין די פערציקער. 
זי וואוינט שוין צענדליקער יאָרן אין דער הוז. אַלע קענען זי. אַלע 
לאַכן אָפּ פון איר, צוליב דעם, װאָס זי פאַרבט זיך אויף דער עלטער 
די ליפּעלעך און טראָגט קורצע קליידלעך. זי איז נאָך אַ מיידל, פאַר- 
מאָגט 5 טויזנט דאָלאר אין באַנק און האָט זיך איינגערעדט, אַז יעדער 
יונגער בחור, װאָס דערזעט זי נאָר, וויל איר באַלד פאַר אַ כלה. נאָר 
װאָס זשע-דען --- זי װויל נאָך ניט. האָט זי שוין די גאַנצע צייט פון 
נתנען ניט אַראָפּגענומען די אויגן, זיך געחנדלט און שפּעטער וען 
די װיקטאָראָלא האָט זיך צעשפּילט, האָט זי אים געפרעגט פאַרװאָס 
ער טאַנצט ניט --- און אויב ער וויל, װועט זי זיין זיין פּאָרל און װועט 
טאַנצן אַ װאַלס. נתן איז געגאַנגען טאַנצן מיט איר און מען האָט גע" 
שפּילט עפּעס אַ פאַרחלומטן װאַלס און יענע האָט געװאָלט וייזן, אַז 
זי פאַרמאָגט אַ סך פייער אין זיך, האָט זי צעאַרבעט מעשים. נתנען 
האָט געװאָרגן אין האַלדז פון אירע פּאַרפומען און ווייל ס'איז אים 
געווען אַזױ שווער, האָט ער אויף צו להכעיס זיך געדרייט מיט איר 
גיך-גיך און זי גאָרניט געװאָלט אָפּלאָזן, ביז דער מיידל האָט אָנגע- 
הויבן צו שווינדלען אין די אויגן און ס'איז איר געװאָרן ניט גוט אויף 
צוֹ חלשן, 

ס'זיינען אויך אַריינגעקומען צוויי יונגע מיידלעך. אַמעריקאַנער, 
לייכטע, גרינגע, נאַרישע ציגעלעך, אָבער שטאָלצע, װאָס זיי זיינען 
די אמתע אַמעריקאַנער און נאָר צוליב העפלעכקייט וועגן דאַרף מען 
זיין גוט צו די אַלע גרינע און שמייכלען צו זיי אַזױ פריינטלעך. אָבער 
איין גאָט ווייסט דעם אמת, אַז זיי זיינען אַלע אַזױ ;פאָני" און ווען 
מען קאָן נאָר, װאָלט מען זיך צעלאַכט אויף אַ קול און זיך געהאַלטן 
ביי די זייטן, 

צולעצט איז אָנגעקומען דעם לענדלאָרדס מיידל מיט קאַסאָקע אויגן, 


| 1241 


אַ ברוגזע. גערעכנט האָט זי, אַז זי װעט שוין בלייבן אונטן אין איר 
צימער; װאָס װעט זי אַהין קריכן? וועמען משטיינס געזאָגט, װעט זי 
דאָרטן זען? אָבער איר שלעכטסקייט קאָן געפינען אַ תיקון, נאָר דאָרטן, 
וואו מענטשן זיינען פאַראַנען. זי אַרבעט אין אַ באַנק שוין העכער 
צען יאָר און אירע הענט האָבן שוין איבערגעהאַלטן ביליאָנען דאָלאַרן, 
אָבער קיין איין מאָל פאַר דער גאַנצער צייט האָט זי ניט געמאַכט 
דעם מינדסטן טעות און דערפאַר איז זי אַזױ שטאָלץ. זי האָט אויך 
פאַר דער צייט קיינמאָל ניט פאַרשפּעטיקט. זייער פּינקטלעך איז 
זי און אַקוראַט. דערפאַר קריגט זי געצאָלט מערער פון אַלע מיידלעך, 
ווען זי איז נאָך געווען אַ קינד האָט מען זי געלערנט שפּילן אויף דער 
פּיאַנאָ, אָבער זי האָט ניט געװאָלט. --- שטייט פון דענסטמאָל די שװואַרצע 
פּיאַנאָ און שווייגט, אַחוץ אַמאָל, ווען די קאַץ גיט אַ שפּרונג אַרױף 
אויף די ווייסע ביינדלעך און זיי גיבן אַ קוויטש, 

זי איז אויך אַרויפגעקומען, זיך געזעצט לעבן נתנען און זייער 
געװאָלט, אַז דער בחור זאָל איר מאַכן קאָמפּלימענטן. נתן אָבער 
האָט געהאַלטן זיך נאָענט לעבן זיין שוועסטער, װאָס איז געזעסן אַ פאַן- 
רויטלטע, זיך געסודעט מיטן חתן און יענער האָט אַזױ שטילינקערהייט 
געשמייכלט. פאַר דער קורצער צייט זיינען זיי שוין געװאָרן צווישן 
זיך זייער היימיש און פרייען זיך ביידע, װאָס זיי װוערן אויפגערעגט, 

ס'איז אויך אַריינגעקומען אַן אַלט יידל, װאָס טוט שוין גאָרניט, 
וואוינט ביי די קינדער און זיצט אָפּ גאַנצע טעג אין דער יאַרמולקע 
אויף אַ ווייכער שטול און לאַנגװײליקט זיך. די חתונה דאָ אין הױיז 
איז גאָר אַ גרויסע געשעעניש אין זיין לעבן און ער װעט זי ניט 
דורכלאָזן, בפרט נאָך, אַז די מומע חיה האָט אים ספּעציעל איינגע- 
לאַדן,. איז ער אַרויפגעקומען מיט שמייכלענדיקע אויגן, געטרונקען 
לחיים און צוגעוואונטשן דעם חתן, דער כלה, דער מומע חיהן, דעם 
ברודער און אַלע געסט, אַזױ האַרציק און פריינטלעך. דערנאַכדעם 
איז ער זיך גלאַט אַזױ געזעסן די גאַנצע צייט אויף איין אָרט און אָנ" 
געקװאָלן דעם גאַנצן אָװנט פון יעדער קלייניקייט פּונקט וי אַ קינד, 
װאָס מען נעמט דאָס צום ערשטן מאָל אין לעבן איף אַ חתונה. 

;שאַ, שאַ, דער חתן קען זינגען". דאָס האָט יעטע די שדכנטע מודיע 
געווען דעם עולם און קיינער האָט ביז אַהער גאָרניט געוואוסט, אַז 
דער חתן קען זינגען. ,לאָמיר טאַקע הערן, לאָמיר". אַדאָלף שעמט 
זיך און װיל כלומרשט ניט. די כלה איז זייער שטאָלץ, װאָס דער חתן 


} 51 


קען זינגען און זי טאָרעט אים מיט אַ קני: עזינג, זינג". 
האָט ער אָנגעהויבן צו זינגען. און אַלע האָבן געמיינט, אַז דאָס 
פּאַרשױנדל, װאָס פּינטלט מיט די אויגן און איז קליין געוואוקסיק, 
וועט אוודאי אָנהויבן כריפּען מיט אַ הייזעריק קולכל, לאָזט זיך גאָר 
אויס, אַז ער האָט שוין איינמאָל אַ קול, אַ פיין טענאָרל, און געזונגען 
האָט ער אַן אוקראַיניש ליד: ,טשאָרני אָטשי, קודאַ וי סקריליס" --- 
, שװואַרצע אויגן, וואו האָט איר ניט געסטאַיעט, און איך בענק נאָך 
זיי אַזױ*, אַלע האָבן אַפּלאָדירט, אָבער די לענדלאָרדיכע ניט. זי ווערט 
ניט איבערראַשט פון אַזױנע זאַכן, די הענט האַלט זי נאָך אַלץ פאָר- 
לייגט אַזױ שטאָלץ. 
;שאַ, שאַ, די כלה קען אויך זינגען". אַ צווייטע איבערראַשונג --- 
און אויך די שדכנטע יעטא זאָל לעבן. 
פריידע, אַז זי זינגט מוז זי זיך אויפשטעלן און אירע אויגן דורך 
די ברילן ווערן וי פאַרנעפּלט: זי הויבט זיך אָן צו וויגן אין אַלע זייטן, 
וי זי װאָלט יעדן געװאָלט אַרומכאַפּן מיט איר ליד; 
;גיי איך אַרױס אויפן גאַניקל 
ס'שטעטעלע באַקוקן, 
קומט צופליען אַ קליין פייגעלע 
און טוט זיך צו מיר בוקן." 
קען דאָך די כלה אויך זינגען. נאָך אַ מעלה צום שידוך; און אַדאָלף 
האָט שוין אַפילן איינגעצאָלט אַן אַדערוף אין זייער אַ באַפעלקערטן 
קװואַרטאַל אויף אַ קענדי-סטאָר, 


װאָס איז אינגאַנצן אָט-דאָס שימעלע 


װאָס איז אינגאַנצן אָט:דאָס שימעלע? אַ שפּאַן די גרויס, מיט איבער" 
געשראָקענע אייגעלעך, און דער בריק איבערן טייך איז אַזאַ ריזיקער 
און לאַנגער. ער איז געשטאַנען לעבן ברעג פון פרעמדן טייך און 
געוויינט מיט איינגעהויקערטע פּלײצעס, אָבער קיין טרערן זיינען 
ניט גערונען און ער האָט אויסגעזען, װי אַ קליין קינד, װאָס איז 
פאַרבלאַנדזשעט געװאָרן פון דער מאַמען און וייסט שוין ניט 
דעם וועג אויף צוריק, 

די שטאָט האָט אים אָנגעטאָן אַ אוניפאָרם מיט גאָלדענע קנעפּ, 
אַ בלוי היטל מיט אַ גלאַנציקן דאַשעק און אים געשיקט רירן דעם 


1 


ריזיקן בריק, װאָס װעגט אפשר צען טויזנט טאָן, 18 דאָלאר װעט 
ער קריגן יעדע װאָך אין מזומן און אַז ער װעט זיך אויסדינען גוט 
און לייטיש ביז דער טיפער עלטער, װעט מען אים אויך דענסטמאָל 
ניט פאַרגעקן און אים צאָלן אַ פיינע פּענסיע ביז ער װעט פאַרמאַכן 
די אויגן און אַװעק פון דער וועלט, 

ער האָט דען כח אין זיינע הענטלעך? אױסגעאַרבעט זיינען זיי און 
ציטערן שוין. װועט ער דאַרפן רירן אָט דעם בריק, אים אָפּשטפּן 
אינמיטן טייך, כדי די שיפן װאָס פייפן און לאָזן ווייסן רויך, זאָלן 
קאָנען דורכגיין מיט די הויכע מאַסטבױמער און זאָלן זיך חס וחלילה 
ניט פאַרטשעפּען אין די אייזערנע באַלקעס, 

נאָענט דערביי ציען זיך סקלאַדן מיט ברעטער אויף צענדליקער 
קװאַרטאַלן, געלע ברעטער און שמעקן מיטן ריח פון אַ ווייטן װאַלד, 
הויפן מיט ציגל, װאָס שטייען אויסגעלייגט װי רויטע שטיבעלעך. 
פולע מאַגאַזינען מיט ווייסן ליים פאַר צעמענט. גערטנער מיט פֹּאַי 
לירטע שטיינער פאַר מצבות און מאַנומענטן און זעען אויס, וי 
פאַרטיקע בית עולמס, װאָס װאַרטן בלויז אויף די מתים. אַ פרעמדע 
וועלט און ווייט פון בראָנזװיל און שימעלע איז דאָ איינער אַלײן, 

אויפן בריק איבער די גלאַנציקע רעלסן לויפן רויטלעכע טראַמ- 
ווייען געפּאַקט מיט איטאַליענער, דייטשן, יידן און נעגערס. גרויסע 
טראָקס, שטױביקע און גרילציקע, עלעגאַנטע מאַשינען. װעגענער 
מיט שווערע פערד, ביים ברעג לאָדט מען סחורות אין די ברייטע בייכער 
אַרײין פון די שיפן און פון דעם װאַסער טראָגן זיך קאַליע ריחות 
און דער טייך איז שמאַלציק און פעט און זעט אויס פּונקט, וי אַן 
אומגעהויער גרויסער טאָפּ מיט איבערגעשטאַנענעם קאַלטן זופּ, 

נאַריש שימעלע! ער האָט זיך אומזיסט געשראָקן אַפילו קיין איין 
מוסקול דאַרף ער נישט אָנשטרענגען, כדי דער בריק זאָל פּלוצלונג 
זיך אַ ריר טאָן, זיך אָפּשײידן פון דעם ברעג און זיך אָנהויבן אַװעק- 
צורוקן מיט אַלע שטאָלענע פּאַרענטשעס, אייזערנע באַלקנס, גלאַנ- 
ציקע העלסן און מיטן שטיבעלע, וואו דאָרטן שטייט שימעלע אַ צץ- 
שראָקענער און קוקט דורכן פענצטער אויף די טױזנטער מאַשינעף 
טראָקס און טראַמװײען, װאָס האָבן געמוזט בלייבן שטיין לעבן אָפּנרונט, 
אומגעדולדיקע און הילפלאָזע, 

עס איז גרינג דאָס צו טאָן. מען דאַרף בלויז אַ דריי-טאָן אַזאַ הענטל, 
אַ קוועטש-טאָן אַ מין קנעפּל און עס רירט זיך שוין פון זיך אַלין. 


})71 


אָבער יעדעק מאָל ציטערט ביי שימעלען יעדער אבר און דאָס בלוט 
לויפט אין פּנים אַרײין מיט הייסע כװאַליעס, און סווייזט זיך אים 
שטענדיק אויס, ווען ער איז שוין אינמיטן טייך, אַז ער װעט שױן 
קיינמאָל ניט קענען ברענגען דעם בריק צוריק אויף דעם פריערדיקן 
פּלאַץ, און ער װעט בלייבן הענגען איבער דעם װאַסער און דער ברעג 
װועט ווערן שװאַרץ פון מאַשינען, טראָקס, און טראַמװײען, און מען 
וװועט טרובען, שרייען צו אים, מאַכן מיט די הענט, אָבער ער װעט 
זיי גאָר ניט קענען העלפן. ער װעט אַליין זיין פאַרלוירן, 

אָט דאָס איז געווען די גאַנצע קונץ. און װאָס מערער ער האָט זיך 
צוגעוואוינט צו זיין נייער אַרבעט, מערער הילפלאָז איז ער געװאָרן, און 
װאָס לייכטער ער האָט זיך אויסגעלערנט צו רירן אָט דעם ריז, אַלץ 
נישטיקער איז ער אַלײן געװאָרן. ס'איז אויסגעקומען, אַז שימעלע 
האָט שוין גאָר אינגאַנצן ניט קיין שכל, ניט ער און ניט אַלע מיליאָנען 
אַנדערע מענטשן, נאָר עפּעס איינער א פאַרבאַהאַלטענער, אַ גע" 
װואַלדיקער קלוגער מוח. אפשר האָט דאָס האָרבאַטע מענטשעלע 
מיטן גרויסן קאָפּ, װאָס ער האָט איינמאָל געזען אויף אַ בילד -- 
שטיינמעץ איז זיין נאָמען. --- דאָס טראַכט ער שוין פאַר אַלעמען 
מאַכט װיקטראָלאס, אױטאָמאָבילן, בריקן, סאָבווייס, און די מויערן 
ביז די װאָלקנס, 

כדי די װיקטראָלאַ זאָל אַ שפּיל-טאָן, דאַרף מען בלויז אַ דריי-טאָן 
אַ הענטל אַזאַ מינס; כדי מען זאָל אויפדרייען די עלעקטריק, דאַרף 
מען בלויז אַ קװועטש-טאָן אַ קנעפּל אַזאַ מינס; כדי די צענדליקער 
טויזנטער טאָנען מיט דעם בריק זאָלן זיך אַ דריי-טאָן, דאַרף ער 
(שימעלע) אויך בלויז אַ דריי-טאָן אַ הענטל און אַ קװעטש-טאָן אַ 
קנעפּל, פּונקט, וי ביי אַ װױיקטראָלאַ. 

וואו-זשע איז זיין פאַרדינסט? און וואו איז זיין שכל? --- פונדעסט- 
וועגן, אַז נתן איז איינמאָל געקומען צו אים צוגאַסט, האָט שוין שימעלע 
געװאַרט מיט אומגעדולד, אַז אַ שיף זאָל שוין א פייף:טאָן דעם 
סיגנאַל, אַז זי װיל דורכגיין, און אַז זי האָט אַ פייף-געטאָן, האָט ער זיך 
אויפגעהויבן אַזױ װואַזשנע, זוי אַ קאָמאַנדיר, אויפגעעפנט דאָס פענצטער 
און געגעבן באַפעלן צו עמיצן דאָרטן אין דרויסן. האָט מען אויס- 
געפאָלגט זיינע באַפעלן און מען האָט פאַרשפּאַרט אַלע אַרײנגאַנגען 
ער איז געשטאַנען, וי אַ קליינער נאַפּאָלעאָן מיט פאַרקאַטשעטע אַרבל 
אויף די דאַרע הענטלעך, געקוקט זייער שטאָלץ אויף נתנען און אַ מאַך- 
געטאָן צו אים : 


} 8 { 


-- דו זעקט? 

נתן האָט געזען: ס'האָט עפּעס אין דער שטיל גערוישט אַ פאַר- 
באַהאַלטענע טיפע קראַפט און ס'האָט זיך אים אויסגעויזן, אַז ניט 
דער בריק רירט זיך, נאָר דער ברעג מיט די הונדערטער אָנגעפאָ- 
רענע אױטאָמאָבילן. ס'האָט זיך אַװעקגעדרײט די ערד ווייט-ווייט און 
דער טייך האָט זיך אָפּגנעדעקט אַ הוילער, אַ נאַקעטער און פריי איז 
געװאָרן דער וועג פאַר דער שיף, װאָס האָט זיך גערוקט אַ שוערע, 
אָנגעלאָדן פול מיט רויטע ציגל, 

-- דוֹ זעסט, -- האָט שימעלע וייטער אַ מאַך געטאָן צו אים 
געהיימניספול, און דער ברעג האָט אָנגעהויבן זיך צו רוקן נענטער 
און נענטער, דער טייך איז פאַרדעקט געװאָרן און די שטאָלענע ווענט 
האָבן זיך אָנגעשלאָגן מיטן ברעג און אַ קליינעם ציטער-געטאָן. דער 
פאַרבאַהאַלטענער רעש איז אָפּגעהאַקט געװאָרן און שימעלע אין גע- 
שטאַנען פאַר אים מיט בלישטשענדיקע אייגעלעך, אַ בלאַסער, אָבער 
זיגרייך, 

נתן האָט גאָרניט געוואוסט, אַז דאָס יידעלע, װאָס הייסט שימעלע 
און שווייגט שטענדיק אַן איבערגעשראָקענער, זאָל האָבן אַזױ פיל 
חכמה אין זיך. ווייזט אויס, דאָס װאָק ער שווייגט שטענדיק, איז דער" 
פאַר, װאָס ער טראַכט און קלערט. ער האָט טאַקע געטראַכט, איבער- 
געקלערט אַלע זאַכן, װאָס ער האָט געזען אויף דער ועלט, און איז 
געקומען צו דעם אויספיר, אַז אַלע מענטשן האָבן ניט קיין כוח און 
מען קאָן גאָרניט טאָן, כדי זיך בעסער צו מאַכן דאָס לעבן, 

וועגן איװאַן האָט ער אים אַזױ געזאָגט: ער, שימעלע, װאָלט גראָד 
געװאָלט, אַז נתן זאָל ווערן זיין איידעם, ווייל יענעם האָט ער פיינט, 
אַ גרויסער בעל-גאַװהניק. אָבער ער ווייסט, אַז ס'וועט גאָרניט אַרױס 
דערפון, ווייל אין בראָנזװיל איז שוין אַזױ, אַז דער בחור, װאָס פאַר- 
דינט ניט גענוג געלט, פאַרלירט גאָר דעם רייץ פון אַ מאַן ביי די 
מיידלעך און טויג צו גאָרניט, 

ער האָט, --- זאָגט ער נתנען, -- אַ סך איבערגעקלערט וועגן דעם. 
ער ווייסט, אַז אַמאָליקע יאָרן האָט ביי די יידישע פרויען אויסגע- 
נומען אַ וואויל-קענער, אַ לערנער אַ גרויקער. ער וייסט אויך, אַז 
ביי די פּוערים אין דאָרף, נעמט אויס דער שייגעץ, װאָס איז פלייסיק 
און פון פאַרטאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט האָרעװעט ער אין פעלד, 
צי אין גאָרטן, צִי אין שייער, אָדער ביים פּריץ. ער ווייסט אויך, אַז 


})1 


ביי די פאַרצייטיקע פעלקער האָט אויסגענומען דער סאָלדאַט, דער װאָס 
האָט געקענט רייטן אויף אַ ביסטרען פערד מיט אַ שאַרפער שפּיז. 
--- אין בראָנזװיל אָבער פאַרקוקן זיך שוין די מיידלעך אויפן קאַטער, 
װאָס מאַכט 75 דאָלאר אַ װאָך, אויפן פּיינטער, אויפן פאָרמאַן; און 
אַ בחור מיט אַן אייגענעם שאַפּ, איז אוודאי און אוודאי דער גרויסער 
העלד, 

נתן האָט זיך שטאַרק גענומען צום האַרצן פון שימעלעס רייד און 
איז אַ פּאָר טעג אומגעגאַנגען אַ פאַריאושטער. ס'האָט אָבער נאָר 
געדאַרפט אַ קום-טאָן צו אים אַ קלוגער געדאַנק און אַלצדינג איז 
שוין װידער געװאָרן רעכט. ער האָט געטראַכט וועגן דעם, אַז אויב 
זיין ליבע איז פאַרשפּילט, בלייבט זיך דאָך איבער פאַר אים די גאַנצע 
וועלט אַזאַ לעבעדיקע און רייכע, און אַז דער מענטש קאָן גאָר דער- 
הויבן ווערן ניט בלויז דורך איװאַן, --- און אַפּילו אַז ער װעט וויינען 
פון בענקשאַפט --- איז װאָס ‏ --- און אפשר גאָר איז דער מענטש באַ- 
שאַפן געװאָרן, ער זאָל אײיביק גאַרן און בענקען און דערפאַר טוט 
ער אויף אַזױ פיל זאַכן אין זיין קורצן לעבן: און אוב ס'גייט אים 
נאָר אין דעם, װאָס פעמעלע איז אַ פאָרמאַן און מאַכט מערער געלט 
פון אים, איז דאָס אויך ניט דער עיקר: ער װעט באַצאָלן אַ העכערן 
פּרייז, װועט ער זי אַריינקריגן... 

פונדעסטוועגן איז ער געלאָפן אַלע טאָג צו שימעלען אין הױז, 
זען אפשר איז זי שוין געקומען. און אַז זי איז געקומען, האָט ער זי 
אַרױסגענומען פון הויז און זי אַוועקגעפירט אין ווייטע גאַסן. די טעג 
זיינען שוין געווען קאַלטע, זיינען זיי ביידע געגאַנגען און געציטערט 
און איװואַ האָט שוין ניט געוואוסט, װאָס עס װעט אַרױסקומען פון 
דעם. זי װאָלט געװאָלט, אַז נתן זאָל זי אַװעקפירן ערגעץ אין אַ צימער 
און פאַרשליסן די טיר און זי ניט אַרױסלאָזן. זי זאָל אַפילו קלאַפּן, 
שרייען און געװאַלדעװען, זאָל ער זי אויך ניט אַרױסלאָזן, ווען זי 
זאָל אַפּילו בלייבן אָן כוח פון וויינען, --- װאָלט זי שוין זיכער גע" 
בליבן מיט אים אויף שטענדיק, ווייל װאָס װאָלט זי נעבעך געקאָנט 
טאָן, אַז נתן איז אַ שטאַרקער און לאָזט זי גאָרניט אַרױס פון צימער יי. 

ער האָט זי אָבער ניט געפירט אין קיין צימער און ניט פאַרשלאָסן 
די טיר. זיי האָבן זיך געקושט אויף די ליידיקע לאַטס און נתן האָט 
געמיינט, אַז דאָס פריערדיקע איז ניט אמת, נאָר אָט ערשט איצט 
הויבט זיך דאָס אָן; ווייל אַז ניט װאָלט זי אַזױ ניט געציטערט אין 


})1 


זיינע הענט, אַז ניט װאָלט זי ניט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ צו דעם, 
װאָס ער האָט גערעדט. ער האָט גערעדט פון דעם, אַז סיי דער מאַן 
און סיי די פרוי דאַרפן ביידע בויען דאָס לעבן; 

--- מען דאַרף ביידע אַרבעטן, --- פאַרשטייסטו, --- האָט ער צו 
איר געזאָגט. --- פּונקט װוי מען בויט אַ הויז, האָט נאָר אַ חלק אין 
דעם דער, װאָס האָט געטראָגן ציגל, געמויערט, געשמירט. --- און 
אַז זיי ביידע װעלן אָנטייל נעמען אין בויען, װעלן זיי ביידע האָבן 
אַ חלק אין הויז און די צוגעבונדענקייט װועט זיין זייער גרויס. 

אַהײמגעגאַנגען איז נתן, װי אויף פליגלען. ס'איז אים געווען הייס, 
דער ראָק זיינער איז געווען צעשפּיליעט און דער װינט האָט גע 
בלאָזן אויף זיינע פּאָלעס און זיי צענומען. איז ער געפלויגן פון פלעט- 
בוש קיין בראָנזװיל אַ באַרוישטער און האָט געזען װי די פייערן אין 
שטאָט צינדן זיך אָן און פאַרזייען די פינצטערניש מיט גאָלדענע 
פּינטעלעך, איז אויסגעקומען, אַז דאָס לעבן אין צו אים געקומען 
וי אַ שיינע מעשה און ער איז גאָר זייער אַ מזלדיקער, 


אַ ספר"תורח אין בראָזוויל 


מען האָט געגעבן אַ ספר-תורה אין בראָנזװיל און ס'איז שוין גע- 
ווען נאַכט אויף די גאַסן. האָט אַ רוױטע חופּה געשװעבט אינמיטן 
און אַלטע יידן און ווייבער פאַרפּוצט אין די שבתדיקע קליידער האָבן 
געטראָגן ליכטלעך צװישן די פינגער און זיך געצויגן שוויענדיקע 
און פאַרלוירענע. זיי האָבן מורא געהאַט, אַז אפשר איבער בראָנז" 
ווילער גאַסן פּאַסט שוין ניט אַזאַ זאַך, װי צו גיין מיט אַ ספר-תורה 
איבער דער גאַס, 

נתן האָט די פּראָצעסיע דערזען העט פון דער ווייטנס און ער האָט 
זיך געלאָזט לויפן צום אָרט. ס'האָט זיך אים אויסגעוויזן, אַז די אויגן 
זיינע נאַרן אים אָפּ, אַז ס'איז בלויז אַ חלום די גאַנצע זאַך און אַז 
ער וועט צולויפן צום פּלאַץ, װעט קיין פּראָצעסיע שוין דאָרטן ניט 
זיין, נאָר בלויז די אייביקע װאָכעדיקײט מיטן טומל אין גאַס. װאָס 
ער האָט זיך שטאַרק געװאונדערט אין דאָס, װאָס ער האָט שױן 
אַמאָל אין לעבן געזען אַזאַ זאַך. ניט ביי זיך אין שטעטל, ניט ערגעץ 
אין דער פרעמד, --- אפשר מיט טויזנטער יאָר צוריק. 

און ס'איז טאַקע געווען װי אַ חלום. די פלעמלעך פון די ליכטלעך 


)}11 


האָבן געציטערט, און די אַלטע יידענעס און יידן, װי לאַנגע פאַר" 
געסענע געשטאַלטן, האָבן געפּינטלט מיט די אויגן ביי דער שיין פון 
די ליכטלעך און זיך געשעמט, 

דער שמש, װאָס געדענקט נאָך אַזױנע זאַכן פון דער היים, האָט 
געװאָלט דורכפירן די צערעמאָניע מיט אַלע פּישטשעווקעלעך. ער איז 
געלאָפן אַ פאַרשמאַיעטער, אַ צעהיצטער, געמאַכט מי שברכס, אוג" 
טערגעטאַנצט און געשריען: תן כבוד לתורה. אַ פריילעכס, אַ פריי" 
לעכס, האָט ער געשריען צו די קלעזמער, װאָס האָבן ערשט 
פאַרענדיקט שפּילן ,אלי אלי". די קלעזמער האָבן אַ פּראַװע געטאָן 
אַ פריילעכס און דער גאַנצער עולם האָט זיך אָפּנעשטעלט. קנעמט 
זיך אָן ביי די הענט און לאָמיר טאַנצן", -- האָט דער שמש אַ קאָי 
מאַנדעװע געטאָן. 

אויף די טראָטואַרן זיינען געשטאַנען פאַרפּוצטע מיידלעך מיט גע" 
פאַרבטע ליפּעלעך און בחורימלעך מיט אויסגעלאָקטע קעפּלעך און 
האָבן אָנגעקװאָלן: ;דזשי, לוק, האַו פאָני*. פון אַלע פענצטער האָבן 
פּנימער אַרױסגעשטעקט און די מאַשינען, װאָס האָבן געמוזט זיך 
אָפּשטעלן, האָבן געטרובעט, קינדערלעך האָבן געשריען הוראַ, זיך 
אָנגענומען ביי די הענט און געפּרואװט נאָכמאַכן, װי די אַלטע טאַנצן. 

פּסח דער שניידער האָט דאָק געגעבן די ספר-תורה. ניט געהאַט 
קיין קינד, קיין רינד און אַז ער װעט שטאַרבן, װער װעט דען גע" 
דענקען, אַז ס'האָט געלעבט אַ שניידערל אויף דער וועלט מיט שמייכל- 
דיקע אייגעלעך, מיט ראָזעװע בעקעלעך און אַ לאַנגע ווייסע באָרד ?יי. 
האָט ער דריי הונדערט דאָלאר צונויפגעקליבן און געלאָזט שרייבן 
אַ ספר-תורה. אַ גרין מאַנטעלע האָט ער אויך באַשטעלט און געהייסן 
אויסנייען: ;ספר-תורה זה נדר פּסח בן אהרון הלוי בשנת אַזױ פיל 
און אַזױ פיל, בק"ק דבראָנזװיל". די דאָזיקע ספר"תורה האָט מנדב 
געווען ניט קיין אַנדערער וי פּסח, דער זון פון אהרון הלוי, אין דעם 
און דעם יאָר, אין דער הײיליקער געמיינדע פון בראָנזװיל. װעט שוין 
ליגן אַזױ פאַרבאַהאַלטן די ריינקייט אין דער שול, װאָס אויף סאַראַ- 
טאָגאַ עוועניו. און לאַנגילאַנג נאָך דעם װאָס ער װעט אויך איינגע- 
זאַמלט ווערן צו זיינע עלטערן, װעט זיין נאָמען בלייבן אויסגענייט 
אויף דעם גרינעם מענטעלע: פּסח בן אהרון הלוי. 

מען האָט געמאַכט אַ ראָד אַרום פּקחן און דער שמש האָט אים 
געהייסן טאַנצן, אָבער דאָס שניידערל האָט געהאַט שװאַכע פיס, ניט 


1 


פאַר קיינעם געדאַכט, און די אייגעלעך, װאָס שמייכלען שטענדיק, 
האָבן איצטער געטרערט, און די לאַנגע ווייסע באָרד, װאָס אין שטענ- 
דיק אַזױ שטאָלץ ביי זיך, איז אויך געווען ניט מיט אַלעמען. איז ער 
געשטאַנען פאַרן עולם אין דער לאַנגער שבתדיקער קאַפּאָטע און 
ניט געוואוסט, װאָס צו טאָן. דערנאָכדעם אָבער, ווען אַלע אזנטער- 
פירער האָבן זיך פאַרגעסן, אַז דאָס לאַנד הייסט אַמעריקע, און אַז אַלע 
שולן פּוסטעווען, און אַז דאָס גאַנצע לעבן איז מיטן קאָפּ אַראָפּ און 
מיט די פיס אַרױף, אַז סוואַקסט אויס אַ דור, װאָס לא לתורה ולא 
למעשים טובים: די יינגעלעך קוקן אויס װי שקצים און די מיידלעך 
וי שיקסעס, און אַז זיי אַליין ווייסן שוין אויך ניט, וואו ס'הויבט זיך 
אָנעט זייער פרומקייט און וואו ס'לאָזט זיך אויס די געוואוינהייט, --- 
אַז זי האָבן זיך פאַרגעסן און זיך צעהעפּעט, האָט דאָס שניידערל אויך 
אַ הויב געטאָן די שוואכע פיסלעך און אָנגעהױבן צו שפּרינגען אין 
דער לופטן, װי אַ פלעמל פון אַ חלבן ליכטל... 

די פּראָצעסיע האָט זיך געצויגן איבער פּיטקין עוועניו: דורך אַלע 
פאַרפּוצטע ליכטיקע קראָמען, דורך די גרויסע קענדי-סטאָרס, און 
דורך די טאַנץ-זאָלן אויף די אויבערשטע עטאַזשן. דאָרטן, אין די 
טאַנץ-זאַלן, האָטס דאָס יונגװאַרג געטאַנצט אונטער די טענער פון 
אַ דזשעז-אָרקעסטער.. ס'האָט זיך אויסגעדאַכט, װי פון די טרובעס 
האַווקען אַרױס קליינע היגטעלעך און ווילן פאַרשרײיען די קלעזמער, 
װאָס שפּילן לכבוד דער ספר"תורה, און ווילן באַלײידיקן די פרומע 
יידן מיט זייער הייליקייט, 

די רויטע חופּה האָט זיך געשפּאַנט אַרױף דער גאַס אַ װאַקלדיקע, 
די פלעמלעך פון חלבנע ליכטלעך ביי די אַלטע לייט צװוישן די פינגער 
האָבן געציטערט --- און אַזױ האָבן זיי זיך פאַרקערעװעט אויף סאַראַטאָגאַ 
עוועניו און פאַרשוואונדן געװאָרן, 

נתן האָט אַמאָל געלייענט אין אַ בוך, צי ער האָט דאָס געזען אין 
חלום, װי אַ שיף, װאָס איז מיט יאָרן צוריק געגאַנגען צו גרונד אין 
טיפן ים, האָט זיך אײינמאָל אַ באַװייז געטאָן איבער דער אויבערפלאַך 
פון װאַסער מיט אַלע זעגלען און מאַסט-בײימער. אַ קוק געטאָן צום 
הימל, זיך אַ וויג"געטאָן איבער די כוואליעס און תיכף צוריק איינ- 
געשלונגען געװאָרן פון דער טיפעניש און אַראָפּ צום גרונד און זיך פאַר- 
באַהאַלטן צווישן די שטיינער און געוויקסן, וואו זי איז דאָרטן געלעגן 
פאַרגראָבן הונדערטער יאָרן.., 


31 


דער בראַנזווילער גוטער ייד 


אין בראָנזװיל זיינען שוין דאָ אַ סך גוטע יידן, װאָס האָבן אייגענע 
שולעכלעך און ווייבער מיט געבראָכענע הערצער גייען זיך צו זי 
פּראווען. 

סאָלאָמאָן, נתנס רייכער לאַנדסמאַן, האָט אויסגעגעבן אַ סך געלט 
אַריבערצוברענגען רעב תנחומלען מיט דער משפּחה קיין בראָנזויל. 
סאָלאָמאָנס טאַטע איז געווען אַן אָרעמער דרדקי-מלמד און ביים 
רבינס טיש איז ער געזעסן סאַמע ביים ברעג און האָט קוים געקענט 
כאַפּן עפּעט אַ װאָרט פון רבינס תורה. סאָלאָמאָן געדענקט דאָס גוט 
און איצט האָט זיך אין אים אָנגערופן די אַמביציע פון אַ רייכן אַמע- 
ריקאַנער, װאָס באַצאָלט די גרעסטע געלדער אין אײראָפּע פאַר אַ 
הויך קונסטווערק פון אַ וועלט-באַרימטן מאַלער. --- האָט ער אָפּגעקויפט 
דעם גאַנצן רבין מיט זיין גבאי און זייערע פאָמיליעס. 

רעב תנחומל מיט דער זידענער שװאַרצער באָרד און גרויסע 
פייערדיקע אויגן זיצט פון אויבן-אָן לעבן ארון-קודש מיט דעם גרי" 
נעם פּרוכת, אָנגעטאָן אין טערקישן כאַלאַט, נאָך אַ ירושה פון זיין 
זיידן ,דעם אַלטן?. לעבן זיין רעכטער האַנט זיצט סאָלאָמאָן אין אַ 
האַרטן קאַפּעליוש און שוויצט. ביי ביידע זייטן פון לאַנגן טיש זיצן 
די איבעריקע חסידים און ווילן אַרויסרופן ביי זיך אַליין אָטייענעם 
פייער, װאָס פלעגט זיי אין דער אַלטער היים מאַכן פאַרגעסן דעם 
גאַנצן אַרום און װוי פאַרכשופטע, מיט בלינדע אויגן, פלעגן זיי זיך 
אָננעמען ביי די הענט און אָפּטאַנצן שעהנווייז אונטער דער נידעריקער 
סטעליע מיט אַזאַ התלהבות און מיט אַזאַ כוח, װאָס האָט זיך קיינמאָל 
ניט אױסגעשעפּט. איצט זיינען זיי געזעסן, װי לייטישע געסט, װאָס 
קומען צו אַ פרעמדן גביר אין הויז אַריין, צוגעקוקט און געשוויגן. 

דער גבאי ר' שלמהלע האָט אַ פיינעס קול נגינה, שטייט ער אָנַי 
געשפּאַרט אויף אַ סטענדער מיט פאַרמאַכטע אויגן און מיט אַ פאַר" 
ריסענעם האַלדז און פאַרגייט זיך אין אַ וואולעכל. ר' תנחומס פּנים 
איז בלייך און דאָס שטריימל מיט די זיבן וויידלען זיצט אויף זיין 
קאָפּ װי אַ מאָדנע חיהלע פון פאַרצייטיקע דורות, װאָס קאָן עק" 
זיסטירן נאָר דענסטמאָל, ווען ס'קריכט אַרױף אויף אַ מענטשלעכן 
קאָפּ און ציט שוין זיין חיונה פון דעם... אין אָט דעם שטריימל 
האָט מען אים געפירט איבער פּיטקין עוועניו אין שול אַריין און 


})})411 


די גאַנצע גאַס האָט זיך פאַרחידושט פּונקט וי מ'װאָלט דאָרט פּלוצ- 
לונג דערזען אַן אינדיאַנער, אַ האַלב נאַקעטן, באַשטעקט מיט פע" 
דערן.... און איינע אַ מיידל האָט ניט געקאָנט אָפּהאַלטן איר גרויס 
באַוואונדערונג און האָט אַ געשריי געטאָן צו איר בחור כמעט מיט 
דערשרעק: ,לוק עט דהי פאָני מעף!" קינדערלעך זיינען געלאָפן פאָר- 
אויס, װוי די שטאַפעטן, געלאָזט וויסן יעדן דורכגייער, אַז *"היר קאָומט 
דהי דזשואיש סאַנטאַ קלאָוז," 

ער האָט אָנגעהױבן צו זאָגן תורה דער רבי: ,שכינתא בגלותא", --- 
האָט ער אָנגעהויבן אויסצוזינגען ציטערדיק, --- און די שכינה איז 
אַװעק אין גלות קיין בראָנזװיל.... און די ביידע חסידים קוקן אויס 
וי די גוים... און נאָך װאָס דאַרפן זיי שוין אינגאַנצן אַ רבין? --- 
אַז זיי שעמען זיך אַפילו צו כאַפּן שיריים. און אַז זיי כאַפּן שוין יאָ, 
קוקן זיי זיך אום איינער אויפן צווייטן צו זען אב מע לאַכט ניט. 
די שיריים עסן זיי ניט, װאַרפן עס אַרונטער אונטערן טיש. ,מגדל 
בבל? -- רעדט צו זיך דער רבי און דאָס האַרץ װערט אים אַזױ 
שווער . ... אין ניו יאָרק שטייט שוין ניט איין טורעם. מען טראָגט 
ציגל און ליים און מען דראַפּעט זיך נאָך דערביי העכער און העכער, 
מען וויל דערגרייכן די טויערן פון הימל... 

ר' תנחומלס אויגן זיינען פאַרמאַכט. ער וויל אָפּטרײבן די שווער- 
קייט פון זיינע גלידער, זיך פאַרגעסן פון דער גאַנצער וועלט. ער 
כאַפּט אָבער אַלע מאָל אַ בליק אויף זיינע חסידים, זיצן זיי נאָך אַלץ, 
וי לייטישע געסט ביי אַ פרעמדן גביר. נאָר איינע אַן אַלטינקע יידענע, 
פון ווייבערשן טיש, שטייט איינגעבויגן לעבן איר בענקל, ציט זיך 
מיט די אויגן צו אים און ויינט. זי אין אַ טויבלעכע, די יידענע, 
און ויינט דערפאַר, װאָס זי האָט נאָך זוכה געווען אין איר לעבן 
צו זען דעם הײיליקן רבין. זי וויינט אויך דערפאַר, װאָס אירע שנירן 
גייען אין די אייגענע האָר, בענטשן ניט קיין ליכט, מישן פליישיקס 
מיט מילכיקס. זי האָט אויך געוויינט דערויף, װאָס זי איז שוין אַזױ 
אַלט און האָט שוין ניט קיין כוחות און זי דאַרף מען זאָל רחמנות 
האָבן אויף איך . . . 

אין די פענצטער קוקן מיידלעך פון שכנותדיקע הייזער און זי 
לאַכן הויך אויף אַ קול. מען האָט זיי שוין געפּרואװט אָפּטרײבן 
קומען זיי אָבער נאָך אַמאָל. סאָלאָמאָן, דער הויפּט-:חסיד, װאָס זיצט 
לעבן רבינס רעכטער האַנט און שוויצט, טוט שוין באַנג די גאַנצץ 


})51 


מעשה. נאָכדעם, װאָס ער האָט איבערגעלעבט די מינוטן פון גריס 
גדלות, האָט שוין דער גאַנצער ענין פאַרלוירן זיין ווערט... װאָס 
האָט ער געדאַרפט האָבן דעם רבין? יענער זאָל אים צואװוינטשן 
אויף פּרנסה? --- ער האָט גענוג פּרנסה אָן אים. געזונט איז ער אויך. 
די קינדער זיינע זאָלן גיין אין גוטע װעגן? אויף זיין עמאַן קאָן ער 
זיך שוין פאַרלאָזן; אין די רייכסטע הייזער ווערט זי אויפגענומען 
מיט גרויס כבוד --- און שיין איז זי װוי אַ בת-מלכה. אפשר טוט ער 
עס דערפאַר, װאָס ביי דעם טאַטן זיינעם, דעם דרדקי-מלמד, האָבן 
שטענדיק די אויגן געטרערט פון שװאַכקײיט און די הענט זיינע זיינען 
שטענדיק געווען קאַלט פון בלוט-אָרעמקײיט; און דער רבי דאָרטן 
אין דער היים האָט זיך גאָרניט געװאָלט אומקוקן אויפן טאַטן זיינעם .. . 
איי, ווען דער טאַטע זיינער זאָל איצט אויפשטיין פון קבר און אַ קוק" 
טאָף... --- װאָק מיר תורה, װאָס מיר גוטע יידן? געלט!... און 
פאַר זיין געלט קאָן ער אָפּקוױפן אַלע שולעכלעך און בתי-מדרשים 
פון פּױילן, דינגען מענטשן, אַז זיי זאָלן טאָג און נאַכט דאַװענען פאַר 
אים, סאָלאָמאָנען, מיט זיין משפּחה, און זאָגן תהילים, 

נתן זיצט אויך צװישן אַלע חסידים, שאָקלט זיך מיט פאַרמאַכטע 
אויגן. װאָס טוט ער דאָ? נתן װאָלט אַליין איצטער געקאָנט פּראַװען 
אַ טיש, וו אַ הײליקער רבי, ווייל אויף זיין פּנים רוט איצטער דער 
העכסטער צער פאַר דער גאַנצער וועלט מיט אירע נאַרישקייטן. און 
וויי איז צו דעם מענטשן, װאָס איז אַזױ נידעריק געפאַלן, און וױי 
איז צום בן-אָדם, װאָס װערט צו שאַנד און צו שפּאָט און האָט ניט 
קיין כוח זיך קעגנצושטעלן. און ווען דער רבי זאָל דאַרפן איצט זיין 
אַן אָפּערײטאָר אין שאַפּ, װאָלט ער אויסגעקוקט פּונקט װי שימעלע: 
אַ דאַר יידעלע, װאָס האָט אָרעמע כוחות און מיט דעם ביסל אָרעמע 
כוחות דאַרף מען פאַרדינען אויף ברויט פאַר אַ וייב און קינדער. 
ער װאָלט געדאַרפט קומען צום רבין אין הויזװוען קיין זייטיקע 
מענטשן זיינען ניטאָ און מיט אים איינטענהן, אַז ס'איז פּוסטע מעשיות: 
ווייל אָדם לעמל יולד (דער מענטש איז געבוירן געװאָרן צו מי. און 
האָרעװאַניע). און דיין גליק איז װאָס די נאַרישקײיט האַלט זיך נאָך 
אויף, דו אַליין ווייסט וי שװאַך און הילפלאָז דו ביסט. װאָסיזשע 
קענסטו שזין געבן אָט די יידעלעך, דיינע חסידים, די גראָסערי" 
לייט מיט די קענדי-סטאָר-קיפּערס --- דאָס הייליקע װאָרטן... -- 
דו װער בעסער אַן אָפּערײטאָר און פאַרשרייב זיך אין דער יניאָן, 


})61 


וועסטו עסן דיין ברויט מיט טרערן און װעסט טראָגן אין דיין האַרצן 
די בענקשאַפט צו וערן דערלייזט פון דעם שװוערן לעבן באַגלייך 
.מיט מיליאָנען אַנדערע איבער דער גאַנצער וועלט, 


פאַרנאַכט טרינקט זיך די רױיטע זון 
אין האַדסאַן 


פאַרנאַכט טרינקט זיך די רויטע זון אין האָדסאָן און קיינער לויפט 
איר ניט ראַטעװען. דער טייך, דער שװואַרצער, שמייכלט שעלמיש און 
וויגט זיך מיט די כװאַליעס אַ גלייכגילטיגער. די נאַכט קומט, גרויסע 
שיפן איילן זיך צו זייערע האַפנס מידע און אומגעדולדיקע. באַנען 
לויפן איבערן ברעג צו באַגעגענען די פינצטערע נאַכט אויפן לאַנגן 
וועג פון ניו-יאָרק ביז שיקאַגאָ. דער שאַפּ צינדט זיך אָן פון אויבן 
ביז אַראָפּ. אוב בײיטאָג האָט געחלשט דאָס האַרץ צום פרייען אינ- 
דרויסן, ווערן איצט די געדאַנקען צעמישט ביים אָנקומען פון נאַכט 
און מען געדענקט שוין ניט צי צו די די שעהן פון אַרבעט נעמט אויך 
סוף-כל-סוף אַן עק צי אפשר װעט מען שוין פאַרבלייבן אַזױ אייביק 
מיט בלייכע, אויסגעצויגענע פּנימער, אָן די רעקלעך; די פּרעסלעך 
וועלן אַלײן לויפן איבער די קליידער, נאָר די אברים וװעלן זיך אוי- 
טאָמאַטיש נאָכװיגן. די אָפּערײטאָרס, װאָס שטעפּן, װועלן שוין קייג- 
/מאָל ניט קאָנען אויפהויבן די קעפּ און אויסגלייכן די פּלייצע, זיי 
וועלן שוין פאַרבלייבן אַזױ איינגעבויגענע יעדער צו די מאַשינען 
און וװועלן ציען פון אונטער דער נאָדל קליידלעך אָן אַ שיער. זיי וועלן 
שוין ניט וויסן, ווען ס'האָט זיך אויסגעלאָזט דער טאָג און ווען ס'האָט 
זיך אָנגעהױיבן די נאַכט, 

סעמעלע איז דער איינציקער, װאָס איז אויפגעלעבט. ווען מען 
דאַרף אַרבעטן אַ שטיק אין דער נאַכט אַרין, לויפט ער פון שטאָק 
צו שטאָק אַן אויפגעלייגטער און שרייט; 

--- ,מיט סטים, מיט סטים, באָיעס און גוירלס", 

סעם איז דענסטמאָל געגליכן צו אַ קאַו-באָי, װאָס הויבט זיך אויף 
זיין ביסטרען פערד און פאָכעט מיט אַ לאַנגער בייטש אויף אַ סטאַדע 
ווילדע פערד און די בהמות צעיאָגן זיך פון שרעק איבערן גאַנצן 
פעלד אין אַ װאָלקן פון שטויב. אַלע מאַשינען רוישן, קלאַפּן, די 
פּנימער באָדן זיך אין געלער עלעקטרישער ליכט און די בענקלעך 


7 { 


זיינען האַרט צוגעשמידט צו די מענטשלעכע לײבער. קיין איינער 
װעט איצט ניט װאָגן זיך אויפהויבן פון פּלאַץ און אַלץ דערפאַר, ווייל 
ער, סעם, ול אַזױ. טראָגט דאָס אים אין דער לופטן און ער לויפט 
צום טעלעפאָן און לאָזט וויסן אַ באַגײסטערטער דעם רײכן באָס 
אויף איסטערן פּאַרקװײ, אַז אַלע זעקס שטאָק וויגן זיך און די אַרבעט 
שטורעמט און אַז אַלע באַשטעלונגען װועלן אפשר היינט אַרױסגע- 
פאַרטיקט ווערן און מאָרגן װעט מען שוין קאָנען פאַרפּאַקעװען אין די 
קאַסטנס און זיי צעשיקן אין אַלע קליידער-געשעפטן. ,אטא באָי"! -- 
מאַכט דער באַלעבאָס דורכן טעלעפאָן, און ביי סעמען צעגיסט זיך 
אַ גרויס נחת איבער אַלע זיינע אברים. 

צו די מיידלעך איז סעם זייער שטרענג. לאָזן זיי ניט מיינען אָט 
די מיידלעך, אַז דערפאַר װאָס די גאַנצע וועלט איז צו זיי גוט און 
מען גיט זיי שטענדיק דעם אויבןאָן, װעלן זיי ביי אים אין שאַפּ 
זיך אונטער-שפּילן. אַרבעטן דאַרף מען. אָבער פונדעסטוועגן גלוסט 
זיך אים זייער אָפט אַרומצוכאַפּן איינע פון זיי, אַ טאַפּ טאָן, אַ קוש 
טאָן, װי די אַנדערע בחורים טוען דאָס. אים שטייט אָבער ניט אָן 
דער רעספּעקט פון שאַפּ קאָן נאָך געמינערט װערן צו אים. נאָר 
איין און איינציק מאָל איז ער אַרינגעפאַלן מיט דער איטאַליענישער 
מיידל, װאָס האָט פאַרמאָגט אַזױנע טיפע שװאַרצע אויגן און שטאָלצע 
פיס. ער האָט זי איינמאָל געפּאַקט אין אַ ווינקל און האָט זי אָנגעכאַפּט 
ביי דער ברוסט. איז זי געװאָרן זייער אין כעס, אָנגעהױיבן זיך קאָכן 
און שרייען איבערן גאַנצן שאַפּ; 

,מי װאָרק היר, --- אָלרײט. עיט אַורס --- אָלרײט, ניין אַורס --- 
אָלרײט. יור ביזנעס --- אָלרײט. באָט דהיס היר איז מיין --- אָנדער" 
סטענד". דאָס האָט זי געמיינט צו זאָגן אויף איר צעבראָכענעם ענגליש: 
;איך אַרבעט דאָ---זייער גוט. אַכט שטונדן---זייער גוט. ניין שטונדן--- 
זייער גוט. ס'איז דיין זאַך. אָבער דאָסיאָ (מיינענדיק אירע בריסטן) 
איז מיינס, ניט דיינס, פאַרשטײיסט?" 

סעם האָט פאַרשטאָנען און איז געװאָרן רויט. ער האָט זיך פאַר" 
שעמט, דער אינטעליגענטער מאַן, און איז געווען אין כעס אויף זיך 
אַליין פאַר זיין האַנדלונג. אַן איידעלער מענטש דאַרף ניט טאָן אַזױ, 
האָט ער זיך געמוסרט. 

מען האָט געאַרבעט בײטאָג און געאַרבעט בײנאַכט און בערג 
מיט פּעק זיינען אַרױסגעטראָגן געװאָרן יעדן טאָג אוױף די לאַסט- 


})}81 


מאַשינען. דער סטרייק האָט זיך אָבער שוין געטראָגן אין דער לופטן, 
ער װעט קומען מיט אַ גרויסן יום-טוב און אַלע הערצער װעלן אויפ- 
פלאַטערן,. די מאַשינען װעלן זיך אָפּשטעלן און בלייבן קאַלט און 
פאַרגליווערט. אַלע מיידלעך און יינגלעך וועלן זיך אַרױסלאָזן אויף 
די גאַסן מיט פרייד אין די אויגן און מיט מורא אין די הערצער, 

איבערן האָדסאָן רוקט זיך די שװאַרצע נאַכט מיט אַ גרויסן פּראָ- 
זשעקטאָר און זוכט און נישטערט אויף ביידע ברעגן. באַנען מיט גאָל- 
דענע פענצטער יאָגן זיך און דער גערויש פון די רעדער קריכט אַרױף 
אויפן באַרג און לויפט נאָך די אַװעקלויפנדיקע באַנען. 

אין אַלע עטאַזשן וויגן זיך קעפּ איבער די טישן און איבער די מאַ- 
שינען. קיינער ווייסט ניט צי מען װעט שוין מוזן בלייבן אויף שטענ- 
דיק דאָ, צי עס װעט אפשר קומען נאָך אַזאַ שעה און די הענט װעלן 
זיך געבן אַ שטעל אָפּ אינמיטן דער יאָגעניש, מיט פאַרדראָס, און 
הילפלאָזע. 


פאֲרין סטרייק 


אין רעסטאָראַן, װאָס לעבן שאַפּ, איז געקומען אַ מאַן פון ניו יאָרק 
צו מיטאָג-צייט. דעם פרעמדנס פּנים איז געווען פאַרעקשנט און די 
אויגן אומרואיקע. אַ פּאָר בחורים פון שאַפּ האָבן זיך אַ לאָז געטאָן 
צו אים און יענער, אַ שווייגנדיגער, האָט זיי אַרוסגעפירט אויף דער 
גאָס און זיך אַרומגעדרײט מיט זיי אַ לאַנגע צייט, 

אויפן צווייטן טאָג האָט שוין נתן געטראָפן לעבן אַרײנגאַנג אַ 
הויכן פּאַרשױן. ער איז זיך געשטאַנען אָנגעשפּאַרט לעבן דער טיר 
אַזױ גלייכגילטיק און קיין שום זאַך אין אים האָט ניט געצייגט, װאָס 
פאַר אַ פּאַרשױן דאָס איז. אָבער די האַלב-אָפּענע גראָע אייגלעך האָבן 
געקוקט מיט אַ פראָסטיקן גלאַנץ; אַזױנע פּערלמוטערנע אייגעלעך, װי 
ביי אַ שלאַנג, װאָק קוקט דיר אַריין אין פּנים, האַלט דיך צוגעשמידט 
צום פּלאַץ און קאָנסט זיך ניט רירן, סיידן דער פּאַרשױן װעט אַװעק- 
נעמען די אויגן פון דיר, זיינע לאַנגע פינגער, אױיסגעכאָליעטע, אָבער 
דער גלאַנץ פון זיין אויג איז געווען אַזאַ קאַלטער, װאָס דערמאָנט אָן 
הינט, װאָס האָבן ליב אַרײנצוכאַפּן װאַרעמע העלדזער און װאַרגן ביז 
די נשמה גייט אויס. 

נתן ווייסט, אַז היינט װועט עפּעס געשען און אַז ס'וועט געשען װועט 


|}1 


ער זיין דער ערשטער אַרױיפצופאַלן אויף דעם פּאַרשױן. נתן ויל 
ניט אַנערקענען קיין גבורים, ווייל ער טראַכט, אַז דער געפיל פון 
גערעכט-זיין איז שטאַרקער פאַר דער גרעסטער גבורה. דאָס װאָס 
ס'פאַרדריסט אים מערער פון אַלץ איז די גרויסע געמיינקייט פון צו 
שרעקן מענטשן מיטן געװאַלד פון כוח. אַז אָט דער פּאַרשױן זאָל 
טויזנט מאָל אים אַרײנשפּיצן זיינע גזלנישע אויגן, וועט ער אים אַרױס- 
שטעלן אַ צונג. ער, נתן, איז דער פרייער מענטש און עס אַרט אים אַפילו 
ניט, אַז מ'וועט צילעווען אַנטקעגן אים מיט אַ רעװאָלװער. אַ קויל קאָן 
אים טאַקע דערהאַרגענען, אָבער ביז װאַנעט די נשמה זיינע װעט אויסגיין, 
וװועט ער ניט אויפהערן צו זיין פריי, 

אין שאַפּ איז אַרײן אַ קאָמיטע פון הויכע געזונטע יונגען מיט אַ טרע- 
װאָגע: /סטרייק!* די מיידלעך האָבן אָנגעהויבן צו קוויטשען און דער 
סעקציע-פאָרמאַן האָט זיך געלאָזט צום טעלעפאָן, אָבער אַ שטאַרקער 
קנאַק איבער דער האַנט האָט אים אָפּגעשטעלט און מיט אַ פּנים צע- 
קרימט פון שרעק און פון ווייטיק, האָט ער זיך אָנגעהויבן צו דרייען 
אַרום-אַרום אויף איין אָרט און געװואָיעט וי אַ הונט, װאָס מען פאָרט 
אים איבער אַ פוס. סעמעלע, דער שטילינקער, האָט תיכף ניט גע- 
סטאַיעט. מען איז געלאָפן אויף די טרעפּ -- די מיידלעך מיט צע- 
פּאַטלטע האָר און די יינגלעך מיט די רעקלעך אויף איין אַרבל. אַלע 
זיינען נאָך געווען דערשראָקן, אָבער אונטן איז שוין געשטאַנען אַ 
גרויסער עולם אין אַ פראָסטיקן ליכטיקן אינדרויסן, האָבן געפּינטלט 
מיט די אויגן און ניט געקאָנט קוקן דער זון גלייך אין פּנים אַריין, 
פּונקט וי אַרעסטאַנטן, װאָס מען האָט ערשט אַרױסגעלאָזט פון פינצטע- 
רע קאַמערן, עס האָבן זיך געיאַװעט פּלאַקאַטן מיט אויפשריפטן און 
עמיצער האָט אַ זינג געטאָן ;סאָלידאַריטי פאָרעווער". איז געװאָרן 
מיטאַמאָל הייס און גוט יעדן איינעם, מען האָט אונטערגעכאַפּט דאָס 
ליד און געזונגען מיט אַזאַ פרייד, אַקוראַט, װוי די ישועה איז שוין 
אויף אַן אמתן געקומען און זיי וועלן שוין קיינמאָל ניט וויסן פון צער. 


})}171 


סקלעבס 


אויפן אַנדערן טאָג איז נתן אויפגעשטאַנען פריער וי אַלעמאָל און 
איז געקומען צום שאַפּ. אָבער אַנדערע זיינען אױיפגעשטאַנען נאָך 
פריער פֿאַר אים און דער טראָטואַר איז שוין געווען פול מיט דורב- 
געפרוירענע בחורים און מיידלעך, װאָס זיינען געגאַנגען אַהין און 
צוריק פאַר דער געביידע װי שטומע, זיך געהאַלטן צוזאַמען און מורא 
געהאַט זיך אָפּצוטײלן איינער פוֹן אַנדערן. ס'איז געווען אַ שטיל- 
שווייגעניש. אַ בייזע שטילשוייגעניש. די איטאַליענערקעס האָבן 
געװאָרפן אויגן פול מיט מורא און נקמה, די יידישע אָפּערײטאָרס 
און פּרעסערס מיט בלייכע לענגלעכע פּנימער און אויסגעצויגענע 
נעזער האָבן געפּרואװט זיך וויצלען, אָבער קיינער האָט ניט גע- 
לאַכט, און אַז עמיצער האָט יאָ אַ לאַך-געטאָן, אין דאָס געווען גע- 
מאַכט, כדי זיך אונטערצוגעבן קוראַזש. אין די שלייפן האָבן געקלאַפּט 
העמערלעך און די ליפּן האָבן געצוקט. דער פּאַרשױן, װאָס איז געווען 
אָנגעטאָן װוי אַ פּאָליסמאַן און האָטס געשמועסט מיט סעמעלען איז 
דווקא געשטאַנען אַ גלייכגילטיקער, אונטערגעװאָרפן זיין דובינקעלע 
אין דער לופטן און אַלעמאָל ניט פאַרפעלט דאָס כאַפּן צוריק מיט 
בריהשער פלינקייט, 

דער שאַפּ האָט אַ פּראַכט-עלעװװיטאָר אויף דער צוייטער זייט 
פון דער גאַס. נתן ווייסט פון דעם. האָט ער זיך אָפּגעטײלט פון די 
איבעריקע, פאַררוקט זיך אין אַ ווינקל און געװאַרט. סעמעלע גנב 
האָט, ווייזט אויס, אומיסטנע זיך געשטעלט ביי דעם הױפּט:אַרײנ- 
גאַנג, כדי אָפּצוציען די אויפמערקזאַמקייט פון די פּיקעטס. זיינען זיי 
אָנגעקומען אויף אַ גרויסן טראָק, װי די גנבים, מיט אַ סך שפלות אין 
די אויגן. באַזונדערס איז נתנען פאַרבליבן אין געדאַנק אַ האָרבאַטער 
בחורל מיט אַ בלייך לענגלעך פּנים און שװאַרצע טיפע אױגן פול 
מיט מורא, ;ס-ק-ע-ב-ס"! --- האָט נתן אויסגעשריען און זיך צעוויגט 
מיטן גאַנצן קערפּער פון אויפרעגונג, 

ס-ק-ע"ב ס! איז געװאָרן אַ געװאַלד --- און די איטאַליענערקעס 
זיינען געלאָפּן די ערשטע צום טראָק מיט ליידיקע פלעשער פון מילך. 
ס'האָרבאַטע בחורל האָט אַרײינגעלײזט דער ערשטער: אַ מיידל האָט 
אים געגעבן מיט אַ פלאַש איבערן קאָפּ און ער איז אַראָפּגעפאַלן פון 
טראָק, געבליבן ליגן אויף די שטיינער אַ שטילס, אַ נעבעכל, װי אַ 
הינדל פאַר דער שחיטה... 


})})11 


דער פּאַרשױן, דער גזלן, איז אָנגעלאָפן מיט זיין דובינקע און האָט 
זיך גלייך אַריינגעשניטן אין קנויל פון מענטשן. סעמעלע איז זיך 
ניט געלאָפן שלאָגן, ער איז קלוג, ער וייסט, װאָס ער האָט צו טאָן 
ער איז גלייך געלאָפן צום טעלעפאָן אָפּרופן דעם פּאָליס-סטײשאָן 
נתן האָט זיך נאָך ביז דענסטמאָל ניט באַטײליקט אין געשלעג. ער האָט 
געװאַרט אויפן פּאַרשױן, און אַז ער האָט אים דערזען אָנלויפן אַזאַ 
זיכערן און פלינקן, האָט ביי אים דאָס האַרץ זיך וי אָפּגעשטעלט 
אויף אַ סעקונדע. דערנאָכדעם זיינען אַלע בלוטן זיך צעלאָפן און אין 
די אויגן איז געװאָרן מיט אַמאָל אַזױ קלאָר, אַקוראַט װי ער װאָלט 
אַ נביאות דערזען און ער איז געװאָרן דערהויבן פון גרויסן געפיל 
װאָס האָט געװאַרעמט אַלע זיינע אברים אויף צו טאָן גערעכטיקייט 
פאַר דער אַרבעטער וועלט, 

דער פּאַרשױן איז געווען העכער פון אַלעמען און ווען ער האָט 
געשפּאָלטן די קעפּ פון די קטרייקערס מיט זיין דובינקע, זיינען זיינע 
אויגן פאַרשמעלערט געװאָרן און אַ גרויסער עקסטאַז פון צעלאָזענע 
ווילדע כחות האָט געברענט אין זיי. פּונקט וי אַ ווילד פערד, װאָס 
רייסט זיך אַרױס פון פאַרשפּאַרטן שטאַל און דערזעט פאַר זיך פרייע, 
ברייטע סטעפעס. נתן איז געלאָפן גלייך אַנטקעגן אים און דער 
גענגסטער האָט זיך צעשמייכלט, אַ ויג געטאָן מיט דער דובינקע 
גלייך איבערן נאַרישן בחורס קאָפּ. דער נאַרישער בחור האָט זיך 
אָבער אַ בויג געטאָן צו זיינע פיס און איידער װאָס ווען איז שוין 
דער גענגסטער געלעגן צעלייגט אויף דער ערד אַ דערשטױינטער 
און ניט געוואוסט וי אַזױ איז דאָס צו אים געקומען. וי אַ פאַיטער 
האָט ער אַ שפּרונג געטאָן און איז שוין ווידער געווען אויף פעסטער 
ערד. אָבער דאָס דובינקעלע איז שוין געווען ביי נתנען אין די הענט, 
יענער איז געלאָפן אויפן גענגסטער און ס'האָט זיך אים אױיסגעדאַכט, 
אַז שוין יאָרן און יאָרן ברענט און פּלאַמט אַזױ דאָס האַרץ ביי אים 
און אַז די גאַנצע װעלט האָט פאַרהאַלטן דעם אָטעם, צו זען, װאָס 
וועט געשען, און אַז עפּעס דער רעש, װאָס קלינגט אין זיינע אויערן 
קומט פון גאָר ווייט, און דער איינציקער ציל אין זיין לעבן איצט, 
איז צו דערלאַנגען דעם גענגסטער איבערן קאָפּ. ער האָט אַזש געהאַט 
אַ ווייטיק פון דעם, װאָס ער קאָן אים ניט דערלאַנגען. 

ער האָט אים אָבער סוף-כל-סוף געטראָפן און ניט איינמאָל, נאָר 
אַ סך מאָל, און האָט אים אויסגעצויגן אויף דער ערד. דערנאַכדעם 


|}18 1 


מיט דעם זעלבן אימפּעט זיך אַ לאָז געטאָן אויף די סקעבס. אָבער 
שווערע, גרויקע פּאָליסלײט, װוי די העלפאַנטן זיינען געלאָפן פון 
אַלע זייטן, כדי אַרײנצוכאַפּן אַלע פּיקעטס אין אַ קלעם. אין איין מינוט 
איז דער פּלאַץ געװאָרן לײידיק; זיי זיינען זיך צעלאָפן די סטרייקערס 
און אַן אַמבולאַנס האָט שוין געאיילט קלינגענדיק אָן אויפהער מיטן 
גלאָק צו דעם אָרט פון שלאַכט, וואו אַ פּאָר סקעבס און דער גענגסטער 
זיינען געלעגן פּריטשמעליעט פון די קלעפּ, 


אינדרויסן האָט געברענט דער פראָסט 


דעם סטרייק האָט מען כלומרשט געוואונען, אָבער דאָך האָבן זיך 
די צענדליקער טויזנטער אַרבעטער אומגעקערט אין די שעפּער אָפּ- 
גענאַרטע און פאַרשעמטע, פּונקט ווי זיי װאָלטן באַגאַנגען די גרעסטע 
נאַרישקײט, װאָס זיי האָבן געסטרייקט, געבליבן איז אַלצדינג פּונקט 
וי פריער און דעם געווינס האָבן זיי גאָרניט געזען. 

פאַנטאַזיאָרן גרויסע זיינען געווען די סטרייקערס אין די טעג 
פון זייער יום-טוב,. אין די קטרייק-:האָלס האָט מען געקאָנצערטעװעט, 
און צוזאָגן זיינען אַלע מאָל געפלויגן אין דער לופטן. מען האָט ניט 
געקאַרגט קיין װערטער אױסצומאָלן די גליקן, װאָס װועלן אויף זיי 
אָנהױיבן רעגענען, ווען זיי וועלן געווינען. 

דער יום-טוב האָט זיך געענדיקט. זיי זיינען געקומען אויף זייערע 
פריערדיקע פּלעצער און אַזױ גיך וי אַ האַלבער טאָג פון אַרבעט 
איז איבערגעלאָפן, האָט שוין דאָס האַרץ װידער אָנגעהויבן צו נאָגן 
און די שווערקייט און הילפלאָזיקייט איז ווידער אָנגעלאָפן אויף זיי, 
די איינציקע זאָך אויף זיך צו ראַטעװען איז צו אַרבעטן גיך, גיך, 
שווייגן און פיינט האָבן דעם פאָרמאַן, האַסן דעם באָס און װאַרטן 
אפשר װעט פאָרט קומען אָט יענער טאָג. 

אַלעמען האָט מען צוריק אַרויפגענומען אין שאַפּ. נתנען און נאָך 
אַ פּאָר חברה-לייט האָט מען מער ניט צוגעלאָזט צו דער אַרבעט, 
זיינען זיי געלאָפן אין דער ייאָן מיט אַ טענה: ,סטייטש, מיר 
האָבן דאָך געוואונען, ניט אמת? וי אַזױ זשע איז דאָס װאָס מען וויל 
אונדז ניט צוריקנעמען צו דער אַרבעט אין שאָפּ?" 

אין דער יוניאָן איז געווען װאַָרעם, אַלע אויוונס געהייצט און דער 
גרויסער צימער פאַרפּוצט און אויפגערוימט. אינמיטן איז געשטאַנען 


})})31 


אַ קליין טישל און אויפן טישל אַ גרויסער קאָרב בלומען מיט אַן 
אויפשריפט : ,סוקסעס",. הינטער די ווענטלעך זיינען זיך די מיידלעך 
געזעסן ביי די שרייב:טאַשינקעס, אױסגעקלאַפּט טיזנטער בריו, 
געקייט טשואינגאָם און געפּלאַפּלט צווישן זיך זייער אויפגעלייגט, 

אין אַ באַזונדערן חדר איז געזעסן דער פירער מיט זיינע אַרױס- 
העלפער און געמאַכט אַ שטילע כוסה, אַ גרויסע רייע אַרבעטער האָט 
געװאַרט ביי דער טיר, אָבער מען האָט קיינעם דערוייל ניט צוגע- 
לאָזט, ווייל, וי מען האָט זיי דערקלערט, קומט איצט פאָר אַ ויכ- 
טיקער מיטינג אין די אינטערעסן פון דער יוניאָן. דערנאָכדעם האָט 
מען דאָרטן אינװייניק פאַרבאַהאַלטן די פלעשער און די גלעזלעך, 
אָפּגעװישט די ברעקלעך פון די ליפּן און געהייסן אַרײנלאָזן. איז נתן 
אַרײינגעקומען און זיך געחידושט, װאָס אַלע אינוייניק האָבן אַזױנע 
פריילעכע פּנימער, די אויגן ביי זיי גלאַנצן מיט פייער, לאַכן, וויצלען 
זיך און זאָגן קיינעם ניט אָפּ. נתנען האָבן זיי אויך צוגעזאָגט, אַז װאָס 
הייסט, אַװודאי װעט מען זען מען זאָל אים אַרויפנעמען, ואודען 
ניט. לאָז ער זיין רואיק, די יוניאָן וועט שוין וועגן דעם זאָרגן. 

פון דער זאָרגעניש איז גאָרניט אַרױסגעקומען. ווען נתן איז אויפן 
צווייטן טאָג אַרױפגעגאַנגען אין שאַפּ, האָט אים סעם באַגעגענט 
זייער פריינטלעך און אים אַיינגעלאַדן צו זיך אין אָפיס. ער האָט אים 
מכבד געווען מיט אַ סיגאַר און זיך צערעדט אַביסל וועגן ראָמען 
ראָלאן, דאָסטאָיעװסקין און ניטשען. אַנטװיקלט פאַר אים די טעאָריע 
פון אינדיװוידואַליזם. זיך געחידושט אויף נתנען, װאָס אַזאַ אינטע- 
ליגענטער מאַן װי ער זאָל זיך לאָזן פאַרפירן בשעתן סטרייק. צום 
סוף האָט זיך סעם זייער פיין אַנטשולדיקט, װאָס ער קאָן אים ניט 
צונעמען צו דער אַרבעט, ווייל ער האָט אַזאַ באַפעל פון באַלעבאָס, 
אַז וועמען, וועמען, --- אָבער ניט נתנען. לאָז ער פּרובירן אין אַנדערע 
שעפּער -- אפשר וװעט מען אים אַרײיננעמען. און לאָז אים נתן אַנט- 
שולדיקן, װאָס ער האָט איצט קיין צייט ניט אַביסל מערער מיט אים 
צו פאַרברענגען, אַפילו ס'איז אים זייער אַנגענעם, 

אין דרויסן האָט געברענט דער פראָסט און ס'איז געווען כמאַרנע. 
יעדעק ווינקעלע אין שטאָט האָט געקאָכט מיט אַרבעט. נתנען האָט 
אָנגעהויבן צו דראָזשען, האָט ער זיך גוט אינגעוויקלט אין. זיי 
מאַנטל און איז אַװעק אין אַ מואווי. 

אין דער מואווי האָט ער געטראָפן אַ פולן זאַל, אויך וייזט אויס 


}1 


אַזוינע הילפלאָזע מענטשן וי ער, װאָס טראַכטן, אַז דערווייל די פּאָר 
שעה, װאָס מיר װעלן זיצן דאָ, וועלן מיר זיך כאָטש ניט דאַרפן זאָרגן 
און ס'וועט אונדז זיין היימלעך און װאַרעם. 

מאָדנע מענטשן זיינען אומגעלאָפן אויפן לייוונט. אַ פאַרקערטע 
וועלט, אַלצדינג, װאָס אין לעבן איז שלעכט, ווערט דאָרטן גוט. מענטשן 
האָבן רחמנות איינער אויפן אַנדערן, מען פאַרגיסט טרערן אויף יענעמס 
צער. אויב מען איז אָרעם, קומט עפּעס אַ גוטער מאַן און באַשענקט 
אים מיט מיליאָנען און גיט אים נאָך זיין שיינע טאָכטער פאַר אַ ווייב, 
--- און אַלצדינג דערפאַר, װאָס מען האָט זיך נעבעך אָנגעליטן אַזױ 
פיל יאָרן אויף דער וועלט. סוף-כל-סוף, קומט אויס דער מוסר-השכל 
פון לייוונט, אַז יעדער איינער פון די צושויער װאָס װעט אַרױסגײן 
פון דעם פּלאַץ, װעט אים באַגעגענען אַן אַלטער מיליאָנער, אַ ראַקע- 
פעלער, צי אַ הענרי פאָרד, אים אַרומכאַפּן, דריקן צום האַרצן און 
זאָגן; קום צו מיר, דו אָרעמער מענטש, האָקט נעבעך אַזױ פיל גע- 
ליטן אין דיין לעבן, קום צו מיר אין הויז, איך װעל דיר אַװעקגעבן 
מיין פּאַלאַץ, מיין טאָכטעד, אַלצדינג, אַבי לייד ניט... / 


וואויל צו דעם, װאָס האָט אַ װאַרעמע הױויז 


נתן האָט אַרינגעקוקט אין שפּיגל און אַז ער האָט דערזען פאַר 
זיך אַ מאָגער פּנים מיט אױסגעשטאַרטשעטע באַקן-ביינער און קאַ- 
לעמוטנע אויגן, האָט ער זיך צעלאַכט. אים איז געפעלן געװאָרן, װאָס 
דער הונגער האָט טאַקע אין אמתן אַזאַ כוח איבער זיין קערפּער. ער 
האָט זיך אָנגעטרונקען מיט קאַלטער װאַסער און אַלע אברים זיינען 
דערפון געװאָרן שטייף. די שװועסטער פריידע ווייסט גאָרניט דערפון, 
ווייל ווען זי זאָל זיך דערוויסן, װאָלט זי אים באַװײינט און באַקלאָגט, 
און װאָלט זיכער אים אַװעקגעגעבן אירע לעצטע פּאָר דאָלאר, זי 
האָרעװעט שווער נעבעך אין איר קענדי סטאָר, די פיס אירע זיינען 
נאָך מערער געשװאָלן, איצטער האָט זי שוין ניט קיין אָפּרו, אַפילן 
בײנאַכט. נתן באַװײזט זיך אָבער ניט פאַר איר אין אַזױנע טעג. 
| --- װאָס איז מיין גוף, --- טראַכט ער, --- עפר ואפר, ערד מיט בלאָ- 
טע. אַבי דער כוח פון מיין גייסט זאָל ניט אויסגעלאָשן װערן. נעכטן 
האָט ער אָנגעהױבן דעם ריכטיקן תענית. היינט האָט ער שוין מער 
ניט, װוי צען סענט. ס'וועט נאָך זיין אויף הוצאות קיין ניו יאָרק און 
צוריק, 


})})51 


אין װאַגאָן האָט ער געשמייכלט צו די מענטשן און זיי האָבן אַפילו 
ניט פאַרשטאַנען, װאָס איז אויף אים אַזױ די גדולה. נתנען האָט אָבער 
הנאה געטאָן, װאָס מענטשן קאָנען זיצן אַזױ פאַרחושכט, װוי די גאַנצע 
וועלט װאָלט געפאַלן אויף זיי, און ער, נתן, װאָס האָט שוין פון נעכטן 
אָן ניט פאַרזוכט דעם טעם פון המוציא, איז גאָר אַזױ לעבעדיק און 
מונטער. ווען ער שעמט זיך ניט, װאָלט ער זיך אַפּילו צעזונגען 
אינמיטן װאַגאָן אַ לויב-געזאַנג צו זיין פרייד, װאָס קוועלט אין אים 
אַפילו אין אַ הונגעריקן קערפּער. אויף די גאַסן אין ניו יאָרק, שפּעט 
אין טאָג, האָט ער טאַקע געזונגען. ס'האָט אים ניט געאַרט, װאָס 
אויף די פענצטער פון די רעסטאָראַנען שטייען אויסגעשטעלט גע" 
בראָטענע קעפּ פון קעלבלעך און געפּרעגלטע הינער אױף די טע" 
לער. ער האָט אונטערגעברומט אַ ניגונדל און האָט הנאה געהאַט, װאָס 
ער לעבט נאָך און קאָן זען אַזױ פיל זאַכן, װאָס זיינען שיין פאַרן אויג, 
דער הומר ווירקט אויפן גייסט, דאָס ווייסט נתן, אָבער ער װעט ניט 
דערלאָזן צו אַזאַ זאַך. ער װעט פירן מלחמה מיט די שלעפטע שטי" 
מונגען, װאָס קאָנען באַפאַלן דעם קערפּער און אים שלעפּן אין שאול 
תחתיה, 

אויף דער בירזשע, וואו די אַרבעטער קומען זיך צונויף אין די 
נאָכמיטאָג שעהן, האָט ער געפלאַמט מיט רייד און אַ גרויסער עולם 
איז געשטאַנען אָרום אים און אױיפגעכאַפּט יעדעס װאָרט. ער האָט 
גערעדט וועגן דעם, װאָס מען דאַרף זיך ניט לאָזן נאַרן, ווייל װוערן 
אָפּגענאַרט איז ערגער פון פאַרשקלאַפט זיין. ווייל די גרויסקייט פון 
מענטשן באַשטײיט אין דעם, װאָס ער איז אַ קלוגע באַשעפעניש און 
באַשטימט זיין יעדן טראָט. --- אָבער לאָזן זיך פאַרפירט װוערן פון 
שווינדלער, דאָס איז פע, און ס'איז, --- זאָגט ער, --- ביי אים די גרעסטע 
רעטעניש צו זען אַזױנע דערװאַקסענע מענטשן, געזונטע, הויכע, ברייט" 
פּלײיציקע, זאָלן אַזױ לייכט זיך לאָזן פאַרריידן די ציינער. --- קװאָס 
האָבן מיר געוואונען דאָז אַז ס'איז געבליבן פּונקט װי פאַרן סטרייק, 
און נאָך ערגער : מען שניידט די פּרײיזן און מען זאָגט אַפּ אַרבעטער. 
ווען די באַלעבאַטים פאַרגלוסט זיך; און אין דער יוניאָן שטייט נאָך 
אַלץ דער גרויסער קראַנץ בלומען מיטן אויפשריפט ,סוקסעס", ווען 
מען הונגערט איז די שלעכטסקייט נאָך ניט אַזױ גרויס, ווען מען גייט 
אָפּגעריסן, אָפּגעשליסן און מען פרירט פון קעלט, איז נאָך אַלץ אַ 
קלייניקייט; אָבער אַז אין דער יוניאָן זיצן אַ פּאָר צענדליק ליגנער, 


}1461 


װאָס דענקען, אַז זיי זיינען געװאַלדיקע חכמים, ווייל דער עולם איז 
אַ גולם --- דאָס איז שוין אַ מיאוסקייט". 

נתן האָט זיך דערנאָך געלאָזט מיט דער פינפטער עוועניו אַרױף 
און זיין שטימונג איז ווייטער געהויבן געװאָרן. דער קאָפּ האָט זיך אים 
אָנגעהױיבן צו דרייען פון שװאַכקײיט און ער האָט זיך אָנגעכאַפּט אין 
אַ פריילעכן געדאַנק און אים ניט אָפּגעלאָזן, ווייל ווען ער זאָל אים 
יאָ געווען אָפּלאָזן, װאָלט ער זיכער געפאַלן חלשות אויף דעם טראָי 
טואָר. דער פריילעכער געדאַנק איז געווען דאָס, װאָס מענטשן האָבן 
אַזױ שטאַרק ליב מוזיק, ס'דערהויבט די געדאַנקען און מען טוט זיך 
אָפּ פון דער גאַנצער װעלט. נתן קאָן שטענדיק אַרױסרופן אַזוינע 
טענער, װאָס ער האָט זיי נאָך קיינמאָל אין זיין לעבן ניט געהערט. 
נאָך איז נתנען געווען פריילעך, װאָס ער וויל זיך ניט אונטערגעבן 
און אַז דאָס לעבן, די גאַנצע רוישיקע שטאָט ניו יאָרק, איז פאַר אים 
געװואַלדיק וויכטיק, 

פאַרנאַכט איז ער אָנגעקומען קיין בראָנזװויל פאַרן לעצטן ניקל. ווען 
ער איז אַרױיסגעשטיגן אויף דער פּלאַטפאָרמע האָט דער גאַנצער הימל 
געברענט רויט און נתנען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דאָס איז אַ צו- 
שפּיל אַזאַ צו זיין הונגער. אַלע מענטשן, װאָס זיינען אַרױסגעלאָפן 
פון די װאַגאָנען, האָבן באַלד ניט געסטאַיעט. אין בראָנזװויל עסט מען 
איצט וועטשערע אין אַלע הייזער. אין די קיכן איז װאַרעם און די 
באַלעבאָסטעס גרייטן צום טיש. אַ היימישער באָרשטש, אַז מען קאָכט 
אָפּ, איז גאָר אַ מחיה; אָדער אַ טעלער הייסן זופּ, װאָס שלאָגט מיט פּאַרע. 
נתן האָט גאָרניט געװאָלט טראַכטן פון אַזױנע זאַכן, ער האָט געװאָלט 
זען, װוי די רויטקייט פון הימל ווערט אױסגעלאָשן. איין און איין- 
ציקער שטייט ער אויף דער פּלאַטפאָרמע און דער וינט צופּט די 
אויערן., װאָלקנס רוקן זיך אויפן הימל און וערן בלוי, דערנאָכדעם 
שװאַרץ, דערנאָכדעם קומט אָן די נאַכט. און אַז די נאַכט קומט אָן איז 
וואויל צו דעם, װאָס האָט אַ װאַרעם הויז און די ווענט לאָזן ניט אַריין 
דעם טומל פון דער גאַס און די סטעליע איז ליכטיק און די פינצטערע 
פענצטער פאַרשלאָפן מיט אַזאַ נאַכטיקן געזאַנג, 


} 147 { 


פּסח לאָזט ניט אַרין 


אַ ווינט האָט געיאָגט משה דעם משוגענעם אין די פּלײיצעס און 
דער שניי האָט אינגאַנצן ווייס געמאַכט דעם זאַק און זיינע הויזן --- און 
איבער די גאַסן איז שפּעטע נאַכט. אַלע פּאָליסלײט האָבן זיך באַהאַלטן 
אין די שענקען און אין די רעסטאָראַנען, און משה איז געלאָפן און 
געװואָיעט. 

ביי אַ קעלער האָט ער זיך אָפּנעשטעלט, אָנגעקלאַפּט אין דער טיר 
אוּן געװאַרט, אַז אָט-באַלד װועט דאָס בעט דאָרט אָנהויבן צו סקריפּען 
און פּסח, אין די אונטערוועש, וועט אָנהױיבן צו װאָרטשען און צו זידלען, 
און אַראָפּגײן עפענען די טיר. אָבער ס'איז גאָר שטיל דאָרטן און 
פּסח שווייגט, 

--- פּסח, זאָג איך דיר, עפן. האָט משה זיך געבעטן, 

--- פּסח, עפנסט? --- ס'פאַלט שוין אַ שניי אין דרויסן, --- איז משה 
צוגעפאַלן צו דעם פענצטער און אַריינגעשריען. 

דער קעלער מיט די שמאַטעס איז אָבער געווען שטום, פאַרעקשנט, 
וי אויף צו להכעיס, און משה האָט זיך אַראָפּגעזעצט אויף די טרעפּ 
מיטן זאַק אויף די פּלייצעס און אָנגעהויבן װואָיען אויף אַ קול איבער 
דער גאַנצער גאַס: ;אוי, וויי איז צו מיר, פּסח וויל שוין מער ניט עפע- 
נען". 

פּסח איז געלעגן אין קיך אין אַ װאָלקן פון גאַזן און ס'איז אים 
געווען קשה אין שלאָף, װאָס דאַכט זיך: משה קלאַפּט און ער איז שוין 
פון לאַנג אַראָפּגעגאַנגען און האָט אים געעפנט די טיר; נאָך איז אים 
געווען קשה, װאָס דאַכט זיך, אַז משה האָט זיך שוין פאַרשטופּט אין 
די שמאַטעס אויף זיין געלעגער און שלאָפט שוין פאַרװאָס'זשע 
הערט ער עמיצן וויינען?. -. ווייטער האָט ער זיך געוואונדערט, װאָס 
עמיצער זיצט אים אויפן קאָפּ און דריקט אים און ציט אים צו זיך 
און שלעפּט אים פון געלעגער.. 

פּסח האָט פאַרגעסן אויסצודרייען ס'גאַדאײיװועלע און ער האָט 
געהאַט אינזינען דאָס צו טאָן. קיײינמאָל פאַרגעסט ער ניט. ער האָט 
אָבער געװאָלט זיך אַביסל פוילן, ס'איז אים געווען װאַרעם אין בעט 
און ער האָט געשמייכלט. דערנאָכדעם האָט זיך אים אױסגעדאַכט, 
וי ער קריכט אַראָפּ פון בעט און לעשט שוין אויס. האָט ער זיך 
שוין באַרואיקט. דער שלאָף האָט אים פאַרצויגן זיינע אויגן. די לאַנגע 


}481 


ווייסע באַרד זיינע האָט זיך אױסגעשפּרײט אויף דער קאָלדרע מיט 
גרויס כבוד, אַ מידע און רואיקע. 

פּסח שלאָפט. און דער בלעכענער טיש, דער ווייסער, איז אינגאַנצן 
רויט פון דער שיין פון גאַזיאײוועלע, רויט איז אויך דאָס מעסער, װאָס 
ליגט לעבן ברויט, און דער אױיסגעװואַשענער טעלער, 

פּסח האָט געבענטשט נאָכן עסן, זיך אונטערגעברומט אַ נגונדל און 
צוגעקלאַפּט מיט די שפּיצן פינגער. אים איז געווען גוט. אים האָט זיך 
אױיסגעדאַכט, אַז ער װעט שוין אייביק לעבן, וייל ער אַלײן לעבט 
שוין אַ שטיק אייביקייט. אַזױ פיל יאָרן זיינען פאַרלאָפן, די פּנימער 
פון זיינע ווייבער האָט ער שוין לאַנג פאַרגעסן און די קינדער זיינע 
זיינען אויך אױיסגעשטאָרבן און ער, פּסח, האָט איבערגעשפּאַנט זייער 
אַלעמענס טויט און פאַרגעסט קיינמאָל ניט צו נעמען אַ גלעזעלע בראָנפן 
פאַר יעדן מאָלצייט. און דאָס גלעזעלע בראָנפן דערקוויקט די נשמה 
און די באַקן צעגליען זיך, און אין די אויגן טאַנצן פייערלעך. 

ניו יאָרק איז פאַר פּסחן שטענדיק געווען אַ ווייטע מדינה, פּונקט 
וי ארץ ישראל. אַלע טאָג זיינען מענטשן געפאָרן קיין ניו יאָרק, אָבער 
ניט פּסח. זיין ניי/מאַשין שטייט לעבן פענצטער און פון דאָרטן זעט 
ער אַלצדינג און ווייסט שוין וואוהין און נאָך װאָס יעדער גייט. אים 
איז גוט אין בראָנזװיל. די שול איז געשטאַנען פּונקט אַנטקעגן און 
די באָד אויפן צווייטן קװאַרטאַל. מענטשן האָבן אים געבראַכט הויזן 
און רעקלעך און זיינע לאַטעס װאָס ער האָט געליגט, האָט קיינער 
גאָרניט דערקענט, מחמת ער האָאַ געקענט אַזאַ קונץ טאָן מיט דער 
נאָדל, אַז אַפילו דער פּרעזידענט אַליין װאָלט ניט געקאָנט אויסגעפונען 
די לאַטע װאָס ער האָט געלייגט, 

אַ האַלבע קיך איז געווען ליכטיק און דאָרטן וואו פּסח איז געלעגן 
אויפן בעט איז געווען פינצטער, אָבער דורך אַ שפּאָלט פון פענצטער 
איז דער ווינט אַרין, אויסגעלאָשן די ליכט און די גאַזן האָבן אָנגע- 
הויבן לויפן דורך די רערן, גיך, גיך, זיך דערהויבן ביז דער סטעליע, 
זיך צעשפּרײט איבערן גאַנצן צימער, זיך געלייגט אויפן טיש, אויפן 
בעט --- און פּסחן איז ביז דער לעצטער מינוט געווען קשה... 

אַ גאַנצע נאַכט האָבן די שכנים געהערט אַ געוויין, דאָס האָט משה 
אַזױ ניט אויפגעהערט צו קלאָגן זיך, אַז ,אוי, וויי, פּסח יל ניט 
עפענען די טיר, אוי, וויי, ס'פאַלט שוין אַ שניי". האָבן זיי געמיינט; 
ווייסיך װאָס,. משה דער משוגענער דאָרטן. גיי ווייס, אַז ס'זאָל געשען 
אַזאַ אומגליק! 


})9{ 


אַ חזנדל מיט אַ קליין בערדל איז געשטאַנען אויף די טרעפּ פון 
דער שול און געמאַכט אַ ,מלא". אַזױ איז ער זיך אַ פּשוטער בעל" 
תפילה. דאַװנט ערלעך, אָן פּרעטענזיעס. אָבער איצטער, בי דעם 
.מלא", האָט ער געפּרואװט אַביסל זיך אונטערגאָרגלען. ער האָט 
געװאָלט זען, װוי אַזױ װעט ביי אים אַרויסקומען, אויב ער װעט זיך 
צעזינגען װוי אַן אמתער חזן. 

אין אַ פיינער קאַרעטע איז זיך פּסח געלעגן, מיט שיינע פענצטער 
און ווייסע פאָרהאַנגען. די פערד מיט די פאַרריסענע קעפּ האָבן אויס" 
געקוקט וי ריזן און דאָס יידעלע, װאָס האָט זיי געהאַלטן ביים צוים, 
איז געווען אַ קליינס, אַ דאַרס, מיט אַ גרויס היטל איבערן קאָפּ. 

די פערד זיינען געווען אומרואיק, האָבן זיי געטופּעט מיט די פיס, 
געהוידעט מיט די קעפּ, באַשטעקט מיט אַזױנע פעדערנע פעכערסי 
דאָס גרויסע היטל האָט זיך אויך ניט געװאָלט האַלטן אויפן קאָפּ 
און ס'איז רק אַראָפּגעפאַלן איבער די אויגן. האָט דאָס יידעלע נעבעך 
שוין געהאַט אַן אַרבעט אַלעמאָל אַרויפרוקן ס'היטל, אינהאַלטן 
די פערד און שרייען צו זיי: אָלי, אָלי. ס'הייסט: זייט שטיל, זייט שטיל. 

אַלע ווייבער פון דער גאַס זיינען געשטאַנען מיט נאַסע אױיגן אַ 
נעגערטע מיט אַן עמער און שמאַטעס אויף צו װאַשן פּאָדלאָגעס האָט 
אויך געהערט די ,מלא". געקוקט דערשראָקן יעדן איינעם אין פּנים 
און האָט שוין אויך געהאַלטן ביים וויינען. דזשאָו דער איטאַליענער, 
װאָס רעדט יידיש וי אַ װאַסער און װאָס זומער פאַרקויפט ער אייז 
צו די ווייבער און ווינטער קוילן, האָט אויך פאַרהאַלטן די פערד און 
איז געבליבן זיצן אויפן װאָגן אַ טרויעריקער. ווען אָבער די גרויס" 
אַרטיקע קאַרעטע מיט פּסחן האָט זיך גערירט און אַלע זיינען זיך 
צעגאַנגען, נאָר משה דער משוגענער מיטן זאַק אויף די פּלייצעס האָט 
זיך נאָכגעשלעפּט און געכליפּעט, -- האָט דזשאָו אַ נוקע געטאָן צו 
די פערד און זיך צעשריגן איבער דער גאַנצער גאַס אין יידיש : 

--- קוילן, ווייבער, קוילף.*. 


}10{ 


אומעטום זיינען געלאָפן נתנס 


אַ שטאַרקער, קאַלטער װוינטער-פאַרנאַכט אין בראָנזװיל. מען לויפט 
הונגעריקע און איבערגעפרוירענע פון סאָבוויי. 

די חתונה-פּראָצעסיע ציט זיך אויף עטלעכע קװאַרטאַלן. נייאינקע, 
אױיסגעפּוצטע אױטאָמאָבילן. אַלע קרובים פון חתנס צד, דער בראָנז" 
ווילער טשעמפּיאָן מיט אַלע זיינע חברים אין נייע גלאַנציקע צי- 
לינדערס. אָבער אויף יעדן ראָג איז געשטאַנען אַ נתן און האָט גע" 
ציטערט פון קעלט. פון אַלע טירן, פון יעדער הױז, איז אַרױס אַ 
נתן און זיך געלאָזט לויפן נאָך די אױטאָמאָבילן. ביי דער גרויסער 
שול אויף סטאָן עוועניו, צװישן פרעמדן, נײיגעריקן עולם, זיינען 
געשטאַנען אַלע נתנס און האָבן געקוקט אויף אַלעמען מיט מאָנענדיקע 
אויגן... 

די כלה איז געווען בלייך, ניט פון פאַסטן. זי האָט במילא קיין איין 
ביסן ניט געקאָנט אַראָפּשלינגען. בײנאַכט איז געקומען צו איר צו 
חלום נתן און ער איז גאָרניט געווען אין כעס. ער איז געקומען און 
געקוועלט פון פרייד, האָט זי אים אַ פרעג געטאָן; 

--- נתן, דו קוועלסט פון פרייד און מיר ווילט זיך גאָר וויינען. 

האָט ער איר געזאָגט: 

--- װאָס דאַרפסטו וויינען, נאַרעלע, ניט ויינען איז דער עיקר. 
דער עיקר איז די חופּה און די חתונה-קליידער. פינף קליידער פון 
פאַרשידענע גענייען און קאָלירן הענגען אין דער שאַפע. דאָס זיידענע 
ווייסע לאַנגע קלייד װעסטו טראָגן נאָר איין מאָל אין דיין לעבן 
מער ניט וי צו דער חופה. אַ שאָד, אַ שאָד. די איבעריקע פיר װועסטו 
שוין קאָנען טראָגן ווען דו ווילסט. 

האָט זי צו אים ווייטער געזאָגט: 

--- װאָס רעדסטו צו מיר פון קליידער, אַז דאָס האַרץ איז מיר צט- 
בראָכן, 

האָט ער איר געזאָגט און זיין פּנים האָט נאָך אַלץ געשיינט; 

-- ניט דער עיקר איז אויך, װאָס דאָס האַרץ איז דיר צעבראָכן. 
דער עיקר זיינען די עלעקטרישע לעמפּלעך מיט די קאָלירטע אַבאַזשורן, 
װאָס אין דיין נייער היים אויף איסטערן פּאַרקװײ. ווייסטו גאָר װאָס? 
איך װועל קומען אין דיין נייער היים ווען ער װעט ניט זיין. בײטאָג 


}11 


וועל איך צו דיר קומען. װעסטו אָנדרײיען די גרויסע נייע װיקטראָלאַ: 
און מיר װועלן טאַנצן. 

איז איר שוין געװאָרן פריילעך פון זיינע רייד און זי האָט אים גע- 
זאָגט: 

--- יאָ, נתן. אַלע טאָג וועסטו צו מיר קומען. 

פון דער שול זיינען זיי געפאָרן צו דעם גרויסן טאַנץיזאַל. סעם 
מיטן צילינדער איז שוין געזעסן לעבן איר. ער האָט געשיינט פון 
גליק און פון נחת און אַרומגענומען איװאַן זייער דרייסט. ער האָט 
זי געװאָלט אַ קוש טאָן, אָבער דער צילינדער זיינער האָט געשטערט. 
אָבער סעמעלע איז אַ חכס, ער ווייסט שוין װי זיך אַן עצה צו געבן 
ער האָט אױסגעטאָן דעם צילינדער, אים אַנידערגעלײגט אויפן ווייכן 
זיץ און זיך אָנגעבױיגן אַזױ געלאַסן און איר אַ לאַנגן קוש געטאָן. 
איװואַ האָט פאַרמאַכט די אויגן בעת מעשה, אים אָפּגעגעבן אירע ליפּן 
מיט גרויס אונטערטעניקייט און ס'האָט שוין איר ניט געאַרט. 

סעם איז אַרױס דער זיגער. װאָס דען, ער װעט ניט זיגן?! ער װעט 
נאָך געוויס זיין אַ גרויסער מיליאָנער אויך. 

האָט ער אָנגעטאָן װידער דעם צילינדער, זיך צורעכט געמאַכט 
דעם שניפּס און איז געבליבן זיצן סטאַטעטשנע, וי אַ חתן באַדאַרף זיצן. 

אויף פּיטקין עוועניו זיינען אויך געלאָפן נתנס. צעטומלטע נתנס 
מיט צעשראָקענע פּנימער. אַזױ האָט זיך איר אויסגעוויזן. אָבער דעם 
אמתן נתן האָט זי טאַקע נישט געזען. ער איז געשטאַנען ביים טאַנץ" 
זאַל צווישן עולם און געקוקט אויף די חתונה-אױטאָמאָבילן. ווען איוואַ 
איז אַרױיסגעשטיגן פון אױטאָמאָביל, האָט זי פריער אַרוסגעשטעלט 
איר רעכטן פוס און אַ זילבערנער טופליע און נתנען האָט דערפאַר 
אַ שלאָג געטאָן אין האַרצן. סעמעלע האָט זי באַלד אונטערגעכאַפּט 
און געאָרעמט האָבן זיי זיך ביידע געלאָזט אַרײנגײן אין דער אָפּענער 
פּאַראַדנער טיר. איװואַ איז גאָר העכער פון אים מיט צוויי קעפּ און זי 
טראָגט אויך אַ לאַנגן טייערן מאַנטל פון פוטער. אין זיידנס און אין 
פּליוש װעט ער, סעמעלע, זי פּוצן. ער װעט איר שטענדיק אָפּגעבן 
כבוד, ווייל אין גאַנץ בראָנזװיל איז ניטאָ קיין שענערע פון איר. 

װאָס-זשע וועט שוין איצט נתן טאָן? אפשר װאָלט ער גאָר איצט 
געזונגען זיין שוועסטערס לידעלע: ;איך האָב געקליבן פּערל, איך האָב אַ 
פּערעלע פאַרלוירן, איך האָב געהאַט אַזאַ טייערן דימענט און איך 
האָב אים אָנגעוואוירן". ניין, נתן װעט נישט זינגען ער איו נאָך 


})21{ 


גיט אַזױ נאַריש. און װאָס װעט ער גאָר שטיין דאָ אין אַזאַ קעלטן -- 
ס'איז היינט חנוכה און די שװועסטער באַקט לאַטקעס פון קעז. האָט 
זי אים געשריבן אַ קאַרטל, ער זאָל קומען צו איר, װעט ער עסן 
לאַטקעס. 

אין איסט ניו יאָרק וואוינט די שװעסטער, און נתן האָט זיך גע- 
לאָזט אַהין צופוס. פון דער ליכטיקער פּיטקין עוועניו איז ער אַרויף 
אויף די טונקעלע גאַסן. דאָרטן האָט אים באַגעגענט אַ קאַלטער ווינט 
און זיי האָבן שוין צוזאַמען געשפּאַנט, 

בראָנזװיל זיצט איצט פאַרשפּאַרט אין די הייזער און עסט וועטשערע 
און נתנען גייט איצט אויס דאָס האַרץ פאַר די, װאָס עסן וועטשערע, 
ווייל מענטשן האָבן צער אין די אויגן ווען זיי עסף דער צער פון 
הונגער און די הילפלאָזיקייט פון קליינע קינדער. זייערע פּנימער 
זיינען בלאַס בשעת מעשה און זיי טראָגן גרויס רחמנות צו זיך אַלין. 

איװאַס גרויסע בלויע אויגן זיינען פול מיט גוטסקייט און געטריי- 
שאַפט און זיי װועלן שוין בלייבן פאַרבענקטע אויף אַלע אירע יאָרן און 
אַז זי װעט האָבן אַ קינד פון סעמעלען, װעט זי דאָס טוליען צום 
האַרצן מיט גרויס ליבשאַפט און װעט נאָך אַלץ זיין אַ פאַרבענקטע. 


אַ הוז אַזאַ 


אין בראָנזװיל, אויף פּיטקין עוועניו, איז דאָ אַ הױז אַזאַ מיט אַן 
אָפענער טיר. לויפן אַלעמאָל פון דאָרטן אַרױס בחורים און מיידלעך 
מיט פאַררוקטע קאַפּעליושן און דערהיצטע פּנימער. װאָס טוען זי 
דאָרטן אין דעם הויז, אָט-די בחורים און מיידלעך?! נתן האָט מורא 
אַריײינצוגײין --- און די טיר איז גאָר אָפן, 

אײינמאָל האָט מען געטראָגן פון דאָרטן אַ רויטע פאָן און אפשר 
אַ פּאָר הונדערט מענטשן האָבן זיך אַרױסגעשאָטן פון דעם הויז און 
מען האָט זיך אַלע געלאָזט אויף דער גאַס. די רויטע פאָן האָט גע- 
טראָגן אַ בחורל, װאָס האָט געהאַט אַ פאַרשפּיצט פּנימל. פּונקט 
אַזױ װי דער שטעקן פון דער פאָן איז געווען אויסגעצויגן און גלייך, 
אַזױ אויך דאָס בחורל, נאָר דאָס שטיק רטע געװאַנט איז געווען 
אומרואיק, געקנייטשט זיך און געפלאַטערט. האָט זיך נתנען אויס- 
געדאַכט, אַז דאָס בחורל מיט דער פאָן איז העכער פון אַלע מענטשן 
און אַלצדינג אַרום איז געװאָרן קליין און נידעריק. קיין סך זיינען זי 


}3{ 


ניט געגאַנגען מיט דער פאָן, ווייל פּאָליסלײט זיינען אָנגעלאָפן און 
ניט געלאָזט. איז אויסגעקומען ביי נתנען, אַז די דאָזיקע רויטע פאָן 
האָט זייער אַ סך צו דערציילן, נאָר װאַסיזשע דען, --- מען לאָזט איר 
ניט. אים האָט זיך אויך אױיסגעדאַכט, אַז ווען מען זאָל איר לאָזן, אָט* 
דער פאָן, גיין ווייטער איבער דער גאַס, װאָלטן פון אַלע הייזער אַרױס- 
געלאָפן אַלע מענטשן, און אַלע שפּאַצירנדיקע װאָלטן זיך אַ צי-געטאָן 
נאָך איר און װאָס ווייטער װאָלט די מחנה געװאָרן גרעסער און ריזיקער 
און ביים סוף פון דער שטאָט װאָלט שוין געווען אַזאַ ענגשאַפט ניט 
דורכצוגיין, אָבער דאָס בחורל מיט דער רויטער פאָן העכער איבער 
אַלעמענס קעפּ װאָלט נאָך אַלץ געשפּאַנט ווייטער און ווייטער. 

אײינמאָל אַ שבת בינאַכט האָט מען אַלע פענצטער דאָרטן באַדעקט 
מיט רויטן. און אין בראָנזװיל שמועסט מען, אַז די קאָמוניסטן זיינען 
גאָר געפערלעכע חברה-לייט. אַלע פּאַפּירלעך, װאָס מען צעטיילט 
אויף די גאַסן קומען פון דער הויז און די פּאַפּירלעך זיינען הייס וי 
פייער. אַ סך מענטשן קאָנען זיי טאַקע ניט לאַנג האַלטן אין די הענט 
און װאַרפן זיי תיכף אַװעק מיט אַזאַ מינע, פּונקט, וי זיי װאָלטן זיך 
אָפּגעבריט. נתן וויל אַרײנגײין אין דעם הויז, אָבער ער קאָן נאָך אַלץ 
ניט... 

יענעם שבת בינאַכט איז פּיטקין עוועניו געווען פול מיט שפּאַי 
צירנדיקע און נתן האָט נאָך פון זיין צימער אַרױסגעטראָגן אַ גרויסן 
אומעט און אויף דער גאַס האָט ער זיך נאָך מערער צעװאַקסן און 
ער האָט אים שוין ניט געקאָנט אײינהאַלטן 

נתנען, באַלד עפּעס דאַכט זיך שוין אויס, אַז ס'איז עק וועלט, אָבער 
אַז עס קומט אָן די גרויסע פרייד, װערן די באַקן אַזױ הייס און אַלע 
אברים שפּילן מיט אַ געזאַנג, אַז ס'דאַכט זיך אויס, אַז ס'איז גאָר 
אינגאַנצן ניטאָ קיין אומעט אויף דער וועלט, 

נתן איז אַרײנגעגאַנגען אין יענעם הויז, װאָס דען, ער װעט מורא 
האָבן? נו, און פריער האָט ער דען מורא געהאַט? -- ער האָט גלאָט 
אַזױ ניט געװאָלט. אָבער איצטער ויל ער. און דאָרטן זיצן אַרום 
געדעקטע טישן אַ סך חברה. גייט ער און זעצט זיך אויך אַנידער. 
קיינער האָט זיך גאָרניט פאַרוואונדערט, װאָס ער האָט זיך אַנידער- 
געזעצט. אויפן טיש ליגן עפּל, באַרן, ניס און צוקערקעס, אַז ער וויל 
שטרעקט ער גאָר אויס אַ האַנט און נעמט אַ באַר און קיינער וואונ" 
דערט זיך ווייטער ניט. איינער רעדט. נתן הערט מיט אַלע אברים, 


} { 


כאָטש ער וייס שוין פון לאַנג װאָס דער איינער רעדט. קיין שום 
פאַרהוילענע זאַך דערציילט יענער ניט. ער האָט דאָס געוואוסט פאַר 
צוויי װואָכן, פאַר אַ יאָרן. אפשר פון שטענדיק אָן, אָבער קיינמאָל נאָך 
-ניט געהערט דאָס אַרױסזאָגן אין דער הויך. דערפאַר הערט ער זיך 
צו, קייט די באַר און ווערט הייס װוי פייער. 

עמיצער האָט אים אונטערגעטראָגן אַ גלאָז ויין. ווער איז דער 
עמיצער? איידער ער האָט אויסגעטרונקען דעם ויין האָט ער דאָך 
דעם עמיצן נאָך קיינמאָל אין זיין לעבן ניט געזען אָבער נאָך דער 
גלאָז וויין, האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז ער קאָן אים שוין פון לאַנגע 
יאָרן. ווען ער וויל גייט ער צו צו אים און לייגט אים אַרױף די האַנט 
אויף זיין פּלייצע. ניט נאָר יענעם, --- אַלעמען קאָן ער שוין דאָ פון 
לאַנג. זיי גיבן אים וויין, די חברים. ער װועט טרינקען, ניט אַזױ דעם 
וויין, װוי די פריילעכקייט טרינקט ער, די חברשאַפט, 

אַ קלאַפּ אין טיש. װער האָט דאָס געגעבן דעם קלאַפּ אין טיש? 
אפשר טאַקע ער, נתן אַלין. עס גלויבט זיך ניט, זאָל ער דאָס טאַקע 
געווען געבן דעם קלאַפּ?!... אָבער ניט דער קלאַפּ איז דער עיקר, 
דער עיקר, װאָס אַלע פּנימער קוקן אויף אים. עמיצער האָט אָנגע- 
הויבן צו ריידן און דאָס קול איז געקומען פון וייט, וייט. אפשר 
רעדט דאָס נתן אַלין. ער ווייסט ניט, ווייל די געדאַנקען זיינע פליען 
אַזױ הויך און ער האָט קיין צייט ניט זיך צוהערן צו די אייגענע רייד. 
אָבער אַלע זיינען אַזױ שטיל -- און נתן האָט מורא פאַר דער שטיל- 
קייט. רעדט ער גיך, גיך כדי ניט בלייבן אַלײן מיט דער שטילקייט.. , 


}51 


דראַמאַטישע שפּילן 


מאָטל פייסי דעם חזנס 
אין אַמעריקע 


פון 
שלום-עליכם 


דראַמאַטיזירט פון 
כאַװער-פּאַװוער 


פּערזאָנען: 


מאָטל פּייסי דעם חזנס ברכה, עליעס ווייב 
מענדל, זיין חבר מאַמע 

עליע, זיין ברודער משה איינבינדער 
פיניע, עליעס חבר ישעיה הערשל, דער באָס 


(האַנדלונג: קומט-פאָר די ערשטע װאָכן פון מאָטל פּייסיס 
קומען קיין אַמעריקע) 


(אַ צימער, וואו דאָס מעבל ווייזט, אַז די איינוואוינער זיינען ערשט 
אַריבערגעקומען פון אײיראָפּע). 


מוטער: (שרייט) מאָטל, װאָס טוסטו דאָרטן אין טשיקן? 

ברכה: שוויגער, איר פאַרבייט אַ טאָפּ אויף אַ לאַדישטשיק. קיטשן 
דאַרף מען זאָגן; ניט טשיקן. טשיקן איז אַן עוף, און קיטשן איז אַ קיך, 
אַ קלאָג זאָל זיין צו קאָלאָמבוסעס מדיגה, 

מוטער: כווייס, פרעג מיך בחרם: טשיקן-קיטשן, 

מאָטל: האָסט מיך גערופן, מאַמע? 

ברכה: (קרימט אים נאָך) האָסט מיך גערופן, מאַמע? קוק דאָס 
נאָר אָן, ס'צדיקל אין פּעלצעלע. 

מוטער: טשעפּע זיך ניט צום קינד, 


העיט 


ברכה: אַ װאָווקולאַק איז דאָס, ניט קיין קינד. 

מוטער: מאָטל, ס'איז שוין צייט צו דאַװענען מנחה, 

מאָטל: איך קען ניט. 

ברכה: ער קען ניט, אָבער לייגן אין פּיסק אַריײין קען עס. 

מומטער: ברכה, טשעפּע זיך ניט צום קינד. פאַרװאָס, מאָטל, קענסטו 
ניט דאַװענען מנחה? 

מאָטל: איך קען ניט, ווייל איך ווייס ניט וואו די מזרח-װאַנט איז 
אין אַמעריקע. 

ברכה: אַבי ניט צו דאַװענען װעט ער שוין געפינען תירוצים. 

מוטער: אָט װעט קומען עליע פון דער אַרבעט, װעלן מיר אים 
פרעגן. אַפּנים, אַז דאָס גייט ער טאַקע. 

(פּיניע קומט אַריין מיט אַ צעדראַפּעטער נאָז), 

ברכה: ויבוא המן, מען מיינט עס איז דער מלאך, איז גאָר געקומען 
דער גלח, 

מוטער: האַ, פּיניע, װאָס מאַכסטו, פּיניע! זיץ, פּיניע. נעם אַ 
בענקל, פּיניע. 

פּיניע: גוד איוונינג, 

ברכה: גוט װאָס! 

פּיניע: גוד איוונינג --- דאָס מיינט אַ גוט אָװנט, 

ברכה: אַ לאַנד, אַ קלאָג צו דעם, סטעיק איז אַ מאַכל; פאָרק איז 
אַ גאָפּל; און גוט איװוניאַק, אַ גוט אָװונט, 

מאָט?: פּיניע, פון װאָס נעמט זיך דאָס? 

פּיניע: (אַ פינגער צום שטערן) עס נעמט זיך --- עס נעמט זיך -- 
עס נעמט זיך אַזױ: גוד, איז גוט; איוונינג --- 

ברכה: אַן איװניאַק. 

פּיניץ: שלאָג מיר ניט איבער, ברכה, 

מוטער: אַ װוייטיק איז מיר געשען; די נאָז איז דאָך ביי דיר צע- 
בלוטיקט, 

פּיניע: (טאַפּט די נאָז) אָפּגעבריט. 

ברכה: איך פאַרשטיי, אַז מען בריט זיך אָפּ אַ האַנט, אַ פוס; אָבער 
אַ נאָז הער איך דאָס ערשטע מאָל, 

פּיניע: ס'איז פונעם פּרעסל. 

ברכה: װי קומט דאָס פּרעסל צו דיין נאָז? 

פּיניץ: איר ווייסט דאָך, אַז די ראיה איז ביי מיר אַביסל דאָסיק. 


})81 


ברכה: איז דעריבער? 

פּיניץ: האָב איך זיך אָנגעבויגן האַרט צום טיש און פאַרטשעפּעט 
מיט דער נאָז ס'פּרעסל, 

ברכה: אַ שלימזל, אַז ער פאַלט אין שניי, טרעפט ער אױך אָן 
אַ שטיין. 

מוטער: װי קומט דאָס, װאָס עליע איז נאָך ניטאָ פון שאַפּ? 

פּיניע: ער אַרבעט מסתמא אָװערטאַים, 

ברכה: אָוער װאָס? 

פּיניץ: אָװערטאַים --- דאָס הייסט, אַז לא די װאָס מען רייסט-אָפּ 
דאָס געזונט אַ גאַנצן טאָג, הייסט דער באָס פאַרבלייבן אויך אין אָװונט 
צו פּטרן נאָך אַביסל כוח, 

מאָטל: פון װאָס נעמט זיך אָװערטאַים? 

פּיניע: דאָס װאָרט איז לייכט צו פאַרשטיין, אָװער נעמט זיך פון 
לשון-קודשדיקן װאָרט עבר, אַװעקגעגאַנגען טאַים אין אין ענגליש 
צייט --- מאַכט דאָס אינאיינעם: די צייט איז שוין טאַקע אַװעקגע- 
גאַנגען, אָבער האָרעווע, ברודער, און ווער פאַרשװואַרצט, ווייל אַזױ 
וויל דער באָס, 

מאָטל: פון װאַנעט נעמט זיך דאָס װאָרט באָס? 

פּיניץ: גאַנץ פּשוט: באָס נעמט זיך פון באַלעבאָס, אָבער אין 
אַמעריקע האָט מען ליב אויף גיכן, האָט מען באַלע אָפּגעשניטן 
איז געבליבן בלויז באָס, 

ברכה: צאָלט מען כאָטש מערער פאַר אָװערטאים? 

פּיניץ: ס'הייסט, פּאָ זאַקאָנו, איז צאָלן דאַרף מען צאָלן פאַר אָווער- 
טאַים, אָבער אַז ס'קומט צום צאָלן, צאָלט מען ניט, 

ברכה: איר פאַרשטײט כאָטש, שוויגער, װאָס ער האָט אָנגעבעבעט? 
(קרימט אים נאָך) צאָלן, דאַרף מען צאָלן, אָבער אַז ס'קומט צום צאָלן, 
צאָלט מען ניט, 

פּיניע: װאָס קען מען זיך העלפן, אַז דער באָס זאָגט, אַז ס'קומט 
ניט, נעמט מען אָן אַ פולן מויל מיט װאַסער, און מען מאַכט אַ שווייג, 

מוטער: היתכן, ס'איז דאָך פּשוט אַ גראַביעזש. 

פּיניץ: אַװודאי אַ גראַביעזש, עלעהעי גזלנים זיינען דיך באַפאַלן, 

ברכה: עלעהעי, דו ביסט אַ לעקיש, ווען איך אַרבעט אין שאַפּ 
װאָלט איך זיך ניט געלאָזט שפּײיען אין דער קאַשע. אַלע דיינע באָסעס 
װאָלטן ביי מיר געקייט די ערד, 


)}),91 


מאָטל: מעגסט איר גלויבן, פּיניע, ברכה קאָן. 

ברכה: דיך, פּיצװיניק, פרעגט מען ניט. (צו דער שויגער) אַ 
קינד זאָל זיך דיר אַרײינמישן ווען גרויסע ריידן. 
פּיניע: נאָך מערער, אַז טאָמער קלאָגסטו זיך און ווילסט ניט ליידן, 
סעקט מען דיך פון דזשאַב. 

מאָטל: װאָס מיינט סעקן פון דזשאַב? 

פּיניע: סעקן פון דזשאַב מיינט אָפּזאָגן פון דער אַרבעט. 

מאָמל: פון װאָס נעמען זיך די דאָזיקע װערטער! 

פּיניע: גאַנץ פּשוט. סעקן נעמט זיך פון װאָרט עס עקט זיך -- 
וי מען זאָגט: ס'עקט זיך מיר דאָס חיות, און דזשאַב איז, אַפּנים, 
אַ ריין ענגליש װאָרט, 

מוטער: אַזױ שטרענג גייט עס צו? 

פּיניע: נאָך מערער, די אַרבעטער טאָרן צווישן זיך קיין װאָרט ניט 
אַרױסרײדן. אויב מען דאַרף זיך אויסשנייצן די נאָז, מוזן מען זיך 
אויסשנייצן אין דער שטיל, דער באָס זאָל ניט דערהערן. 

ברכה: װאָס זאָגט איר, שוויגער, צו אַזױנע פּאַראָנדקעס, אַז נעכאַי 
זאָל אים שוין באַפאַלן אַ שנייצעניש און ס'זאָל גאָרניט אויפהערן. 

פּיניע: נאָך אַ מעלה האָט אַ שאַפּ, װאָס די פּרעסלעך װאַרעמט מען 
אָן מיט גאַז, דאָ זאָגט מען ניט קיין גאַז, נאָר געז. ס'הייסט, שטינקען 
שטינקט דאָס װי ביי אונדז דער גאַז, נאָר מען טאָר ניט זאָגן גאַז 
נאָר געז, אַפּנים, ווען סװאָלט ביי אונדז הייסן געז, װאָלט מען דאָ אין 
אַמעריקע געזאָגט גאַז, ווייל מען האָט ליב צו טאָן פאַרקערט, 

מאַטל: פּיניע ווייסט דיר אַלצדינג. ער האָט דעם אמתן קאָפּ אויף 
זיך. 

פיניע: (ס'טוט אים הנאה) איך בין אַזאַ מענטש, װאָס קאָטאָרי 
מוז דערגיין דעם שורש פון יעדן װאָרט. אַ גאַנצן טאָג האָט מיך ניט 
געלאָזט רוען די ווערטער ,פּאָנטש דעם קלאַק", ביז װאַנעט איך האָב 
דאָס געפּאַקט, 

ברכה: אַ מדינה אַזאַ מיט אַזױנע טערקישע ווערטער. איך זאָג אייך, 
שוויגער, ס'האָט זיך טאַקע געלוינט אויסגעריסן ווערן און קומען 
אין דעם פּאָנטשענדיקן לאַנד, 

מאָטל;: װאָס הייסט פּאָנטשן דעם קלאַק? 

פּיניע: אַז מען קומט גאַנץ פרי צו דער אַרבעט, שטופּסטו אַריין 
דיין קאַרטל מיט דיין נאָמען אויפגעשריבן אין אַזאַ זייגער, גיט דאָס 


})1 


אַ קלונג און ס'שרייבט אַליין אָן אויפן קאַרטל, אַז פּיניע פון כתרילעווקע 
איז געקומען צו דער אַרבעט אין צייט, 

מאָטל: פון װאָסיזשע שטאַמען די װוערטער? 

פּיניע: פּאָנטשן איז אַ ריין ענגליש װאָרט, און קלאַק שטאַמט פון 
װאָרט גלאָק, ווייל אַ גלאָק קלינגט און אַ זייגער אויך, אָבער נאָר אַ 
װאַנט-זײגער. אַ סימן האָסטו, אַ קעשענע-זייגערל קלינגט ניט, הייסט 
דאָס װואַטש, 

מאָמל: װאָס עפּעס װאַטש? 

פּיניעץ: װי דען זאָל דאָס הייסן? 

מאָטל: װאַטשעלע. 

פּיניץ: (ברוגז) פאַרװאָס עפּעס װאַטשעלע, האַ? 

מאָטל: אַז אַ זייגער איז אַ זייגערל, דאַרף זיין אַ וואַטש אַ װאַטשעלע, 

פּיניע: (אין כעס) דו קטונתילע, האָסט זיך שוין אויסגעלערנט 
פון דיין ברודער עליען זאָגן אַלץ פאַרקערט? 

ברכה: (אָנגעצונדן) און אַז פון זיין ברודער עליען איזן װאָס? גע- 
פעלט דיר שוין ניט דער יחוס? 

מוטער: שוין, מען קריגט זיך שוין. לאַנג שטיל געווען. 

מאָטל: ברכה, טאָמער עפּעס ניט אַזױ, צינד זי זיך גלייך אָן װוי 
אַ שוועבעלע. 

ברכה: און דו, ווערגעלעץ, זיי ניט קיין עזות-פּנים, ווייל איך װעל 
ניט לייגן קיין כבוד אויף דער שוויגער און דיר אַריינפיצקען וי אין 
די אַלטע גוטע צייטן. 

מוטער: טשעפּע ניט דאָס קינד, 

(עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר און עליע קומט אַריין), 

עליע: אַ גוט איוונינג, אַ גוט איוונינג. 

ברכה: דו אויך מיטן איװניאַק, טפו צו מיינע שונאימס קעפּ. 

מוטער: װאָס ביסטו אַזױ בלאַס? 

עליע: מען האָט גערופן אַ סטרייק, 

ברכה: גערופן אַ װאָס? 

עליע: אַ סטרייק, אַ סטרייק, 

מוטער: וויי איז מיר, װאָס איז דאָס פאַר אַ צרה? 

עליע:זיץ איך מיר אַזױ און שטעפּ מיר אויף דער מאַשין און קלער 
מיר, אַז אימירצעהאַשעם, אַז איך װעל קומען אַהײם, װעל איך אַ בעט 
טאָן ביי פּיניען ער זאָל מיר אויסרייבן די קריזשעס מיט עסיק, ווייל 
ס'שטעכט מיר, 


}| 1 { 


מוטער: וויי איז מיר, זונעניו, וואו שטעכט? 

ברכה: ס'איז מסתמא פון זיצן אָנגעבױגן ביי דער מאַשין, אַז שטעכן 
און ברעכן זאָל דעם באָס דיינעם יעדער ביין און יעדער װאָרצל, 
און ס'זאָל אים פּאָנטשן אין יעדן אבר בײיטאָג און ביינאַכט, און ס'זאָל 
אים אויך ניט אָפּלאָזן צװוישן מנחה און מעריב, 

מאָטל: װאָס מיינט פּאָנטשן? 

פּיניץ: זי מיינט פון װאָרט פּאָנטשן דעם קלאַק. 

ברכה: אַז ס'זאָל אים קלאַקן אין די אויערן יעדע מינוט און יעדע 
סעקונדע אַלע 24 שעה אין מעת-לעת. 

מוטער: ניט דאָ געדאַכט, װי זי שעלט דאָס אַ יידן 

ברכה: אַזױנע יידן מעגן אייננעמען אַ מיתה משונה, אי דאָס זאַראַזי 

מאָטל: ברכה קען זיך נאָך בעסער שעלטן. איר האָט זי נאָך ניט 
-געהערט אויף דעם רעכטן אמת, 

עליע: דו שטופּסט אויך דיין צונג דאָרט וואו מען דאַרף ניט. 

פיניע: האָסט דאָך דערציילט, עליע, פונעם סטרייק, טאָ דבר 
ווייטער. 

עליע: יאָג זיץ איך מיר אַזױ און קלער, אַז מען װעט דאַרפן אַ בעט 
טאָן פּיניען אַזיי. 

פּיניע: דאָס האָבן מיר שוין געהערט, האַק ווייטער -- 

עליע: װאָס איז אויף דיר דאָס אױסכאַפּעניש? ס'גייט ניט קיין רעגן, 

פּיניע: דו, עליע, האָסט אַ מין פּאַסקודנע טבע, אַז דו הויבסט"אָן 
צו דערציילן אַ זאַך, ציסטו אַרױס די גרגרת ביי מענטשן, מען רעדט 
צום פּסוק און מען מוטשעט ניט. 

עליע: און דו, פּיניע, זאָלסט מיר מוחל זיין, ביסט אַ בהמה, אַ 
טפּש, אַ פערד, און אַן אייזל. 

מאָטל: אַלע פיר זאַכן אינאיינעם! 

עליע: און דו, שייגעץ, מיש זיך ניט אַרין, ווען גרויסע ריידף 

ברכה: דאָס יינגל, זאָג איך דיר, װאַקסט אַ ווערגעלעץ. האָסט איִם 
שוין לאַנג ניט געקאַטעװעט. 

מוטער: װאָס האָסטו צום קינד? 
ברכה: אַ קינד איז דאָס --- אַ צאָבװייי 

מאָטל: פּיניע, פון װאָס טאַקע נעמט זיך צאָבװיי? 

פּיניע: ס'נעמט זיך פון װאָרט היי, צאָבעי, װוען מען שרייט'אָן 
אויף אָקסן, זיי זאָלן גיכער לויפן. 


}21 


ברכה: יאָ, עליע, האָסט דאָך עפּעס געהאַלטן אין דערציילן. 

עליע: יאָ, זיץ איך מיר אַזױ ביי דער מאַשין און שטעפּ, װי עס 
לויפן אַרײין פרעמדע בחורים מיט פרעמדע מיידלעך און גיבן אַ 
געשריי;: --- ברידער און שװעסטער אַרבעטער, גענוג שוין גע- 
שקלאַפּט אונטער אַזױנע שווערע באַדינגונגען; גענוג שוין די נשמה 
אַרױסגעיאָגט פון זיך. מיר סטרייקן, מיר סטרייקף --- האָב איך שוין 
פאָרשטאַנען: אַפּנים, אַז דאָס מיינט וי ביי אונדז אין רוסלאנד אַ 
זאַבאַסטאָווקא, 

ברכה: אַ מצוה אויף אים. איך בין זיך אַזױ מחיה. מען וועט גאָר 
נעמען מענטשן און פאַרמוטשען זיי לעבעדיקערהייט. נעמט עליען 
אַשטײגער, ער איז דאָך אַ האַלבער מענטש געװאָרן 

(עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר. משה דער איינבינדער קומט אַריין.) 

ברכה: אַ גאַסט, כ'לעבן, משה דער איינבינדער. מען דאַרף צע" 
װאַרפן דעם אויוון. זיצט, רב משה, 

מוטער: זיצט, זיצט, רב משה. װאָס טוט עפּעס פּעסיע? 

משה: אַ דאַנק, חזנטע, װאָס זאָל זי טאָן! איך בין געקומען בלויז 
אויף אַ וויילע דיר זאָגן, עליע, אַז פאַרטאָג דאַרפסטו זיך יאַװען צו 
דער פִּיקעט. 

ברכה: צו דער װאָס? 

מוטער: װאָס איז דאָס שוין ווידער פאַר אַ צרה? 

משה: שרעקט זיך ניט. דאָס מיינט, אַז די אַרבעטער װאָס סטרייקן 
דאַרפן שטיין לעבן שאַפּ און ווייזן דעם באָס, אַז ס'איז דאָ אחדות ביי 
די אַרבעטער, 

מוטער: עליע, וועסט ניט גיין. איך האָב מורא דו זאָלסט גיין, עליע, 

ברכה: ער װעט שוין יאָ גיין. איך על אויך מיט דיר גיין. און 
איר, שוויגער, מעגט אויך מיטגיין. זיך גאָר לאַזן שפּײיען אין דער קאַשע. 
זיי װעלן ביי מיר קייען די ערד, די באָסעס, 

מאָטל: פּיניע, פון װאָס נעמט זיך פּיקעט? 

פּיניץ: אַפּנים, אַז ס'נעמט זיך פון דעם, װאָס ווען די אַרבעטער 
װאַרפן די אַרבעט אַװעק און גייען אַרום און סטרייקן, װוערט ביי דעם 
באָס צעפּיקעט די גאַל, 

מאָטל: עליע, נעם מיך אויך מיט אויף דער פּיקעט, איך וויל אויך 
גיין, 

ברכה: נו, װאָס האָב איך דיר געזאָגט: מען זעט שוין באַשײנפּער- 


}| 1 


לעך, אַז ער װעט אױסװאַקסן אַ היצל. עליע, דו האָסט אים אַרױסגע- 
לאָזט פון די הענט, 

מוטער: װאָס װוילט איר פון קינד? מיט װאָס האָט ער דאָ חוטא 
בעגל געווען? ער וויל אויך גיין אויף דער פּיקעט; נעם אים מיט, עליע; 
זעסט ניט װי דעם קינד גייט אויס דאָס חיות? 

ברכה: שוויגער, איר װעט געדענקען מיינע רייד. אַז איר װועט 
אים לאָזן קריכן אויפן קאָפּ, װעט ער װעלן זיך דראַפּען אויף דער 
סטעליע. | 

מוטער: הלמאי וילסטו אויך גיין אויף דער פּיקעט? 

ברכה: אַ משל איך? אין מיר קאָכט און זידט דאָס בלוט אויף זיי. 
גיט נאָר אַ קוק, װאָס זיי האָבן געמאַכט, די היצלס, פון אייער זון 
און פון מיין מאַן. ער איז דאָך שוין אַ קראַנקער מאַן, און דער באָס 
איז נאָך אונדזערער אַ לאַנצמאַן, אַז לאַנצן זאָל אים אין די אָדערן 
פון די פיס, טאַטע זיסער. 

מוטער: אַזאַ פיינער באַלעבאָס געווען אין כתרילעווקע. איך גע" 
דענק ווען איך מיט דעם טאַטן, עליו השלום, אַ ליכטיקן גן-עדן זאָל 
ער דאָרט האָבן (שנייצט זיך די נאָז), זיינען מיר געגאַנגען צו אים אויף 
כיבוד, האָט ער אונדז אויפגענומען מיט גרויס רעספּעקט. ער האָט 
גאָרניט געוואוסט, װאָס צו טאָן מיט אונדז: --- חזן, פאַרזוכט דעם לע" 
קעך; חזנטע, נעמט נאָך אַ לעפעלע איינגעמאַכץ. 

ברכה: איך קען זיי גוט, די גבירים מיט די פאַלשע גענגעלעך. ער 
איז דאָרטן געווען אַ דבר-אחר און איז אין אַמעריקע נאָך אַ גרעסערער. 

משה: מען זאָגט יאַקבי, אַז ער האָט געדונגען גענגסטערס, מען 
זאָל ממיתן די סטרייקער. 

ברכה: ער האָט געדונגען װאָס? 

משה: גענגסטערס. 

מאָמל; װאָס מיינען דאָס גענגסטערס --- גנבים? 

פּיניע: ערגער פון גנבים, 

מאָטל: גזלנים? 

פּיניע: ערגער פון גזלנים, 

מאַטל: װאָס קען זיין ערגער פון גזלנים! . 

פּיניש: אַ גענגסטער איז ערגער פון אַ גזלן, װאָרום אַ גזלן איז אַ 
גזלן, אַ געבוירענע זאַך,. און אַ גענגסטער צאָלט מען געלט ער זאָל 
זיין אַ גזלן. 


})}41 


מאָטל: פון װאָס נעמט זיך דאָס װאָרט גענגסטער? 

פּיניע: גאַנץ פּשוט. ס'נעמט זיך פון דעם װאָרט גענגעלע. מען 
שיקט זיי אַ גענגעלע, זיי זאָלן דערהרגענען אַ מענטשן 

(עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר און מענדל קומט אַרין) 

ברכה: יעמוד, דער לאָשיק איז שוין דאָ. 

מוטער: רוף אים ניט לאָשיק. ער איז אויך נעבעך אַ יתום, וי 
אונדזער מאָטל, | 

מאָטל: האַ, מענדל, װאָס מאַכסטו, מענדל? מיר סטרייקן, מענדל, 
ס'איז גאָרניטאָ קיין בעסער זאַך װי סטרייקן, מענדל, 

משה: ווער איז דאָס בחורל? 

מוטער: דאָס איז דער פאַרלוירענער, וועגן וועלכן איך האָב דער" 
ציילט אייער פּעסיען. ער האָט ניט קיין טאַטע, און זיין מאַמע האָט אים 
ערגעץ פאַרלוירן אין דייטשלאַנד, און מיר האָבן אים פּרילאָנטשעט, 

מאָטל: רב משה, איר קענט מענדלען? ס'איז דאָך מענדל, װאָס קען 
ריידן פון בויך. אַ נו, מענדל, רייד פון בויך. לאָז רב משה איינבינדער 
אויך הערן, 

(מענדל האַלט פּאַרמאַכט דאָס מויל, אָבער דאָך דערהערט מען וי 
פון אַ ווינקל דאָס װאָרט , יאָלדן?.) 

אַלץ: אַזאַ שייגעץ, 

מאָטל: ער האָט, חלילה, קיינעם ניט געמיינט; דאָס האָט ער אייך 
נאָר געװאָלט ווייזן װי ער רעדט פונעם בויך, 

משה: נו, מען דאַרף שוין גיין. מיינע קער שוין אַװדאי װאַרטן 
אויף מיר מיטן סאַפּער. פאַרגעסיזשע ניט, עליע, מאָרגן, אים ירצה 
השם, כאור הבוקר, דאַרף מען זיך יאווען צו דער יוניאָן און פון דאָרטן 
וועלן מיר גיין צו דער פּיקעט, 

מענדל: (צו מאָטלען) װאַרף זיך נאָר אַרױס פון שטוב, װעלן מיר 
גיין אויף װיליאַמסבורגער בריק, קוקן אויף די הויכע הייזער, 

מאָטל: עליע װעט געבן פּעטש. 

מענדל: הער אים װי דעם קאָטער; קום. 

מאָטל: איך קען ניט. מיין עליע סטרייקט, ווייסט כאָטש, װאָס הייסט 
אַ סטרייק? 

מענדל: אַװדאי ווייס איך װאָס הייסט אַ סטרייק, און װאָס ס'הייסט 
אַ יוניאָן, און װאָס ס'הייסט אַ סקעב, 

מאָטל: אַ סקעב? װאָס איז דאָס פאַר אַ חיה? 


})) 51 


מענדל: סאיז ניט קיין חיה, אַ סקעב מיינט: וען אַן אַרבעטער 
גנבעט זיך אַרױס פון סטרייק און גייט אַרבעטן צום באָס. 

מאַטל: אָט דאָס מיינט אַ סקעב? (שפּײיט אויס) דאָס מיינט פּונקט 
וי אַ פּאַרך, 

מענדל: אַנומלטן, האָב איך געזען װי סטרייקער האָבן געשלאָגן 
אַ סקעב. זיי האָבן אים געשלאָגן אין קאָפּ אַריין מיט די קולאַקעס און 
געשריען צו אים: געמיינער סקעב, נאַ דיר! 

מאַטל: איך װאָלט אויך געשלאָגן אַ סקעב. אַ סקעב איז אַ מצוה 
צו שלאָגן. מען מעג אים אַפילו דערהרגענען. ס'איז ערגער וי אַ מסור, 
ניין, מענדל? 

מענדל: יאָ, מאָטל. 

מאָטל: מאָרגן גיי איך מיט עליען און ברכהן צו דער פּיקעט. ברכה 
זאָגט, אַז זי װעט נאָר קומען אויף דער פּיקעט, װעט זי שוין באַצאָלן 
אַלע באָסעס װאָס זיי קומט: און מיין ברכה קאָן, מעגסט מיר גלויבן. 

מוטער: (צו משהן) אַ גוטע נאַכט. גייט געזונטערהייט. גריסט פּעסיען 
און דער כאַליאַסטרע. 

מאָטל: אַ גרוס הערשלען. 

משה: ער הייסט שוין דאָ ניט הערשל. ער הייסט הערי און אַרבעט 
אין אַ קראָם, האָט שוין מיר נאָך אַמאָל אַ גוטע נאַכט. 

מאָטל: גריסט אויך פייטלען. 

משה: פייטל הייסט שוין דאָ ניט פייטל. מען רופט אים פיליפּ, אַ 
האַלבן טאָג גייט ער אין סקול, און דעם צווייטן האַלבן טאָג העלפט 
ער אַ פּעדלער צו פאַרקויפן קאַװענעס. גוטע נאַכט, 

מאָמל: (צו מענדלען) דאָ הייסט ער שוין פיליפּ, און מיר האָבן 
אים גערופן פייטל נאַשער, ווייל ער האָט גענאַשט לעקאַך, גענאַשט 
צוקער, גענאַשט יעדע זאַך װאָס איז זיס, 

ברכה: שוויגער, גייט פאַרפּראַזשען די קאַשע, און שטעלט-צו פאַר 
אָקראָפּ, זועלן מיר האָבן צו װאַשן דאָס געפעס. 

(מוטער אָפּ.) 

פּיניע: אויף געפעס זאָגט מען אין אַמעריקע דישעס. 

ברכה: אַ דאַנק דיר פּאַר אונטערזאָגן. דישעס. ס'זאָל שוין דעם באָס 
דיינעם דישן אין האַרצן פאַר דיינע קריזשעס. װאַרט אויס, מאָרגן 
אויף דער פּיקעט װעל איך אים שוין געבן אַז ס'וועט ביי אים צע" 
פּיקעט ווערן די גאַל, דעם דבר-אחר. איך גיי אין קלייט אַרין איינקויפן. 


(אָפּי) 
61 } 


מאַמטל: פּיניע, פון װאָס נעמט זיך דישעס? 

פּיניע: הפּנים, ס'נעמט זיך טאַקע פון דעם װאָס ברכה האָט געזאָגט, 
פון דישן, 

עליע: װאָס זאָגסטו, פּיניע, ס'איז רעכט צו לאָזן מיין ברכהן גיין 
אויף דער פּיקעט? 

פּיניע: פאַרװאָס זאָל ניט זיין רעכט! אין דעם לאַנד פון לינקאָלן, 
וואַשינגטאָן און ראַקעפעלער איז אַלץ רעכט. 

עליע: אַהאַ, ביסט שוין אַרײינגעפאָרן מיט דיין לינקאָלן, װואַשינגטאָן 
און ראַקעפעלער. װאָס האָבן זיי דען צו טאָן מיטן ענין? 

פּיניע: זיי האָבן שוין גאָר צו טאָן. 

עליע: למשל, כדומה, אַ שטייגער, 

(עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר.) 

מאָטל: ווער איז דאָרטן? 

ישעיה: ס'איז איך, ישעיה-הערשל, 

עליע: דער באָס? 

פּיניע: עפּעס איז מיר דאָ ניט גלאַט. 

עליע: סאיז נאָך גוט װאָס מיין ברכה איז ניטאָ. זי װאָלט אים 
שוין באַצאָלט דעם אמתן פּסק, מאָטל, לאָז אים אַרײן. 

ישעיה: אַ גוט אָװונט אייך, יידן. האַ, פּיניע איז אויך דאָ. שלום- 
עליכם, פּיניע. גוט װאָס איך האָב דיך געטראָפן, פּיניע. 

פּיניץ: װאָס איז אַזױ גוט? 

ישעיה: װאָס אַרט דיך? ועסט שוין שפּעטער וויסן. דערווייל, גיט 
מיר אַ בענקל, װעל איך זיך צוזעצן. איך האָב שוין קיין אָטעם ניט, 
אַזױ פיל טרעפּ געדאַרפט צו אייך אַרױפגײן. 

מאָטל: (צו מענדלען) דאָס איז דער פּעמפּיק, 

מענדל: װאָס פאַר אַ פּעמפּיק? 

מאָטל: עליעס באַלעבאָס. אין כתרילעווקע איז ער געוען אַ סוחר 
פון מעל און מען האָט אים גערופן ישעיה-הערשל מיטן פּעמפּיק, 

ישעיה: דו מיינסט, איך װאָלט געקומען צו דיר? נאָר איז זכות פון 
דיין טאַטן, עליו השלום, בין איך געקומען צו דיר, אונדז צו לענגערע 
יאָר, אַ לייטישער מענטש געווען, אַ פיינער ייד, אַ גרויסער בעל-מנגן; 
איי, איי, אַז ער האָט אַ זאָג געטאָן אַ שטיקל יקום פורקן, + איז געווען 
אויף חידוש. (גיט אַ זינג אַ שטיקל יקום פּורקן.) 

מאָטל: ער האָט אַ קול וי אַ רוקבעט, 


} 71 


ישעיה: ווער איז דאָס באָיטשיקל? 

עליע: ס'איז מיין קליין ברודערל, מאָטל; איר געדענקט אים ניט 
פון דער היים, ווען ער איז געווען אַ משוררל ביים טאַטן? 

ישעיה: אַװדאי געדענק איך. (קוקט זיך אַרום) סװואָלט אָבער 
געווען גלייכער ער זאָל זיך דאָ ניט געפינען בשעת מיר רעדן. 

עליע: ביי מיר אין שטוב איז ניטאָ קיין סודות, 

ישעיה: װאָס אַרט דיך, אַז איך זאָג איר זאָלט אים אַרױסשיקן? 

עליע: מאָטל, נעם דיר מענדלען און גיי-אַריין אין צווייטן אַלקער. 

מאַטל: ראשית, וויל איך ניט גיין אין אַלקער; און צווייטנס, פון 
װאַנעט ווייס איך, אַז מענדל װעט װעלן גיין? 

עליע: זי ניט קיין שייגעץ, ווייל אָט גיב איך פּעטש, 

מאָטל: דאָרט וואו ס'האַלט ביי פּעטש, איז שוין ניטאָ קיין חכמות, 
קום, מענדל, 

(ווינקט צו אים מיט די אויגן, אַקוראַט װי ער װאָלט עפּעס פאַר- 
טראַכט. זי גייען-אַרײן אין אַלקער. אָבער באַלד זעט מען װי מאָטל 
קריכט אויף אַלע פיר, נאָך אים מענדל, און זיי קריכאַרונטער 
אונטערן טיש, און זי זיינען דאָרט די גאַנצע צייט װאָס דער געשפּרעך 
גייט אָן) 

ישעיה: בקיצור, פון סטרייקן װעט דיר, עליע, קיין גוטס ניט אַרױס- 
קומען. זיי װעלן ביי מיר סטרייקן מיטן קאָפּ אין דער ערד. 

מענדל: ער שעלט זיך גאָר, דער פּעמפּיק. 

מאַמל; מאָל דיר, אַז מיין שוועגערין ברכה קען זיך שוין בעסער 
שעלטן, 

ישעיה: אָט פאָלג מיך, װעט איר נאָך פאַרדינען אַן איבעריקע פּאָר 
טולער, לאָז פּיניע אויך אַרופגײן און איך װעל אייך געבן אַ רעיז, 
מיט צען דאָלער אויף דער װאָך מערער. 

עליע: װאָס מיינט איר, מיר זאָלן אַרופגיין אָן זיי? 

מאָמל: אָט אַזױ, עליע, לאָז זיך ניט שפּײיען אין דער קאַשע, װי 
ברכה זאָגט. 

ישעיה: (טאַמעװאַטע) אָן וועמען? 

עליע: אָן די איבעריקע אַרבעטער. ס'איז דאָך ניט שיין. 

ישעיה: ניט שיין, מאַי אַי; ניט שיין איז, אַז מען האָט ניט װאָס 
צו קייען 

פּיניץ: היתכן, יושר? 


}81 


ישעיה: יושר, מאַי אַי! יושר איז געבליבן דאָרטן אין יוראָפּ, און 
אַחוץ דעם, דאָ אין אַמעריקע האָט דער פּרעזידענט פיינט, אַז מען 
סטרייקט. מען קען אייך נאָך שיקן צוריק קיין יוראָפּ, 

מאָטל: אמת, מענדל? 

מענדל: דאָס סטראַשעט ער שוין די גענדז אויפן בוידעם. 

פּיניץ: זעט איר, רב ישעיה-הערשל, דאָס האָט איר שוין במחילה, 
אַ טעות. אין דעם לאַנד איז דאָ אַ קאָנסטיטוציע, פאַרשטייט איר מיך 
--- לינקאָלן, װואַשינגטאָן, ראַקעפעלער, אי טאָמו פּאָדאָבנע, 

ישעיה: איך גיב אייך ניט קיין פּעני פאַר דער קאָנסטיטוציע. איך 
ווייס בעסער; איך בין שוין לענגער פון אייך אין אַמעריקע. מען האָט 
אַנומעלטן אַרױסגעשיקט הונדערט פאַמיליעס דערפאַר װאָס זיי האָבן 
געװאָלט סטרייקן, 

מאָטל: (צעזינגט זיך אין דער שטיל) שכל דבריו שקר וכזב, 

ישעיה: טאָ לאָזט-זשע אייך דינען, 

עליע: װאָס זאָגסטו, פּיניע? 

פּיניע: מען דאַרף זיך מישב זיין. 

ישעיה: װאָס מיר מישב זיין, דאָ אין אַמעריקע איז האָרי אָפּ, 

מאָטל: האָרי װאָס? 

מענדל: ס'הײיסט: ניט געטראַכט, 

פּיניע: ניין, רב ישעיה הערשל, אַזאַ זאַך דאַרף מען זיך פריער אי- 
בערלייגן, 

עליע: װאָס הייסט, רב ישעיה-הערשל, טאָן אַזאַ זאַך? ס'וועט דאָך 
זיין ברודער קעגן ברודער, 

ישעיה: אין אַמעריקע איז דער בעסטער גוטער ברודער דער טולער, 

(מאָטל שטרעקט אויס אַ פוס און וויל אים דערלאַנגען אין קני אַרײן.) 

מענדל: פּאַװאָליע, װעסט אים נאָך אַ שטורכע טאָן. 

מאַטל: אָט דאָס טאַקע וויל איך טאָן. אַזאַ טרעלבוך װעט גאָר מאַכן 
מיין ברודער פאַר אַ סקעב, 

מענדל: מען װעט דאָך אויסגעפינען וואו מיר זיינען. 

מאָטל:; דאָס ביסטו גערעכט, 

פּיניץ: ניין, מיר מוזן זיך גוט מישב זיין. מיר מוזן דעם ענין גוט 
באַטראַכטן. 

מאָט?: (שפּייט אָן ישעיה-הערשלען אויפן שוך), טפו זאָלסטו ווערן, דו 
מיאוסער פּעמפּיק. 


} 9 { 


עליע: פּיניע איז דאָס מאָל גערעכט. מיר דאַרפן זיך מישב זיין, 

ישעיה: אָלרײט, איך קום שפּעטער נאָך אַן ענטפער, אָבער איך זאָג 
אייך, זייט ניט קיין גרינהאָרנס. (אָפּ) 

עליע: װאָס-זשע זאָגסטו, פּיניע? 

פּיניע: װאָס-זשע זאָגסטו, עליט? 

עליע: װאָס זאָל איך זאָגן? ס'איז אַ האַרבער ענין. 

פּיניץ: יאָ, ס'איז אַ האַרבער ענין. מען דאַרף עס גוט צעקייען. 

עליע: מיינסט אַז סטרייקן איז אַזױ גוט? ערשט געפונען אַרבעט, 
און דאָ די מאַמע און מאָטל אויף מיין קאָפּ 

מאַמל: עליע טראַכט שוין אויס, אַז איך זיץ אים גאָר אויפן קאָפּ. 
איך בין קיינמאָל ניט געזעסן אים אויף זיין קאָפּ, 

פּיניע: אָבער פון דער צווייטער זייט, אויב ס'איז טאַקע אמת, אַז 
מען שיקט צוריק קיין יוראָפּ די װאָס סטרייקן, איז דאָך זייער ניט 
פויגלדיק, 

עליע: איך זאָל אַזױ וויסן פון אַ בייזער וועטשערע, װאָס מען הויבט 
דאָ אָן צו טאָן. 

פּיניץ: אויב עס האַלט טאַקע ביים צוריקשיקן, װעט מען מוזן זיך 
אונטערגעבן. עלעהעי מען נעמט דיך פאַר אַ סאָלדאַט. 

מאָטל: עלעהעי דו ביסט אַ לעקיש, 

עליע: יאָ, פּיניע, דו ביסט גערעכט, עלעהעי ס'איז אַזאַ גזירה, 

מאַטל: עלעהעי ביסט אויך אַ לעקיש. 

פּיניץ: אָבער מען מוז זען, אַז ברכה זאָל זיך ניט דערוויסן פון דעם, 
ווייל זי איז להרוג ולאבד אויף ישעיה-:הערשלן דערפאַר ווייל סישטעכט 
דיך אין די קריזשעס, 

עליע: יאָ, פּיניע, איך האָב פאַרגעס. איידער דו גייסט אַהיים 
וועסטו מיר גוט אויסרייבן די קריזשעס מיט עסיק, 

פּיניע: איך װעל דיר אויסרייבן; אָבער ניט אין דעם גייט דאָס; וי 
אַזױ מאַכט מען, אַז ברכה זאָל ניט וויסן? 

עליע: גאַנץ פּשוט. זעץ זיך ביים פענצטער און קוק אַרױס אין גאַס 
און אַז דו װועסט אים דערזען, לויף אַרױס צו אים, 

פּיניץ: גוט װאָס דער קטונתי איז ניטאָ. איך מיין מאָטלען. ער 
װאָלט דאָס זיכער גלייך אָפּגעטראָגן צו ברכהן. 

מאָט?: אוי, מענדל, איך חלש. 

מענדל: װאָס איז? 


1701 


מאָטל: גראַדע איצט בייסט מיר די נאָז, און איך וויל אַ ניס-טאָן, 
אַז איך גיי-אויס. איך גיי אויס, 

מענדל: האַלט זיך איין, מאָטל, 

מאָטל: ס'איז גוט צו זאָגן האַלט זיך איין, אַז העפּציו! (ער צעניסט 
זיך,. עליע און פּיניע גיבן זיך אַ כאַפּ אין שרעק, אָבער זיי בלייבן 
זיצן פאָרזיכטיק,) 

פּיניץ: האָסט אויך געהערט דאָס װאָס איך? 

עליע: דו מיינסט אַ ניס? 

פּיניע: אָט דאָס מיין איך טאַקע. 

עליע: זאָל דאָס זיין מאָטל? 

פּיניץ: אַ משל, שוטה װאָס דו ביסט. וי קען דאָס זיין מאָטל, אַז 
מאָטל איז גאָר אין אַלקער? 

עליע: אָט דאָס טאַקע װאָס ס'איז מיר אויך קשה. וי קען דאָס זיין 
מאָטל, אַז מאָטל איז גאָר אין אַלקער? (אַרונטערבויגנדיק דעם קאָפּ) 
נו, אַװודאי, שייגעץ איינער, קריך אַרױס פון אונטערן טיש. 

מאָטל: איך װעל ניט אַרויסקריכן, 

עליע: קריך-אַרױס, זאָג איך דיר, 

מאָטל: אַז דו װעסט מיך ניט שלאָגן, װעל איך אַרוסקריכן 

(עליע שלעפּט אים אַרױס און וויל זיך נעמען צו אים, אָבער פּיניע 
רופט אים אַװעק אין אַ זייט און שושקעט זיך עפּעס מיט אים.) 

עליע: (נאָך אַלץ שטרענג) אָנהרגענען װאָלט מען דיך געדאַרפט 
פאַר אַזאַ זאַך ביז בלוט זאָל שפּריצן, דאָס מאָל שענק איך אָבער דיר, 
נאָר מיט אַ תנאי, 

מאָטל: װאָס איז דער תנאי? 

עליע: אַז פּתח שין שאַ. 

מאָטל: װאָס מיינסטו פּתח שין שאַ? 

עליע: איך מיין, אַז אַלץ װאָס דו האָסט דאָ געהערט איז באַגראָבן 
ביי דיר װוי אין אַ קבר. קיין װאָרט ניט וועגן דעם צו ברכהן, גייסט- 
איין אויף דעם תנאי? 

מאָטל: אַ ברירה האָב איך? אָבער איך וויל ניט האָבן קיין ברודער 
-קיין סקעב, ווייל אַ סקעב איז נאָך ערגער פון אַ פּאַרך, 

עליע: װאָס זאָגסטו, פּיניע, צו מיין בראַטאָק? ערשט אַ פּאָר װאָכן 
אין אַמעריקע, און שוין זיך אויסגעלערנט ריידן קעגן אַן עלטערן 
ברודער. קיין װאָרט זאָלסט מיר וועגן דעם ניט דערמאָנען ברכהן 


})11 


דו הערסט? ווייל ס'וועט זיין אַז אָך-און-וויי צו מענדלען און צו דיר. 

ברכה: (קומט אָן, קוקט מיט חשד אויף מאָטלען) װאָס שטייט ער 
מיר עפּעס וי אַ נגזל? | 

עליע: ער איז שוין דער אמתער שייגעץ, װאָס אַרט דיך. 

ברכה: אַז דו לאָזט אים אַרױס פון די הענט. 

פּיניע: (הויבט אָן צו פאָכן) ס'איז מיר עפּעס דושנע געװאָרן מיט- 
אַמאָל. איך װעל צוגיין אַביסל צו דער וינדאָו. 

ברכה: זאָג ניט װינדאָו, האָב איך דיר געבעטן איך האָב דאָס 
װאָרט פיינט װוי חזיר. קענסט ניט זאָגן װי אַ מענטש -- פענצטער? 
אַז ווינד-און-וויי זאָל זיין צו אים. 

מאָמל: צו ועמען, ברכה? 

ברכה: צום באָס, דעם כלב, 

עליע: קיין יידן טאָר מען ניט שעלטן. 

ברכה: איך שעלט אים דען? איך ווינטש אים נאָר צו, אַז ס'זאָל 
מיט אים ואַרפן העכער די העכסטע הייזער, װאָס געפינען זיך אין 
נעװאָרק. 

מאָטל: דו מיינסט יענע הויז װאָס האָט 52 גאָרן? 

ברכה: איך מיין, אַז דו ביסט מיר צופיל באַרײדעװדיק היינט, 
און אַז אַ קליין יינגל דאַרף שוייגן ווען גרויסע ריידן אָט גרייט 
איך באַלד צום טיש, װועלן מיר זיך זעצן עסן ברעקפעס. 

עליע: דו זאָגסט ניט גוט. סאַפּער דאַרפסטו זאָגן, 

ברכה: נאַ טשטאָ מעני דאָברע זאָגעלע, אַבי דאָברע מיינעלע, 

מאָטל: (צו מענדלען) װאָס טוט מען; וי אַזױ לאָזט מען ויסן 
וועגן דעם ברכהן? 

מענדל: װאָס גייט דיר אין לעבן אַרין לאָזן װויסן? 

מאָטל: װאָס מיינסטו, איך על דערלאָזן אַזאַ שאַנדע? 

מענדל: טאָ אויב אַזױ, דערצייל ברכהן. 

מאָטל: נו און די פּעטש פון מיין ברודער עליען, האָסטו שוין 
פאַרגעסן? 

מענדל: טאָ דערצייל-זשע ניט, 

מאָטל: נו, און אַ סקעב אַ ברודער איז עפּעס שיין צו האָבן? 

מענדל: טאָ דערצייל-יזשע יאָ. 

מאָטל: טאָ דערצייליזשע יאָ; דערצייליזשע ניט. מען קען זיך 
מיט דיר קיין עצה ניט האַלטן. איך װעל בעסער זיך אַן עצה האַלטן 


721 


מיט ברכהן. ברכה, ברכה. ברכה. (ברכה מאַכט אים אַװעק מיט דער 
האַנט) ברכה, איך וויל דיר עפּעס זאָגן. 

ברכה: וועסט מיר זאָגן אַן אַנדערש מאָל, איך האָב איצט קיין צייט 
ניט. דאַרף דערלאַנגען די וועטשערע. 

מאָטל: ס'איז זייער נויטיק, 

(עליע סטראַשעט מיטן פינגער.) 

ברכה: (דערזעענדיק װאָס עליע טוט, פאַרדעכטיקט זי עפּעס) זאָג, 
זאָג, מאָטעלע, 

עליע: ווייס איך װאָס ער וועט דיר דאָרט אָנפּלאַפּלען. גרייט בעסער 
צום טיש. איך בין שטאַרק הונגעריק. 

ברכה: ס'וועט פון דיר ניט אַנטלױפן. דערצייל, מאָטעלע, אַ שווע- 
גערין דאַרף מען אַלץ דערציילן, 

מאָטל: איך װעל דיר בלויז זאָגן, אַז איך האָב עליען ערשט געגעבן 
ס'װואָרט, אַז איך װעל דיר גאָרניט דערציילן, 

ברכה: װאָס מיינסטו, געגעבן סוואָרט? און וועגן װאָס געגעבן 
ס'װואָרט, און װאָס עפּעס אַ נייעס? אַרױס אויף אַ מינוט פון שטוב, 
און שוין, ס'טוט זיך. דערצייל, מאָטל, 

מאָטל: איך קען ניט, 

ברכה: קענסט אאָ. 

מאָטל: ניין, איך קען ניט, עליע װעט מיר געבן פּעטש דערפאַר. 

ברכה: זאָל איך שטאַרבן, עליע, אויב דו װעסט אים אָנרירן מיט 
אַ פינגער. ס'וועט זיך טאָן חושך, זאָג איך דיר. דערצייל, מאָטל, 

מאָטל: איך קען נאָך אַלץ ניט; איך האָב געגעבן מיין װאָרט, 

ברכה: עליע, גיב אים אָפּ צוריק זיין װאָרט, זאָג איך דיר; ווייל 
דו װועסט ביי מיר האָבן אַ װויסטן סוף, 

עליע: איך גיב אים אָפּ צוריק זיין װאָרט, 

מאָטל: דער פּעמפּיק אין דאָ געווען 

ברכה: אַ װאָסער פּעמפּיק? רעד קלאָרע דבורים, 

מאָטל: ישעיה-:הערשל. 

ברכה: ישעיה-הערשל, אַ קלאָג צו מיינע שונאים. װאָס האָט ער 
געװאָלט? 

מאָטל: ער האָט געװאָלט, אַז פּיניע און עליע זאָלן ניט סטרייקן און 
אַרויפגײן צו דער אַרבעט, 

ברכה: װאָס:זשע האָבן זיי געזאָגט: 


}| 31 


מאָטל: זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי װעלן זיך מישב זיין. 

ברכה: נו, האָבן זיי זיך מישב געווען! 

מאָטל: אאָ. 

ברכה: אַז װאָס? 

מאָטל: אַז זיי הערן-אויף צו סטרייקן. 

ברכה: עליע, מען דאַרף דיר געבן קייען שטרוי. 

מאָמל: פאָרװאָס? 

ברכה: ווייל ער איז אַ בהמה, 

מאָטל: און פּיניע? 

ברכה: און פּיניע איז גלאַט אַ פערד. עליע, דו גייסט מיר מאָרגן 
אויף דער פּיקעט, זאָג איך דיר. דו הערסט, עליע? אויף דער פּיקעט 
מיט מיר צוזאַמען, און לאָמיר זען, אַז דו װועסט זיך אויסדרייען; סזועט 
דיר שוין גאָרניט פעלן. און דו, פּיניע, װאָס האָסטו זיך אַנידערגעזעצט 
ביים פענצטער וי אַ גלאָמפּ! גיי אַהיים צו דיין טייבעלען, און זאָג 
איר פון מיינעטוועגן, אַז דו ביסט אַ פערד. 

מאָטל: ער זיצט ביים פענצטער, ווייל ישעיה-הערשל דאַרף באַלד 
אָנקומען. 

ברכה: ישעיה-הערשל? 

פּיניץ: אוי-וויי, ער גייט דאָך טאַקע. (וויל זיך לאָזן לויפן צו דער 
טיר.) 

ברכה: וואוהין לויפסטו דאָס אַזױ הענדום-פּענדום? שטיי דאָ. שווי" 
גער, דערלאַנגט מיר דאָס טעפּל מיט דער געזאָטענער װאַסער. 

מוטער: (ברענגט אַריין דאָס טעפּל) נאָך װאָס דאַרפסטו גאָר האָבן 
די װאַסער? 

ברכה: װאָס אַרט אייך? 

(ס'הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר.) 

ברכה: קומט-אַריין,. קומט-אַרײן. 

ישעיה: (לאָזט זיך אַרײנגײן. ברכה גיט אַ פּליוך אויף אים דאָס 
װאַסער, ישעיה מאַכט געװאַלדן) יידן, ראַטעװעט, זי האָט מיך אָמּי 
געשרפעט! 

ברכה: װעסט שוין וויסן װי צו מוטשען מענטשן, זיי ניט צאָלן 
פאַר קיין אָװערטאַים, זיי אַפילו ניט לאָזן זיך אויסשנייצן די נאָז 
דו גראָבער פּעמפּיק דו! ס'זאָל אַ רוח אין דיינע טריפהנע קישקעס! 

מאָטל: איך האָב דיר געזאָגט, מענדל, אַז מיין ברכה קען. איצט 
גלויבסטו מיר שוין? (פאָרהאַנג) 


})1 


די ברוגזע מומע ביילע 
( אײיגאַץטער) 
אָנטײלנעמער: 


די מומע ביילע --- אַ קליינינקע, עטװאָס פאָנפעװואַטע, 

אַ דאַרינקע, זייער אַ ספּריטנע און אַ לאָווקע, אַלט אַ 

יאָר פערציק, 

פעטער וועלוול --- איר מאַן, אַ הויכער, אַ ביינער- 

דיקער. 

כלהס שוועסטערל -- אַ מיידעלע פון אַ יאָר אַכט. 

איר חברטע -- אין די זעלבע יאָרן. 

מרים --- דער מומע ביילעס שוועסטער, אַ פולבלעכע, 

אַ הויכע, אַלט אַ יאָר 45, 

בדחן, חתן, כלה, דערציילער, קלעזמער און 
מחותנים, 


(דורך דער גאַנצער צייט פון דער שפּיל הערט מען דאָס שפּילן 
פון קלעזמער אויף אַ חתונה. צייטנווייז --- קוים װאָס מ'הערט און 
צייטנווייז גאַנץ נאָענט. איידער דער פאָרהאַנג הויבט זיך אויף, הערט 
מען קוים דאָס שפּילן פון די קלעזמער.) 

דערציילער: אַי, מיין מומע ביילע, מיין מומע ביילע! איר האָט 
מסתמאָ אויך געהאַט אַזאַ ‏ מומע ביילע --- און אױב ניט אייערע, 
איז זי געווען עמיץ אַנדערנס אַ מומע. יעדעס יידיש שטעטל האָט 
שוין געהאַט אַזאַ מומע ביילע. (עס הערט זיך איצט דייטלעכער דאָס 
שפּילן פון די קלעזמער.) עס איז איצט אַ יידישע חתונה אין שטעטל. 
אויף אַ פּאָר גאַסן פון דאַנעט איז דאָס יונגװאַרג פון שטעטל זיך אָנ- 
געלאָפן פון אומעטום און באַלאַגערט דעם העל-באַלױכטענעם שאַלאַש, 
וואו מ'פּראַװעט איצט אסתרס חתונה. אסתר איז דאָס טעכטערל פון 
דער מומע ביילעס שװעסטער: אָבער זי, די מומע ביילע, איז דאָרטן 
ניטאָ, זי זיצט איצט ביי זיך אינדערהיים אין אירע יום-טובדיקע קליי- 
דער און זי איז ברוגז. 


} 51 


די גאַנצע משפּחה ווייסט שוין, אַז ביי יעדער חתונה פון אַן אייגע- 
נעם, ברוגזט זי זיך אָן נאָך דער חופה און זי װערט ערגעץ נעלם. 
שאַט, דאַכט זיך, אַז עמיצער קומט זי איבערבעטן. 

וועלוול: (קומט אַריין אַביסל בגילופנדיק. די מומע ביילע בלאָזט 
זיך אָן, פאַרדרייט דעם קאָפּ אָן אַ זייט.) 

וועלוול: ביילע, קום צו דער חתונה. דו פאַרשעמסט דאָך די כלה, 
דיין אייגענע פּלימעניצע! (ביילע שווייגט און רירט זיך ניט פון אָרט, 
וועלוול גיט זי אַ צי ביים אַרבל, מיט געבעט) נו, ביילע, קום שוין 
הער זיך שוין אויף צו מאַכן נאַריש. 

ביילע: (ציט אויף זיך אַרױף נאָך מער בייזקייט) טשעפּע זיך אָפּ 
פון מיר, איך בין ברוגז! 

וועלוול: (צום עולם) זי איז ברוגז, גיי טו איר עפּעס! מ'האָט איר 
דאַכט זיך, דאָרט אָפּגעגעבן אַלע כיבודים... (מיט אַ גמרא-ניגון) 
פירן די כלה צו דער חופּה צוזאַמען מיט איר שוועסטער מרים --- האָט 
זי, ביילע, ניט קיין אַנדערע; זיך צעקושן די ערשטע מיט דער כלה 
נאָך דעם װוי דער חתן האָט צעבראָכן דאָס קידוש-גלעזל --- האָט זי, 
ביילע, ניט קיין אַנדערע. .. (צו ביילען) האָט מען דאָך דיר אָפּגעגעבן 
אַלע כיבודים --- היינט װאָסיזשע האָסטו זיך פּלוצלונג אָנגעבלאָזן 
און ניט געסטייעט? 

ביילע: (דרייט זיך שאַרף אויס צו וועלוולן) װאָס האָסטו זיך צו- 
געטשעפּעט צו מיר? װאָס װוילסטו האָבן פון מיין לעבן? 

וועלוול: (צום עולם) זי איז נאָך גערעכט! (טוט זי ווידער אַ צי 
ביים אַרבל) נו, קום, ביילע, קיינער האָט דיך דאָרט ניט געקריוודעט, 
פאַרקערט, דו האָסט דאָך עס אַלײן געזען... 

ביילע: גיי, גיי דיר. װער האָט דען נאָך דיר געשיקט! (צום עולם) 
באַגלײיך עמיצער האָט געשיקט נאָך אים... (מ'הערט איצט דייטלעך 
דאָס שפּילן פון אַ שער.) 

וועלוול: מיטאַנצט שוין דאָרט / אַ שער; דו הערסט כאָטש? 

ביילע: זאָל מען דאָרט טאַנצן װאָס מ'וויל --- וועמען אַרט עס דעף 

וועלוול: אָבער אָן דיר --- איז מיט וועמען װעל איך דאָרט טאַנצן 
אַ שער? סיידן מיט עפּעס אַ פרעמדער יידענע דאָרט... 

ביילע: נעם דיר, נעם דיר דאָרטן אַ פרעמדע יידענע. (צום עולם) 
אָט כאַפּט מען אים דאָרט אויס, די װאַזשנע מציאה! 

וועלוול: אָבער אַ פרעמדע יידענע קאָן דאָך אָבער ניט טאַנצן 


}61 


אַזױ שיין װוי דו.. . מענטשן שטייען דאָך קאָפּ אויף קאָפּ צו זען דיך 
טאַנצן . . . פאָלג מיך, ביילע, קום צוריק, 

ביילע: איך גיי ניט, איך בין ברוגזו 

וועלוול: (גיט זיך אַ גלעט די באָרד) נו, מילא. . . (עפנט די טיר 
אַרױסצוגײן, עס דערהערט זיך דאָס ראַשיקע שפּילן פון אַ שער. וועלוול 
גייט ווידער צו צו ביילען, גיט זי אַ גלעט איבערן אַרבל) נו, ביילע, 
אפשר פאָרט? 

ביילע: (צום עולם) האָט איר שוין אַמאָל געזען אַזאַ יידף 

וועלוול: (רעזיגנירט) נו, זעט מען דאָך שוין!.. . (דאָס שפּילן פון 
דער שער צענעמט אים הפּנים, טוט ער זיך אַביסל אַ צעויג און 
האַלב-טאַנצנדיק, האַלב-גײענדיק, שלייכט ער זיך אַרױס פון הויז. 
די טיר בלייבט אָפן, דאָס שפּילן פון דער שער הערט זיך גאַנץ דייט- 
לעך. די מומע ביילע בלייבט זיצן אַ ברוגזע, אָבער דאָס שפּילן לאָזט 
זי ניט רואיק איינזיצן. זי גייט צו צו פאַרמאַכן די טיר, אָבער ביי דער 
שוועל ווערט זי װי פון זיך אַלײן אַרײנגעצױגן אין דעם שפּילן פון 
דער שער און זי הויבט זיך אָן צו באַװעגן װוי אין אַ טאַנץ. זי כאַפּט זיך 
אָבער װאָס זי טוט און טוט אַ פאַרהאַק די טיר און בלייבט ווידער 
זיצן ביים טיש אַ ברוגזע.) 

דערציילער: און דאָס װאָס דער פעטער וועלוול האָט געזאָגט, אַז 
עס איז אַ מחיה צו קוקן אויף דער מומע ביילען ווען זי טאַנצט איז 
גאָרניס קיין גוזמא. װוי קליין און דאַר זי איז --- גייט זי אָבער אַרױס 
אין אַ טאַנץ, רירט זי ממש ניט אָן די ערד מיט אירע פיס.. . אָבער 
איצטער איז זי ברוגז --- און זי ווייסט דווקאָ װאָס זי װיל, . . זי האָט 
זיך איר קאַפּריז און זי װעט עס אויך אויספירן. . . זי ווייסט, אַז מ'וועט 
באַלד שיקן עמיץ אַנדערן װי דעם פעטער וועלוול זי איבערבעטן.. . 
די פראַגע איז --- וועמען װעט מען שיקן.. . אויב מ'וועט שיקן אַבי 
וועמען, װעט זי זיך ניט אונטערגעבן.. . דער מומע ביילעס אויערן 
ווערן מיטאַמאָל װאַך, זי הערט זיך צו צום דרויסן. דאַכט זיך, אַז עמי- 
צער גייט.., 

(עס עפנט זיך די טיר און עס קומען אַריין דער כלהס שוועסטערל 
מיט איר חברטע, זיי האַלטן זיך ביי די הענטלעך, זיי גייען וי זי 
װאָלטן אונטערגעטאַנצט. די מומע ביילע זיצט אַ ברוגזע און קוקט 
זיך אַפּילו ניט אום אויף די מיידעלעך.) | 

כלהס שוועסטערל: (שיסט אויס מיט אַ דין קולכל) דער חתן 


7 1 


מיט דער כלה האָבן אייך געלאָזט בעטן צו דער חתונה, 

חברטע: יאָ, דעױ חתן מיט דער בלה האָבן אייך געלאָזט בעטן 
צו דער חתונה, | 

ביילע: גייט זאָגט דעם חתן מיט דער כלה, אַז איך בין ברוגז, 

כלהס שוועסטערל: אָבער, מומע ביילע, די מאַמע האָט געזאָגט, 
אַז איך זאָל זיך ניט דערוועגן קומען צוריק אָן אייך. 

ביילע: נשקשה, זי װעט זיך באַדרײען אָן מיר, די מאַמע דיינע, 
אויף דער חתונה, 

כלהס שוועסטערל: מומע ביילע, װאָס האָט אייך דען מיין מאַמע חס 
וחלילה געטאָן? 

ביילע: װוער זאָגט דען, אַז זי האָט מיר עפּעס געטאָן... זי האָט 
מיר נאָך געדאַרפט טאָן!... 

כלהס שוועסטערל: אָבער, מומע ביילע, װאָס זאָל איך זאָגן דער 
מאַמען?.י. 

(די מומע ביילע דרייט זיך אויס צו זיי מיטן רוקן און שווייגט אַ 
פאַרכמורעטע. די מיידעלעך בלייבן שטיין, קוקן אויף איר און וייסן 
ניט װאָס צו טאָן.) 

דערציילער: (צום עולם, װוי ער װאָלט אייגערוימט אַ סוד) קינדער 
האָט די מומע ביילע גראַדע זייער ליב, ווייל זי אַליין איז נעבעך אַ 
געשטראָפטע, אַ בעזדיטניצע. און ווען אַ קינד קומט אַמאָל אַרײן צו 
איר אין הויז, באַלאָדט זי עס מכל טוב. --- אָבער איצטער... איר 
זעט דאָך... 

כלהס שוועסמערל: נו, מומע ביילע... 

ביילע: (טוט זיך אַ הויב מיט גרויס כעס. זי טוט אַ פאָכע אויף 
די מיידעלעך מיט איר קלייד, װוי מ'צעטרייבט הינדעלעך) אַהײם, 
פּיסקליאַטעס! 

(די מיידעלעך, טאַקע וי הינדעלעך, דערשרעקן זיך און ליפן 
שנעל אַרױס.) 

ביילע: (צום עולם) קוקט נאָר אָן, כ'בעט אייך, װועמען מ'שיקט 
מיך איבערבעטף!... (זעצט זיך צוריק ביים טיש אַ ברוגזעי). 

דערציילער: (צום עולם, שפּאַסיק) טאַקע, זעט נאָר וועמען מ'האָט 
געשיקט זי איבערבעטןי... 

(עס הערט זיך איצט װי די קלעזמער שפּילן אַ כשר-טאַנץ. די 
מומע ביילע קאָן קוים איינזיצן אויף איר אָרט און זי הויבט זיך אָן 


}81 


באַװעגן זיצנדיק אין ריטם פון טאַנץ. ניט װיסנדיק אַלײן װאָס זי 
טוט, הויבט זי זיך אויף, אונטערהויבנדיק איר חתונה-קלייד, שטרעקט 
זי אויס איר האַנט מיט אַ פאַטשײלע און הויבט אָן צו טאַנצן קעגן 
אַ כלומרשט-עמיצן מיט גרויס פאַנטאַזיע אין אַ וואונדערלעכן ריטם, 
פּלוצלונג דערהערן זיך גיכע טריט פון דרויסן. זי רייסט איבער דעם 
טאַנץ אין גרויס דערשרעק. זי לויפט צו צום בענקל און בלייבט זיצן 
אין אַ ברוגזער פּאָזע.) 

מרים: (לויפט אַרײין מיט אַ פּנים פול מיט טענה) אַ טייערע שוועסטער 
ביסטו מיר!... . ס'ערשטע קינד פיר איך צו דער חופּה... זי זאָגט 
מער גאָרניט און קוקט אויף ביילען מיט גרויס פאָרוואורף. ביילע 
קוקט אויף איר האַלב-שולדיק אוֹן האַלב-פאַרעקשנט.) 

מרים: (נאָך אַ לענגערער פּויזע) און פאַרװאָס? פאַר וען? װאָלט 
מען געזאָגט, אַז עמיצער האָט חלילה אָנגערירט דיין כבוד!... איז 
וי נעמט עס אַ מענטש און סטייעט דיר ניט אונטער דער האַנט, ניט 
מיר, ניט דיר. (אויפגערעגט) הער-זשע מיך אויס, ביילעניו, דו מיינסט 
טאַקע אויף אַן אמת, אַז איך װעל זיך פאַר דיר אויסשטרעקן אויף 
דער ערד?... קוק עס נאָר אָן, כ'בעט דיך! (לויפט אַרױס פון הויז) 

(די טיר איז געבליבן אָפן. איצטער הערט מען שוין ניט דאָס שפּילן 
פון די קלעזמער. די מומע ביילע, אַן אומעטיקע, גייט צו צו דער אָפע- 
נער טיר. אין גאַס איז שטיל. עס הערט זיך בלויז דאָס קװואַקען פון 
זשאַבעס. אַ טרויעריקע זעצט זיך די מומע ביילע אַװעק אויף אַ קליין 
פוס-בענקעלע ביי דער װאַנט, אַ שטאַרק-דערשלאָגענע.) 

דערציילער: אַצינד איז די מומע ביילע טאַקע אויף אַן אמת ברוג; 
אַצינד האָט זי שוין אַ רעכט דערצו -- נאָך דעם װי איר שוועסטער 
מרים האָט זי גערופן ,ביילעניו" און איר געזאָגט: ,קוק עס נאָר 
אָן". .. אַ, אַ, דאַכט זיך, אַז די מומע ביילע וויינט. יאָ, זי וויינט טאַקע: 
חפּנים פון רחמנות אויף זיך אַלין וויינט זי. 
ביילץ: (װוישט די נאָז, רעדט צו זיך אַליין מיט אַ ויינענדיק קול) 
ווער דאַרף דען האָבן אַ מומע ביילע אויף דער חתונה? --- אַ קליינער 
שיינדלינג פּאַר חתן-כלה... שוין טאַקע געווען גלייכער, װאָס איך 
בין פון דאָרט אַװעק... (זי הערט אויף צו וויינען און שאָקלט מיטן 
קאָפּ הין און צוריק מיט גרויס צער. פּלוצלונג ווערן אירע אויערן װאַך. 
פון דער גאַס דערטראָגט זיך דאָס שפּילן פון די קלעזמער, װאָס קומט 
אַלץ נעענטער. עס דערהערן זיך ביי דער טיר טריט און געלעכטער. 


911 


די מומע ביילע װוישט אויף גיך אויס די אויגן. זי הויבט זיך אויף פונעם 
פוס-בענקעלע און זעצט זיך שנעל איבער אויפן גרויסן בענקל ביים 
טיש, פאַרריכט זיך דאָס זיידענע טיכל אויפן קאָפּ און בלייבט זיצן 
אַ װואַזשנע און אַ ברוגזע.) 

וועלוול: (לויפט אַרין אַ פריילעכער) הפּנים, ביילע, אַז דאָס האָסטו 
געװאָלט,. / 

ביילע: (אין כעס) װאָס האָב איך געװאָלט? 

וועלוול: װועסט שוין באַלד זען. .. װאָס אַרט דיך +.. 

כלהס שוועסטערל: לויפט אַריין מיט איר חברטע, זיי האַלטן 
זיך ביי די הענט און שרייען אויס): דער חתן מיט דער כלה האָבן 
אונדז געשיקט זאָגן, אַז זי קומען אייך איבערבעטן... די מומע ביילע 
קוקט זיך אויף זיי ניט אום, בלייבט זיצן אַ ברוגזע.) 

(עס קומען אַריין די קלעזמער, דער בדחן, חתן-כלה. אין די אָפענע 
פענצטער זעט מען די קעפּ פון אַ סך מחותנים) 

בדחן: (שטעלט זיך ארויף אויף אַ בענקל, פאַרקאַטשעט די אַרבל 
און הויבט אָן צו זאָגן גראַמען מיטן בדחן-נוסח): 


דער חתן מיט דער כלה 

האָבן מיר געהייסן זיך טוען פאַרזאַמען, 
און קומען צו דיר זאָגן, אשה ביילע, 
מיינע שענסטע גראַמען. 


ווייל מה סוף אנוש דער מענטש 
אויב ניט אַ הייפעלע שטױב; 
און פּוסט איז דער כבוד, 

און פּוסט איז די לויב. 


ווייל מה אנוש דער מענטש -- 
און זיין לעבן אינגאַנצן; 

אויב ניט צו טאָן 

שיינע מידות פאַרפלאַנצן. 


}01 


און די שענסטע מידה איז דאָך 
אהבה-ליבשאַפט --- ניט ברוגז, 

װאָס קיינעם טוט עס ניט קיין גוטס, 
און קיינעם טויג עס, 


און דעריבער האָבן מיך געשיקט 
חתן-כלה דיר זאָגן: 
הויך-געשעצטע, אשה-ביילע, 

אַז דו ביסט ביי זיי פאַרקערט --- 
לעילאָ ולעילאָ... 


איז אֵידאַי, און אַידטאַם-טאַס, 
איז אַידאַי, און אֵידטאָם-טאַם, 
טירע-דירע-ראַס, 

שפּילט-זשע, קלעזמאָרימלעך, 
דעם שיינעם װיװאַט 

פאַר דער מומע ביילען, 

פון חתנס צד, 


(אין דער צייט, װאָס די קלעזמאָרים שפּילן דעם װיװאַט, זיצט נאָך 
אַלץ די מומע ביילע אַ ברוגזע. עס קומען צו איר צו דער חתן מיט 
דער כלה.) 

כלה: (מיט אַ ציטער אין איר קול) מומע ביילע, װאָס זענט איר 
ברוגז? 

חתן: (שעמעוודיק) אסתרל, זאָל לעבן, ערגערט זיך אַזױ שטאַרק, 

כלה: האָב איך, מומע ביילע, קעגן אייך חלילה געטאָן עפּעס אַ קרומע 
זאַך? 

חתן: אסתרל, זאָל לעבן, האָט דאָך אייך אַזױ ליב. שטענדיק באַ- 
רימט זי זיך פאַר מיר מיט איר מומע ביילען. 

כלה: וי אַזױ װועל איך קענען קוקן מענטשן אין די אויגן, אַז די 
מומע ביילע װעט ניט זיין ביי מיין חתונה? 

חתן: אסתרל, זאָל לעבן, האָט דאָך אַפילו ניט געװאָלט פאַרזוכן 
די גאָלדענע יויך... 

כלה: איר געדענקט, מומע ביילע, װאָס איר פלעגט מיר אַלעמאָל 


111 


זאָגן: אַז איך בין ביי אייך די באַליבטסטע פּלימעניצע --- איז פאַרװאָס- 
זשע קומט עס מיר, אַז ביי מיין חתונה זאָלט איר נעמען און גאָר 
ווערן ברוגז? : 

ביילע: (וערט גװאַלדיק גערירט; איר פּנים, אי ס'שיינט, אי 
סוויינט, זי גיט זיך מיטאַמאָל אַ הויב פון בענקל און פאַלט אַרױף 
מיט אַ געוויין דער כלה אויפן האַלדז) אסתרקע קרוי װער איז 
ברוגז? װוער קאָן עס זיין ברוגז אויף אַזאַ בת-מלכה וי דו?! דו שיינסט 
דאָך וי די זון! מ'קאָן דאָך ניט אַרײנקוקן אין דיין ליכטיקן פּנים װי 
אין דער זוף... 

(דער פּױקער טוט אַ זעץ אין דער פּויק און אין די טאַצן. די קלעז" 
מער הויבן אָן צו שפּילן דעם ברוגז-טאַנץ. דער עולם מאַכט אַ װאַרע. 
די מומע ביילע, אַ פאַרוויינטע, מיט אַ שיינענדיק פּנים, הויבט אונטער 
װאַזשנע איר קלייד און גיט זיך אַ לאָז אין אַ זייט פלינק און גראַציעז 
און הויבט אָן צו טאַנצן אַנטקעגן דער כלה. דער עולם אין שטוב און 
ביי די פענצטער פּליעסקעט צו מיט די הענט און זינגט): 


אָט-אַזױ, אָט-אַזױ, 

בעט מען איבער אַ מומען, 
אָט-אַזױ, אָט-אַזוי, 
בעט מען איבער אַ מומען. 


})})21 


די כעלמער חכמים 
(אַ פאָלס-שפּיל) 
אָנטײלנעמער: 


רעב ברוכל, דער כעלמער רב. 

גדליה ווייזנפרייד, דער גרעסטער חכם 
אברהם רייכמאַן, דער גרעסטער נגיד 
רעב אהרון, דער גרעסטער אָרעמאַן. 


דערציילער: (הינטערן פאָרהאַנג) פון זינט כעלעם איז אַ שטאָט 
אין מדינת פּוילן לעבן דאָרטן די יידן אין איין שרעק --- גנבים. דאָס 
נעמט זיך נאָך פון דער צייט װאָס מ'האָט ביי זיי אַרױסגעגנבעט די 
לבנה פון אַ פעסל װאַסער. ס'איז אַן אַלעמען-באַקאַנטע מעשה, און 
איך וויל זי אייך דאָ ניט איבערדערציילן, זי האָבן זיך אַפילו געשראָקן, 
אַז מ'קאָן נאָך חס וחלילה ביי זיי אויך אַרױסגנבענען די נייע שול, 
װאָס זיי האָבן אויפגעבויט מיט אַזויפיל מי. אָבער אַדאַנק רעב גדליה 
ווייזנפרייד, איינער פון די גרעסטע כעלמער חכמים, האָט מען זיך 
גלייך באַװאָרנט קעגן דעם. און רעב גדליהס עצה איז געווען זייער 
אַ פּשוטע: מ'האָט נעמלעך אָנגעשריבן מיט גרויסע רויטע אותיות 
אינדרויסן אויף דער טיר: ;זע השול שייך לכעלם." --- דאָס הייסט, 
די דאָזיקע שול געהערט צו כעלם. פאַרשטייט איר דאָך, אַז קיין שום 
גנב מיט אַביסעלע שכל װעט ניט גיין גנבענען קיין שול מיט אַזאַ 
אויפשריפט, װאָס קאָן אים גלייך באַגראָבן. אָבער מיט װאָס איך וויל 
אייך איצט אַזױ שטאַרק באַקענען, איז ניט אַזױ מיט די כעלמער חכמים, 
וי מיטן טייערן און וואונדערלעכן רעב ברוכל. ער איז ניט אַזױ פּשוט 
וי ער װעט זיך אייך אויסדאַכטן פון אויבנאויף; ס'איז דאָ טיפקייט 
אין אים. יאָ, דער טייערער און וואונדערלעכער רעב ברוכל, אַן אויס- 
געמוטשעטער און שטענדיק אַ ניט-אויסגעשלאָפענער צו ליב די פילע 
אסיפות, װאָס זיינען געהאַלטן געװאָרן אין כעלם. און אין כעלם, דאַרפט 
-איר וויסן, ציט זיך אַן אסיפה גאַנצע זיבן טעג און זיבן נעכט --- און 
אַמאָל נאָך מער. איצטער, בשעת איך רעד צו אייך, קומט אויך פאָר אַן 


|31 


אסיפה ביים כעלמער רב אין הויז. עס איז צוליב דעם גנב, װאָס האָט 
זיך באַװיזן אין שטאָט, און צוליב דעם שלאָפן ניט די כעלמער קרעמער 
ביינאַכט און זיי היטן זייערע קראָמען. ווען זיי האָבן אָבער געזען אַז 
זיי קומען שיעור ניט אום פון ניט שלאָפן ביינאַכט, האָבן זיי גערופן 
אַן אסיפה, 

(ווען דער פאָרהאַנג הויבט זיך אויף, זעט מען דעם חדר מיוחד פון 
דעם רב רעב ברוכל. ער זיצט אויף אַ שטול אױבנאָן, אויף אַ מין באַלע- 
מערל, אַ גװאַלדיק אױסגעבלאַסטער, מיט זיין מאָגערער האַנט אויפן 
שטערן און ער טראַכט. אונטן, אויף דער רעכטער זייט פון באַלעמערל, 
זיצט אין אַ שטול דער גרעסטער כעלמער גביר, רעב אברהם רײכמאַן, 
אַ פעטער ייד, זיין האַנט איז אויך אויפן שטערן און ער טראַכט אויך. 
אויף דער לינקער זייט פון באַלעמערל זיצט רעב גדליה וייזנפרייד, 
דער גרעסטער כעלמער חכם, אַ מאָגערער ייד, זיין האַנט איז אויך 
אויפן שטערן און ער טראַכט אויך. ביים פענצטער זעט מען אַ סך 
פּנימער און עס הערט זיך פון דאָרט דאָס בייזע מורמעלן פון אַ סך 
קולות. עס עפנט זיך די טיר 

אהרון:(דער גרעסטער כעלמער אָרעמאַן, די צעריסענע קאַפּאָטע 
פאַרבונדן מיט אַ שטריק, אַ באָרװעסער) רבי, דער עולם איז שוין 
מיד. שוין דער זיבעטער מעת-לעת און מ'איז נאָך צו קיין גוטער עצה 
ניט געקומען. 

רבי: (ליבלעך) זאָג זיי, רעב אהרון, מ'זאָל האָבן געדולד. יידן דאַרפן 
האָבן געדולד. מיט גאָטס הילף װעלן מיר זיך באַלד דערטראַכטן צו 
דער גוטער עצה. 

(אהרון וויל זיך שוין לאָזן צום פענצטער, ער שטעלט זיך אָבער אִפּ, 
ווייל גדליה הויבט אָן צו ריידן און ער הערט זיך צוץ 

נדליה: מיר דאַכט זיך, אַז איך האָב עס יי. 

אהרון: (טו אַ פּראַל אויף דאָס פענצטער מיט פרייד) רעב גדליה האָט 
עס שויף! 

עולם: (ביים פענצטער, מיט פרייד) רעב גדליה האָט עס שויףי 

(אהרון טוט אַ פאַרמאַך דאָס פענצטער 

נדליה: (גלעט זיך זיין שיטער בערדל) יאָ, איך וואונדער זיך נאָר 
װאָס מיר האָבן געדאַרפט טראַכטן אַזש זיבן טעג און זיבן געכט יי. 
די זאַך איז דאָך אַזױ פּשוט: מיר, די קרעמער, האָבן מורא, אַז דער 
גנב זאָל אונדז חלילה באַגנבענען -- ניט אמת? 


}} 


אברהם: אמת, אמת, 

גדליה: איז מיין עצה: מיר זאָלן דינגען אַ מענטשן און מיר זאָלן 
אים גוט באַצאָלן און ער זאָל זיין דער שומר און אונז היטן בינאַכט 
די קראָמען, װעלן מיר אַלע קרעמער קאָנען רואיק שלאָפן, 

אהרון: אַ קלוגע עצה, כ'לעבן. (טוט אַ פּראַל-אױף דאָס פענצטער) 
יידן, ס'איז שוין דאָ די עצה: --- דינגען אַ שומר צו היטן די קראָמען, 

עולם: (אין פענצטער) קלוג, קלוג, זייער קלוג. (אהרון פאַרהאַקט 
צוריק דאָס פענצטער, שטעלט זיך לעבן גדליהס שטול) 

אברהם: יאָ, אָבער וואו װעלן מיר נעמען אַ שומר? ער אין כעלם 
װועט װעלן זיין אַ שומר? 

גדליה: דער שומר ועט זיין רעב אהרון, 

אברהם: גערעכט, כ'לעבן, רעב גדליה. (צו אהרונען) דו װעסט 
זיין דער שומר, 

אהרון: (דערשראָקן) איך? פאַרװאָס איך? איך וויל גיט זיין קיין 
שומר. איך האָב מורא פאַר גנבים, 

אברהם: (מיט אַ בייזער) אַן אָרעמאַן נעבעך אַ גרויסער, מיט אַכט 
קינדערלעך, זאָלן לעבן, ביסטו, אהרון, --- ניט אמת? 

אהרון; אמת, אַזױ האָט מסתמא גאָט געװאָלט, 

אברהם: װעלן מיר דיר באַצאָלן גוטע שכירות, װעסטו קאָנען 
מפּרנס-זיין דיין משפּחה בכבוד און ניט דאַרפן אָנקומען צו דער שטאָט, 

אהרון: יאָ, אַלץ איז טאַקע גוט, אָבער איך האָב מורא ביײנאַכט 
איינער אַלײן אין דער פינצטער -- און אַ גנב איז דאָך אַ בייזער 
מענטש. 

גדליח: נאַרעלע, דו דאַרפסט ניט מוראָ האָבן פאָרן גנב: דער גנב 
װעט גאָר מוראָ האָבן פאַר דיר. די גאַנצע וועלט וייסט, אַז אַ גנב 
האָט שטענדיק מוראָ פאַר דעם יעניקן, װאָס היט אים, 

אברהם: הכלל, דו װעסט ווערן אונזער נאַכט-שומר. מסכים? 

אהרון: אוב נאָר דער גנב װעט מוראָ האָבן פאַר מיר, בין איך 
מסכים, 

גדליה: ער װעט מוראָ האָבן. 

אברהם: (זייער צופרידן מיט זיך) הייסט עס, מיט גאָטס הילף, 
האָבן מיר (גיט זיך אַ גלעט איבער בויך) געפונען די גוטע עצה, און 
מיר קאָנען שוין שליסן די אסיפה. װאָס זאָגט איר, רעב גדליה? 

גדליה: יאָ, איך זאָג אויך אַזױ, רעב אברהם! אָבער װאָס װעט 
אונזער רבי, זאָל לעבן, זאָגן? 


)51 


רבי: װאָס זאָל איך זאָגן, רבותי! אַ שטיקל שכל איז דאָ דערביי, 
אין דער עצה מיטן שומר. אָבער ביינאַכט, ווייסט די וועלט, איז דאָך 
קאַלט, און נאָך אום ווינטער --- און רעב אהרון קאָן זיך נאָך חלילה 
פאַרקילן, און פון אַ פאַרקילונג, רחמנא לצלן, קאָן מען נאָך, די שעה 
זאָל ניט זיין, אַװעקגײן פון דער וועלט --- איז װי קאָנען מיר דער" 
לאָזן, אַז צוליב אונז זאָל אַ ייד נעבעך אַװעקגײן פון דער וועלט און 
זיין ווייב זאָל חלילה בלייבן אַן אלמנה, און זיינע אַכט קינדערלעך 
יתומים חלילה. (אהרון ציטערט, װי ער װאָלט זיך שוין טאַקע פאַר- 
קילט.) 

אברהם: איז דאָך ווידער ניט גוט, 

גדליה: װאָס-זשע טוט מען, רבותי? (זעצן זיך וידער אַנידער 
טראַכטן, יעדער איינער מיט דער האַנט אויפן שטערן. דער עולם 
ביים פענצטער ווערט אומגעדולדיק. עס הערן זיך אויסרופן: ;נו, שוין . . . 
אַן עק זאָל עס נעמעף") 

אחרון: (עפנט דאָס פענצטער) שאַ זאָל זיין, זיי טראַכטן. 

עולם: (איינער צום אַנדערן) שאַ זאָל זיין, זיי טראַכטן (אהרון 
פאַרהאַקט צוריק דאָס פענצטער.) 

נדליה: (אַ פריידיקער) איך האָב עס נאָך אַמאָל, רבותי! 

אברהם: אדרבאָ, לאָמיר הערן. 

נדליה: איך וואונדער זיך נאָר װאָס ס'איז מיר ביז אַהער ניט אייג- 
געפאַלן. מיין עצה, רבותי, מ'זאָל אויפנייען אהרונען דעם שומר, הייסט 
עס, אַ שאָפענעם פּעלץ, 

אהרון: (אַ דערפרייטער) אוי, אַ שאָפענעם פּעלץ! טאַקע אַ קלוגע 
עצה, כלעבן, 

אברהם: (ברוגז) ניין, ס'איז ניט קיין קלוגע עצה. װאָס הייסט אַן 
אָרעמאַן זאָל טראָגן אַ שאָפענעם פּעלץ, װי די גבירים, להבדיל? 

גדליה: (בייז) וויפיל אַזעלכע גבירים טראָגן שאָפענע פּעלצן ביי 
אונז אין כעלם אַ חוץ אייך, רעב אברהם? -- און איר זענט דאָך 
דער איינציקער. 

אברהם: אָט טאַקע צוליב דעם. --- ווייל װווי אַזױ װעט די שטאָט 
דערקענען ווער ס'איז איך און װער סאיז אהרון? 

נדליה: איז צו דעם, רבותי, אויך דאָ אַן עצה: מ'נעמט דעם שאָ- 
פענעם פּעלץ און מ'נייט אים אויף אַזױ, אַז דער פוטער זאָל זיין אינ- 
דרויסן, 


}|} 1 


אברהם: אַ קלוגע עצה, כ'לעבן, װאָס דענקט דער רבי, זאָל לעבן! 

רבי: יאָ, עפּעס אַ שכל איז דאָ דערביי, --- אָבער אַז מ'זאָל גוט 
אַ טראַכט טאָן איז די מעשה, אַז אויב דער פוטער װעט זיין אינדרויסן, 
קאָן נאָך אַ װאָלף, רחמנאָ לצלן, אָננעמען רעב אהרונען פאַר אַ שעפּס 
און אים חס וחלילה פאַרצוקן, 

אהרון: (דערשרעקט זיך און ציטערט אויף) ברר... ברר... 

גדליה: איז װידער דאָ אַן עצה דערצו, רבותי: מזאָל קויפן אַ 
פערד און אַװעקזעצן רעב אהרונען אויפן פערד, װעט שוין אַ װאָלף 
וויסן, אַז ער איז ניט קיין שעפּס. 

אברהם: אַ קלוגע עצה, כ'לעבן. װאָס דענקט דער רבי, זאָל לעבן? 

רבי: יאָ, עפּעס אַ שכל איז דאָ דערביי, אָבער אַז מ'זאָל עס גוט 
באַטראַכטן, קאָן נאָך חס וחלילה דעם פערד איינפאַלן אַ מחשבה זיך 
צעלויפן, פאַרטראָגן רעב אהרונען אַרױס דער שטאָט צו די ליים- 
גריבער, אים דאָרטן אַראָפּװאַרפן און, רחמנא לצלן, אים ברעכן רוק- 
און-לענד. (אהרון ציטערט אויף) 

גדליה: איז ווידער דאָ אַן עצה דערצו, רבותי: זאָל מען נעמען דאָס 
פערד מיט אהרונען און אים צובינדן מיט אַ שטריק צו אַ סלופ. 

אברהם: אַ קלוגע עצה, כ'לעבן. װאָס זאָגט דער רבי דערצו? 

רבי: װאָס זאָל איך זאָגן? עפּעס אַ שכל איז דאָ דערביי --- נאָר 
װאָסיזשע דען: ס'וועט זיך גלייך אָנהױבן אַ גרויסע מחלוקת אין שטאָט: 
איין קרעמער װעט זאָגן ,זאָל מען צובינדן דאָס פערד מיטן שומר 
לעבן מיין קראָם'; אַ צווייטער װעט זאָגן: ,ניין, צו מיינער.? --- און 
אַז יידן קריגן זיך, װוערט דער שטן-מקטרג ביי זיך זייער שטאַרק. 

אברהם: איז װאָס-זשע טוט מען? 

גדליה: דאַרף מען װידער טראַכטן. (דער עולם ביים פענצטער 
ווערט אומגעדולדיק. אהרון עפנט דאָס פענצטער) 

עולם: נו, שוין, אַן עק זאָל דאָס נעמען, 

אהרון: שטיל זאָל זיין, מ'טראַכט, 

עולם: (מיט רעספּעקט) מ'טראַכט, מ'טראַכט. (אהרון פּאַרהאַקט 
דאָס פענצטער.) 

גדליה: איך האָב עס װידער: כדי ס'זאָל ניט קומען צו קיין מחלוקת, 

ביי יידןף... 

אברהם: נו? נו? 

גדליה: נו, וועלן מיר נעמען דאָס פערד מיטן שומר און אים צובינדן 
צום סלופּ לעבן דער באָד, 


}| 7 { 


אברהם: ניין, רעב גדליה, עס געפעלט מיר ניט איער עצה. די 
באָד איז דאָך ווייט פון די קראָמען, באַזונדערס פון מיין קראָם --- איז 
וי אַזױ װעט דער גנב וויסן, אַז אהרון היט מיין קראָם? 

נדליה: איז צו דעם ווידער דאָ אַ גוטע עצה: זאָל דער שומר, דאָס 
הייסט, אהרון, שרייען אַ גאַנצע נאַכט לעבן דער באָד: ;גנבים, מ'היט 
אייך, גנבים, מ'היט אייך!" 

אברהם: זעט איר, רעב גדליה, דאָס מאָל איז עס שוין איינמאָל 
אַן עצה! װאָס זאָגט איר, רעב ברוכל? 

(דער רבי, אַ שטאַרק אויסגעמאַטערטער, האָט איינגעדרעמלט.) 

רבי: (כאַפּט זיך אויף מיט דערשרעק) אַ, װאָס האָט איר געזאָגט, 
רעב אברהם? 

אברהם: אַז אהרון זאָל שׂרייען אַ גאַנצע נאַכט: ;גנבים, מ'היט אייך, 
גנבים, מ'היט אייך!" | 

רבי: (פריילעך) קלוג, קלוג, גאָר קלוג, אַ דאַנק דעם השם יתברך. 
(צעגענעצט זיך) און איצטער קאָן מען זאָגן, אַז אונזער שטאָט איז 
געראַטעװעט פון גנבים. האָט-זשע מיר אַלע אַ גוטע נאַכט און זאָל 
אייך דער אויבערשטער בענטשן. 

אַלץ: אַ גוטע נאַכט, רבי. 

רבי: גייט בשלום. 

(אַלע דריי, אברהם, גדליה און אהרון קומען אַרױס פון דער הויז. 
עס הערן זיך קולות פון עולם: ,נו, נו?" עס הערן זיך אויך שטימען 
פון רעב אברהם און רעב גדליה. מ'הערט ניט קלאָר װאָס זיי ריידן, 
מפאַרשטײט אָבער, אַז זיי גיבן איבער דעם באַשלוס. עס הערן זיך 
פריידיקע אויסגעשרייען פון עולם: ,קלוג, גאָר קלוג!" (דורכן פענצטער 
זעט מען װי דער רבי רעב ברוכל דרעמלט איין אויף זיין שטול זיס 
און תמימותדיק.) 

(פ אָרהאַנג) 


בווייטע סצענע 


דערציילער: און די שטאָט כעלם האָט טאַקע ניט מוראָ געהאַט 
פאַר קיין גנבים. איז געקומען די נאַכט, זיינען די קרעמער געשלאָפן 
רואיק און אַלצדינג איז צוגעגאַנגען כשורה. אָבער איין מאָל, גראַדע 
אין אַ לבנה-נאַכט, דאַרף זיך טרעפן אַ צרה.. . אָבער פאַרװאָס זאָל 
איך אייך פאַרלויפן דעם װעג?... | 


|} 1 


(ווען דער פאָרהאַנג הויבט זיך אויף איז פאַרטאָג. רעב פרוכל דרייט 
זיך אויף זיין געלעגער, ווייל יעדעס מאָל װאָס ער וויל איינדרעמלען, 
דערהערט זיך דעם שומרס זיער דערשראָקן קול: ,גנבים, מ'היט 
אייך, גנבים, מ'היט אייך! איך, רעב אהרון, זיץ אויף אַ פערד לעבן דער 
באָד און היט אייך.* אויף אַ מינוט ווערט שטיל, און דער רבי דרעמלט 
איין --- אָבער באַלד הערט זיך װוידער אהרונס קול: ,גנבים, איך היט 
אייך.. ,") 

רבי: (הויבט זיך אויף) אַך, אַך, מ'קאָן בשום אופן ניט שלאָפן, נו, 
פאַרװאָסיזשע זאָל איך מבטל-זיין מיין צייט? (ער גיסט אָפּ נעגל- 
װאַסער, צינדט אָן אַ ליכט, נעמט אַרױס אַ גמרא, צעשאָקלט זיך און 
ברומט אונטער אַ ניגון. דער פאַרטאָג הויבט דערוייל אָן אַרײנצו- 
שיינען אין די פענצטער, הענער צעקרייען זיך, פּלוצלונג דערהערן 
זיך אַ סך טריט און צאָרנדיקע קולות. דער רב, אַ צעשראָקענער, לויפט 
צו צום פענצטער, רעב אברהם און רעב גדליה לויפן אַרין אין די 
שלאָף-רעק און שטעק-שיך.) 

אברהם: (מיט אַן אומגליקלעך פּנים) גװאַלד, רבי, מ'האָט אונז 
אויסגעליידיקט די קראָמעף 

נדליה: מ'האָט אונז בדיל-הדל געשטעלט, 

רבי: אָבער איך האָב דאָך אַ גאַנצע נאַכט געהערט רעב אהרונען 
שרייען: ;גנבים, מ'היט אייךוּ" 

גדליה: זעט איר דאָך!... 

רבי: (מיט גרויס צאָרן) גיכער זאָל מען מיר ברענגען דעם פּושע, 
דעם עוכר. איך װעל אים שוין ריכטיק מקיים-פּסק-זיין. (מ'פּראַלט אויף 
די טיר און מיט קולי"קולות שטופּט מען אַרײן דעם אומגליקלעכן 
אהרונען אין דעם שאָפּענעם פּעלץ מיטן פוטער אינדרויסן.) 

רבי: (בייז) װאָס פאַר אַ שומר ביסטו, אַז דו האָסט געלאָזט גנבים 
באַגנבענען כעלם? 

אהרון: (טרויעריק) רבי, איך בין ניט שולדיק. גאָט איז מיין עדות, 
אַז איך בין ניט שולדיק, 

אברהם: װאָס הייסט ניט שולדיק! עס איז דאָך געווען אַ לבנה- 
נאַכט און דו האָסט געקענט זען פונווייטנס, אַפּילו פון דער באָד, 

אהרון: (וויינענדיק) יאָ, רעב אברהם, איר זאָלט מיר לעבן און געזונט 
זיין, די נאַכט איז טאַקע געווען אַ לבנה-נאַכט --- און אַזאַ לויטערע 
לבנה. . . װוי פּלוצלונג דערזע איך, װוי גנבים גנבענען זיך צו די קראָ- 


})91 


מען --- אָבער װאָס האָב איך געקענט טאָן מער װי שרייען קגנבים, 
מ'היט אייךל!" 

גדליה: האָסטו דאָך געקאָנט צעטרייבן דאָס פערד, זיך אַ יאָג-טאָן 
צו די קראָמען און פאַרטרייבן די גנבים! 

אהרון: איר האָט שוין פאַרגעסן, רעב גדליה, איר זאָלט מיר גע" 
זונט און שטאַרק זיין, אַז דאָס פערד איז געווען צוגעבונדן צום סלופּ! 

אברהם: נעמט מען און מ'בינדט עס אָפּ. 

אהרון: האָב איך דאָך מורא געהאַט, אַז דאָס פערד קאָן זיך נאָך 
צעלויפן און מיך פאַרטראָגן צו די ליים-גריבער, און מיר ברעכן 
רוק-און-לענד, 

גדליה: האָסטו דאָך געקענט אַראָפּשפּרינגען פון פערד און לויפן 
פאַרטרייבן די גנבים, 

אהרון: אָבער מיין שאָפּענער פּעלץ איז דאָך מיטן פוטער אַרױף. 

אברהם: און דערימעך ... 

אהרון: האָט מיך דאָך אַ װאָלף געקאָנט אָננעמען פאַר אַ שעפּס. 

גדליה: האָסטו דאָך געקענט אַראָפּואַרפן דעם פּעלץ, 

אהרון; אין אַזאַ קאַלטער נאַכט אַראָפּװואַרפן פון זיך דעם פּעלץ? 

אברהם: האָסטו דאָך געקענט שרייען: ,געװאַלד יידן, מ'באַגנבעט 
אייך!" --- װאָלטן מיר געווען זיך אזיפגעכאַפּט און געלאָפן פאַרטרייבן 
די גנבים, 
אהרון: אָבער, רעב אברהם, איר זאָלט מיר לעבן און געזונט זיין, 
איר האָט מיך בפירוש געדונגען, אַז איך זאָל אייך ניט אויפוועקן, כדי 
איר זאָלט קאָנען שלאָפן רואיק ביינאַכט. 

גדליה: תירוצים האָט ער גענוג, 

אברהם: ס'קומט דיר, אַז מען זאָל דיך צערייסן וי אַ הערינג. 

רבי: ניט מיט כעס, רבותי. כעס פּאַסט ניט פאַר יידן. און װאָס 
שרייט איר אויף אים? רעב אהרון איז דאָך טאַקע ניט שולדיק -- 
פאַרקערט: ער האָט גאָר געטאָן אַלץ װי מיר האָבן מיט אים אָפּגע" 
רעדט, על פּי יושר קומט אים גאָר אַ הוספה... ער איז נעבעך אַ 
גרויסער אָרעמאַן מיט אַ ווייב און אַכט קינדערלעך, זאָלן אים לעבן 
און געזונט זיין; און פון די שכירות װאָס מיר צאָלן אים, מישטיינס 
געזאָגט... 

אברהם: (אין כעס) נאָך אים געבן אַ הוספה דערפאַר װאָס מ'האָט 
אונז באַגנבעט?! 


},)01 


גדליה: (אין אַ פליסטער) אַז אונזער רבי רעב ברוכל זאָל לעבן 
זאָגט אַ הוספה, דאַרף מען אים געבן אַ הוספה, אַז ניט װעט ער דאָך 
ניט װועלן זיין קיין רבי ביי אונז אין כעלם; מוועט אים נאָך אױיסכאַפּן 
קיין װאַרשע... 

אהרון: (בויגט זיך פאַרן רבין) אַ הײליקער מענטש, אַן אמתער 
צדיק... (אברהם און גדליה בויגן זיך אויך פאַרן רבין. רעב ברוכל 
באַמערקט עס אָבער ניט. ער איז אַרײינגעטאָן מיט די אויגן אין דער 
גמרא, ער שאָקלט זיך און ברומט זיך אונטער זיס און פרום אַ ניגונדל), 


}111 


עקספּראָפּריאַבציע 


פון 
שלוםיעליכם 


אינסצענירט פון 
כאַװערײפּאַװער 


נאַראַמטאָר: קאַסרילעװקע האָט פון תמיד אָן נאָכגעטאַנצט אָדעס; 
נאָר פון זינט עס האָבן זיך אָנגעהויבן די בהלות, טרעט קאַסרילעװקע 
ניט אָפּ פון אָדעס אויף קיין האָר: אין אָדעס אַ סטרייק --- אין קאַס- 
רילעווקע אַ סטרייק; אין אָדעס אַ פּאָגראָם --- אין קאַסרילעװקע אַ 
פּאָנראָם; אין אָדעס קאָנסטיטוציע --- אין קאַסרילעװקע קאָנסטיטוציע: 
אין אָדעס עקספּראָפּריאַציע --- אין קאַסרילעװקע עקספּראָפּריאַציע. 
בקיצור; ס'איז אַװעק אין קאַסרילעװקע אַ סדרה עקספּראָפּריאַציע, 
איינע שרעקלעכער פון דער אַנדערער. ניט איין קאַסרילעװקער נגיד 
האָט זיך געטראַכט, אַז אין אַ שיינעם טאָג וועט מען זיך אין אים דער" 
מאָנען און קומען אים דערציילן די מעשה וי גאָט האָט געבאָטן; זיי 
האָבן הפּנים געפילט, אַז קאַסרילעװוקער אָרעמעלײיט טראָגן אויף זי 
דאָס ריכטיקע האַרץ, 


(ערשטע סצענע) 


(קאַנצעלאַריע וואו מ'טיילט אָדער מ'דאַרף אויסטיילן מעות-חטין). 

ערשטער ייד: װאָס רעדט איר װאָס? בנימין לאַסטאָטשקע?ג -- 
יענער איז דאָך דער גרעסטער נגיד אין קאַסרילעװקע! 

צווייטער ייד: ס'רעדט זיך אַזױ! מיט װאָס איז ער עפּעס ביי אייך 
דער גרעסטער נגיד? 

ערשטער ייד: (ווי אַן אָפּגעבריטער) אַ משל! ערשטנס האָט ער 
דאָך די רייכסטע מחותנים אויף דער גאַנצער װועלט און והשנית ... 

צווייטער ייד: (שלאָגט אים איבער) עט, די מחותנים זיינע זיינען 
שוין איצט ניט אַזױ רייך װוי זיי זיינען אַמאָל געווען. 

ערשטער ייד: פונדעסטוועגן, ווען מיר ביידע פאַרמאָגן װאָס יענע 


}1 


האָבן שוין פאַרלוירן, װאָלטן מיר אפשר אויך ניט געדאַרפט אָנקומען 
צו מעות-חטין. 

צווייטער ייד: מאָלט אייך, אָנקומען צו אַ רייכן מחותן, איז אויך 
ניט אַזאַ זיס שטיקל ברויט, מחמת דאָס רוב רייכע מחותנים זיינען 
איר זאָלט מיר מוחל זיין, גרויסע חזירים.. . 

ערשטער ייד: פונדעסטוועגן איז רעב בנימין לאַסטאָטשקע פאָרט 
דער גרעסטער נגיד אין קאַסרילעװקע! אַז מ'דאַרף אַמאָל אַ טובה, 
צו וועמען גייט מען --- צו בנימין לאַסטאָטשקע! 

צווייטער ייד: און אַז מ'גייט איז װאָס? --- העלפט ער אייך אַרױס 
מיט אַ קרעכץ! 

ערשטער ייד: גוט איז אויך דאָס. װאָס-זשע אַ קרעכץ גייט ביי 
אייך עפּעס צו-פוס? 

צווייטער ייד: ווייסיך װאָס, װאָס טויגן מיר אייערע פּוסטע דבורים? 
מיר דאַכט זיך, אַז מיר זיצן דאָ אינגאַנצן אומזיסט. איר האָט דאָך 
געהערט װאָס די נגידים טענהן, אַז אין קאַסרילעװקע זיינען היינטיקס 
יאָר פאַראַן מער מעות-חטין נעמער וי געבער, 

ערשטער ייד: איר װילט מיר זאָגן, אַז מ'וועט היינטיקס יאָר 
ניט געבן קיין מעות-חטין? 

צווייטער ייד: איך וויל אייך זאָגן? איר זאָגט דאָך אַלײן, 

ערשטער ייד: ווען האָב איך אייך געזאָגט? 

צווייטער ייד; נו, האָט איר ניט געזאָגט! נאָר מיר דאַכט זיך, 
אַז דער נגיד אייערער, רעב בנימין לאַסטאָטשקע, באַהאַלט זיך פון 
אונדז אויס, לאָמיר בעסער גיין אַ קוק טאָן וואו ער איז ערגעץ, דער 
נגיד אייערער? 

ערשטער ייד: מיין נגיד, אַ נייע מעשה! 

נאַראַטאָר; מאָדנע מענטשן די קאַסרילעװקער יידף טױזנטער 
יאָרן זיינען אַװעק זינט זייערע עלטער-עלטער זיידעס האָבן זיך באַ- 
פרייט פון מצרים, קאָנען זיי זיך עד היום ניט אָפּגעואױנען פון עסן 
מצות אַכט טעג נאָכאַנאַנד, אַ גאַנץ יאָר װערט אַ קאַסרילעװוקער ייד 
געשװאָלן פון הונגער, און קומט פּסח, מעג זיך איבערקערן די וועלט, 
מוז ער זיך פאַרזאָרגן מיט מצות. עס איז נאָך ניט געווען דער פאַל, 
אַז אַ ייד זאָל שטאַרבן פּסח פון הונגער. און טאָמער מאַכט זיך אַמאָל 
אַזאַ פאַל, דאַרף מען אים פאַרשרייבן אויפן חשבון פונעם יאָר. דאָס 
הייסט: ער איז געשטאָרבן ניט חלילה דערפאַר װאָס ער האָט ניט 


}31 


געהאָט די אַכט טעג פּסח קיין מצה, נאָר דערפאַר װאָס ער האָט ניט 
געהאַט קיין חמץ אין די 257 טעג פון אַ גאַנץ יאָר. עס איז, פאַרשטייט 
איר מיך, אַ גרויסער אונטערשיד, 


(צווייטע סצענע) 


(אין דערזעלבער קאַנצעלאַריע. עס קומט אַרײן בנימין לאַסטאָטשקע, 
נאָך אים די פריערדיקע צוויי יידן). 

לאַסטאַטשקע: אַז ס'איז ניטאָ קיין געלט, אױסגעגאַנגען --- האָט 
קיין פאַראיבל ניט! ניטאָ 

צוויימער ייד: או-װאַ! אַ גרויסער צער בעלי חיים אויף רעב בנימין 
לאַסטאָטשקע; ער מוז נעבעך יעדן איינעם אָפּזאָגן. איך, װען איר 
קוילעט מיך, װאָלט איך עס בשום אופן ניט געקענט טאָן נו, ניטאָ 
איז דאָך ניט שייך צו ריידף! איז דערלעבט-זשע אונדז, רעב בנימין 
פייגעלע, כ'מיין, לאַסטאָטשקע, איבער-אַיאָר, און זאָל דער אויבער" 
שטער העלפן, אַז ווען איר װעט אט ירצה השם קומען צו אונדז, זאָלן 
מיר אייך יאָ קענען געבן מעות חטין. (ביידע יידן אָכּ), 

(עס קומען אַרײן שמואל-אבאָ פינגערהוט, נאָך אים זיין חברה 
באַלמעלאָכעס), 

פינגערהוט: גאָספּאָדין לאַסטאָטשקע, דאָ שטייען פאַר אייך דער 
ראַבאָטשי נאַראָד. דער פּראָלעטאַריאַט, װאָס זיינען געקומען זיך אָנ" 
נעמען די קריוודע פון אָרעמען נאַראָד, װאָס האָט שוין פאַרקויפט 
פון זיך דאָס לעצטע העמד. מיר טרעבעווען אַז איר זאָלט זיי געבן 
מעות חטין אי ביעז ניקאַקיך! 

לאַסטאַטמשקע: האָט קיין פאַראיבל ניט... אייערע רייד זיינען 
אַרױסגעװאָרפן, ערשטנס קענען מיר ניט פאַרזאָרגן אַלע אָרעמעלײט; 
צווייטנס, פאַר פּסח האָט יעדער ייד געקענט געפינען וואו צו פאַרדינען 
אויף פּסח, דריטנס, זיינען פאַראַן מער נעמערס װי געבערס און פערטנס 
--- וואו זאָלן מיר אייך נעמען: ניטאָ מער קיין צעבראָכענער גראָשן 
אין קאַסע. איר גלויבט אפשר ניט? נאַט, זעט! (קערט איבער די קע" 
שענעס). 

פינגערהוט: זשאַל, װאָס איר האָט ניט אָנגעהױבן פונעם סוף, װאָלט 
איר פאַרשפּאָרט טראַטיען אַזויפיל דוך פּאָנאַפּראַסנאָ, ווייל מיר גלויבן 
אייך אַלצײינס ניט. איצט װועל איך אייך װאָזראַזשאַיען אויף אַלע אייערע 


})})41 


װיװאָדן: ערשטנס, װאָס איר קענט ניט פאַרזאָרגן אַלע אָרעמעלײט -- 
קיינער בעט עס ניט פון אייך. מיר טרעבעווען, אַז איר זאָלט געבן 
װאָס ס'קומט זיי; װואָװטאָריך, װאָס איר זאָגט, אַז מ'דאַרף געפינען 
אַרבעט -- סדעלאַיטיע אָדאָלזשיעניע --- גיט זיי אַרבעט, װועלן זי 
אייך איבערקערן אַ װועלט; ווטריעטיך: ס'זיינען דאָ צופיל אָרעמעלײט, 
איז אין דעם שולדיק דער קאַפּיטאַליזם ס'אָדנאָי סטאָראָני און די 
עקספּלאָטאַציע פון פּראָלעטאַריאַט ס'דרוגאָי סטאָראָני, אַ ווטשע- 
טװיאָרטיך, װאָס איר װױיװאָראַטשעװעט אייערע קעשענעס אויף דער 
לינקער זייט, אין דאָס גאָרניט קיין דאָקאַזאַטיעלסטװאָ. מיר סאָמ- 
ניעװואַיען זיך ניט, אַז ביי אייך אין דערהיים, נאַפּרימער, זיינען די שאַ- 
פעס אָנגעפּאַקט מיט מצות, אייער, ציבעלעס, קאַרטאָפּליעס, גענדזנ" 
שמאַלץ אי טאָמו פּאָדאָבניע. אָדנים סלאָװאָם: איר זענט אַלע בורזשו- 
קעס און בעזסאָװועסטנע עקספּלאָטאַטאָרס --- אי באָלשיע ניטשעװאָ 
טאָװאַרישטשי, ניטאָ מיט וועמען צו רעדן. קומט לאָמיר גיין! 


(דריטע סצענע) 


נאַראַטאָר: מיט אַ ריינעם געוויסן, אַן אױיסגעבאָדענער, אַ יום- 
טובדיקער, האָט זיך בנימין לאַסטאָטשקע אַװעקגעזעצט מיט זיין ווייב 
און קינדער די ערשטע נאַכט פּסח צום סדר. רואיק און אויפגעלעבט, 
וי אַן אמתער מלך, װאָס פילט זיך גוט אין זיין מלוכה. ביי דער רעכ- 
טער זייט: די מלכה, שרה לאה, זיין ווייב; פון דער צווייטער זייט, דער 
פּרינץ, זיין בן יחידל, מיט רויטע בעקלעך און בלישטשענדיקע אייג- 
לעך. אַפילו זלאַטקע, דאָס דינסטמיידל, װאָס האָרעװעט אַ גאַנץ יאָר 
וי אַן אייזל, האָט זיך אויך אױיסגעצװאָגן, איז אַרײן אין אַ ניי סיצן 
קליידל און מיט אַ ברייטער רויטער סטענגע אַרום שטערן און זי 
דערלאַנגט צום טיש, וי יעדן טאָג פון אַ גאַנץ יאָר. דער מלך,בנימין 
לאַסטאָטשקע, זינגט זיך די הגדה מיט אַ גאַנץ שיינעם ניגון און דער 
בן-מלך, דאָס בן יחידל זיינס, פרעגט די קשיות, 

בן מלך: און די פערטע קשיה, טאַטע, װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס 
אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר --- אַז מיר ווילן, עסן מיר זיצנדיק און אַז מיר 
ווילן עסן מיר אָנגעליינט? אָבער די דאָזיקע נאַכט פון פּסח עסן מיר 
אַלע אָנגעלײינט. 

לאַסטאָטשקע: גיט אַ קניפּ דעם יינגל אין בעקל, טוט אַ קוק מיט 
אַ נחת-שמייכל צום ווייב, צעוויגט זיך און הויבט אָן: עבדים היינו.., 


)51 


(ס'דערהערט זיך אַ קלאַפּ אין דער טיר. אַלע װערן דערשראָקן, 
קוקן זיך איבער פאַרוואונדערט), 

זלאַמקע: זאָל עס שוין זיין אליהו הנביא!? 

יינגעלע: אַ משל! אליהו הנביא קומט ערשט צו שפוך המתך! 

זלאַטקע: אַז יענער דאַרף גיין איבער אַזויפיל הייזער היינטיקע 
נאַכט, האָט ער מסתמאָ אָנגעהויבן פאַרפרי; און צו די נגידים קומט 
ער זיך אַלעמאָל צו-דערשט --- ס'איז זיכער אליהו הנביא! 

פרוי לאַסטאַטשקע: הלוואי איך זאָל ליגן זאָגן, עפּעס איז דאָ 
גאָר ניט גלאַט, 

{מ'קלאַפּט ווידער אין דער טיר) 

לאַסמטאַמשקע: װאָס טוג מיר מעשיות! אליהו הנביא קלאַפּט 
ניט אין קיין טיר, 

(מ'קלאַפּט שטאַרקער). 

לאַסטאָמשקע: ס'פּוסטע מעשיות! כהאָב מוראָ אַז מוועט זיער 
שיין מוזן עפענען; און אפשר איז דאָס גאָר פּאָליצײ? כאָטש צוריקגע" 
רעדט --- װאָס האָט פּאָליציי צו טאָן ביי בנימין לאַסטאָטשקע צום 
ערשטן סדר?! (צו זלאַטקען): הכלל, גיי גיב אַ קוק ווער ס'איז דאָרטן. 

(זלאַטקע גייט-צו צו דער טיר, עפנט אַ קליינעם שפּאַלט, גיט אַ 
געשריי): אוי, באַלעבאָס לעבן, סאיז ניט אליהו הנביא! (וויל פאַר" 
האַקן די טיר. פינגערהוט מיט זיין חברה שפּאַרן זיך אַרין, רופן 
אויס פריילעך): אַ גוט יום-טוב, גאָספּאָדין לאַסטאָטשקע! 

לאַסטאָטשקע: (צעשראָקן, פּרובירט זיך מאַכן האַרץ) אַ גוט יום" 
טוב, אַ גוט יאָר. װאָס װועט איר זאָגן עפּעס גוטס? 

פּינגערהום: (הוסט זיך אויס, שטעלט זיך אַװעק אין אַ פּאָזע פון 
אַן אָראַטאָר) איז די דיעלאָ זנאַטשיט אַזױ: איר, גאָספּאָדאַ, זיצט זיך 
דאָ אין דער ליכטיק און פּראַזדניוועט, און די אָרעמע פּראָלעטאַריער 
פּראָפּאַדאַיען פון הונגער. איך געפין, אַז ס'איז ניט ספּראַװעדליואָ. 
פּאָעטאָמו פּריקאַזעװע איך אייך, אַז איר זאָלט פאַר זי אָפּגעבן אייער 
יום-טובדיקע וועטשערע און איר זאָלט ניט סמייען אַרױסלאָזן אַ פּיפּס, 
ניט עפענען קיין פענצטער, ניט רופן קיין פּאָליצײ אי טאָמו פּאָדאָבנאָיע, 
װאָרום מיר װעלן מאַכן פון אײַך אַשׁ.... חבר משה, וואו איז די באָמ" 
בע?... 

משה: (שטעלט אַװעק אויפן טיש זייער פאָרזיכטיק עפּעס אַ הויכע 
זאַך, צוגעדעקט מיט אַ שמאַטע, ווענדט זיך צום עולם אַרום טיש 


})61 


אָסטאָראָזשנע, גאָספּאָדאַ, מיט אַזאַ זאַכעלע האָט מען אין פּיײיטערבאַרג 
אויפגעריסן דעם גענעראַל:גובערנאַטאָר מיט זיין קאַרעטע און מיט 
די פיר פערד נאַ-שפּיץ... 

פיננערהומ: פּאָװוערטיע אילי ניעט --- בלויז די פּאָדקאָװעס זיינען 
געבליבן פון די פערד, און פון גענעראַל-גובערנאַטאָר --- ני סלוכו, 
ני דוכו! 

לאַסטאָטשקע: אַזױ! און איר מיינט אַז מ'וועט אייך אָט אַזױ גלאַט 
אָפּגיין די מעשה? נו, און נאַטשאַלסטװע איז שוין ביי אייך גאָרניט? 

פיננערהוט: הערט איר דאָך װאָס ס'ווערט פון נאַטשאַלסטװע ווען 
מ'הויבט זיך אָן מיטן פּראָלעטאַריאַט.., 

משה: ני סלוכו, ני דוכו! 

לאַסטאָטשקע: (דערשרעקט זיך אויף אַן אמת) הכלל, קינדערלעך, 
װאָס ווילט איר? קיין געלט ווייסט איר דאָך האָב איך ניט, 

משה: ער האָט ניט.., 

לאַסטאָטשקע: איז, הייסט עס, די פּסחדיקע וועטשערע. ווילט איר, 
הייסט עס, פאַרשטעון אַ יידן דעם פּסח! 

פינגערהוט: אָדנים סלאָװואָם, זע איך דאָך שוין, אַז איר רעדט ניע 
קדיעלו און װי אַ בעזסאָװועסטנער בורזשוק, 

לאַסטאָטשקע: װאָס האָב איך געקענט טאָן אַז מיר האָבן אין קאַס" 
רילעווקע מער נעמערס װי געבערס. איך האָב געגעבן פאַר מעות-חטין 
וויפיל איך האָב געקענט! װאָס:זשע האָט איר געװאָלט! איך זאָל 
עפענען די שאַפעס; צעטיילן די אָרעמעלײט מיינע מצות, מיט די אייער, 
מיט די ציבעלעס, מיטן גענדזן-שמאַלץ, דעם וויין פאַר אַרבע בוסות, 
און אַליין זאָל איך בלייבן מיט מיין ווייב און קינד אָט-אַזױ-אָ?.... 

פיננערהוט: אָדנים סלאָװאָם, װאָס איז זיך דאָ צו ראַזביראַיעף 
מיר װועלן שוין אַליין צעטיילן צווישן די אָרעמעלײט דעם מעות-חטין, 
הכלל, משה, ברענג אַריײין דעם קאַסטן 

משה: איזװאָלטיע, פּאָזשאַלױסטאַ, ס'באָלשים אודאָװאָלסטװיעם! 
(אָפּ) 

פרוי לאַסטאָטשקע: וי איז מיר, פאַר וועמען דאַרף מען עס דאָ 
אַ קאַסטן?! 

פינגערהוט: אָ, פאַר ראַזליטשנע זאַכן (צו אַ צווייטן פון דער חברה) 
נו, חיים, שעוועליס, כאַפּ זיך נאָר אַריין אין קיך אַרײן און ברענג אַרײן 
די טעפּ װופּאָלנאָם פּאָריאַדקע... 


})71 


פרוי לאַסטאָטשקץ: אַ בראָך איז מיר, צו-װאָס דאַרפט איר האָבן 
מיינע טעפּ? 

פינגערהוט: װער דאַרף עס אייערע טעפּ; מיר דאַרפן בלויז װאָס 
ס'געפינט זיך אין די טעפּ, װוי נאַפּרימער, די קאַטשקעס, די יוכן, די 
כרעמזלעך, מיט די פיינע קאָמפּאָטן, אי טאָמו פּאָדאָבנאָיע. (צו חיימען) 
נו, װאָס שטײיסטו!? 

(חיים און נאָך אַ פּאָר פון דער חברה לאָזן זיך אין קיך אַריין). 

פרוי לאַסטאָטשקע: וויי איז מיר, װאָס ווייסן דאָרט מאַנסבילן 
פון טעפּ? איר װעט זיך דאָרט אָנמאַכן אַ חורבן. (וויל זיך לאָזן אין 
קיך. פינגערהוט שטעלט זי אָפּ מיט אַ ;סאַדיטיעס". לאַסטאָטשקע 
פּרואווט אויך מאָכן דיזעלבע קונץ. פינגערהוט שטעלט אים איך 
אָפּ מיט אַ ,סאַדיטיעס". זלאַטקע, נאָך איר דאָס יינגעלע לאָזן זיך נאָך 
לאַסטאָטשקען. פינגערהוט: ;סאַדיטיעס?). 

משה: (קומט אַריין מיטן קאַסטן. חברה לאָזט זיך אַרױס פון קיך 
מיט גרויסע טעפ; משה קוקט אויף די טעפּ-טרעגער, צו פינגערהוטן): 
איך האָב מורא אַז מיר האָבן צו אַ קליינעם קאַסטן, 

פינגערהוט: ס'וועט כװאַטיעף 

(חברה הויבט אָן אַרײינלעגן די טעפּ אין קאַסטן), 

משה: נעמט אַרונטער פון טיש דעם פּאָלומוסעק פיש, ברעכט אָפּ 
אַ שטיקל, צו לאַסטאָטשקע): או-וואַ, טייערע פיש, אַ פיינע קעכין, די 
מאַדאַם אייערע. 

זלאַטקע: (באַשיידן) איך האָב זיי גראַדע געקאָכט. 

פינגערהום: נו, קאָניעטשנאָ, אַז די בורזשואַזיע װיל עסן גוטע 
פיש, נעמט מען זיך אַ זלאַטקען און מ'מאַכט עס י.. 

חיים: (נאָך דעם וי מ'האָט שוין פאַרפּאַקט די טעפּ, כאַפּט אַ קוק 
אויפן טיש, דערזעט דעם מרור. צו פינגערהוטן): דעם מרור אויך 
מיטנעמען? 

פינגערהום: ניע נאַדאָז דעם מרור װעלן מיר איבערלאָזן פאַר דער 
בורזשואַזיע, (חברה לאָזט זיך אַרױסגײן). 

חיים: (קוקט זיך אַרום אין אַלע זייטן. צו פינגערהוטן: נו, און די 
הגדות? 

פינגערהוט: ניע נאַדאָ! פּאָנימאַיעש לי -- אַלע יאָר זאָגן מיר 
די הגדה און זיי עסן די קניידלעך --- אַ וונאַסטאָיאַשטשעיע ווריעמיאַ, 
וועט עס זיין נאַאָבאָראָט .. . 


18{1}ז 


משה: זאָלן זי זאָגן די הגדה און מיר װעלן עסן די קניידלעך. (באַ- 
מערקט אַ פלעשל וויין, װאָס לאַסטאָטשקע האָט פאַרשטעקט אונטערן 
קישן, ציט עס אַרױס, גיט דערפון אַ זופּ, צו לאַסטאָטשקען): לחיים, 
בורזשוק! זאָל גאָט געבען, אַז איר זאָלט ווערן אַ פּראָלעטאַריער וי 
מיר, װועט איר אויך האָבן אַ פּסחדיקע וועטשערע. 

פינגערהוט: אַ גוטן יום-טוב, גאָספּאָדאַ בורזשואַזיע, 

משה: לשנה הבאָה בקאָנסטיטוציע! 

פינגערהוט: (צו מאַדאַם לאַסטאָטשקע, װאָס פּרובירט ווידער זיך 
אויפהויבן): סאַדיטעס, מאַדאַם, (צו אַלעמען)) און סמייעט קיינער ניט 
זיך אויפצוהויבן, 

משה: (ווייזט אָן אויף דער זאַך אויפן טיש): ני סלוכו, ני דוכו! 

(אַלע בלייבן זיצן ביים טיש װוי פאַרגליווערט, קוקן מיט שרעק אויף 
דער צוגעדעקטער זאַך פון וועלכער ס'הערט זיך אַ טיק-טאַק, װי דאָס 
קלאַפּן פון אַ זייגער), 

לאַסטאָטשקע: (ווייזט אָן מיט די אויגן) מ'װאָלט געדאַרפט אַראָפּ- 
נעמען אָט-די זאַך פון טיש. 

פרוי לאַסטאָטשקע: זלאַטקע! 

זלאַטקע: (װוי זי װאָלט זיך אויפגעכאַפּט פון שלאָף, מיט שרעק) 
אַ באַלעבאָסטע, 

פרוי לאַסטאַטשקע: (ווייזט אָן מיט די אויגן) נעם עס אַװעק פון 
טיש! 

זלאַטקע: (אַ צעטומלטע, ציט אויס די האַנט און כאַפּט זי צוריק 
מיט שרעק, צו מאַדאַם לאַסטאָטשקע): דערלאַנגט עס מיר, זייט אַזױ גוט, 

מאַדאָס לאַסטאָטשקע: דינסטן דיר היינטיקע צייטף 

לאַסטאָטשקע: (קוקט אויף דער זאָך): נו, קאָנסטיטוציע! 

(אַלע בלייבן ווידער זיצן פאַרשטײינערט, הערן זיך צו צום טיק- 
טאַק, מאַדאַם לאַסטאָטשקע ויל זיך אויפהויבן, לאַסטאָטשקע גיט 
אויף איר אַ קוק מיט שרעק): ניטע, ריר זיך ניט! 

נאַראַטאָר: ס'איז שוין געווען אַרום האַלבע נאַכט און דער נגיד 
בנימין לאַסטאָטשקע מיט זיין הויזגעזינד זיינען נאָך אַלץ געזעסן אַרום 
טיש, נאָך אַלץ אין איין שרעק. אויפן טיש איז נאָך אַלץ געשטאַנען דאָס 
;אומגליק? --- דאָס הויכע, דאָס קיילעכדיקע, מיט דער שמאַטע איבער- 
געדעקט, װאָס האָט געהאַלטן אין איין קלאַפּן טיק-טאַק, טיק-טאַק), 


91 


(פערטע סצענע) 


(אַרום טיש זיצן נאָך אַלץ אַלע אין דערזעלבער פּאָזע, ס'הייסט, אין 
געהאַקטע וואונדן. ס'הערט זיך אַ קלאַפּ אין דער טיר. אַלע גיבן זיך 
אַ צאַפֹּל אין שרעק) 

משה: (לויפט אַרײן): זע נאָר, איר זיצט נאָך אַלץ! און איך האָב 
געמיינט אַז איר שלאָפט שוין. 

לאַסטאַמשקע: (ווייזט אָן מיט די אויגן אויף דער זאָך): די באָמבע! 

משה: אָ, די באָמבע מיינט איר? נאָך דעם בין איך דאָך טאַקע גע" 
קומען. מיר דאַרפן זי נאָך היינט אַװעקטראָגן צו רעב איסר ראַפּאָפּאָרט 
ביי אים אויך אַװעקנעמען דעם מעות-חטין פאַר די אָרעמעלײט (צו 
פרוי לאַסטאָטשקע); איך האָב צו אייך גאָר אַ וואַזשנעם גרוס פון אייערע 
פיש. עזריאל דעם טרעגערס קינדערלעך קענען זיך גאָרניט אָפּלױבן 
פון זיי, זיי האָבן שוין לאַנג ניט געגעסן אַזעלכע פיש. 

זלאַטקע: (נאָך אַלץ אַ צעשראָקענע): איך האָב זיי געקאָכט. 

(משה גיט אַ נעם די זאַך פון טיש. אַלע בלייבן פאַרציטערט). 

לאַסטאָטשקץ: ניטע, רירט עס ניט אָן, דעם אומגליק! 

משה: װאָס פאַר אַן אומגליק? 

לאַסטאַָטשקע: כ'מיין, אָט די זאַך, די באָמבע, מיין איך. 
| משה: אָ, די באָמבע מיינט איר? מ'דאַרף זי נאָך אַמאָל אָנציען. 
(נעמט די זאַך אין די הענט. אַלע ביים טיש ווערן פאַרציטערט, רוקן 
זיך אָפּ. משה רופט צו זלאַטקען, וועלכע גייט צו מיט שרעק און גייגערי 
משה. ווייזט איר עפּעס. זלאַטקע קוקט מיט גרויס חידוש און מיט אַן 
אָפן מויל, משה אָפּ), | 

זלאַטקע: (שיסט אויס אַ געלעכטער): אוי, באַלעבאָסטע, ס'איז זיך 
געווען אַ טאָפּ מיט מצה-מעל און אַ וועק-זייגער. 

לאַסטאַָטשקע: װאָס? אַ טאָפּ מיט מצה-מעל און אַ וועק-זייגער? 
לאָבוסעס װאָס זי זיינען, אַזעלכע לאַפּאַצאַנעס, שמאַראַװאָזניקעס, ניעגאָ" 
דיאַיע! בנימין לאַסטאָטשקע װועט מען איבערשרעקן מיט אַ טאָפּ מצה" 
מעל און מיט אַ וועק-זייגער?! 

משה: (שטעקט אַריין דעם קאָפּ דורכן פענצטער): נו, יאָ, מיט אַ 
טאָפּ מצה-מעל און אַ וועק-זייגער! (דער זייגער צעקלינגט זיך). 


(פאָרהאַנג) 


)1 


אין דער דאָזיקער נאַכט 
פון פּסח 


אָנטײלנעמער: 
דייוו -- אַ יאָר 12 דריטע פרוי 
דייווס טאַמטע ערשטער שקלאף 
דייוום מאַמע צווייטער שקלאַף 
משה רבינו ערשטער אויפזעער 
אייב לינקאָלן צווייטער אויפזעער 
צביה דריטער אויפזעער 
ערשמע פרוי מרים הנביאָה 
צווייטע פרוי געדאַנקען 


חד גדיאָ מענצער 
יידישע שקלאפן אין מצרים 
קעמפער אין װאַרשעװער געטאַ 
נעגערשע שקלאַפן אין דער סאַוט 


(אַ טיש אויסגעשטעלט צום פּסחדיקן סדר. אויף דער װאַנט דריי 

בילדער: משה רבינו, צביה לובעטקין, אייב לינקאָלן. די פּערזאָנען פון 
דער חד"גדיאָ טאַנצן אַריין), 

כאָר: (זינגט): איין ציגעלע, איין ציגעלע, װאָס דער טאַטע האָט גע- 
קויפט פאר צוויי גילדן, א.א,וו, 

(די פּערזאָנען פון דער חד"גדיאָ טאַנצן אָפּ, לויפן-צו צו די בילדער) 
אַ גוט יום טוב פּסח, אַ גוט יום טוב פּסח . . . (די פּערזאָנען פון דער חד- 
גדיאָ פאַרשװוינדן), 

דייוו: (קומט אַרײן מיט אַ הגדה אין דער האַנט): איך על ניט איינ- 
שלאָפן, איך װעל ניט איינשלאָפן. . , 

געדאַנקען: װעסט יאָ איינשלאָפן, װעסט יאָ אײינשלאָפן... 

מאַמע: (קומט אַרײן מיט מצות, לייגט אויס אויפן טיש): זע; דייו, 
דו זאָלסט ניט איינשלאָפן פּונקט װי פאַראַיאָרן צום סדר. 

דייוו: איך על ניט אײנשלאָפן, 


11 


מאַמע: (שטעלט זיך אויף אַ בענקל, הויבט אָן אָפּצושטױיבן משה 
רבינוס פּנים אויפן בילד): ערשט געראַמט און ס'האָט זיך שוין אָנגע- 
קליבן שטויב אויף משה רבינוס פּנים, 

(משה רבינו טוט אַ וואונק צו דייוון). 

דייון: אוי, מאַמע, משה רבינו האָט צו מיר אַ וואונק געטאָן. 

מאַמע: ס'דאַכט זיך דיר אויס. 

דייוו: ס'האָט זיך מיר ניט אויסגעדאַכט; ער האָט אַ וואונק געטאָן. 

מאַמע: אַ קינד... נאָר ס'רעדט זיך איין זאַכן. (נעמט אָפּשטױבן 
צביהס פּנים אויפן בילד ) און אויף צביהס פּנים אויך אַזױ פיל שטויב, 

דייוו: אוי, מאַמע, צביה האָט אויך צו מיר אַ וואונק געטאָן. 

מאַמע: הער אויף צו חלומן, דייוו. (שטויבט דאָס בילד). 

דייוו: אָבער אַז זי האָט צו מיר אַ וואונק געטאָן. 

מאַמע: (נעמט זיך שטויבן דאָס פּנים פון אייב לינקאָלן, צו דייוון): 
וועסט מיר באַלד זאָגן; אַז אייב לינקאָלן האָט צו דיר אויך אַ וואונק 
געטאָן. 

דייוו: ער האָט טאַקע צו מיר אַ וואונק געטאָן. 

מאַמע: דייוו, איך װוער שוין אויף דיר אין כעס; אַ קינד זאָל זיך 
איינריידן זאַכן, 

טאַטע: (קומט אַריין מיט אַ פלעשל וויין): געקויפט זייער גוטן וויין 
לכבוד פּסח --- כרמל וויין, 

מאַמע: דייוו, גיי ברענג אַרײן פיר כוסות. 

דייוו: באַלד, מאַמע. (אָפּ). 

מאַמע: װאָס טוט מען מיט אים? 

טאַטץ: װאָס שוין ווידער? 

מאַמע: נאָר ס'דאַכט זיך אים אויס, נאָר ס'רעדט זיך איין זאַכן. 

טאַטע: אַ סענסיטיוו קינד, 

מאַמע: אָבער צופיל סענסיטיוו. אָט רעדט ער זיך איין, אַז ער איז 
אויך געווען אַ שקלאַף אין מצרים. 

טאַטע: אַז ער, דייוו, איז אויך געווען אַ שקלאַף אין מצרים?! דאָס 
דאַרף מען קאָנען! 

מאַמע: און אָט רעדט ער זיך איין, אַז ער איז אויך געווען אַ קעמפער 
אין דער װאַרשעװער געטאָ. 

דייוו: (דערשיינט): אָט, מאַמע, זיינען די פיר כוסות. 

מאַמע: גוט. (צום מאַן): גיי טו זיך אָן די יום טובדיקע קליידער. 


העגש 


טאַטע: גוט. (אָפּ), 

מאַמע: (נאָכדעם װי זי צעשטעלט די פיר כוסות, צו דייוון): זע, 
זאָלסט ניט איינשלאָפן, (אָפּ), 

דייוו: איך װעל ניט איײינשלאָפן. איך װעל ניט איינשלאָפן, 

געדאַנקען: דו װועסט יאָ איינשלאָפן, דו װעסט יאָ אײינשלאָפן. 

דייוו: פאַרװאָס הער איך קולות? ווער זענט איר? 

געדאַנקען: מיר זיינען דיינע געדאַנקען. 

דייוו: מיינע געדאַנקען? (מישט אויף אין דער הגדה און הויבן אָן 
זיך איינחזרן) טאַטע, איך װעל דיך פרעגן די פיר קשיות. די ערשטע 
קשיה װועל איך דיך פרעגן: מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות? 

געדאַנקען (כאַפּן אונטער) פאַרװאָס איז פאַרענדערט דידאָזיקע נאַכט 
פון פּסח פון אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר? 

דייוו: אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר... 

געדאַנקען: עסן מיר אי חמץ אי מצה; דידאָזיקע נאַכט פון פּסח 
בלויז מצה, 

דייוו: האָב איך דיר שוין, טאַטע, געפרעגט איין קשיה... 

געדאַנקען: די צווייטע קשיה װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס אַלע 
נעכט פון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר פאַרשידענע גרינסן; דידאָזיקע נאַכט פון 
פּסח בלויז מרור, 

דייוו: האָב איך דיך שוין, טאַטע, געפרעגט צוויי קשיות . . , 

געדאַנקען: די דריטע קשיה װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס אַלע 
נעכט פון אַ גאַנץ יאָר טונקען מיר ניט איין אַפילן איין מאָל; דידאָזיקע 
נאַכט פון פּסח טונקען מיר איין צוויי מאָל... 

דייוו: האָב איך דיך שוין, טאַטע, געפרעגט דריי קשיות... 

געדאַנקען: די פערטע קשיה װעל איך דיך פרעגן פאַרװאָס אַלע 
נעכט פון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר סיי זיצנדיק, סיי אָנגעלענט... 

דייוו: דידאָזיקע נאַכט פון פּסח בלויז אָנגעלענט. (לענט זיך אָן אין 
דעם שטול), 

געדאַנקען: דער תירוץ איז: עבדים חיינו לפּרעה במצרים --- קנעכט 
זיינען מיר געווען צו פּרעהן אין מצרים.. . 

דייוו: שקלאַפן זיינען מיר געווען צו פּרעהן אין מצרים. (זעצט זיך 
פּלוצלונג אויף). דאָס הייסט, ווען איך, דייוו, לעב אין מצרים מיט אַ 
דריי טויזנט פינף הונדערט יאָר צוריק, װאָלט איך אוֹיך געווען אַ שקלאַף? 

געדאַנקען: יאָ, װאָלסט אויך געווען אַ שקלאַף, 


)31 


דייוו: און מיין מאַמע אַ שקלאַפין? 

געדאַנקען: יאָ, דיין מאַמע אַ שקלאַפין. 

דייוו: און מיין טאַטע אויך אַ שקלאַף? 

געדאַנקען: יאָ, דיין טאַטע אויך אַ שקלאַף, 

דייוו: און איך װאָלט ניט געווען פריי? 

געדאנקען: ניין, דו װאָלסט ניט געווען פריי. 

דייוו: און מען װאָלט מיך געשמיסן מיט בייטשן? 

געדאַנקען: יאָ, מען װאָלט דיך געשמיסן מיט בייטשן. 

דייוו: און איך װאָלט געאַרבעט פון פאַרטאָג ביז אין מיטן דער נאַכט! 

געדאנקען: און װאָלסט געאַרבעט פון פאַרטאָג ביז אין מיטן דער 
נאַכט, 

דייוו: סאיז דאָך שרעקלעך! 

געדאַנקען: יאָ, סאיז שרעקלעך. 

(ס'ווערט פינצטער, עס הויבט אָן צו דונערן און צו בליצן. ס'ווערט 
באַלד ליכטיק. מען זעט פרויען אָנגעטאָן אין זעק, זיצן אויף דער ערד 
און שאָקלען זיך אַהין און אַהער, צווישן זיי אויך דייווס מאַמע). 

דייווס מאַמע: סאיז שוין באַלד פאַרטאָג און אונזערע מענער 
זיינען נאָך ניט געקומען פון דער אַרבעט, 

1דמע פרוי: זיי װועלן שוין ניט האָבן קיין צייט צו שלאָפן. 

גרמע פרוי: מ'וועט דאַרפן גלייך אויפשטיין צו דער אַרבעט, 

גיטע פרוי: מען דאַרף זען עפּעס טאָן. 

1דמע פרוי: װאָס קאָן מען דען טאָן? 

2מטע פרוי: אָט קומען אונזערע מענער. 

(עס קומען אַרײן די יידישע שקלאַפן אין זעק, מיט גראָבאײזנס, מידע, 
אויסגעמאַטערטע. די לעצטע קומען אַרין דייוו מיט זיין טאַטן. דייוו 
פירט זיין טאַטן ביי דער האַנט. אַלע, וי נאָר זיי קומען אַרין, פאַלן זיי 
צו צו דער ערד, גװאַלדיק מידע, זיי פאַרמאַכן די אויגן און ווערן אַנט" 
שלאָפן... די פרויען לייגן זיך ניט שלאָפן, נאָר זיי זיצן און יעדע 
איינע טוט עפּעס אַן אַרבעט. איינע פאַרריכט אַ סאַנדאַל, אַ צווייטע 
פאַרריכט אַ זאָק, אַ דריטע װאַשט וועש, אַ פערטע באַקט מצות... 
ס'ווערט ליכטיק, וי פאַרטאָג, דריי אויפזעער קומען אַרײײי מיט בייטשן 
אין די הענט), 

ערשטער: מען פּאָפּט גאָר! (הויבט אָן צו שמייסן מיט זיין בייטש 
די שלאָפנדיקע. די אַנדערע צוויי אויפזעער שמייסן אויך. די שקלאַפן 


)')1 


שפּרינגען אויף, די אויפזעער טרייבן זיי אַרױס. עס בלייבן נאָר שלאָפן 
דייוו און זיין טאַטע). 

צווייטער אויפזעער: (שמייסט דייווס טאַטן). אויפשטיין! אויפשטייף 

דייווס טאַטע: איך בין קראַנק, 

דייוום מאַמע: מיין מאַן איז קראַנק, 

אויפזעער: כאַדכאַ, קראַנק! (בייטשט אים). נאָר מען זוכט זיך 
תירוצים. צו דער אַרבעט! צו דער אַרבעט! מען דאַרף בויען פּיתום 
און רעמסס (פּיסעס און ראַמסעס), 

דייווס טאַמע: (הויבט זיך קוים אויף) זיי געזונט, מיין ליבע פרוי, 
זיי געזונט, מיין טייער קינד. (לאָזט זיך גיין), 

אויפזעער: (צו דייוון) און דו אויך, ביזט אויך ניט קראַנק צו 
אַרבעטן, 

מאַמע: ער איז דאָך נאָך אַזױ יונג! 

אויפזעער: װידעראַמאָל תירוצים. צו דער אַרבעט! (הויבט אָן 
בייטשן דייוון. מוטער פאַרשטעלט איר זון מיט איר קערפּער און כאַפּט 
אַריין אַלע שמיץ), 

אויפזעער: צו דער אַרבעט! צו דער אַרבעט! באַלד װועלן מיר די 
פרויען אויך נעמען צו דער אַרבעט. (שלעפּט אַװעק דייוון, מאַמע לויפט 
נאָך). 

(ס'הויבט ווידער אָן צו דונערן און צו בליצן, ס'ווערט האַלב ליכטיק, 
אין דער פאָרם פון אַ טאַנץ זעט מען, וי די יידישע שקלאַפן אין מצרים 
בויען פּיתום און רעמסס. מ'זעט וי זיי לייגן ציגל, די אויפזעער מיט 
די בייטשן שמייסן. דייוו האָט שוין ניט קיין כוחות, פאַלט צו דער 
ערד. דער טאַטע כאַפּט אים אונטער. אַלץ קומט פאָר אין טאַנץ, פּלוצלונג 
הויבן אָן די אויפזעער פייפן אין די פייפלעך, דאָס מיינט --- אַן איבער 
רייס אויף עפּעס איבערכאַפּן,. די שקלאַפן פאַלן אַלע אַנידער צו דער 
ערד, גװאַלדיק אויסגעמאַטערטע. עס באַװוייזן זיך די פרויען מיט טעפּ- 
לעך עסן. זיי קומען-צו צו זייערע מענער, יעדע איינע דערלאַנגט איר 
מאַן אַ טעפּל. די מענער אָבער, צוליב גרויס אויסגעמאַטערטקײט, קאָנען 
ניט עסן. 

דייוום טאַטע: איך קאָן שוין דאָס מער ניט אויסהאַלטן, 

2-טער ייד: איך קאָן דאָס שוין מער ניט אויסהאַלטן, 

כטער ייד: איך קאָן דאָס שוין מער ניט אויסהאַלטן, 

דייוום טאַטע: איך וויל שטאַרבן. 


| 51 


2-מער ייד: איך וויל שטאַרבן. 

גימטער ייד: איך וויל שטאַרבן. | 

דייווס מאַמע: זאָרג זיך ניט, מיין מאַן, ס'וועט נאָך זיין גוט. די 
ישועה װועט באַלד קומען. 

2"טע פרוי: (צו איר מאַן) זאָרג זיך ניט, מיין מאַן, ס'וועט נאָך זייץ 
גוט, די ישועה וועט באַלד קומען. 

(די פרויען הויבן אָן צו טאַנצן אַ טאַנץ צו זייערע מענער, אַ טאַנץ 
פון האָפענונג און דערמוטיקונג), 

ערשטער אויפזעער: (לויפט אָן) צו דער אַרבעט! צו דער אַרבעט! 
(טרייבן אַװעק די פרויען. 

(אין דער פאָרם פון אַ טאַנץ נעמען די שקלאַפן זיך ווידער צו דער 
אַרבעט. די אויפזעער יאָגן מיט בייטשן). 

ערשטער אויפזעער: גיכער! גיכער! 

אַנדערע אויפזעער: גיכער! גיכער! 

(די אַרבעט הויבט אָן צו גיין שנעל, קאָפּשװינדלעריש-שנעל. די 
שקלאַפן קענען שוין ניט אויסהאַלטן און פאַלן. עס פאַלט איינער, עס 
פאַלט אַ צווייטער, עס פאַלט אַ דריטער, אַלע פאַלן. עס הויבט אָן דונערן 
און בליצן, ס'ווערט פינצטער, אין דער פינצטער גייט אויף אין אַ ווינקל 
אַ ליכטיקייט. צו דער מוזיק פון ;ויהי בחצי הלילה" זעט מען די פרויען 
שפּאַנען פריידיק מיט מרים הנביאה אין דער שפּיץ) 

1דמע פרוי: ס'איז מרים, מרים! 

2מע פרוי: מרים די נביאה... 

דייווס מאַמע: שטיי אויף, שטיי אויף, מיין מאַן 

2מץ פרוי: שטיי אויף, שטיי אויף, מיין מאַן. 

גיטע פרוי: שטיי אויף, שטיי אויף, מיין מאַן. 

(ס'קומט פאָר דער טאַנץ פון אויפשטיין. דייווס טאַטע העלפט דייוון 
אויפשטיין, דייוו העלפט אַ דריטן, דער דריטער העלפט אַ פערטן, און 
אַזױ ווייטער, ביז אַלע שטייען אויף. משה רבינו קומט אָן מיטן שטעקן). 

דייון: משה רבינו! משה רבינו! 

אַלע: משה רבינו! משה רבינו... (די אויפזעער יאָגן אָן מיט די 
בייטשן. די יידן מיט מורא שטעלן זיך אָפּ,. משה, אַ שטאַרקער, אַ זיכע" 
רער, גייט פאָראויס. די שקלאַפן מיטגעריסן פון משהס זיכערקייט גייען 
נאָך, זיי גייען גלייך אויף די אויפזעער. די אויפזעער אַנטלױפן... 
געזאַנג פון זיג .., . ס'הויבט אָן צו דונערן און בליצן. ס'ווערט ליכטיק., 


})},)61 


משה רבינו איז צוריק אין דעם בילד וי פריער... דייוו זיצט אויף 
דעם שטול און רייבט זיך די אויגן), 

דייוו: וואו בין איך געווען? 

געדאַנקען: אין לאַנד מצרים, 

דייוו: אין לאַנד מצרים? וואו קום איך אַהין? 

געדאַנקען: מיר, דיינע געדאַנקען, האָבן דיך אַהין אַריבערגעטראָגן, 

דייוו: געדאַנקען, געדאַנקען, לאָזט מיך אָפּ, איך װויל שלאָפֿן, שטאַרק 
שלאָפן, 

געדאַנקען: טאָ שלאָף, שלאָף, 

דייוו: יאָ, איך שלאָף, איך שלאָף, 

לינקאָלן: (פון דעם בילד) העי, שטיי אויף, שקלאַף! 

דייוו: שקלאַף האָסטו מיך גערופן? 

לינקאָלן: יאָן שקלאַף האָב איך דיך גערופן. קיין שום מענטש קאָן 
ניט זיין פריי, אויב עס זיינען ערגעץ וואו פאַראַן שקלאַפן אויף דער 
וועלט, 

דייוו: וואו זיינען דאָ שקלאַפן? 

לינקאָלן: אין דער סאַוט, 

דייוו: אי דאָס דען דאָס יאָר 1861 

לינקאָלן: יאָ, ס'איז דאָס יאָר 1861, 

דייוו: און איך האָב געמיינט, אַז עס איז 1957, 

לינקאָלן: ניין, ס'איז ניט 1957, 

(עס הויבט אָן דונערן און בליצן. סווערט פינצטער, דערנאַכדעם 
האַלב-ליכטיק. מען זעט אַ גרופּע נעגער-שקלאַפן אַרבעטן אויף אַ 
פעלד פון בייוול. דייוו אויך צװישן זיי, זיי זינגען); 


,86 +קץ/2 תז 023 191201 מסמשץ 

!20 16קססק צמת 64 1 

62 804 000164 עסג} 2216 80 8566סצעטס 
| !80 60016קן עגם 64, 1 


1,10868 ,מ406 20) 
,24 זקץקט ת1 משיס0 דגעט 
,08 0146 61 
!01 60216ק צנת 164 


),)71 


,214 1/10808 0014 ",1,014 סת} 8214 פנונן ד"" 
!01 16ק00סט שנם 04 1" 
6444 מזסט-8186 !טסץ 1116 111 ,4סם 14 
"!20 0016ס6ט צגם 64 1 
. . . .2/10908 ,406 ס1) 


1011 עסת} 8211 000296ט ת1 0016 סאג 
1 60016טן צנת 64 1 

5011 8'מץ28 )גי 0118 סט 211מ8 שסמ'ד' 
01 0016 צמז 164 

. . - .1/10808 ,מש40 20) 


(אויפזעער לויפן אָן מיט בייטשן, פאָכן איבער זייערע רוקנס אין אַ 
טאַנץ-פאָרם), דייוו רייסט זיך אַרױס און אַנטלויפט. זי אויפזעער הויבן 
אָן צו פייפן מיט זייערע פייפלעך, עס גיבן זיך אַ רייסאַרײין בלוט-הינט, 
זיי יאָגן זיך נאָך דייוון.(אַלעס קומט פאָר אין אַ טאַנץ-פאָרם), די הינט 
פּאַקן דייוון,. אַן אויפזעער פירט אים צו צו אַ בלאָק, וואו מ'פלעגט 
עפנטלעך פאַרקויפן די שקלאַפן. אויפזעער פירט אַרױף דייוון אויפן 
בלאָק, טוט אים אויס דאָס אויבערשטע העמד, דייוו בלייבט האַלב" 
נאַקעט). 

אויפזעער: קויפט אַ נעגערשן שקלאַף, קויפט אַ נעגערשן שקלאַף! 
(טאַפּט דייווס מוסקולן), שטאַרקע מוסקולף (טאַפּט זיין ברוסט),. זעט 
זיין שטאַרקע ברוסט, 

כאָר: (זינגט אַן ענגליש ליד, װאָס דערציילט וי אַזױ מ'פאַרקויפט 
נעגער-שקלאַפן אויפן בלאָק), 

(אין אַ ווינקל גייט אויף אַ ליכטיקייט. די נעגערשע שקלאַפן אין 
דער שפּיץ מיט לינקאָלן הויבן אָן צו שפּאַנען גלייך אויפן בלאָק, אוים- 
זעער אַנטלויפט. מען באַפרײט דייוון. עס הויבט אָן צו דונערן און בליצן, 
ס'ווערט פינצטער, דערנאָכדעם ליכטיק. דייוו זיצט אויפן בענקל און 
רייבט זיך די אויגן). | 

דייוו: זואו בין איך געווען? 

געדאַנקען: ביי די נעגערשע שקלאַפן אין דער סאַוט אין 1861, 

דייוו: וי אַזױ בין איך געקומען אַהין? 

געדאַנקען: מיר, דיינע געדאַנקען, האָבן דיך פאַרטראָגן 


},81 


דייוו: צוליב װאָס האָט איר מיך פאַרטראָגן? 

געדאַנקען: ס'איז היינט פּסח אויפדערנאַכט, טראַכט זיך וועגן אָנ" 
דערע פעלקער, װאָס זיינען אויך געווען שקלאַפן, 

דייוו: געדאַנקען, געדאַנקען, לאָזט מיך צורו, איך וויל שלאָפן, 

געדאַנקען: טאָ שלאָף, שלאָף... 

דייוו: איך שלאָף, איך שלאָף, 

צביה: (פון דעם בילד) קאָנסט ניט שלאָפן? 

דייוו: ווער ביסטו? 

צביה: צביה, פון דער װאַרשעװער געטאָ. 

דייוו: אָ, די װאַרשעװער געטאָ, ווידער שקלאַפן? 

צביה: נאָך ערגער פון שקלאַפן, מ'האַרגעט, מ'שעכט, מ'קוילעט. 

דייוו: מען װעט מיך אויך האַרגענען? 

צביה: מען װעט דיך אויך האַרגענען. 

דייוו: װאָס זשע טוט מען? 

צביה: לאָמיר זיך ניט לאָזן. כאַפּ אַ ביקס און קום, מיר הויבן אָן 
דעם אויפשטאַנד, 

דייוו: פּונקט פּסח בינאַכט? 

צביה: טאַקע ווייל ס'איז היינט פּסח בײנאַכט, אין יום טוב פון 
באַפרייאונג, 

(ס'הויבט אָן דונערן און בליצן. עס װערט פינצטער. דערנאָכדעם 
האַלב-ליכטיק. מ'זעט יידן פון דער װאַרשעװער געטאָ מיט ביקסן אין 
די הענט, זיצן אין אַ קרייז. אינמיטן זיצט דייוו מיט זיין טאַטן, 

דייוו: טאַטע, איך װעל דיך פרעגן די פיר קשיות. די ערשטע קשיה 
װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס איז פאַרענדערט דידאָזיקע נאַכט פון 
פּסח פון אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר? אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר ליגן 
מיר פאַרבאַהאַלטן אין די לעכער, און היינטיקע נאַכט פון פּסח ליגן 
מיר ניט באַהאַלטן? 

די צווייטע קשיה װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס אַלע נעכט פון אַ 
גאַנץ יאָר איז קיינער ניט געווען אויף די דעכער, און היינטיקע נאַכט 
פון פּסח ליגן יידן אויף די דעכער מיט ביקסן און גראַנאַטן אין די 
הענט? 

די דריטע קשיה על איך דיך פרעגן: פאַרװאָס אַלע נעכט פון אַ גאַנץ 
יאָר גייען-אום איבער די גאַסן פון דער געטאָ בלויז דייטשע פּאַטרולן, 
און היינטיקע נאַכט פון פּסח גייען-אום בלויז יידישע פּאַטרולן? 


})9 1 


די פערטע קשיה װעל איך דיך פרעגן: פאַרװאָס אַלע נעכט פון אַ 
גאַנץ יאָר האָבן מיר קיינמאָל ניט געהערט דאָס דאָזיקע געזאַנג, און 
היינטיקע נאַכט פון פּסח הערן מיר דאָס דאָזיקע געזאַנג?... | 

כאָר: (זינגט); 

זאָג ניט קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, 

ווען הימלען בלייענע פאַרשטעלן בלויע טעג, 

ווייל קומען װעט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה, 

עס װעט אַ פּוױיק טאָן אונדזער טראָט: מיר זיינען דאָ! 


פון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווייסן לאַנד פון שניי, 
מיר זיינען דאָ, מיט אונדזער פּיין, מיט אונדזער ויי. 
און וואו געפאַלן ס'איז אַ שפּריץ פון אונדזער בלוט, 
וועט אַ שפּראָץ טאָן אונדזער גבורה, אונדזער מוט. 


עס װעט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם היינט, 
און אונדזער נעכטן ועט פאַרשװוינדן מיטן פיינט, 
און אויב פאַרזאַמען װעט די זון אין דעם קאַיאָר, 

וי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פון דור צו דור. 


געשריבן איז דאָס ליד מיט בלוט און ניט מיט בליי, 
ס'איז ניט אַ ליד פון זומער-פייגל אויף דער פריי. 
דאָס האָט אַ פאָלק צװוישן פאַלנדיקע ווענט, 

| דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. 


-- דערפאַר זאָג קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן ועגי 
ווען הימלען בלייענע פאַרשטעלן בלויע טעג, 

ווייל קומען װעט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה, 

| ס'וועט אַ פּױיק טאָן אונדזער טראָט: מיר זיינען דאָ! 


(נאַציס מיט ביקסן יאָגן אָן. יידן ענטפערן. צביה פירט אַ גאַנצע 
גרופּע יינגלעך און מיידלעך מיט גראַנאַטן אין די הענט, װאָס זיי װאַרפן 
אויף די נאַציס. (אַלעס קומט פאָר אין דער פאָרם פון אַ טאַנץ). בשעת 
די שלאַכט אין דער װאַרשעװער געטאָ גייט אָן, דעקלאַמירט דער כאָר 
אַ פּאַסיקן אויסצוג פון איציק פעפערס פּאָעמע, ;װאַרשעװער געטאָ?. 
עס דונערט און בליצט. סווערט פינצטער, דערנאָכדעם צוריק ליכטיק. 
צביה איז צוריק אין דעם בילד װי פריער. - 


101 


דייוו: וואו בין איך געווען! 
געדאַנקען: אין דער װאַרשעזוער געטאָ. 
! = דייוו; װי אַזױ קום איך אַהין! 
געדאַנקען: מיר, דיינע געדאַנקען, האָבן דיך פאַרטראָגן. 
כאָר: (זינגטא - 


אליהן הנביא, 
אליהו התשבי, 
אליהו, אליהו, 
אליהו הגלעדי, 


במהרבה בימינו, 
יבוא אלינו, 

עם משיח בן דוד, 
עם משיח בן דוד. 


({עס קומט אַריין אליהו הנביא). 

געדאַנקען: אפשר איז דאָס אליהו הנביא? 

דייוו: אליהו הנביא, דער הייליקען נביא, דער נביא פון די אָרעמע 
און פון די ערלעכע. 

געדאַנקען: שווייג, לאָמיר זען װאָס ער װעט טאָן, 

(אליהו הנביא נעמט דעם כוס וויין פון טיש, טראָגט אים צו די 
ליפּן), 

אליהו: איך טרינק לכבוד דעם יום טוב פּסח, װאָס יידן פייערן 
אומעטום אין אַלע לענדער פון דער וועלט. (טוט אַ זופּ, דערנאָכדעם 
טראָגט ער צו דעם כוס צו משה רבינ), 

משה: איך טרינק צום אָנדענק פון יענער נאַכט, װאָס די יידן זיינען 
אַרױסגעגאַנגען פון מצרים. משה טוט אַ זופּ, אליהו נעמט צו פון אים 
דעם כוס און טראָגט אים צו צו צביהן), 

צביה: איך טרינק פאַר דער גבורה פון די קעמפער פון דער װאַר" 
שעווער געטאָ. (צביה טוט אַ זופּ, אליהו טראָגט צו דעם כוס צו לינקאָלן), 

לינקאָלן: איך טרינק פאַר דעם יום טוב פּסח, װאָס איז דער סימבאָל 
פון באַפרייאונג פון שקלאַפּערײ ניט נאָר פאַר יידן נאָר פאַר אַלע 
פעלקער פון דער וועלט, 

(עס קומען אַרײן טאַטע און מאַמע אין די יום-טובדיקע קליידער, זעצן 
זיך צום טיש), 


)11 


מאַמע: ער איז פאָרט איינגעשלאָפן. 

מאַטע: זאָל ער שלאָפן, 

געדאַנקען: ניין, ער שלאָפּט ניט, דאָס טראָגן מיר אים איבער דער 
געשיכטע פון די יידן און פון דער מענטשהייט. אומעטום, וואו אַ פאָלק 
האָט געליטן פון שקלאַפּערײי, אַהין טראָגן מיר אים. 

(עס קומט אַריין די גרופע טענצער און טאַנצט דעם טאַנץ פון באַי 
פרייאונג . . .). 

(פאָרהאַנג) 


1 


דיײדישע פרוי פון מינסק 
(איינאַקטער) 


האַנס -- אַ דייטשער סאָלדאַט, אַ צוריקגעקומענער 
פון סאָװעטישן פראָנט 

פרוי וואכטעל -- האַנס מוטער 

פרוי ראָזנגאָלץ -- אַ שכנה 

פריץ: --- אַ דייטשער סאָלדאַט, אַ צוריקגעקומענער פון 
פראַנצויזישן פראָנט 


(פאַרנאַכט, אין עס-צימער. אויף דער װאַנט בילדער פון ביסמאַרקן, 
ווילהעלם דעם צווייטן און היטלערן. פרוי װאַכטעל, אַ קליינגעוואוקסיקע 
אויסגעדאַרטע דייטשע פרוי, זיצט אין אַ ווייכן שטול, אירע פיס אויף 
אַ קליין בענקעלע, אויף אירע קני אַ נאַצישער זעלנערשער שינעל, 
און זי האַלט אים אין אױיספאַרריכטן, זי זינגט זיך בשעת מעשה צו 
אַ ניגונדל, װאָס מען קאָן ניט דערקאָנען דעם אָפּשטאַם --- אַ טרויעריק 
ניגונדל. פון דרויסן דערהערן זיך גיכע שאָסן פון אַ רעװאָלװער, פרוי 
װאַכטעל גיט אַ ציטער אויף, הערט זיך צו מיט גרויסע אױיגן צום 
אינדרויסן. סװוערט שטיל, זי פאַרטיפט זיך צוריק אין איר אַרבעט. 
ס'דערהערט זיך אַ קלאַפּ אין דער טיר), 

פרוי וואַכטעל: (פאַרוואונדערט) קומט אַרײן, 

פרוי ראָזנגאָלץ: (אַ מיטליאָריקע פרוי, אַ פולבלעכע, אַ קיילעכ- 
דיקע, אַ לאַכנדיקע, אָנגעטאָן אין אַ טייערן פוטער-מאַנטל) גרוס גאָט, 
הייל היטלער. געקומען אייך באַגריסן מיט אייער ליבן גאַסט, 

װואַכטעל: דאַנקע שיין, פרוי ראָזנגאָלץ, זיצט, זיצט, 

ראָזנגאָלץ: געקומען היינט פרי פון מינכען. זאָגט מיר פרוי שנאָבל; 
ווייסט איר, פרוי ראָזנגאָלץ, האַנס װאַכטעל איז דאָך געקומען אויף 
אורלויב פון רוסישן פראָנט? האָב איך זיך געאיילט. אים געקומען זען, 
און אויך באַגריסן אייך מיט אייער ליבן גאַסט, 

װואַכטעל: דאַנקע שיין, פרוי ראָזנגאָלץ, דאַנקע שיין. טוט אויס 
אייער מאַנטל. אזא וואונדערבאַרער פוטער. (טאַפּט דעם פוטער מיט 
קנאָה און הנאָה) ס'דאַרף אייך שוין זיין זייער װואָרעם, 


| 311 


ראָזנגאָלץ: (לאַכט) זייער װאַרעם. געגאַנגען מיטן פעלד. ס'בלאָזט 
אַזאַ פראָסטיקער ווינט, און איך לאַך, ווייל מיר איז װאַרעם. (זי טוט 
אויס דעם מאַנטל און בלייבט שטיין אין אָרעמע קליידער, פאַרצירעוועטע, 
פאַרלאַטעטע, און אין אַלטע צעדרייטע שיך, אַ געװאַלדיקער קאָנטראַסט 
צו איר רייכן פוטער). ער האָט מיר צוגעזאָגט, מיין ליבער היינריך, מיר 
אויך שיקן שיך מיט קאַלאָשן. זיי טראָגן זייער װאַרעמע קאַלאָשן, די 
רוסן דאָרטן. אויסגעבעט אינעװוייניק מיט אַזאַ דויטן װאַרעמען פוטער. 
יאָ, ער װעט מיר שיקן, מיין זון, ביי דער ערשטער געלעגנהייט. אַזױ 
שרייבט ער. זאָל זיי דער ליבער גאָט נאָר העלפן נעמען מאָסקװע װאָס 
גיכער. דאָרטן װעט מען שוין קריגן אַ סך קאַלאָשן מיט װאַרעמען 
פוטער אינװייניק. איך האָב זייער האָלד װואַרעמע קאַלאָשן. ס'איז גוט 
פאַר מיינע פיס, 

װואַכטעל: (טרויעריק) און מיר האָט מיין האַנס גאָרניט געבראַכט 
אויף צו טראָגן. (טוט אַ קוק אויף אירע צעדרייטע שיך. טוט אַ טאַפּ 
איר פאַרצירעוועט קליידל), 

ראָזנגאָלץ: װי קומט דאָס? ער איז דאָך געווען אויפן רוסישן פראָנט, 
האָב איך געהערט. | 

װאַכטעל: (טרויעריק) מיר יאָ עפעס געבראַכט, אָבער ס'איז ניט 
פאַר מיר. (גייט צו דער שאַפע, נעמט אַרױיס אַ ווייסע זיידענע חופּה" 
קלייד, צוזאַמען מיטן כלה-שלייער) אָט דאָס װאָס ער האָט מיר געבראַכט. 

ראַזננאָלץ: (מיט קנאָה) אמתער זייד. ס'איז אַ פאַרגעניגן. מען קאָן 
דאָס פאַרקויפן פאַר גוטע געלטער. (ס'דערהערן זיך פונדרויסן גיכע 
שאָסן). (דערשראָקן) װוער שיסט דאָס! 

װאַכטעל: (טרויעריק) ס'איז ער, מיין האַנס. 

ראָזנגאָלץ: כאַ, כאַ. אַזױ איז אויך געווען קאַרל מאַרװער ווען ער 
איז געקומען פון פראָנט, אויף אורלויב. אַרױסגעגאַנגען איבערן פעלד און 
געשאָסן פון זיין רעװאָלװער אויף די פייגל. כאַ; כאַ. מיין מאַן, הער 
ראָזנגאָלץ זאָגט מיר: ס'איז װוי אַ פּיאַניסט; כדי די פינגער זאָלן ניט ווערן 
שטייף, מוז ער שוין פּראַקטיצירן יעדן טאָג. כאַ, כאַ. מיין מאַן הער 
ראָזנגאָלץ איז אַ גרויסער וויצלינג. (דערזעט פּלוצלונג װוי װאַכטעל 
לאַכט ניט מיט, נאָר זי בויגט אָן דעם קאָפּ אַ טרויעריקע, האַקט זי זיך 
איבער אינמיטן) װאָס איז, פרוי װאַכטעל, איר פילט ניט גוט? 

װואַכטעל: סאיז גאָרניט; ס'איז גאָרניט. 

ראַזנגאַלץ; איר װעט מיר אַנטשולדיקן, פרוי װאַכטעל, װאָס איך 


}) 1 


זאָג עס אייך --- אָבער איר זעט עפּעס אויס ניט פריילעך. איז עפּעס 
געשען מיט אייער האַנסן? איך מיין, איז עֶר ניט פאַרוואונדעט? 

װואַכטעל: ניין, ניט פאַרוואונדעט. גאַנץ אין אַלע זיינע גלידער, 
דאַנקע דעם ליבן גאָט, אָבער... וווערט טרויעריק) נאָר עפּעס אַן 
אַנדערשדיקער... אַ פאַרביטענער האַנס... 

ראָזנגאָל'ץ: איך פאַרשטײ ניט. װאָס מיינט איר, פרוי װאַכטעל? 

װואַכטעל: סאיז ניט מיין האַנס. ס'איז אַן אַנדערער... 

ראָזנגאָל'ץ: {מיט פאַרדאַכט) איר פילט פילייכט ניט גוט, פרוי װאַכ- 
טעל. ווען דער מענטש פילט ניט גוט, קומען מאָדנע געדאַנקען צו אים, 

װאַכטעל: (מיט דערשרעק) זיין קוֹקן אויף מיר.., 

ראָזנגאָלץ: (נאָך אַלץ מיט פאַרדאַכט) װאָס מיינט איר --- זיין קוקן 
אויף אייך? 

וואַכטעל: אָט אַזױ: פּלוצלונג, אינמיטן דערינען, און ער טוט אַ 
קוק אויף מיר. . . און איך דערשרעק זיך... װי ניט מיין זון װאָלט 
געקוקט אויף מיר, נאָר װווי.. . (האַקט ויך איבער אינמיטן דערינען 
ווייל ס'דערהערן זיך שווערע טריט. מיט אַ געצוואונגענער פריילעבקייט) 
דאָס איז ער, מיין זון. 

האַנס: (קומט אַריין אַ שטורעמדיקער מיטן רעװאָלװער אין דער 
האַנט, מיט אַ גאַנצער רייע מעדאַלן אויף זיין ברוסט) אַ גאַסט, הייל 
היטלער! 

ראָזנגאָליץ: הייל היטלער. דו דערקאָנסט מיך? 

האַנס: היינריכס מוטער, 

ראָזנגאָלץ: (לאַכט) יאָ, יאָ, היינריכס מוטער. מיך דערקענט. דו ביזט 
אויסגעװאַקסן, האַנס. אַזאַ יונגינקער, אַזאַ צאַרטער געווען, איידער דו 
ביזט אַװעק אויפן פראָנט, 

האַנס: (אומצופרידן) אַ צאַרטער? קיינמאָל ניט געווען קיין צאַרטער. 

ראָזנגאָלץ: כאַ, כאַ, ער איז קיינמאָל ניט געווען קיין צאַרטער. 
פון דיין מאַמעס בויך ביזטו געבוירן געװאָרן אַזאַ היפּשער מיט די 
גרויסע שטיוול. 

האַנס: (וועלנדיק אַריבערפירן דעם געשפּרעך אויף אַן אַנדער טעמע) 
װאַס גיבט נייעס, פרוי ראָזנגאָלץ? 

ראָזנגאָלץ: װאָס ווייסן מיר פון נייעס? דאָרפס-מענטשן, אַזױ צו 
זאָגן. אָבער דו, האַנס, האָסט אונדז געוויס אַ סך צו דערציילן. ווען קאַרל 
מאַרװער איז אַהײימגעקומען אויף אורלויב פון רוסישן פראָנט, האָט 


),)51 


ער אונדז שוין דערציילט אַזױ פיל זאַכן פון דאָרטן, אַז מען האָט גע- 
קאָנט זיצן שטונדן לאַנג און אים הערן דערציילן. (זעענדיק װי האַנס 
פאַראינטערעסירט זיך מיט איר פוטער מאַנטל) אַזױ װאַרעם אין דעם, 
אַז מען וואונדערט זיך אַזש. ‏ . 

האַנס: היינריך האָט אים אייך געשיקט? 

ראָזנגאָלץ: יאָ, מיין היינריך האָט מיר אים געשיקט.. אַ טייערער 
זון, האָט מיך שטענדיק אין זינען. ער װעט מיר שיקן שיך און קאַלאָשן 
אויך, שרייבט ער מיר. (זעענדיק וי האַנס טאַפּט און דרייט דעם מאַנטל 
און זוכט עפּעס). סיז זייער אַ טייערער מאַנטל, עכטער רוסישער 
פוטער, 

האַנס: (כיטרע) יאָ, ס'איז אַן עכטער רוסישער פוטער. אָבער דאָס אָ 
האָט איר באַמערקט? (צייגט מיטן פינגער אויף אַ קליין, קוים אומ" 
באַמערקט לעכעלע אין מאַנטל.) 

ראָזנגאָלץ: (דערשראָקן) װאָס איז דאָס דען? 

האַנס: גאָרניט, בלויז אַ קליינטשיקער ריס; קוקט אויס װי דורכ" 
געלעכערט, 

ראָזנגאָלץ: אָ, דאָס. מסתמאָ אַ קנעפּעלע זיך אָפּגעריסן. 

האנס: װוי ער רייצט זיך מיט איר) ס'איז שוין גאָרניט פון קיין 
אָפּגעריסן קנעפּעלע. די קנעפּעלעך זיינען דאָרטן. 

ראַזנגאָלץ: (נאַאיוו) פון װאָסיזשע דען איז דאָס! 

האַנס: (מיט שאָדן-פרייד) זאָל אייך אייער היינריך זאָגן פון װאָס 
ס'איז,. ער ווייסט, 

ראַזנגאָלץ: (כאַפּט זיך גלייך פון װאָס ס'איז, אָבער זי מאַכט זיך 
טאַמעװאַטע) אָבער דאָס איז גאָרניט. מען באַמערקט דאָס סאַי װי סאַי 
ניט, און אויסער דעם קאָן מען דאָס לייכט פאַרריכטן. (האַנס קוקט אויף 
איר סאַרקאַסטיש.) אָבער לאָמיר שוין ניט ריידן פון דעם. איז, יאָ, הער 
האַנס װאַכטעל, לאָמיך דיך גוט אָנקוקן. אַזאַ היפּשער געװאָרן. אַזאַ 
העלדישער, מיט אַזױ פיל מעדאלן. איז אויף װי לאַנג פאַרבלייבסטו 
מיט אונדז? (טוט זיך דערווייל אָן דעם מאַנטל) מען דאַרף שוין גיין. 
הער ראָזנגאָלץ װאַרט שוין אויף מיר, ער איז אַן אומגעדולדיקער ביי 
מיר, מיין מאַן, הער ראָזנגאָלץ. אויף ווידערזען. 

האַנם: הייל היטלער. 

װאַכטעל: אויף ווידערזען, פרוי ראָזנגאָלץ. 

ראַזנגאָלץ: (שטייט שוין ביי דער טיר. מען זעט אָבער אַז ס'באַ- 


61 


אומרואיקט זי דאָס לעכעלע אין מאַנטל. זי מאַכט אַ פּאָר טריט אויף 
צוריק,) אָבער וי אַזױ האָסטו, האַנס, געוואוסט וועגן דעם? איך מיין 
--- פון לעכעלע אין מיין מאַנטל? (האַנס ענטפערט איר ניט, נאָר ער טוט 
אַ קוק אויף איר בייז. ראָזנגאָלץ קאָרטשעט זיך איין פון זיין בייזן קוק, 
רוקט זיך שנעל צו דער טיר.) איך האָב גאָר ניט געמיינט דערמיט, יאָ, 
מען דאַרף שוין גיין. זייער צופרידן דיך צו זען, האַנס װאַכטעל, זייער 
צופרידן. צום ווידערזען. (אָפּ) 

(פרוי װאַכטעל זעצט זיך צוריק אויף איר פריערדיקן פּלאַץ, נעמט 
זיך פּאַרריכטן דעם שינעל. האַנס, אַן אומרואיקער מיטן רעװאָלװער 
אין דער האַנט, האַלט אין איין שפּאַנען אַהין און צוריק איבערן הויז, 
די מוטער, אַן אײינגעקאָרטשעטע, אַן איינגעקװאַרטע, זעט אויס אַזױ 
נעבעכדיק בשעת זי זיצט אַזױ אָנגעבױיגן איבערן מאַנטל. מיט שרעק 
און מיט פאַרגנבעטע בליקן שפּירט זי אים נאָך. פּלוצלונג שטעלט 
זיך האַנס אָפּ אינמיטן צימער, הויבט אָן צו קוקן אויף זיין מאַמען מיט 
בלוט-פאַרגאָסענע אויגן. יענע מיט גרויס שרעק טוט זיך אַ הויב פון 
פּלאַץ און אינסטיקטיוו לאָזט זי זיך לויפן צו דער טיר.) 

האַנס: (אויסער זיך) האַלט! שטיי! וואוהין לויפסטו? 

װואַכטעל: (פּאַראַליזירט פון שרעק) איך לויף ניט. 

האַנס: װאָס האָסטו זיך אַ לאָז געטאָן צו דער טיר? 

װואַכטעל: איך ווייס ניט, 

האַנס: דאָנער װעטער! גאָט פאַרדאַמטער! (טוט זיך אַ זעץ אויך אַ 
בענקל, כאַפּט זיך מיט ביידע הענט ביים קאָפּ, װי ער װאָלט געליטן 
פון אַ שוידערלעכן קאָפּיװײיטיק.) 

װאַכטע?: (אַ פאָרזיכטיקע גייט זי צו צו אים) װאָס איז, מיין זון? 

האַנם: (שוין מילדער אין טאָן) גאָרניט, מוטערכן, גאָרניט, 

װאַכטעל: טוט דיר ערגעץ ויי, זון? ביזטו ערגעץ פאַרוואונדעט 
און װוילסט מיר ניט דערציילן? 

האַנם: גאָרניט, מוטער, גאָרניט. (טוט אַ קוק אויף איר מיט מיט- 
לייד) ביזט אַזױ אױיסגעדאַרט, אָפּגעצױגן, מוטער, 

װואַכטעל: (דערפרייט װאָס איר זון רעדט צו איר אַזױ װאַרעם), 
ס'איז שווער, זון. מען איז איינע אַליין, און ווען אַפילו דיין פאָטער 
האָט געלעבט, האָט די פאַרם אונדז געגעבן זייער אַן אָרעמען לעבן. 
(האַנס זינקט צוריק אַריין אין מעלאַנכאָליע). ס'איז ניט גוט אַזױ, זון; 
װאָלסט פילייכט געדאַרפט אַרױסגײן און זיין צװוישן מענטשן, 


| 7 { 


האַנס: איך וויל ניט זיין צווישן מענטשן. 

װואַכטעל: און דו האָסט דאָך פריער אַזױ שטאַרק ליב געהאַט צוּ 
שפּילן אויף דיין פּיאַנע. מען האָט דאָך דיך ניט געקאָנט אָפּרייסן 
פון איר. און איצטער שוין פינף טעג אינדערהיים, און דו האָסט זיך 
אַפילו קיין איינמאָל ניט צוגערירט צו איר. שפּיל עפּעס, װעט דיר 
ווערן פריילעכער. 

האַנס: (טוט אַ קוק אויף זיינע שווערע פינגער) שוין ניט פאַר דער 
פּיאַנע. 

װואַכטעל: קוק-זשע אַרײן אין עפּעס אַ בוך. האָסט דאָך אַזױ שטאָרק 
ליב געהאַט פריער אַרינצוקוקן אין דיינע ביכער. 

האַנס: ניטאָ שׂוין די שטימונג דערצו... (ס'הערט זיך אַ קלאַפּ אין 
דער טיר. האַנס פון געוואוינהייט כאַפּט זיך צום רעװאָלװוער). 

װואַכטעל: קומט אַריין. 

(עס קומט אַריין פריץ אין אַ זעלנערישן אוניפאָרם, מיט װאָנצעלעך. 
אַ לאַכנדיקער, אַ פריילעכער, בלייבט ער שטיין אינמיטן הויז, 

האַנס: (מיט צעלאָפּענע, פריילעכע אויגן): אויב ס'איז ניט פריץ 
גאָטלינג, יאָ, פריץ גאָטלינג, דו טייפלשער זון, דו גאָט-פאַרדאַמטער. 
(זיי דערלאַנגען זיך איינער דעם אַנדערן גוט-ברודערשע בוכטשעס). 

פריץ: געקומען צופאָרן היינט בײיטאָג. זאָגט מיין מוטער: דו ווייסט, 
האַנס װאַכטעל איז אויך דאָ. זיך קוים דערװאַרט און בין געלאָפן צו 
דיר. האַנס װאַכטעל, דו שוויינען-קאָפּ! (דערלאַנגט אים נאָך אַ פּאָר 
בוכטשעס. באַמערקט פּלוצלונג האַנט מוטער. פאַרנויגט זיך גאַלאַנט): 
גוטן אַװנט, פרוי װאַכטעל, 

װואַכטע?: גוטן אַװנט, פריץ גאָטלינג. קוקסט אויס אַזױ אויסגע- 
פּאַשעט. | 

האַנס: אין פראַנקרייך געווען די גאַנצע צייט, האָב איך געהערט. 

פריץ: אין פראַנקרייך די גאַנצע צייט, אין פּאַריזש. און אָט האָב איך 
דיר עפּעס געבראַכט פון דאָרטן. (װוינקט צו פריילעך מיט אַן אייגל און 
-שלעפּט אַרױס פון קעשענע אַ פלעשל שאַמפּאַניער), 

האַנס: שאַמפּאַניער, דו הינטשער זון. (כאַפּט אויס די פלאַש), 

פריץ: (ווינקט פריילעך מיט אַן אייגל) די בעסטע מאַרקע, די בעס- 
טע מאַרקע. די גאָט-פאַרדאַמטע פראַנצויזן ווייסן דיר װאָס צו טרינקען. 
געבראַכט פון דאָרטן אַ גאַנצן טוצן. געטראַכט, איך גיי צו האַנסן, לאָמיך 
מיטנעמען אַ פלאַש וויין און באַנעצן אונדזער צוזאַמענטרעפן זיך. 


81 


האַנם:; גוט האָסטו געטאָן. דערלאַנג גלעזער, מוטער, 

װואַכטעל: יאָ, מיין זון. (נעמט אַרױס פון שאַפע צוויי וויין"גלעזער). 

פריץ: (עפנט די פלאַש וי אַן עקספּערט. גיסט אָן צוויי גלעזער) 
צו אונדזער ווידערזען זיך, 

האַנס: (טרינקט) צו אונדזער ווידערזען זיך, 

פריץ: און איר, פרוי װאַכטעל, נעמט אויך אַביסל. ס'צעװאַרעמט 
די ביינער. 

װואַכטעל: אַ דאַנק. 

האַנם: און דו, פריץ גאָטלינג, דו מזל'דיקער שוויין, דיר איז געווען 
גום, די גאַנצע צייט דאָרטן אין פּאַריזש, שאַמפּאַניער, די שיינע פראָנ- 
צויזישע מיידלעך, און דו קוקסט טאַקע אויס אַקוראַט ווי דו װאָלסט זיך 
ערשט אומגעקערט פון װאַקאַציע און ניט פון דער מלחמה. 

פריץ: װאָס דען, אַזױ װוי איר דאָרטן אויפן רוסישן פראָנט --- פאַר- 
לייזיקטע, פאַרשוויינטע, מיט די וועלף דאָרטן אין די גרויסע זאַװע- 
רוכעס? 

האַנס: און ער נעמט זיך נאָך איבער. (גיט אים אַ בוכטשע). 

פריץ: מען דאַרף האָבן מזל, דאָס אַלעס, 

(פרוי װאַכטעל װאַרפט אַרױף איר אַלטן אויסגעלאַטעטן שאָל אויף 
די פּלײיצעס, וי זי קלייבט זיך ערגעץ צו גיין.) 

האַנס: (בייז) וואוהין איז? 

װואַכטעל: איך װעל אייך ברענגען עפּעס צום פאַרבייסן. איך האָב 
עפּעס דאָרטן פאַר אייך אין שפּייז-קאַמער. (אָפּ), 

פריץ: (צו האַנסן, װאָס האָט נאָכגעקוקט זיין מוטער די גאַנצע 
צייט מיט אַ פינצטערן בליק) װאָס אין? 

האַנס: (בייז) װאָס מיינסטו? 

פריץ: װאָס האָסטו אויסגעשטרעקט אויף דיין מאַמען אַזױנע ווילדע 
קוקערס? 

האַנס: (כאַפּט זיך ביים קאָפּ) איך ווייס ניט. נאָר ס'איז עפּעס מאָדנע, 
(טרינקט אויס אַביסל וויין פון זיין גלאָז) װעסט פילייכט לאַכן נאָר 
עפּעס אַזאַ װאַנזיניקער געדאַנק האָט זיך אַרײנגעכאַפּט און לאָזט מיך 
ניט אָפּ, 

פריץ: איך פאַרשטיי דיך ניט. רעד דייטלעך, 

האַנם: ס'האָט זיך אָנגעהויבן ווען איך בין אָנגעקומען מיט דער 
באַן, און פון זינט דעמאָלט, קומט דאָס נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל, 


) 219 { 


פּריץ; װאָס קומט דאָס נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל! רעד מיר ניט 
פאַרשטעלט, 

האַנס: (קוקט אַפילו ניט צום חבר.) סאיז עפּעס מאָדנע, וויפיל 
מאָל איך זאָג זיך אַליין זייער שטרענג: ס'איז דיין מוטער, גלאָמפּ, 
דיין אייגענע מוטער, און מיר ווייזט זיך אַלץ אויס, אַז ס'איז זי. 

פריץ: (מיט פאַרדאַכט) ווער זי? 

האַנס: זי... די יידישע פרוי פון מינסק, 

פריץ: (מיט פאַרדאַכט) װאָס פאַר אַ יידישע פרוי? און װאָס פאַר א 

מינסק? 

האַנס: אַ יידישע פרוי פון מינסק. איך האָב זי דערשאָסן. אין רוקן 
איר געטראָפן. 

פרי'ץ: דערשאָסן, גוט האָסטו געטאָן. אָבער װאָס האָט די יידישע 
פרוי צו טאָן מיט דיין מוטער? 

האַנס: ביים אַראָפּשטײגן פון באַן האָט דאָס געטראָפן. איך בין 
פריילעך, זייער פריילעך. אָט װעל איך דערזען מיין מוטער. זי װאַרט 
געוויס אויף מיר ביים באַן-הויף. איך לאָז זיך אויף דער פּלאַטפאָרמע, 
און זי גייט מיר אַנטקעגן. אין אַן אַלטן שאַל פאַרװיקלט, אַן איינגע- 
הויקערטע און אַן איינגעבויגענע. װוי די יידישע פרוי פון מינסק, --- טוט 
גלייך אַ בליץ אין מיין געדאַנק. יענע אויך אין אַזאַ אַלטן שאַל, אַן איינ- 
געהויקערטע און אַן איינגעבויגענע. 

(אין דער מינוט טוט זיך אַן עפן די טיר און פרוי װאַכטעל באַווייזט 
זיך אין איר אַלטן שאַל, אַן איינגעהויקערטע און אַן איינגעבויגענע, 
און זי זעט טאַקע אויס װוי יענע יידישע פרוי פון מינסק װאָס האַנס 
האָט ערשט געשילדערט. ביידע שטעלן אויף איר אָן שטוינענדיקע 
אויגן. פרוי װאַכטעל, דערזעענדיק וי זיי ביידע קוקן אויף איר אַזױ 
מאָדנע, בלייבט שטיין אַ דערשראָקענע.) 

האַנס: (טוט אַ רעווע) װאָס שטייסטו אַזױ? 

װאַכטעל: (ציטערט אויף) וי אַזױ שטיי איך דען? 

פריץ: (וויל עס פאַרגלעטן. צייגט אויף האַנסן). נערוון. און דוי 
האַנס װאַכטעל, רעווע ניט אויף דיין מוטער. (דערזעט װאָס װאַכטעל 
וויקלט אַרױס פון אַ פּאַפּיר) וואורשט! אויסגעצייכנט! שוין לאַנג ניט 
געגעסן קיין עכט דייטשיש שטיקל וואורשט, 

װואַכטעל: (צעשניידט דעם וואורשט אויף אַ טעלער) דער לעצטער 
וואורשט. אים געהאַלטן די גאַנצע צייט... געטראַכט, מיין זון װעט 
קומען פון אורלויב, װעל איך... 


}| 11 


פריץ: (גיט אַ כאַפּ אַ שטיק וואורשט) מ"מ --- אויסגעצייכנט! (הויבט 
די גלאָז) צום געזונט פון אונדזער פירער. הייל היטלער, 

האַנס: (הויבט אויך די גלאָז) הייל היטלער. (צו דער מוטער, װאָס 
לאָזט זיך אין צווייטן צימער): און דו, מוטער, וואוהין? זעץ זיך מיט 
אונדז און טרינק אַביסעלע. 

װאַכטעל: טרינקט אייך, קינדער, טרינקט אייך, און פאַרברענגט 
אייך. איך בין שוין אַלט, מיד. גוטע נאַכט, 

פּריץ: גוטע נאַכט, פרוי װאַכטעל, (יענע, אַרײנגײענדיק אין צווייטן 
צימער, דרייט זיך אויס צו זיי מיטן רוקן --- אַ הילפלאָזער, נעבעכדי" 
קער רוקן. האַנס פּנים קערט זיך גלייך איבער ווען ער דערזעט זיין מאַ- 
מעס רוקן. עפּעס וי אַ מאַניאַק קוקט ער נאָך זיין מאַמען). װאָס פאַר אַ 
שוידערלעכע קוקערס ביי דיר. (האַנס הערט אַפילו ניט דעם חברס 
רייד. בלייבט שטיין פאַרגליווערט.) קום צו זיך, דומקאָפּ. קום צו זיך! 
(פריץ כאַפּט אים אָן ביי זיינע אַקסל און צעטרייסלט אים), 

האַנס: (קומענדיק צו זיך) װאָס שלאָגסטו זיך, װאָס? 

פריץ: צו דער ווירקלעכקייט, מענטש, ביזט ניט דאָרטן; ביזט דאָ 
אין דיין מאַמעס הויז, און דיין יוגנט-קאַמעראַד פריץ גאָטלינג איז דאָ 
מיט דיר, און מיר טרינקען צו אונדזער גליקלעכן זעען זיך. (גיסט 
אים אָן אַ גלאָז וויין), 

האַנם: (איידער ער נעמט די גלאָז צו די ליפּן) מאָדנע, מאָדנע. 
(טרינקט אויס, ווערט פריילעכער) גיס מיר אָן נאָך, און לאָמיר טרינקען 
צו אונדזער קאַמעראַדשאַפט. 

פריץ: אָט אַזױ האָב איך דיך ליב. (הויבט די גלאָז) צו אונדזער 
קאַמעראַדשאַפט. האָך, האָך! (הויבט אָן צו זינגען אַ דייטשיש ביר-לידל, 
װאָס באַזינגט געטרייע קאַמעראַדשאַפט), 

האַנם: האָך, האָך. (כאַפּט אויך אונטער דאָס זעלביקע לידל), 

פריץ: (איז אַ דערהויבענעם פייערלעכן טאָן) האָנס װאַכטעל, דו 
הינטישער זון, זיך גאָרניט געריכט, איך װעל דיך טרעפן אַ לעבעדיקן. 
געמיינט דו ליגסט שוין לאַנג אַן איבערגעקערטער מיט די ציין אַרױף 
אויף דער רוסישער ערד, 

האַנס: ניט האַנס, דו שוויינען קאָפּ: דו זעסט אָט-דעם דאָזיקן רע" 
װאָלװער? | 

פריץ: איך זע, איך זע. 

{(אין דער מינוט באַווייזט זיך פרוי װאַכטעלס פּנים צווישן ביידע 


| 221 { 


העלפטן פאָרהאַנג, װאָס טיילט אָפּ דעם ערשטן צימער פון צווייטן. מיט 
גרויסע אויגן פון שרעק, הערט זי זיך צו צום זונס רײיד; יענע באַמערקן 
זי ניט.) 
האַנס: דו זעסט אָט די קאַרבן? 
פריץ: איך זע. 
האַנס: צייל איבער. 
פריץ: פופצן, 
האַנס: שטאָלץ) יאָ, פופצן, 
פריץ: רוסן? 
האַנס:; פינף רוסן און צען יידן. 
פּריץ: ניט שלעכט. יי 
האַנס: דו פאַרשטײיסט, הינטערן אויער, הינטערן אויער --- אַ צוויי 
סענטימעטער פון לעפּל. דאָס איז דאָס ריכטיקע אָרט. װוי אַ בליץ טרעפט 
דאָס דיך. (שטופּט דעם רעװאָלװער הינטער פריצעס אויער. וויל אים 
ווייזן וי אַזוי), 
פריץ: (פירט אָפּ דעם רעװאָלװער פון זיך). איך גלויב דיר; איך גלויב 
דיר. דאַרפסט דאָס מיר ניט אילוסטרירן, 
! האַנס: אין ביאַליסטאָק איז דאָס געווען. איך האָב געזען וי אַנדערע 
קאַמעראַדן טוען דאָס, האָב איך זיך אויסגעלערנט פון זיי. דעם ערשטן 
יידן וװואָס איך האָב דאָס געטאָן איז געווען זייערער אַ גייסטלעכער, מיט 
אַ לאַנגער ווייסער באָרד. ער האָט זיך גאָרניט געריכט. כ'האָב באַהאַלטן 
דעם רעװאָלווער הינטער מיינע פּלײיצעס, אים געזאָגט: דריי זיך אויס 
מיטן רוקן צו מיר, איך וויל דיר אַ קוק טאָן אונטערן אויער, האָב איך 
אים געזאָגט, און יענער האָט מיר געגלויבט, כאַ, כאַ, און איך --- קליק, 
און --- פאַרטיק!. . . 
פריץ: (קלאַפּט אים איבער דער פּלייצע) בראַװאָ, בראַואָ. 
|| האַנס: (אַ באַגײסטערטער) און דערנאָכדעם האָב איך שוין געטאָן. 
-מיט אַנדערע יידן אויך. הינטערן אויער. װי אַ בליץ טרעפט דאָס. 
פריַץ: בראַװאָ, בראַװאָ. 
האַנס (פאַרכמורעט) אָבער איינמאָל בלויז אין רוקן. דאָס איז געווען 
מיט דער יידישער פרוי אין מינסק. פאַרנאַכט איז דאָס געווען. גיי איך 
מיר אַזױ אין אַ הינטער-געסל, און זי טוט אַ שוועב פאַרביי. אַ דאַרע, אַן 
איינגעקאָרטשעטע, מיט אַן אַלטן שאַל אויף דער פּלײיצע. האָב איך זי 
געכאַפּט, און זי האָט זיך גלייך אַרױסגעריסן פון מיר. אָנגעהױיבן צו אַנט- 


1 


לויפן און שרייען. און וי זי האָט געשריען, ליבער גאָט! אַזױ אוממענטש- 
לעך שרייען דיר דאָס יידישע פרויען. דאָס בלוט ווערט אַזש פאַרגלי- 
ווערט.. האָב איך אויסגעשאָסן, און די קויל האָט איר געטראָפן אין רוקן, 

פריץ: בראַװאָ, בראַװאָ. (חמוראייזליש) אָבער וי ס'קוקט אויס האָסטו 
בלויז געהאַט צו טאָן מיט אַלטע יידישע פרויען; און װאָס וועגן די יונגע 
יידישע פרויען? 

האַנס: (פריילעך) אַ, דו מיינסט. . . 

פריץ: (ווינקט מיט אַן אייגל) זיכער, מיין איך, 
האַנם: איבערגענוג... אָבער די שענסטע איז געווען די אוקראַיני- 
שע פרוי אין אומאַן. בלוט און מילך. אירע בריסטן מאַרמאָר-װוײיס, און 
הייסע אַזױנע, איך זאָג דיר. (פאַרטראַכט זיך מיט עקסטאַז), 
| פֿריץ: (אַ צעװאַרעמטער, אַ לײדנשאַפטלעכער, רוקט זיך נעענטער 
צום חבר). װאָס ביזטו געבליבן שטיין אינמיטן דערינען? דערצייל, דער- 
צייל, 

האַנס: דאָס איז געווען אַ שיינהייט, אַ פולע, אַ זאַפטיקע, מיט שאַרפע 
ציין --- און זי האָט זיך געביסן, 

פריץ: און זי האָט זיך גאָר געביסן, די קאַנאַליע. דערצייל, דערצייל, 

האַנס: אָבער דאָס איז גאָרניט, װאָס זי האָט זיך געביסן. אַ קינד איז 
געווען מיט איר, אַ מיידעלע פון אַ יאָר דריי אָדער פיר, האָט דאָס אָנ" 
געהויבן צו געװאַלדעװען. האָב איך דאָס אָנגעכאַפּט ביים העלדזל, איין 
קוועטש געטאָן און ס'איז פאַרשטומט געװאָרן. 

פריץ: כאַ, כאַ, פאַרשטומט געװאָרן. און װאָס איז ווייטער געווען? 

האַנס: (ווי ער װאָלט זיך גערייצט) און ווייטער . . . ווייטער האָט מען 
געטאָן װאָס מען האָט געדאַרפט.. , 

פריץ: (אַ צעפּאַרעטער) איך קאָן שווערן, אַז פון דיין געטרייען קאַ- 
מעראַד פריץ גאָטלינג האָסטו גאָרניט געטראַכט אין יענעם מאָמענט, דו 
הינטישער זון. (דערזען אַ גראַמאָפאָן אויפן צווייטן טישל, טוט אַ דריי אָן, 
לייגט אַרױף אַ רעקאָרד. ס'דערהערט זיך אַ פריילעכט דייטשישע ליד, 
אַזאַ מין האַלב װאַלס, האַלב פּאָלקע. ביידע, באַזויפענע, צעכראַסטעט, 
צעפלאָמטע, נעמען זיך אַרום און הויבן אָן צו האָפּקען. פרוי װואַכטעל, װאָס 
איז געשטאַנען די גאַנצע צייט הינטערן פאָרהאַנג און זיך צוגעהערט צום 
זונס מערדערייען --- האָט געציטערט מיט אַלע אברים פון מורא --- 
מורא פאַרן זון דעם מערדער. וען די װיקטראָלאַ האָט אָנגעהויבן 
צו שפּילן האָט זי אַרױפגעװאָרפן איר שאַל אויף די פּלייצעס, זיך גע- 


),)1 


געבן אַ שמוגל דורך צו דער טיר. די טאַנצנדיקע האָבן זי באַמערקט, 
ווען זי האָט אַן עפן געטאָן די טיר), | 

האַנס: (אויסער זיך, אינגאַנצן אַן איבערגעקערטער) ווער איז דאָסו 
האַלט! (צו פריצן מיט אויגן פון אַ מאַניאַק); ס'איז זי, די יידישע פרוי 
פוּן מינסק. (כאַפּנדיק דעם רעװאָלװער, לאָזט ער זיך אַרױס נאָך איר, 
פריץ וויל אים אָפּשטעלן, אָבער יענער אין איין אויגנבליק איז שוין 
פון יענער זייט טיר. פריץ יאָגט אים נאָך. ס'דערהערט זיך פונדרויסן 
האַנס װאַנזיניק קול): שטייף שטייף (ס'דערהערן זיך בלוט-פאַרגלי- 
ווערנדיקע געשרייען פון זיין מאַמען. ס'דערהערן זיך צוויי שאָסן 
אַ זויילע שטיל. האַנס, מיט אַ רויכערנדיקן רעװאָלװער אין איין האַנט, 
און מיט דער מאַמעס שאַל אין דער צווייטער האַנט, קומט אַרין אין 
הויז אַ צעשויבערטער, מיט אַ סאַרדאָנישן, װאַנזיניקן שמייכל אויף 
זיינע ליפּן. דער גראַמאָפאָן האַלט אין איין שפּילן דאָס לוסטיקע דייטשי- 
שע ליד...) 

(פאָרהאַנג) 


|  ן‎ 


כאַװער-פּאַװערס ליטעראָרישער אני מאמין ‏ 


(אין 1961, צו זיין 60-סטן געבורטסטאָג און פערציק 
יאָר ליטעראַרישע טעטיקייט, האָט דער זשורנאַל ,ידי" 
שע קולטור" זיך געווענדט צו כאַווער פאַווערן מיט אַ 

צאָל פראַגן, װאָס האָבן אַ שייכות צו זיין לעבנס- און 
שאַפונגס-גאַנג. דאָס זיינען די פראַגן און די ענטפערס) 


1) ווען האָט איר אָנגעהויבן פילן דעם דראַנג צו שרייבן? 


אַ דראַנג צו שרייבן האָב איך נאָך דערפילט, איידער איך האָב זיך 
אויסגעלערנט שרייבן. איך האָב ליב געהאַט, נאָך אַלס אַ יונגער יינגל, 
אוױיסטראַכטן מעשיות און זיי דערציילן מיינע חברים, 


אין די שמעקנדיקע גרינע און זילבערנע אוקראַינער זומער-נעכט, 
אויף די קלעצער פאַר מיין טאַטנס הויז, האָב איך געשפּונען מעשהלעך 
וועגן יורקע דעם ואַסער-טרעגער. אַ באָרװועסער אום זומער, און מיט 
אַרומגעװיקלטע שמאַטעס אויף די פיס אום ווינטער. ער איז אויפגע- 
קומען אין מיינע מעשהלעך, איינער פון די ל"ו (לאַמעדװאָווניקעס), 
װאָס מאַכט זיך, אַז ער קאָן אַפילו ניט דאַװענען; און וועגן אַ בן-מלך, 
װאָס האָט זיך פאַרשטעלט פאַר אַ בעטלער, און איך האָב אים געזען, 
האָב איך זיך געשוואוירן, איין מאָל אויף אַ יאַריד אין אונדזער שטאָט, 
זיצנדיק אויף דער ערד, אויסגעבעט אויף שטרוי און שפּילנדיק אויף 
דער באַנדורע טרויעריקע ניגונימלעך. פאַרשטייט זיך, אַז די מעשיות, 
װאָס איך האָב אויסגעטראַכט, זיינען ניט געווען אינגאַנצן מיינע אייגענע, 
איך האָב גענומען אַ סך פון די מעשיות, װאָס איך האָב געהערט יידן 
דערציילן זיך אין אַלטן בית מדרש, צווישן טאָג און נאַכט, הינטער דער 
הרובע... 


2) איז וועןיזשע האָט איר זיך טאַקע גענומען צו דער פּען? 
אין חדר נאָך. און מיין נעמען זיך צו דער פּען האָט זיך אויסגעלאָזט 


גאָרניט פריילעך פאַר מיר. ס'איז געווען אין חדר פון יאַנקל ליפּמאָן, 
דער גרעסטער מלמד אין שטאָט, דער עיקר אין לשון קודש. איך בין 


} 51 


דעמאָלט געווען אַ בחורל פון אַ יאָר צוועלף. פאַרגלוסט זיך מיר אָנ 
שרייבן אין לשון-קודש אַ מעשה, וועגן אַ ציגעלע, װאָס וויל ניט ליידן, 
הלמאי מען מעלקט אויס איר מאַמע אַלע אינדערפרי, און דאָס ציגעלע 
אַליין האָט ניט קיין גענוג מילך צום איבערבייסן, און ס'פּראָטעסטירט 
דאָס ציגעלע צו די מענטשן און מען װוערט אין כעס אויף דעם און 
מען פאַרקויפט דאָס ציגעלע צום קצב,,. האָט יאַנקל ליפּמאַן איבער" 
געלייענט דאָס מעשהלע פריער פאַר זיך און געלאַכט. דערנאָכדעם האָט 
ער דאָס געלייענט פאַרן גאַנצן חדר, און דער גאַנצער חדר האָט אויך 
געלאַכט. מען האָט פּשוט געמאַכט חוזק פון מיין מעשהלע.. . דאָס האָט 
מיך געװואַלדיק געקרענקט און מערער האָב איך זיך שוין ניט צוגע- 
רירט צו דער פּען פאַר יאָרן און יאָרן... 


זיך נאָך אַמאָל צוגערירט צו דער פּען ערשט בשעת דער רעװאָ- 
לוציע און די פּאָנראָמען. איך געדענק, װי ערב אַ פּאָגראָם און די 
קלויסטער גלאָקן האָבן אָנגעהויבן צו קלינגען: באָם-גלאָן, באָם-גלאָן, 
האָב איך אָנגעשריבן אַ מעשה, װאָס ס'האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן מיט 
,באָם-גלאָן, באָם-גלאָן". 


3) ווען האָט איר זיך אָנגעהויבן צו דרוקן? 


מיינע חברים האָבן מיר גע'עצה'ט איך זאָל איבערשרייבן איינע 
פון מיינע זאַכן ריין און שיין און זי שיקן אין דער רעדאַקציע פון דער 
יידישער צייטונג אין קיעוו (שוין פאַרגעסן דעם נאָמען פון דער ציי" 
טונג). האָב איך טאַקע איבערגעשריבן מיינע אַ זאַך, די מעשה, װאָס 
הויבט זיך אָן מיט ,באָם גלאָן, באָם גלאָן". עטלעכע מאָל איבערגע- 
שריבן, אָבער שיקן דאָס קיין קיעוו אין דער רעדאַקציע האָב איך ניט 
געשיקט. ס'האָט פּשוט מיך אַ מורא באַפאַלן. איך האָב מורא געהאַט, 
אַז מען װעט לאַכן דאָרטן פון מיר אין דער רעדאַקציע, פּונקט ווי מיין 
רבי יאַנקל ליפּמאַן מיט די יינגלעך האָבן געלאַכט פון מיר אין חדר... 

איז װוי אַזױ זשע פאָרט האָב איך אָפּגעדרוקט די ערשטע זאַך, װועט 
איר פרעגן. .. איז די מעשה געווען אַזױ. פאַרװאָגלט געװאָרן קיין קע" 
שעניעוו, און דאָרטן איז אַרױסגעגאַנגען אַ טעגלעכע צייטונג ,דער 
איד"י. דער רעדאַקטאָר איז געווען איינער ראָזענטאַל, און דעם דאָזיקן 
ראָזענטאַל האָב איך אָפּט מאָל געזען אינדרויסן אַרױסגײענדיק פון דער 


61 


רעדאַקציע. און זיין פּנים, זיין גאַנג, זיין גאַנצער איך, האָט מיר געזאָגט, 
אַז ער װעט ניט לאַכן, אַז ער איז איינער פון די טייערע מענטשן... 

און דאָך האָט זיך מיר דאָס האַרץ שיער ניט אָפּגעריסן, איידער אין 
האָב געעפנט די טיר פון דעם רעדאַקציע-צימער.... און אָט אַזױ איז 
אין קעשעניעווער ,איד" אָפּנעדרוקט געװאָרן מיינע אַ זאַך צום ערשטן 
מאָל, װאָס האָט געהייסן ,צװישן חורבות"... 


4) און די קינדער-מעשיות? וי אַזױ זייט איר געקומען צו זיי! 


דאָס איז טאַקע געווען אין זעלביקן קעשעניעוו. איך בין געווען אַ 
לערער אין אַ שול פאַר קינדער פון בעזשענצעס (פליכטלינגען) און 
אין דער שול איז געווען אַ וואונדערלעכע לערערקע פאַר קינדער- 
גאָרטן-עלטער, איינע אַ פאַניע קופּערמאַן, לייב קװיטקאָס אַ שוועגערין. 
און די דאָזיקע פאַנִיע האָט גאָרניט אָנערקענט קיין שום שרייבער, 
אַחוץ די, װאָס האָבן געשריבן מעשיות פאַר קינדער... און איך האָב 
פון שטענדיק אָן ליב געהאַט צו דערציילן מעשיות פּאַר קינדער, דאָס 
הייסט, בעל פֹּה... פאַר מיינע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס האָב איך 
שטענדיק אױיסגעטראַכט מעשיות, ווען איך בין נאָך געווען אַ בחורל 
פון אַ יאָר צען-עלף... הכלל, איך האָב אָנגעשריבן צום ערשטן מאָל 
אַ קינדער-מעשהלע. ,ציגעלע-מיגעלע", האָט דאָס געהייסן... און 
איך האָב דאָס געלייענט אין פאַניע קופּערמאַנס קינדער-גאָרטן קלאַס, 
און ס'איז געווען ביי די קליינע חברה אַזאַ פרייד, אַזאַ פרייד!... 


5 און דעם נאָמען ,כאַװער-פּאַוװוער"? וי אַזױ זייט איר געקומען 
צום אים? 


טאַקע דעמאָלט, ווען איך האָב געשריבן מיין ערשט קינדער-מעשהלע. 
כ'האָב געטראַכט, אַז מען שרייבט פאַר קינדער, דאַרף מען זיך געבן אַ 
נאָמען, אַ שפּילעװדיקן. פון נאָמען אַליין זאָלן זיך די קינדער צעשמייב- 
לען, און ס'זאָל ווערן פריילעך . . . האָב איך זיך דערמאָנט, אַז ווען איך 
בין געווען אַ יונג יינגל און אַז ווען איך האָב זיך איבערגעבעטן מיט 
אַ חבר נאָך אַ צעקריגעניש, האָבן מיר זיך פאַרטשעפּעט איינער מיטן 
אַנדערן מיט אונדזערע מינדסטע פינגער און געזונגען דערביי אַ לידל: 


}71 


כאַװוער פּאַװער, װאָס איך װועל האָבן 

ברענען, בראָטן, װועל איך דיר געבן, 
שטעכן מיט דראָטן, װאָס דו װועסט האָבן 
| וועסטו מיר געבן... 


(ס'זיינען דאָ אַ סך ווערסיעס פון דעם דאָזיקן לידל, אין געוויסע 
געגנטן איז דאָרט ניט געווען כאַװער-פּאַװוער, נאָר כאַװוער-לאַװער.) 


6) און וי זייט איר איבערגעגאַנגען צו גרעסערע זאַכן?! וי אַזױ איז 
דאָס געשען? װאָס האָט אייך געבראַכט צו דעם? 


געקומען קיין אַמעריקע, האָב איך מערסטנס געשריבן קינדער- 
מעשהלעך . . . לאַמעד שאַפּיראָ האָט גראַדע ניט שטאַרק געהאַלטן פון 
מיינע קינדער-מעשהלעך. מיך געמוסרט, הלמאי איך שרייב אַזױ װינציק 
פאַר דערװאַקסענע. . . און איין מאָל אין קעמפּ עניט געדאיגעט?... 
און ס'איז דאָרטן געווען זייער פריילעך יענעם זומער: יעקב שייפער, 
יעקב מעסטל, נ. בוכװאַלד, אַרטעפניקעס, קאָנצערט-פּראָגראַמען כמעט 
יעדן אָװנט, געזאַנגען, דעקלאַמאַציעס. און גראַדע צווישן די הונדערטער 
פריילעכע זומערניקעס, האָט מיך אָנגעהויבן צו ציען, עפּעס אָנשרייבן 
וועגן דער שטאָט בראָנזוויל, וואו איך האָב געלעבט אין מיינע גרינע 
יאָרן.. . איך האָב געשריבן גאַנצע טעג מיט אַזאַ פיבער. אין קעמפּ- 
ביבליאָטעק געשריבן... קוירא אלהים כי טוב...* װי ס'זאָגט זיך 
אין חומש, און איך האָב געזען, אַז ס'איז גוט, האָב איך מיט דער צייט 
גענומען שרייבן אַ צווייטע לענגערע זאַך, אין אַ ראָמאַן-פאָרם, און 
אַ דריטע און אַ פערטע. און אָט אַזױ זיינען געבוירן געװאָרן: ;בראָנז" 
וויל", ,פון יענער זייט טייך", ,קאָפּל דער האָרבאַטער", ?אַ שול אין 
דער בראָנקס", אקלינטאָן סטריט", ,זיסלס װאַנדערונג", ,די צען 
לאַנדסלײיט*, ,רייזל פון דער איסט-סאַיד", ,דזשוליוס", ,די האַנט פון 
נקמה" (וועגן די קאַמפן פון יידישע פּאַרטיזאַנען אין די ווייסרוסישע 
וועלדער), ,גבורים פון דער נאַכט* (וועגן די קאַמפן פון יידישע פּאַר- 
טיזאַנען אין די פּוילישע וועלדער), .זלמן דער שוסטער", איך און 
מיין חבר פוליע", ,,גרשון מאיר דעם בלינדנס", ,גרשון אין אַמערי- 
קע". .. פון די אַלע לענגערע זאַכן, זיינען אַרױסגעגעבן געװאָרן אין 
אַ בוך-פאָרם בלויז ,פון יענער זייט טייך", ,קלינטאָן סטריט", .די צען 


| 228 { 


לאַנדסלײט", ,גבורים פון דער נאַכט", ,זלמן דער שוסטער". פון די 
אַלע אַנדערע זאַכן ווערט שטויב אין די בלעטער פון די אַלט-געבונדענע 
יאָר-גענג ,מאָרגן-פרייהייט". ס'איז ביליק צייטונג- פּאַפּיר, אַז ס'צע" 
קריכט זיך, װי נאָר מען מישט איבער אַ בלאַט... 


7) און ווען האָט זיך אָנגעהויבן אייער אינטערעס צום טעאַטער? 


געזען די ערשטע טעאַטער-פאָרשטעלונג אַלס יינגל און אָפּגעקאָכט 
געװאָרן, וי מען זאָגט. געזען די צווייטע טעאַטער-פאָרשטעלונג און 
ניט געקאָנט כאַפּן דעם אָטעם, . . און צוליב ביידע אָט די דאָזיקע טע- 
אַטער-פאָרשטעלונגען האָב איך געכאַפּט זייער הייסע שמיץ, די ערשטע 
--- גאָלדפאַדענס ,די כישופמאַכערין", האָב איך און מיין חבר פוליע 
געזען דורך אַ דאַך. דאָס הייסט, מיר זיינען אַרויפגעקראָכן אויפן ברע- 
זענטענעם דאַך פון טעאַטער און אַרײנגעקוקט צװוישן די שפּאַלטן 
האָט אונדז ביים צווייטן אַקט דערזען דער סטראַזשניק און האָט אונדז 
אָנגעהויבן שמייסן מיט זיין ברענענדיקער נאַגאַיקע, און ס'האָט טעג 
און טעג געברענט דאָרטן, וואו מען שעמט זיך אױיסצװאָגן... דאָס 
צווייטע מאָל האָב איך געגנבעט צװאַנציק קאָפּיקעס ביי מיין טאַטן און 
געגאַנגען זען ,ציגאַנקאַ אַזאַ", געשפּילט פון אַן אוקראַינישער טרופּע, 
און דערנאָכדעם ווידער געכאַפּט פון מיין טאַטן זייער הייסע שמיץ... 
אָבער דער כישוף, װאָס דער טעאַטער האָט מיר אָפּגעטאָן איז געווען 
אַזאַ שטאַרקער, אַז יאָ שמיץ, ניט שמיץ... 


מיין ערשטער טעאַטער-פּרואוו איז געווען אַלס אַ בחור פון אַ יאָר 
אַכצן אָדער ניינצן. ישראל פריד, דער איצטיקער שני רעדאַקטאָר 
פון דער ,מאָרגן פרייהייט", דעמאָלט אַ יינגל פון אַ יאָר צען אָדער עלף, 
מיינער אַ בז-עיר, האָט געװאָלט שפּילן טעאַטער מיט אַ גרופּע יינגלעך, 
און דאָס געלט זאָל גיין פאַר די יתומים פון שכנהשן שטעטל טעפּליק, 
וועמענס עלטערן זיינען אומגעקומען אין פּאָגראָם... ער האָט מיך 
געבעטן איך זאָל אים העלפן, און איך האָב אָנגעשריבן אַ שפּיל... 
שפּעטער אין ניו-יאָרק, דערנאָכדעם --- אין לאָס-אַנדזשעלעס, האָב איך 
שוין געהאַלטן אין איין שרייבן שפּילן פאַר די קינדער פון די שולן... 
מען װאָלט געקאָנט אַרױסגעבן אַ דריי-פיר בענד פון מיינע שפּילן פאַר 
קינדער... און נאָכדעם האָב איך געשריבן שפּילן פאַרן ;אַרטעצף" 


געטש 


אין ניו-יאָרק, פאַר דער ,פאָלקס-בינע" אין לאָס-אַנדזשעלעס, אַ פילם- 
סצענאָריום באַזירט אויף מענדעלע מוכר ספרימס װערקי.. 


8) זאָגט מיר, כאַווער-פּאַװער, וי פּאָרן זיך אין אייער שאַפן אַמע- 
ריקע און בערשאַד? 


ווייס איך ניט, װאָס אייך צו ענטפערן... אפשר אַנדערע, װאָס זיינען 
גוט באַקאַנט מיט מיין שרייבן וועלן קאָנען ענטפערן. .. מסתמא װעלן 
אַנדערע זאָגן, אַז אין מיין שרייבן וועגן אַמעריקע, פילט זיך שטענדיק 
דאָס בחורל פון בערשאַד, װאָס קוקט אַריין דורך פרעמדע פענצטער 
צו זען, װאָס ס'טוט זיך אינעװײיניק אין די הייזער. און אפשר װועלן אַנ- 
דערע מענטשן זאָגן, אַז אין מיין שרייבן וועגן אַמעריקע, כאַפּ איך אויף 
נאָר די יידן, װאָס זיינען טאַקע געקומען פון בערשאַד און פון די נאָענטע 
שטעטלעך אַרום בערשאַד. און אפשר וועט מען זאָגן, אַזױ װוי איך בין 
שוין פערציק יאָר אין אַמעריקע, האָב איך שוין אַרײינגעזאַפּט אין זיך 
אַ סך פון די ריחות, קאָלירן און זאַפּטן פון נייעם לאַנד... 


9) װאָס זיינען די וויכטיקע מאָטיוון אין אייער שאפן! 


רחמים, ליבשאַפּט צום געפאַלענעם און דערשלאָגענעם. מאָנען גע" 
רעכטיקייט, יושר . ... אָבער דאָס קאָן אָנװייזן יעדער שרייבער.. . און 
מסתמא זיינען דאָ ביי מיר אַ סך אַנדערע מאָטיוון, װאָס זיינען ביי מיר 
גאָרניט באַוואוסטזיניק. .. ס'ווילט זיך דערציילן אַ מעשה אי זיך אַלײן, 
אי מיינע מיטמענטשן, און די מעשה זאָל אונדז אַװעקנעמען פון דער 
אומעטיקייט און װאָכיקײט פון לעבן. און אויב לוט דער טעמע מוזטו 
טאַקע מאָלן די װאָכיקײט פון לעבן, די אומעטיקייט פון לעבן, זאָלסטו 
קאָנען אַרײינברענגען אַזױנע פאַרבן, װאָס זאָלן אױסשטראַלן אויך דעם 
יום-טוב פון לעבן, די פרייד פון לעבן... 


און וואויל איז דעם שרייבער, װאָס קאָן שמייכלען מיט װאַרעמקײיט 
און טרייסטונג אַפילו אין די טרויעריקסטע מאָמענטן פון זיין מעשה. *. 
און וואויל איז דעם שרייבער, װאָס קאָן אַרײנטאָן אין װאָרט אַ רוח- 
חיים, אַ לעבעדיקן אָטעם... און וואויל איז דעם שרייבער, װאָס דער 
לייענער באַקומט צו אים צוטרוי פון ערשטן װאָרט זיינעם ... 


01 


0) װאָס פּלאַנירט איר איצט צו שרייבן? 


אַ װועלט מיט אַרבעט, װוי משה אָלגין װאָלט געזאָגט. איך האַלט אין 
שרייבן אַ ראָמאַן וועגן ;נחמה אין אַמעריקע*. דער אָנהױב קנחמה פאָרט 
קיין אַמעריקע* איז געווען געדרוקט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אין דער 
גיידישע קולטור". איך וויל אָנשרײבן אַ ראָמאַן וועגן די .קינדער פון 
די צען לאַנדסלײט?, און אַ ראָמאַן וועגן אַ קאַליפאָרניער יידישן פאַר- 
מער. דער פּראָטאָטיפּ איז דער גוט-באַקאַנטער לואי מאַטלין, און אַ 
בוך וועגן לאָס-אַנדזשעלעסער יידישע ליטעראַטור, װאָס איך האָב 
געקאָנט פון זינט איך האָב זיך באַזעצט אין לאָס-אַנדזשעלעס.. . איך 
וויל אָנשרײבן אַ לענגערע זאַך וועגן אַ שטומען יידישן יינגל אין פּױלן, 
װאָס איז דורכגעגאַנגען אַלע היטלער שחיטות, קאָנצענטראַציע-לאַגערן, 
און אַדאַנק זיין קלוגשאַפּט, געבליבן לעבן. זיין שטום זיין איז אויך געווען 
אַ קלוגשאַפט, מחמת ער איז ניט געווען שטום, נאָר ער האָט זיך גע" 
מאַכט שטום. . . איך וויל אָנשרייבן אַ בוך וועגן אַ יידישער פרוי אין 
אַמעריקע, װאָס זאָל זיין אַ פּאָר צו ;זלמן דעם שוסטער". . . און דראַמען, 
און נאָך און נאָך מעשיות פאַר קינדער און קורצע דערציילונגען... 
זאָל נאָר דאָס געזונט ניט ווערן ערגער, זאָל מען נאָר האָבן אַ מינימום 
פּרנסה,. . 


11 


כאַווערי-פּאַווער 
פון נחמן מייזיל 


מיר פייערן צוויי וויכטיקע דאַטעס אין לעבן און שאַפן פון כאַװוער- 
פּאַווער, --- דעריבער לאָמיר נישט אָפּקומען מיט גלאַט לויב געזאַנג 
צו אים; נאָר לאָמיר בעסער פּרואוון זאָגן אייניקע תוך-ווערטער וועגן 
אים, 

ביז אַהער האָבן מיר געהאַט פאַר זיך איינצעלנע ביכער פון כאַווער- 
פּאַװוער, װאָס זיינען דערשינען אין די לעצטע יאָרצענדליקער, און 
אין וועלכע עס זיינען אַרױסגעבראַכט געװאָרן שטיקער יידיש לעבן 
פון דער אַלטער היים און פון אַמעריקע. האָבן מיר יעדעס ווערק אויפ- 
גענומען פאַר זיך, באַזונדער, צוזאַמען מיט די ועלטן, סביבות און 
טיפּן-געשטאַלטן, װאָס זיינען אין זיי אַרױסגעבראַכט געװאָרן. איצט 
אָבער, ווען מיר פּרואוון מאַכן אַ סך-הכל פון די 40 יאָר שאַפן פונעם 
קינסטלער, --- שטייען פאַר אונדז נישט בלויז זיינע צען-צוועלף ביכער, 
נאָר עס װאַקסט-אױס פאַר אונדז אין דער פולער מאָס דער קינסטלער 
כאַװוער- פּאַװוער, --- אָן אייגנאַרטיקער און אייגנטימלעכער שרייבער, 
װאָס פאַרמאָגט אַן אייגענעם כאַראַקטער, מיט אַן אייגענעם סטיל און 
מיט אַן אייגענעם בליק אויפן לעבן און אויף די מענטשן, װאָס ער פירט 
אַרױס. 

און מיר מעגן, דאַכט זיך, איצט זאָגן מיטן ריינעם געוויסן, אַז צו 
דער גרעסטער צאָל יידישע שרייבער, קאָן מען צורעכענען נאָך איינעם, 
װאָס גייט זיך זיין אייגענעם דרך, װאָס איז שוין אַליין פאַר זיך אַ זויכ- 
טיקע ליטעראַרישע דערשיינונג, און וועלכן מיר קאָנען אָפּגעבן אַ 
,;שטאָט* אין דער מזרח-װאַנט פון אונדזער יידישער ליטעראַטור. 

אויב ביז אַהער האָבן זיך געצויגן שטעגן-וועגן פון אים, פון דעם 
שאַפער, דורך זיינע פאַרשיידענע ביכער, וועלכע מיר האָבן געלייענט 
און זיי אויפגענומען און באַטראַכט באַזונדער, --- איז איצט האָט זיך 
די לאַגע געביטן. ער גופא שטייט איצט פאַר אונדז װי אַ איש", 
וי אַן אָביעקט, וי אַ וויכטיקער קינסטלער, וועמען מיר באַדאַרפן 
באַגרייפן און פאַרשטיין וי אַ גאַנצן און וועלכער פאַרנעמט אַ בכבודיק 
אָרט אין אונדזער שאַפונגס-וועלט. מיר דאַרפן דעריבער פון איצט אָן 
האַלטן אַן אויג אויף אים און אַכטונג געבן אויף זיין ווייטערדיקן ריב- 
טיקן קינסטלערישן גאַנג, 


,{){ 


עס איז אונדזער חוב צונויפנעמען אַלץ, װאָס ער האָט ביז אַהער גע- 
שאַפן, און אויס'סדר'ץן עס איינס נאָך איינס, כדי צו זען דעם פאָדעם, 
װאָס פאַרבינדט זיי, און כדי צו שאַפן די גאָלדענע קייט, װאָס שמידט 
צונויף די איינצעלנע רינגען-ווערק. מיר מוזן אויך אַרוֹיסהעלפן אים 
אין זיין שרייבערישער װירטשאַפט,. אים סטימולירן און גלייכצייטיק 
שטעלן אים גרעסערע פאָדערונגען --- ווייל פון דעם, װאָס פאַרמאָגט 
אַ סך, פאַרלאַנגט מען מער! 

און דעריבער זאָל דער מחבר און אויך מיר זאָלן האָבן פון איצט 
אָן אַן אַנדער קוק אויף זיין שאַפן, און אויך --- אַן אַנדער צוגאַנג, 

מיר דאַרפן נעמען זיינע אַלע ביזיאיצטיקע ווערק, װאָס זיינען 
אַרױס פון זיין פעדער, װי טיילן פון איין גאַנצעס. עס זיינען נישט קיין 
איינציקע צופעליקע ביכער, אָפּגעריסן איינס פונעם אַנדערן אין זיין 
שיער נישט 40 יאָריקן שאַפן. עס מוז זיין פאַר אים און אויך פאַר 
אונדז, פאַר אונדזער באַטראַכטונג, אַ קלאָרער, צילאָנגעװענדטער גאַנג, 
װאָס קומט פון ערגעץ און גייט און שטרעבט צו אַ געוואונטשטן צִיל 
און צוועק. מיר דאַרפן מיט אַנדערע מאָס און װאָג אויפנעמען זיינע 
פריערדיקע װוערק, זען דעם הינטערגרונט זייערן, דערגיין די סיבות- 
מאָטיוון, אַדאַנק וועלכע זיי זיינען געקומען צום אויסדרוק, און אויפ- 
נעמען די געענדערטע סאָציאַל-פּאָליטישע און קולטור-גייסטיקע באַ- 
דינגונגען, אין וועלכע זיי זיינען געשאַפן געװאָרן. 

כאַװער-פּאַװוער גופאָ מוז דערפילן די גאָרע אחריות פאַר זיין ווייטער- 
דיקן שאַפן, ער האָט איצט דערגרייכט מער רייפקייט אין זיין שרייבן, 
מוז אויך דער אינהאַלט זיין אַ ברייטערער, אַ טיפערער. עס מוז קומען 
אַ נייע אידייען-אָנגעלאָדנקײט אין זיין שאַפן. ווייל די צייט איז אַן 
אַנדערע, ווייל אונדזערע פאָדערונגען און פאַרלאַנגען זיינען אויסגע- 
! װאָקסן, 

עס איז באַקאַנט דער זאָג: ,וי מען נעמט זיך, אַזױ העלפט גאָטו" 

זיינע ביז-איצטיקע ווערק, װאָס ער האָט געשאַפן, זיינען פיל מחייב, 
זיי שטעלן אַרױס זייער מחבר גרויסע פאָדערונגען, װאָס ער איז זיכער 
יבכוח צו דערפילן, 

נישט בלייבן שטיין אויף די שוין דערגרייכטע פּאָזיציעס, נאָר גיין 
העכער און ווייטער, מיט נייע פאַרמעסטן, מיט אויסגעברייטערטע אויפ- 
גאַבן און פאַרלאַנגען, 

און װיבאַלד מיר נעמען אים אַריין אין דער אָנגעזעענער משפּחה 


311 


פון די יידישע שרייבער, מוזן מיר אויך אויסטיילן אים דעם פּאַסיקן 
אָרט צווישן די וויכטיקע װאָרט-זאָגער אין דער יידישער ליטעראַטור, 
ציען פֿאַרגלײכן צווישן אים מיט אַנדערע יידישע אָנגעזעענע קיגסט- 
לער, און זען, --- װאָס ער איז מחדש, װאָס גיט ער צו צום אייזערנעם 
פאָנד פון אונדזער יידישער ליטעראַטור, 

זיין לעצט אױטאָביאָגראַפיש בוך ;גרשון מאיר דעם בלינדנס", װאָס 
איז אַרױס מיט אַ צוויי-דריי יאָר צוריק, שטעלט זיך אין דער ריי פון ענ- 
לעכע וויכטיקע אױטאָביאָגראַפישע ווערק אין דער יידישער ליטעראַטור, 
װאָס זיינען פאַרפאַסט פון די בעסערע, אויב נישט די בעסטע עלטערע 
יידישע שרייבער. אָנגעהויבן פון מענדעלע מו"ס מיט זיין ;שלמה ר' 
חיימס", שלום-עליכם --- ,פונעם יאַריד*, פּרץ --- ,מיינע זכרונות", 
מרדכי ספּעקטאָר ;מיין לעבן", הירשביין -- אקינדעריאָרן", א. 
ראַבאָי --- , מיין לעבן", דוד בערגעלסאָן --- ,פּענעק" --- האָט אויך 
כאַװוער-פּאַװער, אויף זיין אייגענעם אופן און שטייגער, אַרױסגעבראַכט 
זיין היים, זיין קינדהייט און יוגנט, זיין צייט און געגנט, און גלייב- 
צייטיק אויך געגעבן זיך גופא, זיין מאַטעריעל-גײיסטיקע וועלט, אין 
וועלכער עס האָט זיך אויסגעפורעמט זיין געשטאַלט, זיין פּערזענלעכ- 
קייט. און צו די אַלע אַרױסגעבראַכטע יידישע שטעטלעך, װאָס די 
דערמאָנטע יידישע שרייבער האָבן געשילדערט און פאַראייביקט, 
װאַקסט-אױס פאַר אונדז אַ יידיש שטעטל, מיט איר אייגענעם פּרצוף- 
פּנים, מיט איר אייגענעם נוסח, מיט אירע אייגענע טראַדיציעס און 
פירעכצן, און מיט אירע אייגענע גלגולים און איבערװאַנדלונגען 

קאַבצאַנסק, טונעיאַדעװקע, קאַסרילעװקע און מאַזעפּעװקע,. -- 

און איצט טשעמערעיעוו און בערשאַד. און װוי אין די דערמאָנטע ווערק 
פון די עלטערע יידישע שרייבער, אַזױ אויך ביי כאַװוער-פּאַװער װאַקסט 
גרשון, אַנטװיקלט זיך, געשטאַלטיקט זיך אין זיין פורעם. װי עס 
שטייט געשריבן: ,בצלמו ובדמותו", --- לויט זיין געשטאַלט און לוט 
זיין גלייכעניש... 

כאַװער-פּאַוװוער גייט זיך כסדר מיט זיין אייגענעם דרך. ער האָט 
זיך זיין אייגענעם שטייגער פון מאָלן מענטשן, פון כאַראַקטעריזירן 
סיטואַציעס און געראַנגלענישן און באַדינגונגען, --- דער אינהאַלט און 
פאָרם זיינען ביי אים נאַטירלעך און אָרגאַניש צונויפגעגאָסן. אָפטמאָל 
דאַכט זיך, אַז עס זיינען צופיל פּרטים, צופיל שטריכן, אָבער פון די 
פּרטים, פון די איינצעלנע שטריכן װאַקסט כסדר אויס דאָס גאַנצע 


| 4 { 


בילד, קומט צום פולן אויסדרוק אַלדאָס געשעענע און דאָס סאַמע 
כאַראַקטעריסטישע. עס איז דאָ עכטקייט און ערלעכקייט אויך ביים 
דערציילן וועגן זיך גופא, וועגן זיינע אייגענע טואונגען און פירעכצן, 
ער איז אָביעקטיוו און קריטיש צו זיך גופא, װוי ער איז צו די טיפּן 
און פּאַרשױנען, װאָס ער ברענגט אַרױס. ער שוינט נישט זיך אַלײן 
ער ברענגט אַרױס אייגענע שװאַכקײטן און פעלערן. 

אין אַ שריפטלעכן אינטערוויו מיט אונדז האָט כאַװער-פּאַװער גע- 
זאָגט: קוואויל איז דעם שרייבער, װאָס קאָן שמייכלען מיט װאַרעמקײט 
און טרייסטונג אַפילו אין די טרויעריקסטע מאָמענטן פון זיין מעשה".. . 
(גיידישע קולטור", נ' 2, 1961, זי 49), ער האָט אויך באַטאַנט, אַז זיין 
שטרעבן איז ;אין דער װאָכעדיקײיט און אומעטיקייט פונעם לעבן" 
אַרײנגעגעבן ;אַזױנע פאַרבן, װאָס זאָלן אױיסשטראַלן אויך דעם יום- 
טוב פון לעבן, די פרייד פון לעבן". כאַװער-פּאַװער איז געטריי אָט-די 
געבאָטן, 

אין דער יידישער ליטעראַטור, װוי אין אַנדערע ליטעראַטורן, האָבן 
מיר צוויי הויפּט:ריכטונגען: איינע װאָס איז פול מיט סענטימענטן 
מיט מיטגעפיל און מיטלייד צו די אַרױסגעבראַכטע געשטאַלטן און 
צו די לעבנס-סיטואַציעס. כװואָלט די שטרעמונג אָנגערופן -- די 
מאַמישע, די מוטערלעכע; און די צווייטע ריכטונג --- איז אַ שטרענגע, 
אַ מאָנענדיקע, אַ שטראָפערישע, אַ װאָרנענדיקע --- בקיצור --- אַ פאָי 
טערלעכע. ביי אונדז ציט זיך איין ליניע פון יעקב דינעזאָן, מרדכי 
ספּעקטאָר דורך שלום-עליכם, א. ראַבאָי, אברהם רייזען, און זי פלעכט 
זיך אַריין אויך אין דעם שאַפן פון כאַװער-פּאַװער, װאָס איז אָנגעפילט, 
וי ער זאָגט אַליין, מיט ,רחמים, ליבשאַפט צום געפאַלענעם און דער- 
שלאָגענעם?. און די צווייטע ריכטונג קומט פון מענדעלען דורך פּרצן 
און דוד בערגעלסאָן, װאָס געדאַנק, אידייען, פּראָבלעמען האָבן ביי 
זיי די אױיבערהאַנט, 

די ערשטע שרייבער ווערן געפירט דורך די טרויעריקע דערשיינונגען 
אין לעבן, זיי געפינען זיך אונטערן שווערן יאָך פון דער טרויעריק- 
טראַגישער ווירקלעכקייט, זיי זיינען געדריקט און געפּלאָגט פון דעם 
געזעענעם און געהערטן, זיי לעבן מיט די זאָרגן און יסורים פון זייערע 
מיטמענטשן; די צווייטע --- שטעלן זיך העכער פון דעם וירקלעכן 
לעבן, זיי קומען צו דער װאָרער ווירקלעכקייט מיט פאָדערונגען, מיט 


235 { 


מאָנונגען, זיי דיקטירן זייערע אידייען, די טיפן, זיי הויבן זיי אַרױס 
און זיי ווילן זיי אַרױסבאַפרײען פון זייערע וועלטן, 

וי אַן עלטערער חבר און קאָלעגע וויל איך ווינטשן כאַווער-פּאַװוערן 
צו זיין טאָפּלטן יום-טוב, ווען ער שטייט פאַר אונדז אַ רייפער און 
קרעפטיקער, --- ער זאָל אַרױף אויף דעם ברייטערן וועג פונעם יידישן 
לעבן, ער זאָל נעמען פירן און אָנפירן מיט זיין טאַלאַנט, מיט זיינע 
שאַפערישע מעגלעכקייטן, אָנשטאָט צו ווערן געפירט פון זיי. 

ער דאַרף, ער מוז מיט זיינע געבענטשטע קינסטלערישע פייאיקייטן 
אַרױף אויף נייע ברייטע וועגן פון דעם רייכן העראָאישן און מאַרטיראָ- 
לאָגישן יידישן לעבן! 


רעדע, געהאַלטן אויף דער פייערונג לכבוד כאַװער-פּאַווער צו זיין 
60סטן געבױירנטאָג און 40 יאָר שאַפן, שבת, דעם 13טן מאַי, 1961, אין 
ניודיאָרק, 


2361 ז 


געדרוקטע װוערק פון כאַװעריפאַװער 
| (גרשון איינבינדער) 

ו,קלינטאָן סטריט" --- ניו יאָרק, 1937 | 
;די צען לאַנדסלײט* --- לאָס אַנגעלעס, 1942 
אלעבנס אויפן װאָגשאָל* --- לאָס אַנגעלעס, 1944 
אגיבורים פון דער נאַכט? --- לאָס אַנגעלעס, 1950 
זלמן דער שוסטער" --- לאָס אַנגעלעס, 1955 
,גרשון מאיר דעם בלינדנס" --- לאָס אַנגעלעס, 1958 
;גרשון אין אַמעריקע? --- װאַרשע, פּױלן, 1963 


,קלינטאָן סטריט און אַנדערע מעשיות" (אין ענגליש) --- 
ניו-יאָרק, 1974 


קינדער-מעשיות 


קינדער-:מעשהלעך (צוויי בענדער) --- ניו-יאָרק, 1926 
,פון יענער זייט טייך" --- ניו יאָרק, 1930 


(דאָס בוך איז אויך אַרױס אין אַ רוסישער איבערזעצונג 
אין סאָוועטן פאַרבאַנז) 


,לאַבזיק? 1 --- ניו-יאָרק, 1935 
;לאַבזיק* 2 --- ניו-יאָרק, 1937 
,װאָויק* --- לאָס אַנגעלעס, 1947 


אין דער ביכער-רשימה גייען ניט אַרין אַ צאָל אייגענע און דראַ- 
מאַטיזירטע פּיעסן און קינדער-שפּילן, װאָס זיינען געדרוקט געװאָרן 
אין פאַרשידענע. זשורנאַלן און צייטשריפטן אין אַמעריקע און אין 
אײיראָפּע. | 


}7 { 


ניט"פאַרעפנטלעכטע װערק 


אין כאַװער-פּאַװערס ליטעראַרישן אַרכיוו געפינען זיך די ראָמאַנען: 
;קאָפּל דער האָרבאַטער*, ,אַ שול אין בראָנקס", זיסלס װאַנדערונג", 
;רייזל פון דער איסט סייד", ,דזשוליוס", ,די האַנט פון נקמה". 


די אַלע ראָמאַנען זיינען אין פאַרשידענע צייטן געדרוקט געװאָרן 
אין דער אמאָרגן-פרייהייט? און זיינען נאָך ניט דערשינען אין בוך- 
פאָרם. 


קריטיק װעגן פאַװעריפּאַװערן 


וועגן כאַװער-פּאַװוערס ליטעראַרישן שאַפן און זיין גרויסן בײיטראָג 
צו דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור האָבן, צווישן אַנדערע, גע- 
שריבן מיט אַ סך לויב די פאָלגענדיקע: 


מ. אָלגין --- אין בוך ,קולטור און פאָלק" 

י. אַשפּיז --- ,מאָרגן-פרייהייט" 

א. אַראָן --- אין ענייע פּרעסע", פּאַריזש 

נ. בוכװאַלד --- ,מאָרגן-פרייהייט" 

איטשע גאָלדבערג --- איידישע קולטוךף" 

ב. צ. גאָלדבערג --- ;דער טאָג" 

בער גרין --- אין בוך: ,פון דור צו דוך" 

פוליע טשערנער --- ,יידישע קולטוךף" 

משה כץ --- אין ,משה כץ בוך" 

דער לעבעדיקער --- ;דער טאָג" 

נחמן מייזיל --- קיידישע קולטוך" 

5 נאָװויק --- ,, מאָרגן-פרייהייט" 

י. א. ראָנטש --- אין בוך: ,אַמעריקע אין דער יידישער 
ליטעראַטור" 


})81 


אינהאַ לט 


כאַװער-פּאַװעריש --- אַריינפיר-װואָרט וועגן דעם ראָמאַן ,בראָנז- 


וויל": י. א. ראָנטש 
, בראַנזװויל" יי יי 


דראַמאַטישע שפּילן 
מאָטל פּייסי דעם חזנס (לויט שלום-עליכמ'ען). 
די ברוגזע מומע ביילע 6662 6 ...שש ב, 
כעלמער חכמים יי יי יי יי יי 
עקספּראָפּריאַציע (לויט שלום-עליכמ'ען) 22.. 
אין דער דאָזיקער נאַכט פון פּסח 2...522.., 
די יידישע פרוי פון מינסק יי יי יי 


כאַװער-פּאַווערס ליטערארישער אני מאמין. . 
נחמן-מייזיל: אָפּשאַצונג וועגן כאװער-פּאַווער 


רשימה פון געדרוקמע ביכער; קרימיק וועגן 
כאַווער -פּאַווערן 4 א 


5 5 5 5 5 5 + 5 5 9 ה 


4 + 5 + פ + 5 58 5 5 8 


9 8 א 5 א 5 = 6 6 5 = 


6 9 5 5 5 4 6 5 5 4 4 


5 5 4 5 פ 59 5 4 56 6 = 


6 9 5 = = 5 + 4 8 5 5 


0 * 9 9 9 5 9 9 5 5 5 


= 56 9 48 5 68 9 = 6 6 4